Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
175 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 511 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8689
זונטאג אפריל 19, 2015 7:58 pm#267540
עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
הקדמה.


אמשינוב! א מושג פון קאנטראסטן, א דערהער פון אלטער היים, א מאדנע חסידות וואס איר שפיץ לייגט נאר צו תבלינים צום סודות'פילן טשיקאוון חסידות.

א פלאץ ווי חסידים ווערן שיכור ווי לוט ווען די רבי מאכט חתונה, א פלאץ ווי יונגעלייט בני עליה דרייען זיך ווי מלאכי מעלה, אבער אויך א פלאץ ווי דער שיכור מיטן בן עליה וועלן טאנצן מיט איין דביקות אנגעכאפט אין א ראד.

א רבי וואס פאדערט פון זיינע חסידים נאנסטאפ, אבער גלייכצייטיג א רבי וואס לייגט גארנישט קיין לחץ אויף זיינע חסידים. און שיעור נישט פארגעסן – א רבי וואס האלט זיך נישט פאר קיין רבי פאר זיינע חסידים.

א חסידות וואס דער היינטיגער רבי האט מער ווייניגער אויפגעבויט מיט זיינע צוויי הענט, און האט היינט ר"ה יו"כ ארום 500-600 אידן מיט זיך, אבער א רבי וואס זיצט קיינמאל נישט אויפן אויבנאן.

א רבי וואס איז א האלבער ציוני [כלפי די אנדערע רבי'ס], אבער האט גענוצט דעם קיצוני'דיגן קנאי משה הירש פאר א געוויסע צוועק. א רבי וואס קאכט אוועק מיט א רויט צופלאמטן פנים, ווען דער עולם זינגט מיט א ברען שלמה קארליבאך'ס ניגונים.

א חסידות וואס אירע חסידים באשטייען פון פלאכע ביבער הוטן/הויכע ביבער הוטן/קראך הוטן/גערע הוטן/אראפגעבויגענע היטלעך/און כיפות סרוגות, און פון ספאדיקעס מיט שטריימלעך, בעקישעס און ירושלימע קאפטענעס. א ציציאונגס קראפט פאר אלע שיכטן און קרייזן.

א רבי וואס פראוועט שבת ביז דינסטאג, און לאזט אויס אפאר טעג פונעם קאלענדער א יעדן וואך. א רבי וואס רוהט נישט קיין מינוט און יעדע רגע איז פיל, ווען אין די זעלבע צייט איז ער די רואיגסטע מענטש אין אמשינוב.

א חסידות וואס האט צוגעצויגן אומצאליגע ראשי ישיבות ואדמורי"ם וואס רעדן זיך אדורך מיטן רבי'ן, און זענען זיך מתכופף לדמותו הבהיר, אבער דער חסידות און כ"ש דער רבי, האט קיינמאל נישט נהנה געווען פון די אומצאליגע גבירים וואס ווארטן נאר אויפן טאג וואס דער רבי וועט מסכים זיין צו נעמען א פרוטה פון זיי.

א קליינטשיג דארטשיג אידעלע וואס פירט אן א סדר היום מיט אומנאטירליכע כוחות, צענדליגע יארן נאכאנאנד, און ווערט קיינמאל נישט מיד, און שלאפט צוויי שעה א נאכט נישט מער פון א שינת הסוס, און עסט קרוב צו נול. מהיכן ירק זה חי?

א חסידות וואס ציהט איר גלאררייכע היסטאריע קרוב צו צוויי הונדערט יאר, און איז אלס געווען באוואוסט מיט איר אהבת ישראל, מיט איר שמחת החיים, און... מיט איר פארשלעפטקייט.


לאמיר גיין אויפן באן וואס פירט קיין אמשינוב, מיר וועלן אפשטעלן פאר א קורצע וויילע ביי פריערדיגע סטאפס, און דערנאך וועלן מיר צוקומען צו אונזער דעסטינאציע: אמשינוב כהיום תחת נשיאותו פון איינער פון די מערסט אינטרעסאנטע רבי'ס אין די היסטאריע.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:33 pm#267563
מיין פלאן פארן אשכול:
l viewtopic.php?p=267545#p267545 l
זונטאג אפריל 19, 2015 8:43 pm#267568
פארגעס נישט צוצולייגען א דבר תורה / אדער נעם אראפ דעם גאון טיטול.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:47 pm#267571
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
קוקט אויס אז עס קומט דא איינס און א גוטס, מיר ווארטן מיט שפאנונג
זונטאג אפריל 19, 2015 9:05 pm#267583
עמוד האש האחרון? - האדמו"ר הגה"ק מאמשינוב שליט"א
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארגעס נישט צוצולייגען א דבר תורה / אדער נעם אראפ דעם גאון טיטול.

איך פערזענליך האב נישט גערעדט מיט אים אין לערנען, אבער איך ווייס ערשט-האנטיג פון אסאך ת"ח [וביניהם הגאון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל פונעם עדה"ח] וואס האבן גערעדט מיט אים אין לערנען, און כולם פה אחד אמרו אז ער איז א גאון בכל מקום בתורה.
אין די קומענדיגע קאפיטלען וועלן מיר בארירן אויך דעם פרט אי"ה.
זונטאג אפריל 19, 2015 9:13 pm#267586
אינטערסאנט אז אויף רב אלישיב האט קיינער נישט עדות געזאגט.
זונטאג אפריל 19, 2015 9:20 pm#267588
נו, פרעג געוויסע חסידים וועסטו הערן אז ער האט טאקע נישט געקענט...
זונטאג אפריל 19, 2015 9:21 pm#267591
טרינקער ווי ציהלסטו? לעב און לאז לעבן.
זונטאג אפריל 19, 2015 11:11 pm#267634
קאווע טרינקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז אויף רב אלישיב האט קיינער נישט עדות געזאגט.

דאס איז איינע פון די מערסט באקאנטע - און גלייכצייטיג פון די מערסט נארישע - טענות אויף חסיד'ישע רבי'ס. הלמאי זייער גאונות ווערט נאר אנערקענט אין מעשה ביכלעך, און נישט אין קיין ספרים.

די סיבה פארוואס דאס איז א גאר נארישע טענה איז, וויבאלד - בשונה מגדולי הפוסקים וכו' כמו הרב אלישיב, וואס זייער גאנצע מהות איז געווען דיינות, ספרים, והוראה. איז אבער - דער חסידישער רבי [געווענדליך] נישט געקומען פסק'ענען, און שרייבן גאונ'ישע חיבורים, נאר עוסק געווען אין עבודת ה' און לימוד פאר זיך, און מדריך געווען עדרי צאנו בעבודת ה'.

אודאי זענען דא גענוג רבי'ס פוסטע עמי-ראצים, וואס דער עצם פאקט אז זייער תפקיד איז נישט צו רעדן אין הלכה וכדומה נאר אין חסידות, איז דער סיבה וויאזוי זיי קענען אויסקראסן דעם נארמאלן סיסטעם וויאזוי אנערקענט צו ווערן אלס גדול בישראל. אבער דאס מאכט נאכנישט א יעדע רבי פאר א בור וריק שאין בו מים - ואין מים אלא תורה.

נאך איין נקודה: ווען א רבי איז שוין א זצוקללה"ה זיעועכי"א, דעמאלס קענסטו גארנישט טון אפצופרעגן די מעשיות וואס מענטשן דערציילן איבער זייער גאונות. אבער ווען איינער לעבט נאך, קענסטו דיך אליינס איבערצייגן דורכן רעדן מיט אים אין לערנען. איז ממילא, פוק חזי, גיי רעד מיט אים אין לערנען - ער האט אפיציעל אן אפענעם טיר וואו מענטשן קומען אריין רעדן צו אים איבער אלעס אין די וועלט - תורה אריינגערעכנט, און איבערצייג דיך אליינס.
זונטאג אפריל 19, 2015 11:26 pm#267643
פון נישט זיין אן עם הארץ ביז ווערן באטיטולט גאון איז דא א לאנגע וועג. און ניין, איך פלאן נישט צו גיין פארהערן דעם רבין, סך הכל פרעג איך דיר, וואס שטעלט זיך אהער ווי באקאנט אין דעם הויף, זאל דעקן דעם טיטול גאון.
עד כאן - מער רעדט איך נישט, צוליב די ניקים בגלוי ובאישי וואס מיינען אז כ'מיין חלילה צו טשעפענען און בייסן אונזער ידיד שש'ן
זונטאג אפריל 19, 2015 11:41 pm#267652
נאכאמאל.
כ'גיי דעקן דעם טיטל דורך ערשטהאנטיגע מקורות וואס געבן אזוי איבער. און ניין, ער איז נישט נאר 'נישט קיין עם הארץ', נאר ער איז בפירוש א גאון לכל הדעות.
און בנוגע דעם טענה אז אויף הרב אלישיב האט מען נישט געדארפט עדות, האב איך שוין געענטפערט פריער וואס איז די סיבה דערויף.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:16 am#268047
דער פאטער פונעם ערשטן אמשינובער - דער וואורקער צדיק.
ערשטע קאפיטל:
די התייסדות פון אמשינוב, דורך ר' איציקל וואורקער.

דאס חסידות אמשינוב איז א צווייגל פון 'וואורקא'. דער ערשטער אמשינובער רבי איז געווען א זון פון ר' איציק'ל וואורקער, וואס איז געווען איינער פון די גרעסטע תלמידים פונעם רבי'ן רבי בונם פון פרשיסכא.


תולדות רבי איציק'ל וואורקער.

די לעגענדע לויטעט, אז דער פאטער פון ר' איציק'ל וואורקער האט געהייסן שמעון, און מען האט אים גערופן 'ר' שמעון בעל רחמנות' – צוליב זיין אויסערגעוועליכע מידת הרחמנות אויף יעדן איד. צו ס'איז אמת צו נישט, איז זיכער אז דער ווארקער גזע בכלל, און דער אמשינובער צווייגל בפרט זענען געווען אויסגעצייכנט אין די מדה פון אהבת ישראל, דיבוק חברים, און בכלל זייער פאזיטיווע מענטשן.

געבוירן [בשנת תקל"ט] דורך א ברכה פון ר' דוד'ל לעלובער, איז ר' איציק'ל וואורקער אויפגעוואקסן אונטערן שאטן פונעם לעלובער, און איז דורך אים אנגעקומען צום חוזה פון לובלין. אבער גלייכצייטיג איז ער פארבליבן א פייערדיגע חסיד פונעם לעלובער [דוגמתו מצינו, אז ר' שלמה קארלינער איז געווען א חסיד פון ר' אהרן הגדול פון קארלין, אפילו זיי זענען ביידע געגאנגען זיך ווייקן ביים מגיד פון מעזריטש. באמת איז די דמיון נאך שטערקער, כדלהלן].

ר' דוד'ל לעלובער איז געווען גאר א שטארקער ידיד צום יוד הק' פון פרשיסכא. ביידע זענען געפארן צום חוזה פון לובלין, ביידע זענען געווען רבי'ס מיט חסידים בחיי הרבי שלהם - דער חוזה, ביידע זענען געווען פוילישע [אין קאנטראסט צום ראפשיצער רב וכו' וואס זענען געווען גאליציאנע], דאכצעך מיר אז אויף ביידע איז געווען א שטיקל רוגזה מצד דעם חוזה (און נישט נאר כלפי דעם יוד הק', ווי באקאנט), און וואונדערליך זענען ביידע אוועק אינעם זעלבן יאר [תקע"ד] - בחיי רבם וואס איז אוועק א יאר שפעטער[וכנ"ל, פונקט ווי ר' אהרן הגדול פון קארלין איז אוועק בחיי רבו המגיד ממעזריטש]. זיי האבן זיך אויך משדך געווען: ר' משה'לע לעלובער איז געווען אן איידעם ביים יוד הק'.

דורך ר' דוד'ל לעלובער איז דער יונגער אויפגייענדער וואורקער צדיק אנגעקומען קיין פרשיסכא. אבער דער לעלובער אהבת ישראל, דער מוסטער פון מקרב זיין אידן מיט שמחה, איז שוין קיינמאל נישט אוועק פון זיין מהות. שפעטער וועט דער וואורקער פירן פונקט א פארקערטער הנהגה פון זיין נאנטער ידיד – ר' מענדלע קאצקער. ביידע פון די לייבן ביים יוד הק' און רבי ר' בונם פון פרשיסכא.


אינעם הויף פון פרשיסכא.

אונטערן הנהגה פון ר' בונם מפרשיסכא איז ר' איציקל וואורקער אויסגעשטיגן צו זיין פון די דריי גרעסטע עמודים. דער וואורקער, דער קאצקער און דער חידושי הרי"ם. אויף דעם האט מען ממליץ געווען: "על שלשה דברים העולם עומד, על התורה = דאס איז דער גאון הגאונים - דער חידושי הרי"ם, על העבודה = דאס איז דער פלאם פייער - דער קאצקער, ועל גמילות חסדים = דאס איז דער שטיק הארץ - דער וואורקער.

בילד המיוחס צום רבי'ן ר' שמחה בונם מפרשיסכא:
בילד

נאכן הסתלקות פון ר"ר בונם פון פרשיסכא בשנת תקפ"ז, האט זיך די חסידות צוטיילט אין צוויי. די שארפע זענען געגאנגען צום קאצקער, און די איידעלערע זענען געגאנגען צום זוהן פון ר"ר בונם - ר' אברהם משה מפרשיסכא. אבער דער זון איז אוועק אונטער צוויי יאר פונעם טאטנ'ס פטירה, און דער עולם איז געגאנגען צום וואורקער צדיק - רבי ישראל יצחק קאליש.

אינעם נעקסטן קאפיטל וועלן מיר בארירן דעם נקודה פון וואורקע, אין דער שארפער קאנטראסט צום קאצקן דרך.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:22 am#268050
דער וואורקער דרך - לעומת דער קאצקער דרך.
צווייטע קאפיטל:
דער קו ההנהגה פון ר' איציקל וואורקער.


צווישן קאצק און וואורקע.

אונטער די הנהגה פונעם וואורקער, האט מער ארויסגעשטארט די שיין פון אהבת ישראל ואהבת הבריות. אין שארפן קאנטראסט צו זיין חבר ר' מענדלע קאצקער, וואס האט געריסן שטיקער פון זיין עולם, איז דער ווארקער געווען באוואוסט מיט זיין ליבליכקייט. אין קאנטראסט פונעם קאצקער'ס פארשפארטקייט, איז דער וואורקער געווען א שתדלן און עסקן. און אין קאנטראסט פון קאצק וואו מען איז געווען פארנומען מיט זיך א גאנצן טאג, ווי אמת'דיג מען איז מיט זיך און וויפיל שקר ער האט נאך אין זיך, איז מען אין וואורקע געווען פארנומען מיט יענעם א גאנצן טאג, וואס פעלט יענעם, א גוט ווארט און דיבוק חברים.

דער אמשינובער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט: איינמאל האבן די צוויי צדיקים, דער קאצקער און דער וואורקער, זיך געטראפן ביינאכט פאר מעריב. און זיי האבן זיך מתווכח געווען א גאנצן נאכט [בפשטות איבער די צוויי היפוכיים אין הנהגה] עד שהאיר השחר. דאן האט זיך דער וואורקער אנגערופן: "קאצקער רבי, איר וועט נישט אויספירן". האט דער קאצקער געענטפערט: "שלמה המלך האט אויך נישט אויסגעפירט". האט דער וואורקער צוריקגעענטפערט: "ווען שלמה המלך וואלט געוואוסט אז ער וועט נישט אויספירן, וואלט ער נישט אנגעהויבן". ע"כ.

יעדער קען זאגן אן אנדערע פשט אין די מעשה, אבער קוקנדיג אין היסטאריע, זעט מען די עומק פון זייערע ביידנ'ס שיטות. דער קאצקער האט געוואלט מהפך זיין עולם ומלואו, און ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז ער וויל צען אידן מיט קרויט בלעטער אויפן קאפ [פאר קאפלעך. אזוי ארעם וועלן זיי זיין], וואס וועלן ארויסגיין פון שטאט און שרייען 'אין עוד מלבדו'. אבער דער וואורקער האט פארשטאנען אז אזוי קען נישט אנגיין א דרך, און האט געזאגט "קאצקער רבי, איר וועט נישט אויספירן". און ווען דער קאצקער האט גע'טענה'ט איז מ'דארף טון און נישט דורכפירן, האט דער וואורקער געזאגט אז בכה"ג לוינט זיך נישט די גאנצע מהפיכה. לעניות דעתי איז דאס דער תמצית פון ביידענס דרכים אין הנהגת החסידים.


דער וואורקער דרך.

ווי אויבנדערמאנט, איז וואורקע געווארן ברייט בארימט מיט איר דיבוק חברים, אהבת ישראל, און אפטעמיסטישן בליק אויפן לעבן. דאס איז געווען א דירעקטע השפעה פון איר גרינדער, דער רחום לעדתו - ר' איציק'ל וואורקער. דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט אז דער קאצקער האט זיך אמאל אנגערופן: "ס'נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש". איז פונקט דארט געווען דער ערשטער אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד, האט ער זיך אנגערופן: "דער טאטע [ר' איציק'ל וואורקער] האט געזאגט, אז א רבי איז געגליכן צו א בעל עגלה: פאר ער שפאנט איין דעם פערד קוקט ער מיט וועמען ער גייט פארן, אז דער פערד איז שוין איינגעשפאנט נעמט ער יעדן ארויף". האט דער קאצקער זיך אויסגעדריקט "האט ער גאזאגט!". האט אים דער אמשינאווער געענטפערט: "אז דער טאטע האט געזאגט, איז אזוי!". האט דער קאצקער זיך מסביר געווען: "איך האב געמיינט צו זאגן האט 'ער' געזאגט, אייער טאטע האט עס טאקע געקענט זאגן, מיר קענען עס נישט זאגן".

אויב ווילט איר, איז דאס א פירוש חי אויף מסכת וואורקע-אמשינוב. א קיבוץ גליות פאר יעדן איינעם, פונעם געהויבענעם יונגערמאן, ביז דער וואס 'מ'קען מיט אים נישט גיין צום טיש'. א מיזוג פון הימל מיט ערד, אבער דער הימל איז נישט קיין פוסע על ראשי עם קודש.

דער מושג פון 'משקה' אין אמשינוב, שטאמט נאך פון וואורקן חדר. וויבאלד דער עולם פלעגט כסדר פארברענגען אינאיינעם בנעימים בדיבוק חברים, כקטן כגדול. און אין א געוויסע זין איז דאס אזוי עד עצם היום הזה. פאשטייט זיך אז כל עני ואביון מגוזלו האט זיך דארט געטראפן דאס פלאץ, ביז ווען אין גור האט מען חוזק געמאכט אז די סיבה פארוואס אין וואורקע האט יעדער אן אויסגעריבענעם קאלנער, איז וויבאלד דער עולם דארט שאשקעט אין גרויסן, און ווען מ'טרינקט הייבט מען דאך דעם קאפ אויף ארויף, און דורכדעם ווערן די קאלנער'ס אויסגעריבן...

בילד המיוחס לרבי איציק'ל וואורקער:
בילד

דער צדיק רבי איציק'ל וואורקער איז אוועק אחרון של פסח תר"ח, איבערלאזנדיג צוויי זון [און אפאר טעכטער]. דער עלסטער זון - ר' יעקב דוד מאמשינוב, דער צווייטער זון - ר' מענדלע וואורקער. ביידע פון זיי זענען געגאנגען מער קיצוניות'דיג פונעם טאטן, דער אמשינובער מיטן מידת האהבה ורחמנות, און דער וואורקער מיט א שארפקייט.

די אוהל לבית וואורקע:
בילד


אין די קומענדיגע קאפיטל, וועלן מיר אנהייבן אבזערווירן דעם אמשינאוון אייגנארטיגן דרך [און בארירן זיין ברודער, ר' מענדלע וואורקער].


וכאן בקשתי שטוחה לחברינו היקרים: לאזט מיר וויסן דורך תגובות/לייקס צו איר זענט אינטרעסירט אין דעם רייכן אפהאנדלונג, אדער כ'זאל גיין בקצירת האומ"ר.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:32 am#268056
ווי מער באריכות!!! בראווא!!!!
:like
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:46 am#268062
א דאנק שש משזר. ס'איז זייער אינטערעסאנט.

כ'האב אויך פערזענליכע זאכן צו דערציילן וועגן דעם אמשינובער רבין, אבער כ'וויל עס נישט טון צוליב פריוואטע סיבות. ער איז א טייערער מענטש, פון די בעסטע נשמות וואס כ'האב נאר אמאל געזען און באקענט.
דינסטאג אפריל 21, 2015 1:05 am#268068
עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
ואני בעניי פארשטיי איך נישט וואס עפעס שלמה המלך.
ב. כהאב אלעמאל געוויסט אז איד דארף נישט אויספירן.
ג. איז דען נישט ר׳ מענדעלע וארקער געווען דער שתוק ?הפנים אז שרייען האט ער נישט געקענט אויף די חסידים(תגובה עמש״כ שהי׳ השארפער)
דינסטאג אפריל 21, 2015 1:14 am#268071
עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
פשי יא , ענדליך עפעס צום זאך אין קאווע שטיבל , גם אני זכיתי קצת להסתופף בצל קדשו ולהנות ממנו עצה ותושי׳ ובקשתי שטוחה אז ווען דו ענדיגסט נעם עס צאם אין א pdf אדערePub פארמאט יש״כ.
דינסטאג אפריל 21, 2015 2:00 am#268076
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ואני בעניי פארשטיי איך נישט וואס עפעס שלמה המלך.
ב. כהאב אלעמאל געוויסט אז איד דארף נישט אויספירן.
ג. איז דען נישט ר׳ מענדעלע וארקער געווען דער שתוק ?הפנים אז שרייען האט ער נישט געקענט אויף די חסידים(תגובה עמש״כ שהי׳ השארפער)

לכאורה שלמה המלך, וואס האט געמיינט אז ער וועט קענען טון וואס אנדערע האבן נישט געקענט [אם משום ד"ת כריבוי נשים וממון, אם משום מלכות על שדים. ולבסוף נפרע משניהם].
ב. ריכטיג, אבער די נקודה דא איז, אז אויפצוקומען מיט א נייע שארפע מהלך קען מען נאר אויב ס'דא דעקונג [וכנ"ל משלמה המלך].
ג. זייער גוט. דו ווייסט דאך יא אז ער איז געווען דער שותק, אבער א שארפער איז ער געווען. מער איבער דעם ביים קומענדיגן פרק.
דינסטאג אפריל 21, 2015 3:12 pm#268205
ר' שש, כה לחי זייער אינטרעסאנט און באלערנד.
דינסטאג אפריל 21, 2015 11:04 pm#268408
ש ש WOOOOOOW

כשמך כן אתה!!! ש שומשזר מלא תוכן

נהיינת ומחכה לעוד.
מיטוואך אפריל 22, 2015 1:47 am#268439
עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
כבין געקומען יעצט אהער כהאב געקלערט אז דו שרייבסט די צייט און סגייט ווערן יעצט אפדעיטעד , זאג מיר וואו אפט גייסטו אפדעטן האסט עפעס א סדר?
מיטוואך אפריל 22, 2015 1:50 am#268441
בין אמשינוב לוואורקע.
דריטע קאפיטל:
דער קו ההנהגה פונעם ערשטן אמשינאווער רבי - ר' יעקב דוד.


א קורצע איבערבליק אויפן ערשטן אמשינאווער רבי.

רבי יעקב דוד'ל איז געבוירן בשנת תקע"ה, איין יאר נאך די פטירה פון זיין טאטנ'ס צוויי רבי'ס [הנ"ל] - דער לעלובער און דער יוד הק'. און ער הייסט טאקע נאך זיי ביידן: 'יעקב' נאכן יוד הק' ר' יעקב יצחק מפרשיסכא [יצחק האט ער אים נישט געקענט געבן, ווייל דער וואורקער אליינס האט געהייסן יצחק], און 'דוד' נאך ר' דוד'ל לעלובער.

ער איז געווען א גרויסער מתמיד, און איז געווען מפורסם אלס גרויסער למדן, און אין פאקט איז ער געווען א רב אין אפאר שטעט בעפאר ער איז געווארן א רבי. ער האט זיך אליינס אויסגעדריקט אויף זיך אז ער קען לערנען פונקט ווי דער חידושי הרי"ם, און דער קאצקער האט אים אויך אויסגערימט אז אין הלכות שבת איז ער א בקי בדורו [און ס'איז כדאי אנצומערקן, אז דער קאצקער'ס איידעם - דער אבני נזר, האט געשריבן דעם מייסטער ווערק אויף הלכות שבת - "אגלי טל". און אעפ"כ האט דער קאצקער זיך אויסגעדריקט אזוי שטארק אויפן אמשינאווער].

דער אמשינובער רבי פון אמעריקע, ר' איציק'ל, האט דערציילט, אז ווען רוב חסידי ר' איציקל וואורקער זענען געגאנגען צום יונגערן זון ר' מענדלע, וואס איז נישט געווען בארימט אלס גאון [און בכלל איז ער געווען א שתקן, כדמבואר להלן], האבן מתנגדים חוזק געמאכט: קוקטס וואס חסידים זענען, א רבי האט איבערגעלאזט צוויי זון, א למדן און נישט א למדן, וועם האבן די חסידים אויסגעוועלט אלס רבי? דער נישט למדן!...

אויך אויסערליך האט ער געמאכט א מורא'דיגן רושם, זייענדיג א הויכער מיט א פאטריארכאלישן צורה. בנוסף צו דעם האט ער געהאט א שיינע שפראך וואס ער האט גוט אויסגענוצט פאר כלל ישראל [כבסמוך]. דער אויסערליך שיינע צורה, איז שוין פארבליבן א ירושה ביי די אנדערע אמשינאווע רבי'ס עד היום הזה, די לאנגע בארד און פיאות, די קלארע איידעלע אויגן, כולו אומר הוד והדר.

אזויווי דער טאטע איז ר' יעקב דוד'ל געווען א שר השתדלנות, און איז געווען פון די עיקר שתדלנים אפצושאפן די גזירה אויף אידישע מלבושים און פיאות און בארד. אסאך מעשיות גייען ארום וועגן דעם, ואכמ"ל. אזוי אויך איז ער געווען גאר בארימט מיט זיין ווייכקייט און איבערגעגעבנקייט צו זיינע חסידים, און בכלל צו יעדן איד.


צווישן אמשינוב און וואורקע.

ווען דער גרינדער פון וואורקער חסידות, ר' איציק'ל, איז אוועק, זענען די טויזענטער חסידים געגאנגען צום גרויסן תלמיד זיינעם - ר' שרגא פייוול פון גריצא, דער פאטער פון די אלכסנדר'ער גזע. אבער ער איז אוועק א האלבע יאר נאכן וואורקער. דאן האט זיך וואורקע צוטיילט: די גרעסערע עולם איז פאבליבן אין וואורקע תחת דגלו פונעם יונגערן ברודער - ר' מענדלע, און א קלענערע ציבור איז געפארן צום עלטערן ברודער - ר' יעקב דוד, וואס איז געווארן באוואוסט אלס 'אמשינאווער רבי'.

דער מיטעלער וואורקער רבי, ר' מענדעלע, איז געווען א שטארקער חסיד פון זיין טאטנ'ס חבר - דער קאצקער. שוין זייענדיג א רבי פאר טויזענטער חסידים, איז ער נאך געפארן צום קאצקער מיטשלעפנדיג א ריזן עולם מיט זיך. פארשטייט זיך אז די קאצקע מהלך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף אים, און כאטש ער האט נישט געריסן שטיקער פונעם עולם, און די הנהגה איז נישט געווען מיט 'פארטרייבן' וכדו' ווי ביים קאצקער, האט ער געפירט זיין עדה מיט א שארפקייט. ער האט כמעט נישט געזאגט קיין תורה, און ווען יא - איז עס געווען א שארפע מימרא וואס האט דערמאנט אינעם קאצקער.

צווישן זיינע מימרות איבער מידת השתיקה, זענען באוואוסט: אז ווען די פסוק זאגט 'חרנה' מיינט עס 'לחרן', נו אויב אזוי פארוואס שטייט נישט לחרן? נאר אז מ'קען אפשטופן דאס רעדן נאך אביסעלע, איז אלס בעסער. אויך האט ער געזאגט אויף זיך, אז ווען ער ווערט מיד פון שווייגן רוהט ער זיך אפ אביסעלע, און שווייגט ווייטער... זיין בליק איז אלס געווען אז מען זאל אליינס זיך דערגרינטעווען צום אמת, און נישט רעדן - נאר טראכטן און טון למעשה. און אויף דעם האט ער געזאגט וואס ס'שטייט אין גמ' אז 'שמעון העמסוני הי' דורש כל אתין שבתורה, כיון שהגיע לאת ה' אלקיך תירא, פירש', האט ער געטייטשט אז נאכן צוקומען צום מידת היראה, האט ער געזען אז מ'דארף שוין נישט דרש'ענען.

אבער אנדערש פונעם קאצקער - איז דאס געגאנגען אן קיין שניידן שטיקער, און דערפאר האט ער געהאט אזא נאכפאלגערשטאפט. און די חסידים האבן אויף אים ממליץ געווען דעם פסוק: 'אין אומר ואין דברים בלי נשמע קולם', און אפילו הכי - 'בכל הארץ יצא קום'... ער האט באוויזן צו משלב זיין דער וואורקער אהבת חברים, מיטן קאצקער ברען. און אפילו ווען ער איז געווען אן אש להבה, איז אבער געווען א געוואלדיגע אהבה צווישן אים און די חסידים, און אזוי אויך צווישן די חסידים זעלבסט.

ער איז געווען דער יונגערער ברודער, אבער איז אוועק בשנת תרכ"ח - צען יאר פארן עלטערן ברודער, אינעם יונגען עלטער פון 49 יאר. איבערלאזנדיג צוויי זון וואס זענען שפעטער געווארן גרויסע רבי'ס [דער עלטערער, ר' שמחה בונם'ל אטוואצקער, איז געווען א שארפער, און דער יונגערער, ר' שמעון פון סקערנעוויץ, איז געווען דער איידעלער], און צוויי איידימער וואס איינער פון זיי איז אליינס געווארן א רבי מפורסם. אויב ס'וועט זיין א נאכפראגע, וועל איך אי"ה פארברייטערן די יריעה אויך איבער זיי, דערווייל ענדיגן מיר דא דעם שמועס איבער וואורקע, און מיר ציען זיך אריבער קיין אמשינוב.


אבער אויב תשעה קבין אהבת חברים ואהבת ישראל ירדה לעולם - איז אבער ברור אז 'תשעה נטלה אמשינוב'. היות ס'איז אבער נמשכה היריעה יותר מן הרגיל, וועט דאס פארדינען א קאפיטל פאר זיך.

אין די קומענדיגע קאפיטל, וועלן מיר ארויסברענגען די יסודות און הויכפונקטן פון אמשינוב, וואס איז מער-ווייניגער געבליבן אומבארירט שוין איבער 165 יאר, מאז היווסדה פונעם אמשינאוון חסידות עד ימינו אלה.
מיטוואך אפריל 22, 2015 11:14 am#268526
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
יצא קום הייסט די קוים פון חסד וגבורה, כהאב גוט פארשטאנען?
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:59 pm#268633
חאצקעל שניידער האט געשריבן:יצא קום הייסט די קוים פון חסד וגבורה, כהאב גוט פארשטאנען?

שיינע רעיון, כאטש לא לזה התכוונתי, וכנראה זיי אליינס אויך נישט.
מיטוואך אפריל 22, 2015 8:57 pm#268756
אפאר הערות:
1)ר' מענדל'ע האט מען גערופן דעם יונגען וואורקער. דער טיטל האמצעי איז נאר געווען ביי די חסידים פון זיין זון ר' בונימ'ל, זייענדיג אן אומגעלונגענר פרואוו אראפצומאלן כאילו די דינאסטיע ציט זיך ווייטער אין וואורקע.
2)ר' מענדל'ע האט גענומען נישט נאר די גרעסערע חלק נאר די גאנצע מעשה, אמשינוב איז בלויז געווען אן אופ-שוט.
3)נישט ריכטיג אז ר' מענדל'ס הנהגה איז געווען א שארפע. ער איז טאקע געפארן קיין קאצק, און ווייל ער האט ווייניג גערעדט האט ממילא יעדעס ווארט געהאט אין זיך חריפות און טיפקייט, אבער ער איז געווען רצוף אהבה, ער האט נישט נאר נישט געשריגען אויף די חסידים, נאר ער האט זיי געצויגען מיט א מורא'דיגע ליבשאפט. דאס וואס חסידים דערציילן אלץ פון די גרויסע ליבשאפט וואס האט געפלאקערט אין וואורקע איז בעיקר פון זיין תקופה. אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
דינסטאג יוני 16, 2015 1:25 am#282931
ירא שמים האט געשריבן:ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.

זייער גוטע געדאנק!
דינסטאג יוני 16, 2015 3:44 pm#283054
פריעד באטשי האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.

זייער גוטע געדאנק!

ס'איז גראדע אין פלאן.
אי"ה נאכן ענדיגן אלע רבי'ס ביזן היינטיגן רבי'ן פון ארץ ישראל [איידער'ן באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן], וועל איך באשרייבן קלאר די יחוס כראוי וכיאות.

-----------------
נ.ב. כ'האף כ'וועל נאך היינט קענען אנהייבן דעם נייעם קאפיטל. ס'ווענדט זיך אסאך אינעם ציבור...
דינסטאג יוני 16, 2015 3:51 pm#283056
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נא!!! פריעדן באטשי זעהסט וואס הרב שש שרייבט נעם דיך צו די ארבעט אין מאך א לייק דרייוו
ווי וואנט מאר טאדעי
דינסטאג יוני 16, 2015 6:36 pm#283099
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
דער סאקאלאווער און דער ראדזימינער זענען ביידע געווען 'אור' אייניקלעך פונם קאצקער.
דינסטאג יוני 16, 2015 6:42 pm#283103
ריכטיג, און כ'האמיך נאר משתמש געווען במטבע לשון ווי מען זאגט היינט 'ער איז א רבי ר' מיילעך אייניקל'...
דינסטאג יוני 16, 2015 6:55 pm#283107
בטעות דאפעלט!
דינסטאג יוני 16, 2015 6:58 pm#283108
שש משזר האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.

זייער גוטע געדאנק!

ס'איז גראדע אין פלאן.
אי"ה נאכן ענדיגן אלע רבי'ס ביזן היינטיגן רבי'ן פון ארץ ישראל [איידער'ן באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן], וועל איך באשרייבן קלאר די יחוס כראוי וכיאות.

-----------------
נ.ב. כ'האף כ'וועל נאך היינט קענען אנהייבן דעם נייעם קאפיטל. ס'ווענדט זיך אסאך אינעם ציבור...

וויל קענען האט געשריבן:נא!!! פריעדן באטשי זעהסט וואס הרב שש שרייבט נעם דיך צו די ארבעט אין מאך א לייק דרייוו
ווי וואנט מאר טאדעי

מוירע וועראבויסעם, דארף איך דען צולייגן נאך ווערטער צו דעם???
ביטע טוט צו די זאך!!!
:cry: :x :( :oops: :roll:
מיטוואך יוני 17, 2015 12:48 am#283183
ראבויתעם, העט, זיכט מען נאך א 10׳טן צום מנין וואס זאל באלייקן אונזער ערעב ATUB @שש משזר ATUB פאר די דרייצענטע קאפיטל, א חלבנה אדער מער וועט דאכצעך אויך נישט שאטן.
א דאנק,
באטשי
מיטוואך יוני 17, 2015 2:22 pm#283303
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
מאשזאר מיר ווארטען

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
מיטוואך יוני 17, 2015 2:41 pm#283311
ערעב ATUB @שש משזר ATUB , עס איז שוין דא 14 און 10 לייקס ביי די פריערדיגע צוויי קאפיטלעך,
לייג ביטע ארויף נאך
א דאנק
באטשי
מיטוואך יוני 17, 2015 2:56 pm#283314
רבי איציק'ל אמשינאווער, מיט וועם איך האב נאך געדאווענט.
פערצנטע קאפיטל:
דער לעצטער אמשינאווער רבי זצ"ל, רבי איציק'ל פון אמעריקע.



וזרח השמש.

דער פריערדיגער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, הרה"ק רבי איציק'ל זצ"ל, איז געבוירן געווארן ביום כ"ד טבת תרע"ד - ווען זיין פאטער רבי יוסף איז נאך געווען רב אין אסטראווע. בעפאר'ן ברית האט זיין מוטער, הרבנית שרה בת הבעל נפש חיה מקאליש, געהאט א חלום, אז זי איז מעלה איר קינד אויפן עקידה. נאך דעם מורא'דיגן חלום, האט זי מחליט געווען אז זי וועט א נאמען געבן דעם קינד 'יצחק' על שם העקידה. ולפלא היה, אז שפעטער איז אנגעקומען א טעלעגראם פונעם זיידן, רבי מנחם'ל אמשינאווער, וואו ער האט געשריבן אז מ'זאל רופן דעם קינד מיטן נאמען 'יצחק'!

און טאקע אזויווי יצחק אבינו איז געווען אן עולה תמימה, קדוש מרחם אמו, אזוי טאקע האט דער אמרי אמת זיך אויסגעדריקט אויף אים ווען ער האט אים געזען אלס קינד, אז ער איז א 'קדוש מרחם' [דאס איז געווען ביים חתונה פון זיין עלטערע ברודער, ר' יעקב דוד השני מאמשינאוו הי"ד, וואס איז געווארן אן איידעם ביי ר' שלמה יאסקאוויטש, אן איידעם ביים אמרי אמת. דער אמרי אמת האט אים דעמאלס אויך געשיקט דירעקט שיריים פון זיך, ארויסצואווייזן זיין חביבות צו אים]. און אזוי אויך האט זיך זיין טאטע איינמאל אויסגעדריקט אויף אים: 'מיין יצחק'ל איז אן עולה תמימה'. ער איז טאקע אלס געווען באוואוסט מיט זיין תמימות, קדושה, און איידעלע לעכטיגע צורה וואס האט פשוט אדורכגעשיינט זיין כלליות'דיגן התנהגות, בין לשמים ובין לבריות.

גלייך בעפאר ער איז געווארן 20 יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיטן טאכטער פון רבי יוסף בן האדמו"ר ר' מענדעלע סטריקאווער, ביום י"ד טבת תרצ"ד. אפאר חדשים שפעטער, איז זיין מאמע אוועק. זיין טאטע האט דאך שוין אויך געליטן אויפן הארץ [כנ"ל], און ער האט זיך אריבערגעצויגן צום קור-ארט אטוואצק. ר' איציק'ל האט זיך אויך אריבערגעצויגן קיין אטוואצק, צו זיין לעבן זיין גרויסן טאטן. אלס פרישער יונגערמאן פון 22 יאר אלט, איז זיין טאטע אויך נסתלק געווארן [בשנת תרצ"ו].


מיט זיין פעטער רבי שמעון שלום מאמשינאוו-אטוואצק.

דאס האט אים אבער נישט געשטערט פון שטייגן ווייטער אין תורה ועבודה, מיטן טיפישן אמשינאוון חן און ענווה. ער האט טאקע גאר שטארק ארויסגעשטארצט מיט זיין אייגנארטיגע ערליכע תמימות'דיגע עבודה, געמישט מיט ליבשאפט צו יעדן איד באשר הוא. די צוויי נקודות גייען אים שפעטער באגלייטן א גאנץ לעבן, און גייען עווענטועל אויספארעמען דעם אמשינאוון הויף אין אמעריקע אויף די יסודות. ס'זענען געווען חסידים פון זיין טאטן וואס האבן אים געוואלט מכתיר זיין צו פירן אן עדה פאר זיך, אבער ער האט זיך גענצליך אונטערגעווארפן אונטער זיין עלטערן ברודער רבי יעקב דוד'ל השני.

למעשה איז ער פארבליבן דארט אין אטוואצק, וואו ער איז נאנט געווארן מיט זיין טאטנס ברודער, רבי שמעון שלום, וואס האט דארט געפירט זיין עדה. און ער איז נתבטל געווארן פאר אים עד כדי כך אז ער האט אים קיינמאל מער נישט גערופן בשמו, און אפילו ווען זיינס אן אייניקל האט אמאל עפעס געזאגט וועגן 'רבי שמעון'לע', האט ער אים געזאגט אז ער זאל נישט אים נישט רופן בשמו נאר 'דער פעטער פון אטוואצק'. אדאנק זיין דבקות אינעם גרויסן פעטער זיינעם, איז ער געראטעוועט געווארן ביים צווייטן וועלטס קריג, ווען דער פעטער איז אנטלאפן צוערשט קיין ווילנא - ווען זיין פלומעניק זיצט צוזאמען מיט אים אין זעלבן וואגאן, און דערנאך קיין שאנכיי, וואס ווי באקאנט האט רבי שמעון שלום געהאט א גרויסן טייל אין הצלת ישיבת מיר, ועוד, וואס זענען אנטלאפן קיין שאנכיי [ואי"ה עוד חזון למועד, ביים באשרייבן ר' שמעון'לע].

אין שאנכיי האט מען שטארק אנגעזען זיין צדקות און קדושה, וואו ער האט זיך מוסר נפש געווען נישט צו עסן עפעס מיט חששות אין כשרות - כאטש גדולים וטובים האבן דאס מתיר געווען מפני הדחק. אזוי אויך איז ער געזעצן און געלערנט נאכאנאנד, און אלעס בהצנע לכת, אונטער זיין גרויסער פעטער. אבער דער עולם האט געזען אז איש קדוש מתהלך עמנו, און טאקע ווען ער האט זיך ארויסגעראטעוועט קיין אמעריקע בשנת תש"ז, האבן מענטשן אנגעהויבן זיך גרופירן ארום אים, זעענדיג זיין יראת שמים חופפת עליו כל היום.


צורת קדשו פון ר' איציק'ל אמשינאווער אלס יונגערמאן:

מי האיש.jpg
תמונת זיוו של הרה"ק רבי יצחק מאמשינאוו זצ"ל אלס יונגערמאן.
מי האיש.jpg (284.77 KiB) געזען געווארן 1583 מאל


אין יאר תש"י האט ער חתונה געהאט בזיוו"ש, און דאן האט אים זיין פעטער באפוילן אז ער זאל אנהייבן פירן אן עדה אידן. קנאפע פיר יאר שפעטער, האט זיין גרויסער פעטער, דער זקן האדמורי"ם רבי שמעון שלום, אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה, און דאן האבן נאכמער מענטשן זיך אנגעהויבן מתחמם זיין לאורו. אנגעהויבן האט ער אין וויליאמסבורג, אבער זיין אצילות דקדושה און צהלת פניו אויסגעמישט מיט זיין אייגנארטיגן ענוות חן ותמימות, האט צוגעצויגן א גרעסערע עולם. דאן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק, וואו א ניייע לעכטיגע קאפיטל האט זיך אנגעהויבן לבית אמשינאוו.


מברך על הכוס בדביקות נפלאה:

הכוס11.jpg
בסוף ימיו, מברך על הכוס.
הכוס11.jpg (489.61 KiB) געזען געווארן 1583 מאל

[אגב, איך ווייס נישט וויאזוי קלענער צו מאכן בילדער וואס ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, דערפאר זענען די בילדער אזוי גרויס. אויב איינער קען מיר אנווייזן וויאזוי צו פארקלענערן, יישר כוחו וחילו].


אין נעקסטן קאפיטל: תהלוכותיו בקודש פון רבי איציק'ל אמשינאווער.
מיטוואך יוני 17, 2015 4:00 pm#283322
שש משזר האט געשריבן:ריכטיג, און כ'האמיך נאר משתמש געווען במטבע לשון ווי מען זאגט היינט 'ער איז א רבי ר' מיילעך אייניקל'...

כמדומני שבלשון המדוברת כיום כשאומרים א 'רעכטע' אייניקעל הכוונה לנכד ממש. ואולי אני טועה.
מיטוואך יוני 17, 2015 4:23 pm#283331
קודם כל א ייש"כ.
אזוי ווי דו האלטס שוין נאכן קריג אין אמעריקע, ערלויב איך מיך אריינפילן א פרט פון בעפאר. כשפרצה המלחמה איז ר' שימעלע אנטלאפן קיין ווילנא. זייענדיג שוין אין וואגן אויפן וועג, זעהט ער ווי ר' איציקל גייט אין גאס מיטן טלית און תפילין אונטערן ארעם, אויפן וועג אהיים פון דאווענען. האט אים ר' שימעלע געהייסן ארויפקומען אויפן וואגן און מיטפארן וכך עשה, ניטאמאל זיך געזעגנט מיט די ווייב און קינדער, וככה ניצל לבדו.
מיטוואך יוני 17, 2015 4:36 pm#283337
שש משזר האט געשריבן:[אגב, איך ווייס נישט וויאזוי קלענער צו מאכן בילדער וואס ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, דערפאר זענען די בילדער אזוי גרויס. אויב איינער קען מיר אנווייזן וויאזוי צו פארקלענערן, יישר כוחו וחילו].

כ'ווארט נאך אויף א תשובה.

אזוי אויך האב איך בילדער וואס נעמען אויף מער פון kb 500, אבער דער פארום לאזט דאס נישט ארויף. אויב איינער ווייסט וויאזוי צו טוישן דעם פארמאט אז ס'זאל אויסקומען ווייניגער ווי kb 500, אדער וויאזוי צו מאכן אז דאס זאל סייווי קענען ארויפקומען אויפן פארום, יתברך בכל הנ"ל.
מיטוואך יוני 17, 2015 5:26 pm#283345
דער בילד פרענגט מיט נאסטאלגיע!! אוי דער אמשינובער רבי ז"ל, דער אצילותדיגע הייליגע צורה. איך פלעג א סאך מאל אריין פאלן אלס קינד אין דעם שוהל. דער קדושה שיינט פון זיין פנים.

און א זייטיגע נאטיץ די באטעל פון גרעיפ דזשוס די טינקעלע באטעל דערמאנט מיר אויך פון מיינע קינדערישע יאהרן.
מיטוואך יוני 17, 2015 11:25 pm#283429

WOW WOW
מזל טוב!! מזל טוב!!
אונזער באליבטע ערעב @שש משזר איז אין די מינוטען אנגעקומען צו 2,000 לייקס!!
בלייבט נאר איבער צו ווינטשען אז בקרוב ממש זאל ער זיך שוין טרעפן ביי 4,000 לייקס,
ומעלין בקודש!!
מיטוואך יוני 17, 2015 11:50 pm#283435
יעצט ערעב @שש משזר איז נישטא קיין שום תירוץ, און מיר אלע ערווארטן עפעס א זאפטיגס, וואס זאל זיין אזאנס און אזעלעכס.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:47 am#283492
ש"ש אנכי על אמרתיך כמוצא שלל רב. הרב שש, איך טרונק יעדעס ווארט וואס איר שרייבט (אין דעם אשכול און אין אנדערע) מיט דורשט.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:18 pm#283599
שש משזר האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:[אגב, איך ווייס נישט וויאזוי קלענער צו מאכן בילדער וואס ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, דערפאר זענען די בילדער אזוי גרויס. אויב איינער קען מיר אנווייזן וויאזוי צו פארקלענערן, יישר כוחו וחילו].

כ'ווארט נאך אויף א תשובה.

אזוי אויך האב איך בילדער וואס נעמען אויף מער פון kb 500, אבער דער פארום לאזט דאס נישט ארויף. אויב איינער ווייסט וויאזוי צו טוישן דעם פארמאט אז ס'זאל אויסקומען ווייניגער ווי kb 500, אדער וויאזוי צו מאכן אז דאס זאל סייווי קענען ארויפקומען אויפן פארום, יתברך בכל הנ"ל.

m http://jpeg-optimizer.com m
מאנטאג יוני 22, 2015 5:35 pm#284346
ערעב ATUB @פריעד באטשי ATUB בוסט איינגעשלאפן?
מאנטאג יוני 22, 2015 7:04 pm#284370
ירא שמים האט געשריבן:ערעב @פריעד באטשי בוסט איינגעשלאפן?


די טאכטער זאג איך, די שנור מיין איך.
מאנטאג יוני 22, 2015 7:43 pm#284385
העברע טייערע, הינעיני, אטע דא בינעך, אבער דארף מען אז ערעב ATUB @שש משזר ATUB זאל דא זיין, אז נישט האבעך גארנישט אויפגעטון.

ATUB @געוואלדיג ATUB האקט דאס זעלביגע, ATUB @ירא שמים ATUB , הערסטע וואס זאגעך??
מיטוואך יוני 24, 2015 6:14 pm#284930
@שש משזר, נא.
מיטוואך יוני 24, 2015 8:55 pm#284967
בפקודת מרן ATUB @גדול הדור ATUB , אנו מגלים את דעתינו ATUB @דעת תורה ATUB שמורה מורינו הר"ר ATUB @שש משזר ATUB יקח עטו בידו וימשיך לכתוב על ATUB @צדיק הדור ATUB .
דאנערשטאג יוני 25, 2015 3:07 am#285035
פופצנטע קאפיטל:
תהלוכות בקודש פון רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.



ראשו מגיע השמימה.

דער רבי ר' איציק'ל איז געווען מפורסם מיט זיין געהויבענעם עבודה, דבקות בה', און תמימות. אסאך מאל פלעגט ער אריינפאלן אין א דבקות, און מ'האט פשוט געזען אז ער געפינט זיך אין אן אנדערן וועלט. הגה"ח רבי חיים דוב קופיץ שליט"א [מבני חבורתא קדישתא, כעת ר"מ בישיבת ] האט דערציילט, אז איינמאל האט אים דער רבי געבעטן מיטצוגיין מיט אים שפאצירן. און כידוע געפינט זיך אמשינאוו אין בארא פארק אויף 15 עוועניו צווישן 44 און 45 סטריט. דער רבי האט אנגעהויבן שפאצירן צום כיוון פון 45,46, וכו', און בשעת מעשה טראכט רח"ד וואו אהין דער רבי וויל גיין (סתם אזוי פלעגט ער נישט שפאצירן אפט), אנקומענדיג צו 46 סטריט - וואו זיין זון דער היינטיגער רבי ר' יוסל האט געוואוינט – האט ער געטראכט אפשר וויל ער גיין צום זון, אבער דער רבי איז געגאנגען ווייטער פאר'דביקות'טערהייט. און אזוי ביי יעדע פאר גאסן האט רח"ד געטראכט אפשר וויל ער גיין דא, אדער דא, אבער דער רבי האט גארנישט געזאגט און ער האט פשוט ממשיך געווען מיטן שפאציר.

מ'איז אנגעקומען צום עק ב.פ. ביים 60'סטע סטריט, אבער דער רבי האט ממשיך געווען צו שפאצירן בדביקות נפלאה. רח"ד האט שוין אנגעהויבן טראכטן מי יודע וואספארא תיקונים דער רבי וויל מאכן אינדרויסן פון בארא פארק... אזוי האט מען ממשיך געווען צו שפאצירן ביז טיף אין די 70'ער גאסן, ווען ענדליך האט דער רבי זיך אויפגעכאפט און געפרעגט רח"ד'ן: 'נו, מ'איז שוין אנגעקומען צו יוסל'ן'?!...


גייענדיג אין גאס - מערקט זיין לויטערע צורה:

43.JPG
גייענדיג אין גאס.
43.JPG (499.57 KiB) געזען געווארן 1268 מאל


ענדליך צו דעם איז געווען אמאל א מעשה, ווען ער איז געגאנגען שפאצירן 'עראונד-די-קארנער' אויף 44 סטריט צווישן 14 און 15 עוועניו, וואו ס'געפונען זיך אפאר אפארטמענט בילדינג'ס. און ווען דער רבי האט דאס באמערקט האט ער געפרעגט: 'וואו זענען מיר יעצט? אין פלעטבוש?'... כלומר, ער האט נישט געוואוסט וויאזוי די גאס לעבן זיין הויז זעט אויס, און ער האט נישט געהאט דעם מינדסטן השגה וואס פלעטבוש מיינט. פשוט – דבקות בה'.

אזוי איז געווען מיט כל מיני הבלי עולם הזה, ער איז געווען מופרש ומובדל פון אלעס וואס איז נישט נוגע עבודת ה', און ער האט נישט געהאט דעם מינדסטן ידיעה אין די וועלטס נייעס, ביז ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט סוף ימיו, אז ער האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט אריינגעקוקט אין קיין צייטונגען. ביים עסן האט מען אויך געזען אז ער עסט נאר כדי צו לעבן, ער פלעגט כמעט גארנישט עסן, און וואס ער האט שוין יא געגעסן פלעגט זיין אן קיין טעם וריח, און אן קיין שום זאלץ אדער צוקער. אמאל האט ער זיך ארויסגעכאפט די ווערטער: 'איך שפיר נישט קיין טעם אין עסן'.

מיין טאטע, וואס האט אויך זוכה געווען אביסל זיך צו דרייען ביי אים, האט אמאל מגדיר געווען דעם חילוק צווישן די צוויי אמשינאווע רבי'ס, ר' איציק'ל פון אמעריקע און דער היינטיגער אמשינאווער רבי פון בית וגן [זיי האבן געפירט זייער חסידות אין די זעלבע צייט]. אז דאס איז זיכער אז זיי ביידע זינדיגן קיינמאל נישט, נאר דער חילוק איז וואס איז דער סיבה דערצו: דער אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל, האט נישט קיין 'צייט' צו זינדיגן, און דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ווייסט פשוט נישט 'וואס מיינט דאס' זינדיגן... דאס איז א ריכטיגע תמצית אויף זיין הייליג לעבן.


דאס שטענדיגע ליכטיגע פנים שוחקות:

שאלה 1.jpg
זיצנדיג ביי א שמחה, מיט זיין ליכטיגע צורה.
שאלה 1.jpg (475.53 KiB) געזען געווארן 1268 מאל


לא הסתכל בצורתא דזוזא.

די גמ' אין פסחים דף ק"ד ע"א זאגט: 'מאן ניהו בנן של קדושים, כל דלא הסתכל בצורתא דזוזא'. ער איז געווען דער ריכטיגער קדוש, וואס האט באמת נישט געהאט קיין שמץ השגה וואס דער חילוק איז פון א פעני, א ניקל, צו א קוואדער. אלעס איז געווען דער זעלבער אין זיינע אויגן. און ער פלעגט קענען געבן אסאך קליינגעלט אנשטאטס א דאלער – פאר צדקה, מיינענדיג אז ער געבט 'אסאך'... און פון די אנדערע זייט, איז איינער אמאל אריינגעקומען צו אים בעטן צדקה, און קיינער חוץ פון אים איז נישט דארטן געווען, האט דער רבי צאמגענומען אלע געלטער וואס ער האט דעמאלס געהאט מיט זיך פון פדיונות, און אים אוועקגעגעבן אויפן פלאץ. דאס געלט האט פשוט נישט געשפילט א ראלע ביי אים.

ווען ער האט מייסד געווען א כולל ביי זיך אין ביהמ"ד פאר חשוב'ע יונגעלייט, האבן אים אפאר עסקנים געזאגט אז ער זאל ארויפגיין צו א גביר אין שטוב, וואס יענער פלעגט כסדר זיך דרייען ביי אים, און נאכן מסביר זיין די ספעציעלקייט פונעם כולל וועט יענער זיכער געבן א שיינע מטבע. דער רבי האט אים טאקע מסביר געווען נחיצות הדברים, און דער גביר האט אים געזאגט: 'נקבה שכרי ואתנה', וואספארא פרייז דער רבי וועט בעטן וועט ער אי"ה געבן. האט אים ר' איציק'ל געבעטן צו געבן... הונדערט דאלער. דער גביר איז פשוט נשתומם געווארן פון די 'השגות' פונעם רבי'ן, ער איז דאך געווען זיכער אז דער רבי וועט אים בעטן א גרויסע סכום געלט...

אזוי איז געווען מיט אלע גשמיות'דיגע ענינים. למשל, ווען ער האט נאך געוואוינט אין וומסב"ג האט ער אמאל פארדינגען א שטאק פון זיין הויז פאר א צווייטן. איינמאל איז יענעמ'ס הייצונג צובראכן געווארן, און יענער – נאכנישט ארויסהאבנדיג פונקטליך ווער ר' איציק'ל איז – האט אריינגעקלאפט ביים רבי'ן אים מודיע זיין אז די הייצונג איז צובראכן, און דער רבי/לענדלארד זאל זען עס צו פאררעכטן. פונקט איז קיינער נישט געווען ביים רבי'ן אין שטוב, און אפאר מינוט שפעטער האט דער רבי אריינגעקלאפט ביי אים אין דירה האלטנדיג א האמער אין האנט, און ער האט אים געזאגט אז דער כלי האט ער געטראפן ביי זיך אינדערהיים, אפשר וועט דער כלי אים העלפן פאררעכטן די הייצונג...

כ'האב געהערט פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ ז"ל [ראה"כ בוסטון פלטבוש, ואחיו הגדול של רח"ד הנ"ל], וואס האט זוכה געווען צו זיין משב"ק פאר אפאר יאר, אז בדרך כלל האט ר' איציק'ל נישט געפירט קיין טיש חנוכה אין ביהמ"ד. איין יאר האט מען זיך איינגעבעטן און מ'האט גע'פועל'ט אז ער זאל פירן אין ביהמ"ד. יענעם יאר נאך חנוכה, האט דער רבי אריינגערופן ר"ש און אים געבעטן צו טוישן א פלארעסענט לייט אין שול, זאגנדיג אז ער האט געזען אז ס'בלינקט, און ער האט אמאל געהערט אז ס'איז א סכנה צו לאזן אזא לעקטער. ר' שלמה האט געוואוסט אז אלע לעקטער'ס ארבעטן גוט, און ער האט שנעל געכאפט וואס דא גייט פאר: איינער האט געכאפט בילדער פונעם רבי'נס עבודת הדלקת נר חנוכה, און דער רבי האט געזען אז ס'בליצט האט ער געמיינט אז די לעקטער טויג נישט, ווייל 'וואס דען קען עס זיין'...


חנוכה ביים צינדן די מנורה:

חנוכה44.jpg
תפוס שרעפים בעת הדלקת נר חנוכה.
חנוכה44.jpg (442.26 KiB) געזען געווארן 1268 מאל


רבים הולכים לאורו.

ווי פארשטענדליך, האט זיין ריינע תמימות'דיגע עבודה, בנוסף צום אור-אלטן אמשינאוון חן, צוגעצויגן א גרויסע מאסע חסידים ומעריצים, און ער האט געהאט א געהויבענע חבורה פון טייערע יונגעלייט וואס זענען אליינס ראוי צו זיין רבי'ס, און אסאך שפעטערדיגע רבנים וגדולי ישראל האבן זיך געדרייט ביים אים [איבער דעם - אין א באזונדערע קאפיטל]. אזוי אויך, האבן די גרעסטע רבי'ס זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט מורא'דיגע ווערטער [וגם זה יבוא בפרק בפנ"ע], און בעצם האט דער הייליגער אסטראווצער אמאל באזוכט ביי זיין טאטן רבי יוסעלע אמשינאווער אין שטוב, און זעענדיג זיין זון ר' איציק'ל האט דער אלטער גאון וקדוש מאסטראווצא אים געבעטן א ברכה. ר' איציק'ל איז נאך דאן געווען א קינד! דאס געבט א שטיקל בליק אויף ווער ער איז געווען.

ר"ה ביינאכט, פלעגט זיך שלענגלען א ריזן מאסע מענטשן פון אינמיטן גאס, וואס פלעגן שטיין אין ווארטן צו קענען אדורכגיין דעם הייליגן איד, לברך ולהתברך בשנה טובה ומתוקה. א איד איז אמאל צוגעגאנגען צו אים ערב יום כיפור בעטן אז דער רבי זאל אים אינזינען האבן ביים דאווענען, דער רבי האט - מיטן טיפישן אמשינאוון עניוות - אים לכתחילה געענטפערט: 'הלואי זאל איך קנען דאווענען אויף מיר אליין', אבער גלייך נאכדעם האט ער אים געזאגט: 'מיר דאווענען פאר אלע אידן'.

דער רבי פלעגט טאקע כסדר נאכזאגן פון זיין זיידן רבי איציק'ל וואורקער, וואס ער האט גערעדט בשבחו פונעם ריזשינער, אז ער איז זיך משתתף בצערן של ישראל עד כדי כך, 'אז א איד געבט זיך א קלאפ אין פינגער אין יענעם עק וועלט, טוט עס אים וויי'. אזוי האט ר' איציק'ל כסדר געלעבט, און ביי זיינע תפילות פלעגט מען זען ווי ער איז זיך משתפך כלפי קונו, ובפרט ביי תפילות וואס רעדן פון די גאולה. זיין 'רחם נא' ביים בענטשן איז געווען א דבר ידוע, זיינע טיפע קרעכצן - כאטש בדרך כלל האט ער איינגעהאלטן זיינע הרגשים ברבים.

אבער נישט נאר אין די הייליגע טעג, ווען מענטשן שפירן אן 'אימת הדין', פלעגט מען קומען צו אים, נאר אפילו סתם אזוי, פלעגן מענטשן - אפילו אן קיין זיק צו אמשינאוו - כסדר אריינפאלן ביי אים, זען זיין הייליגע עבודה, און זיך פשוט אנווארימען לאורו [זע דברי מרן ATUB @ראש הישיבה ATUB דא]. ביתו היתה פתוחה לרווחה, און כאטש די 'מצב' אין אמשינאוו האט כסדר געלעבט, א שמחה איז אייביג געווען אויסגעשפרייט, האט מען אלס געזען אז דער רבי פאר זיך לעבט אין אן אנדערע וועלט - על אף ער האט זיך משתתף געווען מיטן ציבור, אזא ריכטיגע 'ראשו מגיע השמימה' און דאך 'סולם מוצב ארצה'.


אין נעקסטן קאפיטל: די אמשינאווע חן, ליבשאפט, און דיבוק חברים.