כבוד הרב הוגה שליט"א.
איך וועל דיר ענטפערן כסדר דבריך.
קודם כל וויל איך דיר באדאנקן פאר דיינע לויב רייד. ווען א ניק באדאנקט יענעמ'ס שווערע הארעוואניע, און נאכדערצו ווען מ'אנערקענט אז יענער האט אריינגעארבעט אין זיינע תגובות, און ק"ו בן בנו של ק"ו ווען דער ניק וואס באדאנקט איז אזא חשוב'ע פערזענליכקייט ווי ATUB @הוגה ATUB בכבודו ובעצמו, נעם איך דאס במלוא חפניים. דער מהריי"צ האט געזאגט: 'חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם'. יעך זאג: 'חזקה על חנופה שמתקבלת על הלב', און אפילו ווען מ'זעט קלאר ווי יענער חנפ'ט...
האשכול אודות אמשינאוו, ואדמור"י אמשינאוו בכלל.
יעצט איז אזוי: ווען איך האב מחליט געווען צו באשרייבן דעם היינטיגן אמשינאוון רבי'ן, האב איך אינזין געהאט אט דאס - צו באשרייבן נאר דעם היינטיגן רבי'ן. אודאי פאסט צו מאכן א שיינע 'אריינפיר' צו מסביר'ן אביסל 'אמשינאוו' באופן כללי, און עווענטועל איז אוודאי שיין צו באשרייבן די פריערדיגע רבי'ס, כדי צו כאפן א בליק איבער די מהלכים און דרכים פון אמשינאוו [פון וואס דער היינטיגער רבי האט אסאך גענאשט], אבער די חשבון איז געווען צו שרייבן בקיצור צוצוקומען צום פונקט וואס דאס איז - דער היינטיגער רבי שליט"א. נאר ווי - שוין היינט - באקאנט, ליידט שש משזר פון א כראנישע קראנקייט [וי"א: מעלה] וואס רופט זיך 'אריכות'. איך האב טאקע מקצר געווען אנהייב בראשי השושלת, אבער מיט די צייט האט זיך עס אנגעהויבן ציען מער און מער, מיט נאך נקודות און נאך נקודות, אזוי אז ס'איז געווארן אן אשכול איבער אמשינאוו בכלל, און לאו דווקא איבער דער היינטיגער רבי דייקא.
אזויפיל יא. דאס וואס דו טענה'סט אז זיי זענען שוין באשריבן געווארן אסאך מאל ביז יעצט, איז א טעות. אין אידיש עכ"פ, זענען זיי קיינמאל נישט באשריבן געווארן אפילו א צענטל פון וואס איך האב זיי באשריבן, און אפילו אין לשה"ק איז עס קיינמאל נישט באשריבן געווארן אזוי מסודר דבר דבר על אופנו, נאכדערצו מיט פסיכאנאליזן, אריינצוקריכן אין די שורש פון אמשינאווע געדאנקנסגאנג, אזויווי די דרך שונה של כל אדמו"ר ואדמו"ר בשושלת אמשינאוו. עכ"פ דאס איז א נייע שיינע ארבעט, וואס האט זיך שוין געלוינט צו שרייבן.
ווייטער דאס וואס דו לייגסט אראפ אז קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט אין זיי, איז אומריכטיג פשוט קוקנדיג אויף די תגובות פונעם עולם. אוודאי איז דער 'עיקר' דער היינטיגער רבי, אבער די רבי'ס ביז אים האבן אויך געצויגן גרויס אינטערעסע, און מ'האט זיך אסאך אויסגע'טענה'ט, נאכגעפרעגט, און זיך מחיה געווען מיט די באשרייבונגען ביז יעצט אויך. אדרבה, גיי אדורך די אכצן בלעטער, און איבער פופציג קאפיטלען, וועסטו זען ווי א שיינע ציבור איז געווען מעורב אין די באשרייבונגען מיטן גאנצן קנאק.
אודות האדמו"ר מאמשינוב שליט"א.
און צום לעצט, איז דאך אוודאי נוגע א הסבר איבער מיין נישט באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן. איז קודם כל וואלט איך דיך געוואלט פרעגן: דו האלסט טאקע אז כ'האב געזוכט אריינצונארן דעם עולם מיט באשרייבונגען אויף יעדן איינעם א חוץ דער נושא האשכול? דו מיינסט טאקע אז כ'האב נישט גענוג חומר צו שרייבן אויפן היינטיגן רבי'ן? איך ווייס מער איבער די היינטיגע רבי ותהלוכות חייו, ווי איבער די רבי'ס ביז אים, און אויב ביי די פריערדיגע האב איך געדארפט נאכקוקן אן א שיעור מקורות, פעלט נישט אויס קיין פערטל פון די מקורות כלפי דעם היינטיגן רבי'ן, וואס איך קען פון די נאנט זיין דרך ואורחות החיים. איז אוודאי דא א סיבה פארוואס איך האב אים נאכנישט באשריבן, אבער אוודאי ווען כ'האב אנגעהויבן צו שרייבן איז עס געווען במחשבה תחילה אים צו באשרייבן.
והיה כי ישאלך בנך, נו פארוואס טאקע האסטו אים נאכנישט באשריבן? ואף אתה אמור לו, מפני כבודו של הוגה וועל איך מגלה זיין דברים צנועים [ומכאן ואילך, איז גוט צו דן זיין לכף זכות ביי אנדערע געלעגנהייטן, און אנדערע ניקס צוגלייך], אז נאכן שרייבן אזוי לאנג איבער אמשינאוו און נאך, האט מען זיך פארבינדן מיט מיר פון א געוויסע אויסגאבע, און זיי האבן מיר געאפערט אז כ'זאל באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן אין זייער אויסגאבע, פאר גוט באצאלט. נו, 'ביזנעס ביפאר פלעזשור', און דערפאר האב איך נאכנישט באשריבן דעם היינטיגן רבי'ן. אויב חברי ק"ש זענען גרייט מיר צו באצאלן וויפיל זיי אפערן, וועל איך עס באשרייבן דא - טראצדעם וואס יענע פלאטפארמע איז פיל מער מכובד אין גאס, טאקע צוליב דעם וואס כ'האב מתחילה געזאגט אז כ'וועל עס באשרייבן דאהי. אבער אויב מ'וויל מיר נישט באצאלן דא, מיין איך אז אפילו מצד מענטשליכקייט האב איך קיין חיוב מוותר צו זיין אויף די שיינע סומע געלט, וואס עס איז ווערד. אזויפיל יא, בין כך ובין כך, גלייב איך אז די הוספות ומילואים וועל איך אריינלייגן דא אין ק"ש, און ע"פ פשטות וועט דאס זיין כאטשיג די זעלבע מאס חומר וואס וועט אריינגיין אינעם אויסגאבע, פשוט מטבע הדברים אז אן אויסגאבע איז באגרעניצט סיי אין מקום און סיי אין וואספארא זאכן מ'קען באשרייבן, והמבין יבין.
אודות הטענות שלך על דרך כתיבתי.
יעצט לאמיר גיין צו דיינע שאלות איבער מיין סעריע ביז יעצט:
1) ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן, און דא אויך דורך אנדערע ניקס, איז סאטמארע רב בכלל נישט מיין מעסטונג שטעקן איבער גדלות גדולי ישראל. סאטמארער רב איז פשוט געווען א לייב בחייו כבמותו, און רוב חסידים אין אמעריקע זענען געפאלן אונטער זיין השפעה. ווען איך שרייב אז סאטמארער רב האט אויך געהאלטן פון פלוני אלמוני, איז עס פשוט אויף צו בארואיגן זיינע אנהענגערס למיניהם, וואס זענען בדרך כלל מער סקעפטיש ווי אנדערע קרייזן, צו האלטן פון א גדול פון א צווייטע קרייז.
[אגב האב איך א טעאריע, א שטיקל פסיכאנאליז איבער סאטמארער רב, פארוואס ער האט טאקע געגליכן די סטיל צדיקים ווי דער אלטער קאפישניצער, באיאנער, אמשינאווער, ודומיהן. ווייל ער זעלבסט איז געווען א לייב וואס פלעגט שניידן שטיקער, געוויינט און געיאמערט, געקאכט און געזידט, בקיצור נוסח רביזכיסעיאגענעליינע. טרעפנדיג ערליכע אידן וואס גייען בצדי דרכים, שטילע אצילות'דיגע ערהויבענע אידן, בעלי חסד מיט א פשטות, וכדומה, איז ער פשוט געפאלן פאר זיי. דייקא די שוני האט אים צוגעצויגן צו זיי. און מצד שני, די וואס זענען געווען היבש צוקריגט מיט אים, זענען געווען די מערסטע דומה צו אים אין געוויסע הינזיכטן, ואכמ"ל].
2) מעגליך אז איך בין א פשוט'ער שוואנץ, וואס האלטנדיג פון די אמשינאווע רביים 'זע' איך וואס אנדערע פארפעלן צו זען. אבער לדעתי איז נישט אזוי שווער דאס צו פארשטיין, נאכן אדורכליינען די לענגערע אשכול על חמישים פרקיו. 'גאנץ אמשינאוו ליגט אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט' מיינט, אז די ערנסטקייט, תמימות, און איידלקייט, זענען שטריכן וואס מ'זעט גלייך אויף יענע בילד. ביי אנדערע רבי'ס קען מען אפשר זען צוקאכטקייט, מסירות נפש, קנאות, שארפקייט, זיסקייט, וכו', איש איש כפי טבעו. אויף זיין פנים זעט מען זיין טיפישע התנהגות לאורך חייו. וכהנה ביי רוב 'טיטלען' וואס כ'האב אים געגעבן. פארט לא אכחש אז ס'איז געשריבן מער ע"ד ה'שרייבעריי', וואס די דרך איז פשוט צו שרייבן באופן זה אן קיין דעקונג, הגם איך האב יא פרובירט צו שרייבן כפי מחשבותי און נישט סתם לשם פאמפע בעלמא.
3) ווייטער איבער די הפלגות בשבחי האדמורי"ם לבית אמשינאוו, כאפ איך נישט פונקטליך וואס דו מיינסט. אויב די עצם באשרייבונגען שטעלן אוועק א דמות פון איינער וואס לפי החשבון מוז אויסקומען מער הייליג ווי דער אריז"ל בעש"ט וכו', וואס זאל איך טון? אויב דו מיינסט סתם תוארים בדוגמת איש אלקים קדוש וכדומה, דאן זייט וויסן אז כ'האב בכלל נישט געשריבן קיין הפלגות, און סאטמארער רב'ס נוסח המצבה, און אפילו ר"ש באבובער'ס נוסח המצבה, זענען צען מאל שטערקער. הוי אומר, לפי נוסח זמנינו האב איך נישט מפליג געווען. ועיעו' בסמוך.
דאס זעלביגע איז כלפי דיין טענה אז רבי מאיר מאנדלבוים האט באקומען א טיטל הגה"צ, און רבי שלמה קופיץ האט באקומען א זצ"ל. סתם לידיעתך, ר"מ מאנדלבוים איז היינט דער חשוב'סטער איד אין אמשינאוו ב"פ, און יעדער איינער ממש וואס קען אים, וועט אים באטיטלען כאטשיג אלס הגה"צ. ער וואלט געווען אן אדמו"ר אין סיי וועלכע חצר - ווען נישט דעם וואס אין אמשינאוו דרייען זיך ארום אזעלכע לייבן כאילו זיי זענען פשוט'ע שלעפער'ס. ר"ש קופיץ איז נישט געווען סתם א חסיד, טאקע געווען א טשיקאווער אמשינאווער טיפוס, אבער זיין טיטל אלס זצ"ל האבן שוין אפאר אנדערע קהילות מקדים געווען אים צו געבן, טאקע קענענדיג דעם מענטש - מיט זיינע ווערטלעך השגורות על פיו תמיד. ער איז געווען אן אייגנארטיגער איד, וואס אויב יעדע שמויגער איז א ז"ל, איז ער זיכער א זצ"ל. אודאי אין אן אויסגערעכנטע וועלט וואלט מען מדקדק געווען מיטן טיטל 'צדיק', אבער אין היינטיגן וועלט ווען יעדע נערוון קריכער וואס זיין דרשה ווערט פארקויפט שטייט אויף אים לכה"פ הרה"ג, דאן פארדינען אמת'ע דערהויבענע אידן די טיטל הגה"צ, און אויב נישט איז עס - לפי ערך זמנינו - פשוט א בזיון אין זיי. פארפאלן, אזוי ארבעט די וועלט און כ'זע נישט אז פונקט ביי זיי זאל איך געבן די זעלבע תוארים ווי פאר א שמענדריק שבשוק.
החשובים שהוסתובבו אצל האדמו"ר מאמשינאוו זצ"ל.
ווייטער דיין פראבלעם מיט די אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי אים, אז זיי זענען נישט געווען זיינע חסידים, נאר האבן געדאווענט דארט ותו לא, איז ווייטער א טעות פון דיין נישט פארשטיין אמת'דיג ווי ווייט איך בין געגאנגען מיטן אמת לאורך הפרקים. אלע נעמען וואס איך האב דערמאנט, האבן זיך געהאלטן פאר עמטליכע אמשינאווע חסידים ממש [א חוץ דער קאסובער, וואס כ'האב טאקע געשריבן אז כ'ווייס נישט קיין פרטים].
אין דעם איז נכלל הגה"ח רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א, וואס האט געגעבן א דרשה אין אמשינאוו ווי דערמאנט במקומו, וואו ער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ער איז געווען א חסיד ממש פון רבי איציק'ל (כ'האב מיך אפילו געווערטלט מיט אים, אז כ'האב נישט געוואוסט אז א באבובער קען זיין א חסיד פון א צווייטע רבי אויך... ער האט מיטגעלאכט אבער האט מיר דירעקט אויך קלאר געזאגט אז ער איז געווען א חסיד ממש, כאטש אוודאי איז זיין עיקר רבי געווען ר"ש מבאבוב).
די סיבה איז גראדע אויך פשוט, איינער וואס האט דארט געדאווענט און געזען די התנהגות פון אים נאכאנאנד, איז געווען אוממעגליך נישט צו ווערן זיינס א חסיד. אזוי איז רבי מאטל זילבער מסטיטשין געווארן זיין חסיד, אזוי איז רבי נחום מאיר גערמאן געווארן זיין חסיד, און אזוי איז אויך מיין טאטע געווארן זיין חסיד.
מער וואלט איך נאר געקענט מסביר'ן פנים אל פנים... און איך האף אז כאטש האט מיין פעדער עטוואס אויסגעקלארט ענינים הצריכים ביאור ובירור. אלנפאלס, כ'האב מגלה געווען עפעס וואס כ'האב באהאלטן א לאנגע צייט, ולידיעתך - ס'איז געווען א גרויסע סעקרעפייס מצדי, ותוצאותיו מי ישורנה. ולא עשיתי אלא לכבודך בלבד - איינער וואס איז א טאלאנטפולע קאפשטיק [נישט נאר 'שרייבער'. למען ה', כ'בין פלעין א צייטונג שרייבער?
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:]()
] און איז ווערד די הקרבה מצדי. וכל הברכות שנתת לי יחולו גם על ראשך אמן.
הכ"ד ידידו המברכו בלונ"ח,
שש משזר.