שש משזר האט געשריבן:אין דער צייטונג, אפטיילונג 'אידישער צייט', געפונט זיך א גאר טשיקאווער רובריק אונטערן נאמען "בימים ההם".
דער שרייבער איז קענטליך עפעס א געמויזשעכץ פון חסיד, ליטוואק, ישיבישער, פוילישער, סארט איד. זיין שפראך איז אינטרעסאנט, זיינע ערציילונגען זענען נישט די טיפיקל, און פון צייט צו צייט דערציילט ער איבער אמשינאוו. עפעס קען ער פון דארט.
קיין נאמען טראגט ער נישט דארט, אבער עכ"פ ער איז די מקור פאר די פאלגענדע ערציילונגען אויף רבי שימעלע אמשינאווער זצ"ל, וואס ער האט געשריבן פ' ויגש העעל"ט. די מעשיות זענען טיפישע אמשינאווע מעשיות, אדורכגעפלאכטן מיט אהבת ה' און אהבת ישראל.
איך האב אויך ערהאלטן א טוץ מעשיות פון דעם אינטערעסאנטער רובריק, פ' עקב תשע"ח, וואו ער דערציילט איבער די אמשינובע רביים. כ'וועל עס דא ציצייכנען למען יעמדו למשמרת.
1. ר' שימלע אמשינאבער האט זיך אלץ געפירט על פי שו"ע, אזוי ווייט אז אפילו א פענסטער האט מען נישט געעפנט אויף שבת אין ווינטער, נאר דורך א קטן, מחמת חשש אז דער קאלטער ווינט וועט בלאזן אויפן טערמאסטעט און ס'וועט זיך אנצינדן.
2. ס'איז באקאנט דער עסקן ר' הערשל בראנשטיין וואס האט געטון פאר רוסישע אידן במס"נ, ער איז געווען א נאווארדיקער תלמיד און אמשינאבע חסיד. ר' שימעלע האט אמאל געהאט אן אור אייניקל, און האט דערציילט פאר ר' הערשל אז ער האט געהאט א אור אייניקל און ס'דא א מזל טוב, אבער א שאד אז די ברית וועט זיין אין צייט. ווען ר' הערשל האט געפרעגט וואס די שאד איז, אדרבה! האט דער רבי געענטפערט אז אויב ס'וואלט געווען אפגעלייגט וואלסטו געהאט צייט זיך צו לאזן וואקסן א בארד...! דורך די צחות האט ער משפיע געווען בסבר פנים יפות.
3. אן אלטע בחור איז געווען אין שול ביי של"ס, און דער רבי האט געהערט ווי ער זאגט אז ער וויל דאווענען פרי כדי צו קענען דאווענען אין אן אשכנזישע ביהכ"נ מוצאי שבת, ווייל דורכן וואך האט ער געהאט יארצייט און דער גבאי וועט אים אוודאי נישט לאזן דאווענען פארן עמוד אלס בחור, ווי מ'האט זיך געפירט אין געוויסע מקומות. האט זיך ר' שימעלע אנגעריפן צום בחור: ווען יעקב אבינו האט מתקן געווען תפילת ערבית איז ער אויך געווען א בחור!
4. זיין טאטע האט אמאל גענומען ר' שימעלע קיין וויליאמסבורג צו א ברית. אינמיטן וועג האט זיין טאטע מאיזה טעם גענומען א צווייטע טעקסי פארן רבין, און ער האט געצאלט פאר דעם. ווען שפעטער אויף פורים איז ער ווידער געווען ביים רבין, האט דער רבי געדענק און האט אים געוואלט צוריקצאלן דעם סכום.
5. וויבאלד מ'האט געהאלטן אין די ראשית יארן אין אמעריקע ווען מענשטן האבן זיך נאך געמושטעט מיט פרנסה, האט דער רבי נישט געלאזט מאכן ביים עולה זיין לתורה קיין מי שברך בעבור שנדר, זאגנדיג ווער ווייסט צי דער יוד קען זיך ערלויבן צו געבן געלט ווען די פרנסות זענען אזוי בצמצום.
6. זיין זון ר' מאיר'ל, האט געעפנט א ישיבה אין ארץ ישראל און מ'האט געזוכט צאמצושטעלן געלט פארן ישיבה, האט איינער זיך אנגערופן אז ס'איז כדאי צו מאכן אזא סארט פרנס יומי, נעמען פון 350 נדבנים אז יעדער זאל געבן א געוויסע סכום געלט פאר די טאג וואס ער איז מפרנס. האט זיך ר' מאיר'ל אנגערופן: די שנת הלבנה ווי אידן פירן זיך, איז נישט מער ווי 354 טעג!