Under maintenance
הויפט זייט » חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8781
דינסטאג מאי 19, 2015 3:59 pm#276844
וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געלייענט חקרןס ערשטע הודעה און דערנאך אהערגעשפרינגן און איך פארשטיי שוין אלעס. דער דרך פון סקווירא אין עבודת השם איז צו טוישן לאטס מיט סאטמער. שלי שלך שלך שלי זו מדת חסיד ויש אומרים זו מדת עם הארץ. דערווייל האט מען א נייער לאט און תורת הבעש"ט גייט ווייטער אן.

יעצט פארשטיי מיר שוין פשט מיט דיין ניק וחלופיהן
דינסטאג מאי 19, 2015 4:35 pm#276865
ATUB @וחלופיהן ATUB , זאג נישט פארקערט ווי עם, ווייל ער וועט דיר באשייגעצן.
דינסטאג מאי 19, 2015 4:40 pm#276873
וואס איז די חילוק פון וחוליפיהן און I'm back חוץ פון די שפראך ?
דינסטאג מאי 19, 2015 6:35 pm#276961
מוצ"ש מאי 07, 2016 11:41 pm#332074
ס'קומט אריין ברעכעדיגע נייעס אז היי יאר וועט געפראוועט ווערן א הדלקה ל"ג בעומר בהשתתפות פונעם רבי'ן. דאס קומט אלץ א רעזאלט פון די געהויבענע שבת וואס איז געפראוועט געווארן אין מירון פארגאנגענע ווינטער ווי מ'האט געזעהן ווי דער עולם גייט אויס פאר ר' שמעון

לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי
מוצ"ש מאי 07, 2016 11:45 pm#332075
כ'האב געמיינט מ'האט זיך שוין געלערנט אין סקווירא אז מ'שטייט אוועק פון פייער.
מוצ"ש מאי 07, 2016 11:48 pm#332077
איך האב געמיינט אז ווען די רבי האט זיך אויסגעדריקט "ס'איז נישט די סקווירא דרך" האט ער זיך באצויגן צו מאכן פייערס ל"ג בעומר
זונטאג מאי 08, 2016 11:36 am#332114
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס עס שטייט אין מאור עינים, דאס איז חסידות, און דאס סקווירא - א המשך פונעם הייליגער בעל שם

פונעם מאור עינים קען מען קיין הלכה פסק׳נען; פון סקווירא...
זונטאג מאי 08, 2016 11:38 am#332117
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'קומט אריין ברעכעדיגע נייעס אז היי יאר וועט געפראוועט ווערן א הדלקה ל"ג בעומר בהשתתפות פונעם רבי'ן. דאס קומט אלץ א רעזאלט פון די געהויבענע שבת וואס איז געפראוועט געווארן אין מירון פארגאנגענע ווינטער ווי מ'האט געזעהן ווי דער עולם גייט אויס פאר ר' שמעון

לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי

וואס באדייט די ווארט ״ברעכעדיגע״?...
זונטאג מאי 08, 2016 11:49 am#332118
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
Breaking

lead, follow, or get out of the way
זונטאג מאי 08, 2016 11:54 am#332119
יעלה ויבא האט געשריבן:Breaking

lead, follow, or get out of the way

or Vomiting
זונטאג מאי 08, 2016 1:44 pm#332131
ירח בן יומו האט געשריבן:
יעלה ויבא האט געשריבן:Breaking

lead, follow, or get out of the way

or Vomiting


אלו ואלו דא"ח
זונטאג מאי 08, 2016 2:31 pm#332135
וויאזוי פארענטפערט מען דאס אז די טאוטע האט דאס נישט געטוהן?
זונטאג מאי 08, 2016 2:46 pm#332137
י"א אז די טאטע פלעגט אנצינדן א לעכט אום לאגבוימער.

ועכשיו שנתרבו השיעורים ונתקטנו המוחות איז די מדורה נישט מער ווי א ליכט
זונטאג מאי 08, 2016 2:54 pm#332138
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
די טאטע האט נאר געלעיבט ביז די 68
ער האלט שוין ווייטער קען ער טוישען

lead, follow, or get out of the way
זונטאג מאי 08, 2016 8:04 pm#332184
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ישר כח פאר דער וואס האט ארויפגעברעינגט די אשכול עס איז געוועין כשר אינטעטעימענט איך בין אדורך די גאנצע מהחל עד כלה עס איז געוועין צו וויינען און צו לאכן.
פרייטאג מאי 20, 2016 6:20 pm#333908
ווען מ'מעג מעג מען...

IMG-20160520-WA0082.jpg
זונטאג מאי 22, 2016 1:03 am#333936
רבותי ס'כאפט א פחד. אט אט גייט מען צינדן א פייער לג בעומר אין סקווירא
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:20 am#358138
רבי יצחק יוסף אונגער שפאצירט אויף דער 'פרויען זייט' ...
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:29 pm#358192
.
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 3:51 pm#358259
m http://matzav.com/233175-2/ m

איך בין נישט זיכער אז דאס באלאנגט און דעם אשכול.....
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:56 pm#358370
C/p from hirsheltzig.com

 סקווערע רבי פארמאגט א שיינע וואקאציע היים אין דעם סקווערן קעמפ אין סוואן לעיק, גראדע גאנץ א נייע הויז, געבויעט ספעציעל פאר דעם צוועק אפאר יאר צוריק. און דארט גייט ער זיך אפרוען, ווייל ער פארט דאך נישט אויף מיאמי אדער פאלם ספרינגס. 

יעצט זעט אויס איז עם די קאנטרי געווארן צו ווייט (אפשר וועגן די פוס אפעראציע), אויך האט ער געוואלט קענען שפאצירן ביים וואסער, האט מען עם געקויפט א גרויסע פאלאץ אין נייעק בערך 20 מינוט פון סקווערע שטעטל, ביים וואסער פון האדסאן ריווער, די הויז האט געקאסט "בערך 2 מיליאן דאללער". יעצט בויט מען דאס איבער מען לייגט צו א מקוה מיט א ביהמ"ד וכדו'. און בקרוב וועט דער רבי קענען געניסן פון א וואקאציע לעבן שטוב

נ.ב. איך מיין אלע רבי'ס זאלן זיך אויסלערנען פון עם וועט מען מער נישט דארפן ארום פארן אין די מרחקים
פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 1:29 am#358380
דאכט זיך אז ער גייט שוין יארן דארט ביים הודסאן אפשר האט ער געדינגען ביז יעצט ווייסעך נישט
פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 2:50 am#358381
די הויז אין נייעק איז אים געקויפט געווארן דורך בנציון דונער בערך 10 יאר צוריק
זונטאג יאנואר 01, 2017 2:23 am#358433
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:C/p from hirsheltzig.com

 סקווערע רבי פארמאגט א שיינע וואקאציע היים אין דעם סקווערן קעמפ אין סוואן לעיק, גראדע גאנץ א נייע הויז, געבויעט ספעציעל פאר דעם צוועק אפאר יאר צוריק.


די הויז אין סוואן לעיק איז אן אלטע נאכגעלאזטע באנגעלוי נישט איבערגמאכט די לעצטע צוואנציג יאר.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:51 am#358538
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:04 pm#358560
אין די סקווירא אויסגאבע 'אורות'...
מ'רעדט דא פון א זיידע מיט זיין אייניקעל,
מ'רעדט דא פון דער 'אמרי חיים' שנת תשל"א

ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:46 pm#358574
דער גאנצע דף איז פול מיט קטנות בית סקווער.
מ'רעדט פון ר' משה בטלן?
דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:02 pm#358728
חקרן האט געשריבן:זייער פיין געענטפערט!

אבער מיין שאלה איז, פארוואס יעדע אנדערע חסידות - פון די וואס איך האב אויסגערעכנט, קען אין א סענטנס אדער צוויי ערקלערן זייער אייגנארטיגע מהלך ווי אזוי זיי דינען דעם אויבערשטן, אבער סקווירא קען נישט?! - דאס בעסטע וואס מען קען זאגן איז 'זיכוך המידות', א זאך וואס יעדער איז עוסק...

ס'איז בערך ווי דו זאלסט מיר ענטפערן אז אין סקווירא גלויבט מען אין באשעפער - כ'מיין, איבעראל גלויבט מען... וכן הוא לענין זיכוך המידות - בקיצור, וואס איז סקווירא אנדערש פון אנדערע פלעצער? (ערקלער אין צוויי אדער מער סענטענסעס).


ווער זאגט אז עס מוז זיין אנדערש כדי אז עס זאל באקומען די רעכט צו זיין א חסידות
עס איז דא לאנדא'ס גראסערי, בינגא, גאלבערג'ס, סופער 13 וכו' וכו' מיט וואס פאר א רעכט האט ער זיך צו רופן א פלוני'ע גראסערי? ווייל ער פארקויפט ברויט און מילך? יעדער פארקויפט דאך? נו טאקע דערפאר איז ער א גראסערי ווייל ער פארקויפט וואס א גראסערי פארקויפט
א חסידות דארף פארקויפן גארנישט מער ווי גלייבן אין באשעפער, לערנען דאווענען טוהן מצוות מיט א שמחה וכו' וכו' און יעדע פלאץ וואס פארקויפט די אלע זאכן וואס מען פארקויפט אין א חסידות איז פארעכענט ווי נאך א חסידות, וואס האסטו געוואלט אז אלע אידן זאלן גיין צו איין רבי'ן, דער האט ליב דעם גראסעריי צוליב זיינע סיבות, קויפט ער איין דארט וכן להיפך,
היוצא מדברינו נישט יעדע חסידות האט עפעס א ספעציעלער מהלך אין עבודת השם, עס איז פשוט נאך א ערליך פלאץ (אויב עס איז...) ווי מען פארקויפט וואס א חסידות דארף פארקויפן
ודי בזה והוא רחום יכפר עוון
דינסטאג פעברואר 28, 2017 12:37 pm#364152
נישטא קיין ווערטער …
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:19 pm#364156
ווער איז דער זאגער?
דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:25 pm#364157
בן ישי האט געשריבן:https://twitter.com/hasidic1/status/813058943551471616

און אויב די לעכט וועללן זיך ח"ו אנכאפן אין אנדערע פלאמ-בארע מאטריאלן. און ס'וועט ווערן א שטיקל הדלקה. וועם וועט מען רופן, די סקווירא פייער דעפארטמענט...?!
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 11:35 am#364298
כאטש איז ער מודה אז זיך גט'ן פון סקווירא איז א מצוה...
דינסטאג יוני 20, 2017 1:14 am#376014
כ"ק אדמו"ר שליט"א בן טראני
דינסטאג יוני 20, 2017 7:29 am#376026
אינטערסאנט אז "טראני", א נאמען פון א פרוי, שרייבן זיי ארויס.

די "נ.ב." איז לכאורה א טעות, וכך צ"ל: עזרת הרבנית הצ' תליט"א יהא פתוח (יהיה פתוחה?)
אדער: עזרת הולכי צד שמאל בשיכון, יהא פתוח.


בקיצור, איך וועל ביים תהילים שוין אויך אינזינען האבן די חסידים אויך.
דינסטאג יוני 20, 2017 8:34 am#376029
א קלייניקייט? א פסק בי״ד אז דער רבי איז נישט געזונט...
דינסטאג יוני 20, 2017 8:48 am#376031
ער איז דאך נישט געזונט, ביטע פארגעבען אויף מיינע מחשבות זרות, אבער זיין זוהן איז דער זעלבער קאמאניסט?
דינסטאג יוני 20, 2017 9:34 am#376036
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
איך האב געוואלט זאגן אפאר קאפיטלעך אבער צו זאגן די קאפיטלעך פון כק קדושת....... איז שוין צו לאנג האב איך גארנישט געזאגט.
דינסטאג יוני 20, 2017 9:44 am#376037
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
איך מיין נישט אוועק צומאכן, אבער איז דא נאך א חסידות/קהילה ווי מען שרייבט נישט ארויס דעם מנהיג'ס נאמען?
און וויאזוי איז ביים עולה לתורה זיין, זאגט מען אויך יעמוד קאק אדמור?
דינסטאג יוני 20, 2017 10:12 am#376039
גר ותושב האט געשריבן:איך האב געוואלט זאגן אפאר קאפיטלעך אבער צו זאגן די קאפיטלעך פון כק קדושת....... איז שוין צו לאנג האב איך גארנישט געזאגט.

נעע, מען זאגט נאר די ראשי תיבות "כ"ק אדמו"ר, נישט כבוד קדושת...".

איינער גלייבט דא אז ער איז געבוירן דורך א פשוטער פרוי - טראני? מאכט עס אפילו סענס?

נאך א זאך שטימט נישט, אויב איז בית דין די וואס גיבן ארויס דעם צעטל, דארפן זיי שרייבן די מראה מקומות בהלכה, וואו אין ד' חלקי ווערט דערמאנט אז מען זאל זאגן די קאפיטלעך/שמו של מלך מלכי.. כ'מיין שמו של כ"ק אדמו"ר, וכו'. וואס האט דאס מיטן בית דין איינגעשטויסן??
דינסטאג יוני 20, 2017 10:24 am#376040
ר' איסר איך וואלט אייך געראטן צו רעדן אביסעל איידעלער

יישר כח
דינסטאג יוני 20, 2017 10:29 am#376042
.
דינסטאג יוני 20, 2017 10:38 am#376043
ער איז דאך נישט ערגער ווי א פשוטער יוד, ער גייט אריבער היינט א הארץ אפעראציע, ווילסט נישט זאגן תהילים, פילסט אז דו קענסט נישט בשום אופן זאגן אפאר קאפיטלעך פאר אים, זאג נישט, אבער אים נעמען אויפן צימבעל היינט? פארוואס?

און צו עמעזאן, יישר כח פאר די מוסר, אבער איך האב קיינמאל נישט גערעד אזוי אויף עני גדול בישראל, אויך נישט אויף סאטמער..
דינסטאג יוני 20, 2017 11:01 am#376045
. ער איז גראדע יא ערגער פין א פשוטער איד.
דינסטאג יוני 20, 2017 11:14 am#376049
סניש ער, סזיין אונגערישער סאטמאר עולם
דינסטאג יוני 20, 2017 2:54 pm#376089
סמבטיון האט געשריבן:ר' איסר איך וואלט אייך געראטן צו רעדן אביסעל איידעלער

יישר כח

כ'האב גערעדט איין ווארט אויף אים?
איך האב גערעדט בנוגע דעם נארישן צעטל וואס כלומרשט האט די בית דין געשריבן.
דינסטאג יוני 20, 2017 8:40 pm#376157
סמבטיון האט געשריבן:ר' איסר איך וואלט אייך געראטן צו רעדן אביסעל איידעלער

יישר כח


פארשטיי נישט וואס די קאמפלעינטס, זיי אליינס מאכן זיך ללעג ולקלס מיט אזא בריוו, אדער שרייב סתם אדמו"ר שליט"א אן די מאמע'ס נאמען אדער שרייב די גאנצע זאך ווי ביי א יעדע יליד אשה.

אז זיי זענען רואיג דאס מפרסם צו זיין אזוי, מה יעשה הבן בקאווע שטיבל שלא יחטא?

ס'איז א תולדה דתולדה. דוגמת ליובאוויטש אין די לעצטע יארן וואס איז געווען דוגמת פונ'ם מענטש וואס די צענזור פון די אלטע גמרות האבן ארויס גענומען...
דינסטאג יוני 20, 2017 11:40 pm#376204
איך האב היינט געהערט ווייס איך נישט ווי וואר עס איז אז צו די תורה רופט מען אים אויך נישט אויס ביים נאמען נאר יעמוד אדמו"ר שליטא און ס'איז צוליב די הלכה פון נישט רופן א רבי ביים נאמען
דינסטאג יוני 20, 2017 11:48 pm#376205
יעצט איז פארשטענדליך פארוואס ביי די סקווירא רביים לייגט מען נישט קיין מצבה.
דינסטאג יוני 20, 2017 11:51 pm#376206
דולה ומשקה האט געשריבן:אין די סקווירא אויסגאבע 'אורות'...
מ'רעדט דא פון א זיידע מיט זיין אייניקעל,
מ'רעדט דא פון דער 'אמרי חיים' שנת תשל"א

ווער ס'פארשטייט פארשטייט...

מ'רעדט לכאורה פון ר' משה בטלן ווי ליטוואק שרייבט. נישט קיין זיידע און נישט קיין אייניקל.