Under maintenance
הויפט זייט » חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8781
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:00 pm#271422
חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ווי באקאנט האט יעדע חסידות איר אייגנארטיגקייט, איר מהלך אין עבודת השם, אירע שיטות און הדרכות וואס מאכט איר אנדערש פון אנדערע חסידות'ן. יעדע פלאץ האט זיך אירע יסודות און פרינציפן, אויף אזוי ווייט אז אין געוויסע פלעצער שפירט זיך אז דארט ליגט דער סאמע יסוד אין חסידות און נישט ערגעץ אנדערש.

פאראן חברים דא וואס ווילן ארויסהאבן די יסודות פון חסידות סקווירא, אויף וועלכע גרינטן איז זי געבויט? - וואס מיינט דאס א סקווירא חסיד און ווי אזוי ווערט מען א חסיד פון סקווירא? - אזוי אויך, מיט וואס איז סקווירא חשוב'ער און בעסער פון אלע אנדערע פלעצער, וואס מאכט איר וויכטיגער און מיט וואס שטייגט זי איבער די גאנצע חסידי'שע וועלט?

מיר ווילן דא איינלאדענען מנשה, זאל אונז קומען געבן א הסבר איבער חסידות סקווירא, ארויסברענגען איר שיינקייט, אירע יסודות און הדרכה, מיט א ברירות און פונקטליכקייט, כדי אויך די אנדערע חברים אויפן שטיבל זאלן קענען זוכה זיין צו נהנה זיין מעץ הדעת ומעץ החיים, שפירן אביסל מנועם זיו קדושת סקווירא, זאל מען כאטש וויסן וואס סקווירא פארמאגט (כבחינת די גוים וואס האבן טועם געווען פון די בהמות וואס האבן געגעסן די איבערלייבענישן פונעם מן, כמדרש הידוע...).

זאלן די לייקס אויף דעם אשכול באטראכט ווערן ווי א פעטיציע צו מנשה, מיט א פארלאנג אז ער זאל אונז אביסל שרייבן איבער סקווירא און איר קדושה. אז דער עולם וועט לייקן, וועט דאס דינען אלס רוף פאר מנשה, ער זאל זען וויפיל מענטשן ווילן דאס באמת וויסן און ליינען, אז ער זאל קומען און באשרייבן דעם שיינעם נאבעלן ארט.

בקידה ובהשתחוואה.
חקרן
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:22 pm#271441
א תמימות'דיגע שאלה:
דו ביזט א חקרן, אדער א לץ?...

ווען דו האסט געשריבן: 'בקידה ובהשתחוואה', האב איך שוין געפלאצט פון געלעכטער.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm#271448
אז איך בין דארט איז נישט גענוג? תן לחכם ויחכם עוד.. חחחחחח
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:31 pm#271453
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אז איך בין דארט איז נישט גענוג? תן לחכם ויחכם עוד.. חחחחחח

אה, ב"ה.
טאקע דאס האבן מיר געוואלט קלאר מאכן.
יעצט ווייסן מיר פונקטליך די הייליגקייט פון סקווירא, און די מוסדות זאלן זיך רעכענען פאר א פארפלייצונג פון חסידים וואס וועלן יעצט צום ערשטן מאל אריינשטראמען אויף שבת צום העיליגן שבת - גראד פונעם קאווע שטיבל ארויס.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:32 pm#271454
פאר דעם קען מען ליינען שלום דין'ס כל באיה לא ישובון.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:56 pm#271464
אז מנשה רעדט נאכנישט וועל איך נעמען דאס ווארט. ס'איז באוויסט אז ביי אונגערישער חסידים איז געווען אנגענומען צו האבן מער פון איין רבי, און ווי מ'האט נאר געזען אן ערליכער יוד איז מען געגיינגען הערן פון עם. אט דא האט זיך אנגעהויבן די יסוד היסודות אין סקווירא. רבי משה ניישלאס אבד"ק ור"י סערדאהעל, האט געזען אן ערליכער יוד ווי סקווערער רבי זצ"ל, האט ער זיך מקשר געווען צו נעם. און אפילו מיטגעשלעפט זיין גאנצע ישיבה. אט דאס איז סקווירא.

(ס'איז א שאד צו רעדן פון סקווירא אינדערהיים, ווייל אן סערדאהעלער רב וואלט ממילא גארנישט געווען חוץ פון א רבי)
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:59 pm#271484
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
טאקע אזוי געווען? ער מיט זיין ישיבה זענען געווען די ערשטע אים אויף צו פיקן? אין וועלכע יאר איז דאס געווען? דער סקווערער רבי האט פארמאגט א שיינער עולם אנהענגער אין וויליאמסבורג פיל בעפארן גרינדן דאס שטעטל, און רוב רובם פון זיי זענען פארבליבן אין וויליאמסבורג און עווענטועל פאר'סאטמארט געווארן אזוי אז זייערע קינדער ווער רעדט נאך אייניקלעך ווייסן שוין נאר פון די געשפאנטקייט וואס האט געהערשט מיט סאטמאר רב.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:20 pm#271492
דעת תורה האט געשריבן:טאקע אזוי געווען? ער מיט זיין ישיבה זענען געווען די ערשטע אים אויף צו פיקן? אין וועלכע יאר איז דאס געווען? דער סקווערער רבי האט פארמאגט א שיינער עולם אנהענגער אין וויליאמסבורג פיל בעפארן גרינדן דאס שטעטל, און רוב רובם פון זיי זענען פארבליבן אין וויליאמסבורג און עווענטועל פאר'סאטמארט געווארן אזוי אז זייערע קינדער ווער רעדט נאך אייניקלעך ווייסן שוין נאר פון די געשפאנטקייט וואס האט געהערשט מיט סאטמאר רב.

ער וואלט אויסגעזען ווי דער קאפישניצער צו דער אלטער סקולענער וכו' וואס האבן אויך געהאט פיל אנהענגער.
אבער דורכדעם בויט מען נישט קיין חסידות.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:24 pm#271494
לדעתי קען סקווירא שטאלצירן מיט זייער שטעטל. אמת, מ'ברעינוואשט די מאסן און מ'טערעראזירט די וואס גייען נישט אין שפאן אבער פאר איינער וואס וויל נישט טראכטן אויסערן באקס און וויל בלייבן תמימותדיג, איז עס ממש א גן עדן.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:25 pm#271496
שש משזר האט געשריבן:א תמימות'דיגע שאלה:
דו ביזט א חקרן, אדער א לץ?...

ווען דו האסט געשריבן: 'בקידה ובהשתחוואה', האב איך שוין געפלאצט פון געלעכטער.

איך האב שוין געפלאצט פאר געלעכטער ליינענדיג דעם צווייטן פאראגראף... :lol: :roll:
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:30 pm#271500
בן אדם האט געשריבן:אז מנשה רעדט נאכנישט וועל איך נעמען דאס ווארט. ס'איז באוויסט אז ביי אונגערישער חסידים איז געווען אנגענומען צו האבן מער פון איין רבי, און ווי מ'האט נאר געזען אן ערליכער יוד איז מען געגיינגען הערן פון עם. אט דא האט זיך אנגעהויבן די יסוד היסודות אין סקווירא. רבי משה ניישלאס אבד"ק ור"י סערדאהעל, האט געזען אן ערליכער יוד ווי סקווערער רבי זצ"ל, האט ער זיך מקשר געווען צו נעם. און אפילו מיטגעשלעפט זיין גאנצע ישיבה. אט דאס איז סקווירא.

(ס'איז א שאד צו רעדן פון סקווירא אינדערהיים, ווייל אן סערדאהעלער רב וואלט ממילא גארנישט געווען חוץ פון א רבי)

בן אדם: ייש"כ. יעצט פארשטעי איך שוין. איך האבמיך אייביג געוואונדערט וויאזוי קומען אונגערישע חסידים צו א רוסישן רעבין. (מ'רעדט נישט פון דעם פאוני וואס ער זאגט ,טאאאטע" מיט א רוסישן/מאלדאווישן עקסענט. כאילו ער איז נעכטן אראפגעקומען פון די שיף...!
ס'איז פונקט אזוי (פאני) אויב די פאפא רעבע וואלט געהאט רוסישע אידן פאר חסידים... :lol: :roll:
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:35 pm#271503
הו הו רבותי... כאפט נישט קיין הייסע לאקשן...

דא באהאנדלט מען די יסודות און די עיקרים פון סקווירא, וואס עס מיינט צו זיין א סקווירא חסיד, און וואס זענען די יסודות פון דעם פלאץ, וואס שטייגט ארויס פון אנדערע פלעצער. מען רעדט נישט דא אויב ער וואלט יא געווען גרויס צי נישט... מיר דארפן א ריינער סקווירער חסיד, מיט א לויטערע לופט וואס איז נאכנישט פאפעסטעט געווארן פון אנדערע, אזא מנשה לוסטיג וכדו', וואס זאל קומען און ערקלערן באנפין נהירין וואס דאס איז סקווירא.

איז דען דאס נישט יושר?
אויף קאצק - איז פיל געשריבן געווארן!
אויף חב"ד - פיל געשריבן געווארן!
אויף ברסלב - פיל געשריבן געווארן!
אויף צאנז - פיל געשריבן געווארן!
ואתי כי רוכלי ניזל ונחשב?

פיל יסודות'דיגע חסידות'ן זענען שוין באשריבן געווארן, וואס עס באדייט קאצק, וואס עס באדייט חב"ד, וואס עס זענען זייערע יסודות בעבודה וכו'... פארוואס זאל סקווירא נישט זוכה זיין צו א מקיפ'דיגע באשרייבונג, ארומנעמענדיג דעם גאנצן נושא?!

מנשה, מיר ווארטן.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:56 pm#271514
וואס עס שטייט אין מאור עינים, דאס איז חסידות, און דאס סקווירא - א המשך פונעם הייליגער בעל שם
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:56 pm#271515
פארשטיי אליין, מיר קענען נישט דורכלערנען גאנץ מאור עינים על רגל אחת, ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז חב"ד איז דאס וואס עס שטייט אין תניא... יענער איז גערעכט, אבער כדי להמחיש לאוזן, דארף מען זאגן עפעס אין קורצערע ווערטער, אראפלייגן אין איין ארטיקל וואס עס זענען די יסודות פון חב"ד.

וכן הוא סקווירא.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:21 pm#271523
וואס ווילסטו פונקליך ער זאל שרייבן? אז דארט דינט מען מיט א פלאם פייער'דיגע עבודה...?
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:27 pm#271525
אין חב"ד איז מען מסביר אז דארט דינט מען דעם אויבערשטן מיט מח און מחשבה, ברסלב ערקלערט אז זיי קלעבן אין שמחה און אין התבודדות, קאצק קלעבט צו שארפקייט און צו אמת, צאנז צו לומדות און קנאות. יעדע חסידות קען אוועקשטעלן און ערקלערן זייער אייגנארטיגקייט אין עבודה.

צו וואס קלעבט סקווירא?
פארוואס זאל סקווירא נישט ארויסהייבן זייער אייגנארטיגקייט?












(נ.ב. דאס וואס מנשה טוט איז זיין נישט שיין, אנטלויפט פון געבן א געהעריגע אנאליז, קודם שרייבט ער אז די גדלות פון סקווירא איז דאס אז ער איז דארט, דערנאך גיבט ער א פטר אפ אז מען זאל לערנען מאור עינים... כ'מיין, דאס הייסט אנטלאפן פון זיך באציען צו א פראגע. מיר ווארטן אויף מנשה.)
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:29 pm#271527
חקרן האט געשריבן:פארשטיי אליין, מיר קענען נישט דורכלערנען גאנץ מאור עינים על רגל אחת, ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז חב"ד איז דאס וואס עס שטייט אין תניא... יענער איז גערעכט, אבער כדי להמחיש לאוזן, דארף מען זאגן עפעס אין קורצערע ווערטער, אראפלייגן אין איין ארטיקל וואס עס זענען די יסודות פון חב"ד.

וכן הוא סקווירא.

חב''ד איז טאקע דאס, ח'כמה ב'ינה ד'עת.
סקווירא איז א המשך פון טשערנאביל, וואס דער הייליגער רבי מנחם נחום זצוק''ל האט מקבל געווען פונעם בעל שם אויף ווייטער, אז מ'זאל דינען אויפן שטייגער פון חג''ת נהי''מ = חסד גבורה תפארת ניצוח וכו'
אז ס'דארף זיין ווייניגער גערעדט, מער געטון, נישט צופיל העכער'ס רעדן, מער פאקטיש טון, ס'זאל נישט זיין חכמתו מרובה ממעשיו.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:32 pm#271531
די לעצטע זאך זענען זיי ערליך מקיים...
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:32 pm#271532
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אז ס'דארף זיין ווייניגער גערעדט, מער געטון, נישט צופיל העכער'ס רעדן, מער פאקטיש טון, ס'זאל נישט זיין חכמתו מרובה ממעשיו.


טון וואס?
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:35 pm#271533
זיכוך המידות
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:37 pm#271534
דאס הייסט אז אין אנדערע פלעצער ארבעט מען נישט אין זיכוך המידות, נאר אין סקווירא?
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:42 pm#271538
חקרן האט געשריבן:דאס הייסט אז אין אנדערע פלעצער ארבעט מען נישט אין זיכוך המידות, נאר אין סקווירא?

אודאי!
וואו נאך פארברענט מען מענטשן, און מען איז זיי 'מזכך'?!
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:45 pm#271539
איך מיין ערנסט, איז דער אייגנארטיגקייט פון סקווירא, אז דארט איז מען מזכך די מידות? - אין אנדערע פלעצער נישט?

אויך, לאמיר קלארער פארשטיין, לפי דבריך איז סקווירא דער דירעקטער און איינציגסטער ממשיך פון דרך הבעל שם טוב. דאס מיינט אז דער חידוש פונעם בעל שם טוב איז געווען זיכוך המידות - א זאך וואס איז נישט געווען פארן בעל-שם-טוב, און דאס איז מען ממשיך אין סקווירא.

איז דאס וואס דו זאגסט, מנשה?
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:54 pm#271542
אה! האסט געוואלט בקיצור, האב איך דיר געזאגט בקיצור, ווילסטו פארשטיין, ווילסטו קונה זיין דעת, לערן מאור עינים, דארט שטייט אלעס, און אפילו נאר זאגן די ווערטער, וועט אריינלייגן אין דיין מוח די ריכטיגע דעת, אז זאלסט נישט לעבן אויף דברים שמה בכך
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:59 pm#271543
זייער פיין געענטפערט!

אבער מיין שאלה איז, פארוואס יעדע אנדערע חסידות - פון די וואס איך האב אויסגערעכנט, קען אין א סענטנס אדער צוויי ערקלערן זייער אייגנארטיגע מהלך ווי אזוי זיי דינען דעם אויבערשטן, אבער סקווירא קען נישט?! - דאס בעסטע וואס מען קען זאגן איז 'זיכוך המידות', א זאך וואס יעדער איז עוסק...

ס'איז בערך ווי דו זאלסט מיר ענטפערן אז אין סקווירא גלויבט מען אין באשעפער - כ'מיין, איבעראל גלויבט מען... וכן הוא לענין זיכוך המידות - בקיצור, וואס איז סקווירא אנדערש פון אנדערע פלעצער? (ערקלער אין צוויי אדער מער סענטענסעס).
מאנטאג מאי 11, 2015 10:44 pm#274252
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
יא גערעכט אנטשודיגט.
מאנטאג מאי 11, 2015 10:49 pm#274256
ס'דא איין גדול בישראל בימינו אנו, וואס אונזערע קעגנער האלטן פון עהם?
מאנטאג מאי 11, 2015 11:14 pm#274265
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
אלס אבי נישט ענטפערען צו דער זאך. פארוואס גלייבט מען אין ר' ד''ט? ס'האט גארנישט מיט קיין אנדערע צו טוהן
מאנטאג מאי 11, 2015 11:20 pm#274267
פארוואס גלייבן אין עהם טויזענטע יודען, וואס קלאפן אויף זיין טיר נאכט נאך נאכט
מאנטאג מאי 11, 2015 11:34 pm#274274
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נו פרעגסטעך גוט פארוואס טאקע??????
מאנטאג מאי 11, 2015 11:42 pm#274282
כי לא אלמן ישראל, ס'נאך דא א הייפעלע מאמינים בני מאמינים
דינסטאג מאי 12, 2015 12:13 am#274290
איך האב געעפנט דא א באזונדערע אשכול פאר סקווירא, מיטן גרעסטן מאס רעספעקט פארן רבי'ן שליט"א, דוכט זיך אז קיינער האט נאכנישט געשריבן אזעלכע טיטלען אויפן רבי'ן, און די הנהלה האט דאס פארשפארט.

אט דא איז דער לינק צו די פארשפארטע אשכול:
l viewtopic.php?f=33&t=8846 l

איך האלט אז די הנהלה איז אונטערגעקויפט אז מען זאל רודפ'ן סקווירא און פארדעם רודפ'ט מען מנשה'ן (אויסער אויב די הנהלה האט דאס פארשפארט ווייל איך האב ארויסגעשריבן דעם שם השם, אויב יא איז דאס אן אסף סקאנדאל... אייוועלט אלערט).
דינסטאג מאי 12, 2015 9:13 am#274343
איך מיין אז דו האסט געעפנט די אשכול אז מען זאל דאס צומאכן, זאלסט קענען נאכדעם שרייען קאזאק הנגזל.


ל) טראלס - מיר קענען נישט טאלערירן קיין "טראלס". פאלגנד איז די דעפיניציע פון א "טראל" לויט וויקיפעדיע: "א טראל איז א מענטש וואס זייעט אן מחלוקת אויף דעם אינטערנעט, דורך אנפאנגען ויכוחים אדער אויפרעגן מענטשן, דורך פאוסטן היציגע און אומרעלעוואנטע מעסעדזשעס, אדער מעסעדזשעס וואס האבן נישט קיין שייכות צום שמועס... מיט דער קלארער כוונה צו פראוואצירן לייענער פאר אן עמאציאנעלן ענטפער, אדער אנדערע אופנים פון צעשטערן נארמאלע שמועסן." א טראל האט א נאטירליכער טאלאנט צו גיין צווישן די טראפן, און נישט עובר זיין אויף קלארע פרינציפן. דערפאר, אויב א באדייטנדער צאל אקטיווע מעמבערס און חברי ההנהלה וועלן מסכים זיין אז עמיצער איז א טראל, וועלן מיר אונטערנעמען שריט.


פון דא
דינסטאג מאי 12, 2015 10:32 am#274365
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
האסט נישט געשריבען קיין ר׳ אויפן העיליגען רבין אחוצפה
דינסטאג מאי 12, 2015 11:00 am#274370
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ס'איז א הייפעלע צו טויזענטער?
דינסטאג מאי 12, 2015 12:39 pm#274405
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז א הייפעלע צו טויזענטער?


קען זיין צווישן אזויפיל אינם מאמינים איז טויזענטער א הייפעלע.
דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:24 pm#275153
א מופת פונ'ם צדיק
שוין עטליכע חדשים וואס סקווירא בעט זיך ביי סאטמאר אוועק צו גיין פון דעם נייעם לאאט וואס זיי האבן געקויפט נעבן סקווירא פאר זייער חדר. דערווייל האבן זיי זיך נישט אוועק גערירט פון דארט.
מה עשה ה...? פאריגע וואך איז דער רבי דורך געפארען און געזעהן דעם שטח. עס האט אים זייער וויי געטוהן צו זעהן וואו מען שניידט שוין ביימער דארט. ער האט זיך שארף אויס געדריקט איבער דעם, און א שמועה גייט יעצט ארום אין שטעטל... די וואך האט הילקרעסט פייער דיפארטמענט געהייערט א לויער קעגן דעם נייעם שטח, ווייל זיי זאגן אז זייערע טראקס וועלן האבען פראבלעמען מיט די סקול באסעס וואס גייען דארט פארען אריין און ארויס.
צדיק גוזר.
דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:47 pm#275159
בונדל האט געשריבן:שוין עטליכע חדשים וואס סקווירא בעט זיך ביי סאטמאר אוועק צו גיין פון דעם נייעם לאאט וואס זיי האבן געקויפט נעבן סקווירא פאר זייער חדר. דערווייל האבן זיי זיך נישט אוועק גערירט פון דארט.
מה עשה ה...? פאריגע וואך איז דער רבי דורך געפארען און געזעהן דעם שטח. עס האט אים זייער וויי געטוהן צו זעהן וואו מען שניידט שוין ביימער דארט. ער האט זיך שארף אויס געדריקט איבער דעם, און א שמועה גייט יעצט ארום אין שטעטל... די וואך האט הילקרעסט פייער דיפארטמענט געהייערט א לויער קעגן דעם נייעם שטח, ווייל זיי זאגן אז זייערע טראקס וועלן האבען פראבלעמען מיט די סקול באסעס וואס גייען דארט פארען אריין און ארויס.
צדיק גוזר.

ווי האט יענער געזאגט מה עשה הקב"ה האב איך אינטערגעצינדען זיין הויז.........
פרייטאג מאי 15, 2015 7:37 pm#275577
חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
בשעת די הייליקע רביים לבית סקווירא האבן קובע געווען ביתם נאווה קודש אין רומניא נאכן קריג, האט געטראפן א שינוי אין דער הייליקער דרך פון חצה"ק סקווירא. ווי באוואוסט איז ביי צדיקים דא א גרויסער יסוד אין עבודת הבורא צו זיך אפלערנען פון די וועלט אין וואס זיי לעבן און דורך דעם איז מען מעלה די פארלארענע פונקן פון קדושה. די הייליקע רביים, אריינרעכענענדיק דער איצטיקער רבי שליט"א וואס איז יעמולט געווען גאר יונג, האבן שטארק נתפעל געווארן פון דער קאמוניסטישן לעהרע, און זיי האבן פארשטאנען אז מיט אט דעם דרך קען מען אויפאטן גאר שטארק פאר חסידות, און פון יעמולט איז דאס געווארן א יסוד מוסד אין דער הייליקער דרך.
זונטאג מאי 17, 2015 12:59 am#275691
בונדל האט געשריבן:שוין עטליכע חדשים וואס סקווירא בעט זיך ביי סאטמאר אוועק צו גיין פון דעם נייעם לאאט וואס זיי האבן געקויפט נעבן סקווירא פאר זייער חדר. דערווייל האבן זיי זיך נישט אוועק גערירט פון דארט.
מה עשה ה...? פאריגע וואך איז דער רבי דורך געפארען און געזעהן דעם שטח. עס האט אים זייער וויי געטוהן צו זעהן וואו מען שניידט שוין ביימער דארט. ער האט זיך שארף אויס געדריקט איבער דעם, און א שמועה גייט יעצט ארום אין שטעטל... די וואך האט הילקרעסט פייער דיפארטמענט געהייערט א לויער קעגן דעם נייעם שטח, ווייל זיי זאגן אז זייערע טראקס וועלן האבען פראבלעמען מיט די סקול באסעס וואס גייען דארט פארען אריין און ארויס.
צדיק גוזר.

גאנץ א גוטע מופת, אבער היות אלעס איז שוין דארט אפראווד קען מען שוין גארנישט טוען. קיינער קען מער גארנישט אפשטעלן.
וואס איך נעם יא ארויס פון דיין מעשה איז אז די רבי האט געקרעכצט, דאס איז זייער געזונט פאר אים, ער מעג אמאל קרעכצן.
זונטאג מאי 17, 2015 3:22 pm#275918
רעד נישט אזוי גרויסעריש. נאך בכלל נישט דא קיין פערמיט.
נראה מה יהיה עם חלומותיהם
זונטאג מאי 17, 2015 10:12 pm#276121
נאטירליך האט געשריבן:
בונדל האט געשריבן:שוין עטליכע חדשים וואס סקווירא בעט זיך ביי סאטמאר אוועק צו גיין פון דעם נייעם לאאט וואס זיי האבן געקויפט נעבן סקווירא פאר זייער חדר. דערווייל האבן זיי זיך נישט אוועק גערירט פון דארט.
מה עשה ה...? פאריגע וואך איז דער רבי דורך געפארען און געזעהן דעם שטח. עס האט אים זייער וויי געטוהן צו זעהן וואו מען שניידט שוין ביימער דארט. ער האט זיך שארף אויס געדריקט איבער דעם, און א שמועה גייט יעצט ארום אין שטעטל... די וואך האט הילקרעסט פייער דיפארטמענט געהייערט א לויער קעגן דעם נייעם שטח, ווייל זיי זאגן אז זייערע טראקס וועלן האבען פראבלעמען מיט די סקול באסעס וואס גייען דארט פארען אריין און ארויס.
צדיק גוזר.

ווי האט יענער געזאגט מה עשה הקב"ה האב איך אינטערגעצינדען זיין הויז.........

אויך מיר א מופת, יענעם באגראבען איז א קליינע מופת, לאמיר זעהן דעם בעל מופת מסקווירא לעבעדיג מאכען א אידיש נפש,
זונטאג מאי 17, 2015 10:46 pm#276129
בונדל האט געשריבן:רעד נישט אזוי גרויסעריש. נאך בכלל נישט דא קיין פערמיט.
נראה מה יהיה עם חלומותיהם

סאיז קלאר דא אלע פערמיט׳ס, איך האב עס שוין געזעהן
זונטאג מאי 17, 2015 10:52 pm#276130
חקרן האט געשריבן:איך האב געעפנט דא א באזונדערע אשכול פאר סקווירא, מיטן גרעסטן מאס רעספעקט פארן רבי'ן שליט"א, דוכט זיך אז קיינער האט נאכנישט געשריבן אזעלכע טיטלען אויפן רבי'ן, און די הנהלה האט דאס פארשפארט.

אט דא איז דער לינק צו די פארשפארטע אשכול:
viewtopic.php?f=33&t=8846

איך האלט אז די הנהלה איז אונטערגעקויפט אז מען זאל רודפ'ן סקווירא און פארדעם רודפ'ט מען מנשה'ן (אויסער אויב די הנהלה האט דאס פארשפארט ווייל איך האב ארויסגעשריבן דעם שם השם, אויב יא איז דאס אן אסף סקאנדאל... אייוועלט אלערט).

די פראבלעים מיט די אשכול וואס די האסט געפענט איז אז די האסט אנגערופן גט מיט די שם פון מדת הדין, דערמיט האסטו כופר געווען און גט וואס איז איין שטיק מדת החסד, זיינע חסדים איז אזוי גרויס אז ער האט אפילו געשטאדעלט מזאל ארויס נעמען יודן פון תפיסה, ווען הרב בערגער איז געשטארבן און תפיסה האבן זיינע חסידים זיכער געמאכט אים צו באגראבן, ווי אויך גייט פון זיין שטעטל ארויס יעדע וואך עטליכע יודן צו באזוכן הקדוש מהשרפים שפיצער, און לאמיר נישט פארגעסן זיין גרויסער מדת החסד אז ער שטעלט צו א בית מדרש פאר א גאנצער שטעטל אזאש אז מ׳דארף ניטאמאל נאך א בית מדרש.
זונטאג מאי 17, 2015 10:55 pm#276132
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
עזריאל כמיין דארפסט איבערבעטן מנשה זייט דו האסט עם אזוי מיאוס באליידיגט איז ער פארשווינדען געווארן…
זונטאג מאי 17, 2015 11:07 pm#276135
ווי האב איך אים באליידיגט?
קען נישט זיין
זונטאג מאי 17, 2015 11:36 pm#276141
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
זונטאג מאי 17, 2015 11:40 pm#276142
נע דארט שרייב איך נאר נאך זיינע אייגענע פערל ווערטער, סקען נישט זיין אז סזאל אים עפעס שטערן, סאיז דאך זיין אייגענס
מאנטאג מאי 18, 2015 9:16 pm#276531
עזריאל האט געשריבן:
בונדל האט געשריבן:רעד נישט אזוי גרויסעריש. נאך בכלל נישט דא קיין פערמיט.
נראה מה יהיה עם חלומותיהם

סאיז קלאר דא אלע פערמיט׳ס, איך האב עס שוין געזעהן

ווי געזאגט סקווירא קען שוין גארנישט אפשטעלן, די רבי קען נישט ווייזן קיין מופתים, האבן זיי היינט געמאכט א דיעל מיט סאטמאר אז זיי גייען געבן פאר סאטמאר א אנדערע לאט און סאטמאר געט זיי דאס, סקווירא גייט זייער איבערצאלן, און אויך צו שטעלן קלאסן פאר סאטמאר אויף ביזדערוויל בחינם
דינסטאג מאי 19, 2015 3:48 pm#276834
איך האב געלייענט חקרןס ערשטע הודעה און דערנאך אהערגעשפרינגן און איך פארשטיי שוין אלעס. דער דרך פון סקווירא אין עבודת השם איז צו טוישן לאטס מיט סאטמער. שלי שלך שלך שלי זו מדת חסיד ויש אומרים זו מדת עם הארץ. דערווייל האט מען א נייער לאט און תורת הבעש"ט גייט ווייטער אן.