Under maintenance
הויפט זייט » ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8894
מיטוואך יוני 24, 2015 6:12 pm#284929
איש את רעהו האט געשריבן:ווי איז די חתונה??

מעג מען קומען דארט אין די מאסן?

איך ווייס נישט צו מען מעג, אבער קענסט זיכער זיין אז גאנץ מאנדראוי גייט דארט זיין, און מן הסתם פון וויליאמסבורג אויך.

חוץ מזה גייט מן הסתם יעדע פאר מינוט זיין א נייע בילד אדער אפדעיט אויף קאווע שטיבל.....
מיטוואך יוני 24, 2015 6:48 pm#284936
אולם עקשטיין אין קרית יואל
מיטוואך יוני 24, 2015 6:50 pm#284937
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
/
מיטוואך יוני 24, 2015 8:16 pm#284960
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
איש את רעהו האט געשריבן:ווי איז די חתונה??

מעג מען קומען דארט אין די מאסן?

ניין מען דארף האבן א קארטל אריין צי גיין אין זאל
מיטוואך יוני 24, 2015 9:35 pm#284973
נישט אמת ווער עס וויל מעג גיין
מיטוואך יוני 24, 2015 9:59 pm#284974
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
.
מיטוואך יוני 24, 2015 10:03 pm#284975
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
וואס איז דער טעם פארוואס מ'ערלויבט נישט כאפן בילדער אדער האלטן טעלעפאנען? וואס וועט געשעהן?
מיטוואך יוני 24, 2015 10:05 pm#284976
שמוליק האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:ווי איז די חתונה??

מעג מען קומען דארט אין די מאסן?

ניין מען דארף האבן א קארטל אריין צי גיין אין זאל

town1 האט געשריבן:נישט אמת ווער עס וויל מעג גיין

על כל פנים ווי עס זעט אויס איז אונזער געטרייע ATUB @ראשעקאל ATUB זיכער דארט, זעט אויס אז פאר די ראש הקהל פון קאווע שטיבל האט יעדער ׳ערעכערעץ.
מיטוואך יוני 24, 2015 10:14 pm#284978
רוח קדים האט געשריבן:וואס איז דער טעם פארוואס מ'ערלויבט נישט כאפן בילדער אדער האלטן טעלעפאנען? וואס וועט געשעהן?

מען וויל נישט אז די פאליציי זאל ווערן נערוועז אדער ווילד ח״ו פונעם מצב, און אים אוועקנעמען ח״ו פון זיין קינדס חתונה, און ווי אויך איז זייער פארשטענדליך, אז ער איז נאכנישט מחויב מיתה (ליין: בישות) ביי זיין קינדס חתונה וד״ל.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:26 am#285026
א בילד
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:38 am#285027
א רעזוואלקע זעט אויס לאט מען אים נאכנישט גיין :lol:
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:47 am#285029
פאר א געוויסע סיבה קען איך נישט אויפהערן צו קוקן אויף די בילד! איך קוק אויפן בילד און כ׳קוק און קוק ווייטער! וואס טראכט דער מענטש אין די מינוטן? וואונדער איך זיך צו מיר אליינס, וויפל מחשבות לויפן דורך זיין מוח אויף איינמאל אין די דאזיגע מינוטן... אוי! וויאזוי קען ער דאס איבערטראגן? די רשעות פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם שרייעט עד לב השמים!
די בילד האט מיר געברענגט טרערן...
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:59 am#285031
ס'קוקט מיר אויס ווי ער קען שוין אפילו נישט וויינען, די טרערן קוואל איז שוין לאנג אויסגעטריקנט געווארן פון פיין און צוואנג, רשעות און אונטערדריקונג.
אוי טאטע !!
דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:10 am#285033
איז דער מאן צו זיין רעכטע זייט א תפיסה גאורד?
דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:13 am#285034
איי ביליעוו סאו.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:10 pm#285121
לויט'ן פערזענליכען פארלאנג פון די משפחה, ביטע נישט לייגען בילדער אדער וידיאוס. א דאנק.
מיטוואך יולי 01, 2015 12:17 pm#286467
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
א חוצפה מ'האט אויסגעמעקט מיינע פיקטשערס און ווידיאו'ס פון ר' מרדכי יצחק. יעצט זעה איך אז מאמענט האט עס געהעריג געלייגט אויפ'ן דעקעל
מיטוואך יולי 01, 2015 12:47 pm#286478
/
מיטוואך יולי 01, 2015 3:26 pm#286511
@ ר. וו. אויפען דעקיל זעה איך נישט קיין שום אויסדרוקען פון העראיזעם נאר מיטלייד און מיטגעפיל,

און@ראשעקאל וואס איז חוצפה? אז מהאט דא פארמעקט אדער אז מנעמט א איד און מצעשמירט אים אויף אן אפציעלע אפראציע טישעל? פון דיין תגובה קוקט אויס אז דו קענסט שווער פארנעמען דאס אז מהאט געמעקט, ווייסט וואס כוועל דיר זאגען ״טאו ראנגס עיר נאט מעיקינג יואן רייט״.
דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:49 am#286672
איך זעה גיט?!?! אינעם ליבעראלען קאווע שטיבל האט מען געמעקט זיין בילד ציליב פארלאנג פון די משפחה נישט צי פאבליזירען זיינע בילדער און דא א אויסגאבע פאמפעט דאס?!?!? מה זה?
דאנערשטאג יולי 02, 2015 2:01 am#286673
די לעצטע תגובה פאסט זיך גאר גוט צו דיין אוואטאר....
דאנערשטאג יולי 02, 2015 2:16 am#286675
און דיין לעצטע תגובה איז מיר זייער @שמעקעדיג:P
דאנערשטאג יולי 02, 2015 2:15 pm#286748
פריעד באטשי האט געשריבן:
lazar האט געשריבן:אין אנדערע נייעס הער איך אז ס'איז רעדוצירט געווארן די תפיסה יארן פון ר' מרדכי יצחק סאמעט.

לייג עס ביטע אין זיין אשכול מיט מער פרטים.

פרטים עניוואן?
דאנערשטאג יולי 02, 2015 8:54 pm#286863
שמעקעדיג האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:
lazar האט געשריבן:אין אנדערע נייעס הער איך אז ס'איז רעדוצירט געווארן די תפיסה יארן פון ר' מרדכי יצחק סאמעט.

לייג עס ביטע אין זיין אשכול מיט מער פרטים.

פרטים עניוואן?

גם אני מצטרף, ווייסט איינער עפעס מער פרטים דערוועגן?
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 11:17 pm#419531
ווען מ'האט זיך נאך געשעמט אים צו געבען א טיטול מער פון א פלעינע "רעב"
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 11:42 pm#419533
איינער כאפט אז דאס איז די 'הויפט-דעקל' פון א יום טוב מאגאזין?

היינט דארף מען אריינזומען אין אלע פיצי באקסעלעך צו ליינען אלע אויסשליסליכע עקסקלוסיווע ערשמאליגע אינהאלטסרייכע ברלערנדע באמבאסטישע אומצוויידייטיגע נארוואס-ערשינענע ערשטהאנטיגע בלוט-פארגיסנדע דראמאטישע קוריאזע אנגעפרעסענע יום טוב'דיגע ארטיקלן און אינטערוויוס.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:20 am#419541
ער זיצט שוין קרוב צו צוואנציג יאר!
ווען דארף ער אפיציעל ארויסקומען? גייט דען נישט אראפ נארמאלערהייט א דריטל פאר גוטע אויפפירינג?
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:22 am#419544
לכאורה וועט די ביל וואס איז דורכגעגאנגען פרייטאג עם העלפן.
די פאסט האט געשריבן לעצטע וואך אז די חסידים האבן געשאפן געלט צו לאביען דעם ביל כדי עם ארויסצונעמען
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:22 am#419545
.