Under maintenance
הויפט זייט » ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8894
זונטאג מאי 17, 2015 10:56 am#275813
ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
יעטצט געהערט אז ב"ה ר' מרדכי יצחק האט באקומען ערלויבעניש ארויסציגיין פון תפיסה לכבוד זיין זונ'ס חתונה!
איז דאס קראנטע נייעס?
זונטאג מאי 17, 2015 10:59 am#275814
יא

הודו לד'
זונטאג מאי 17, 2015 12:18 pm#275857
OMG
וואו קען מען מער הערן דערוועגן?
זונטאג מאי 17, 2015 2:55 pm#275903
יא ברוך השם
יעצט קאנפירמד אז עס איז אמת
הודו לה' כי טוב
זונטאג מאי 17, 2015 2:59 pm#275904
די ערשטע מאל וואס מען לאזט אים ארויס זייט ער איז אריין? קיינמאל ארויס אויף א יו"ט אדער חתונה ביז היינט?
זונטאג מאי 17, 2015 3:00 pm#275905
יא
זונטאג מאי 17, 2015 3:00 pm#275906
ווען און ווי איז די חתונה?
זונטאג מאי 17, 2015 3:58 pm#275928
מיט טרערן אין מיינע אויגן ליין איך די אשכול, מיט א שהחינו אין מיין מחשבה, איך לויב און דאנק ג-אט ב"ה פאר די פריידיגע בשורה.
זונטאג מאי 17, 2015 4:20 pm#275935
אין אייוועלט ווילען פרימע גיין כאפען א בליק אויף דעם אויסגעארבעטען יוד
העלא סאיזדעך אזא רשעות, א קאפיטעל תהלים האסטע שוין געזאגט פאר עם? גיין קיקען אויף זיינע צרות דא ביזטו דא

ביי דע וועי ער גייט נישט דערקענען די שטאט קרית יואל, ווען ער איז אריין איז נאכנישט געשטאנען די העלט סענטער, און א דריטעל קרית יואל פון היינט איז נאך דעמאלטס געוועהן וועלדער, איך מיין אז אפילי מיני ווענס איז נאכנישט געוועהן דעמאלטס
זונטאג מאי 17, 2015 4:21 pm#275938
נו עס יאוועט זיך נאכנישט עפעס א אויבער חכם אפצולאכען פון די בעפרייאונג??
זונטאג מאי 17, 2015 4:26 pm#275944
וואס איז דא וואס אפצולאכן?
חוץ דעם עס איז יענץ באפרייאונג, עס איז נאר אויף אכט שעה פון דאר צו דאר
זאל עם שוין דער אלמעכטיגער שיקן א גאנצע גאולה.
זונטאג מאי 17, 2015 4:28 pm#275947
קרעקער האט געשריבן:אין אייוועלט ווילען פרימע גיין כאפען א בליק אויף דעם אויסגעארבעטען יוד
העלא סאיזדעך אזא רשעות, א קאפיטעל תהלים האסטע שוין געזאגט פאר עם? גיין קיקען אויף זיינע צרות דא ביזטו דא

סארי קרעקער יעצט קומט דיר צוויי פראסקעס, אבי געשאסן, וואס האסטו געטון, דו צולייגער?
די "פרומע" אידן אין קרית יואל געבן זיך אוועק זייער לייב און לעבן צו העלפן דעם איד מיט יעדן אופן וואס איז שייך, פון אים פארגרינגערן זיינע טעג אין תפיסה ביז העלפן די משפחה זיך מפרנס זיין און זיי חתונה מאכן,
זיי לעבן מיט זיין וואוילזיין מבוקר ועד הערב, נישט איין קאפיטל האבן זיי געזאגט נאר אן א שיעור מאל גאנץ תהלים, תפלות על קברי צדיקים, מען ארבעט אויס וויזיט'ס אין תפיסה, א.א.וו.
האבן זיי נישט קיין רעכט אים צו זעהן בשעת ער האט אפאר מינוט גליק אין זיין פינסטערן לעבן?
זונטאג מאי 17, 2015 4:56 pm#275956
איש את רעהו האט געשריבן:נו עס יאוועט זיך נאכנישט עפעס א אויבער חכם אפצולאכען פון די בעפרייאונג??

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב אסאך אין בויך צו שרייבן אבער מען דארף צומאל וויסן ווי איין און ווי עס איז בעסער לנצור המקלדת אז נישט זעהט מען אויס ווי די 'קילע' או.טי.דיס.
זונטאג מאי 17, 2015 10:26 pm#276124
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווען און ווי איז די חתונה?
דינסטאג מאי 19, 2015 5:57 pm#276934
איך מיין אז ח' תמוז אין קר"י
דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:29 am#278652
ב״ה, הודו לה׳ כי טוב, ענדליך ענדליך.
אז מ׳זעט שוין יא א שטיקל ישועה לאמיר זיך טאקע אפשר אינטערנעמען צו זאגן פאר אים כאטש איין קאפיטל תהלים א טאג, לזכות מרדכי יצחק בן פייגא יהודית בתוך שאר אסורי ישראל
זונטאג מאי 31, 2015 1:34 am#279192
לית דין בר נש האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס מען לאזט אים ארויס זייט ער איז אריין? קיינמאל ארויס אויף א יו"ט אדער חתונה ביז היינט?

ניין מהאט אים נאך קיינמאל נישט ארויסגעלאזט ביז היינט
זונטאג מאי 31, 2015 1:37 am#279193
קרעקער האט געשריבן:ביי דע וועי ער גייט נישט דערקענען די שטאט קרית יואל, ווען ער איז אריין איז נאכנישט געשטאנען די העלט סענטער, און א דריטעל קרית יואל פון היינט איז נאך דעמאלטס געוועהן וועלדער, איך מיין אז אפילי מיני ווענס איז נאכנישט געוועהן דעמאלטס

מיינסט לכאורה די ביזנעס סענטער די העלטה סענטער איז שוין געשטאנען ווען ער איז אריין
מיטוואך יוני 03, 2015 2:03 am#280080
באשטעטיגט די פאקטן ארום זיין ערשיינונג.
- די חתונה וועט פארקומען אין ק"י אין אולם עקשטיין.
- ער וועט ווערן באפרייט פאר א משך פון 8 שעה.
- וועט ווערן אפגעפירט ביז'ן טיר פון זאל מיט די טורמע טרעקל, און באגלייט אינעם זאל במשך די גאנצע צייט דורך טורמע וועכטער.
- משה לייב וויטריאל און די פאבליק סעיפטי וועלן האלטן ארדענונג ביי די חתונה אז ס'זאל נישט קומען צו א שטיפעניש ארום מרדכי יצחק, וואס קען צוברענגען די וועכטער צו ווערן ווילד און אים צוריקפירן.
- קרעדיט פאר די צייטווייליגע באפרייאונג קומט זיך פאר די אידישע טורמע טשאפלעין, און ר' משה דוד נידערמאן פון יו דזשעי או. און אלע אידן וואס האבן אים אינזין געהאט ביי די תפלות.
- ער וועט בלייבן אנגעטאן מיט די טורמע קליידונג. אבער מ'האפט צו פועל'ען ער זאל קענען אנטוהן אויף דעם שטריימל בעקיטשע.
- מען פרובירט צו פועל'ען אז די וועכטער זאלן גייין אנגעטון מיט סוטס, אנשטאט וועכטער יוניפארמס. זיי זאלן אויסזעהן ווי עהרן וועיטערערס, ענדערש ווי טורמע וועכטער.
- די טורמע טשאפלעין איז געווען פארגאנגענע וואך צוזאמען מיט משה לייב וויטריאל באזוכן אין די זאל צו באטראכטן די זיכערהייט מאסנאמען.
לאמיר אלע מתפלל זיין אז מרדכי יצחק בן פיגא יהודית זאל שוין זוכה זיין צו א גענצליכע באפרייאונג.
מיטוואך יוני 03, 2015 2:26 am#280083
בן עזאי האט געשריבן:באשטעטיגט די פאקטן ארום זיין ערשיינונג.

משוגענע צודרייטע אמעריקע !!! וואס גייט זיי אָן אז ער וועט טוישן די קליידער פאר אפאר שעה ביי זיין קינדס חתונה ??? א קראנקע פאריקטע סיסטעם! , לדעתי איז די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם א אינסאָלט פאר הומענטי און פרידאָם , ווען ס׳קומט צו איינזעצן מענטשען און זיי פּייניגן איז די ״גאלדענע פרייע אמעריקא״ נומבער 1!
מיטוואך יוני 03, 2015 2:40 am#280085
איך בין מיט דיר ATUB @שבת אחים ATUB
די מלכות של חסד ענדיגט זיך ביי די שטוהל פון די פובליסיטי הונגעריגע פראקוארן.
מיט בלויז פינף פראצענט פון די וועלטס באפעלקערונג, פארמאגט אמעריקע 25% פון די וועלטס טורמע פאפילאציע. זעה דא

און פארגעס נישט אז מ"י זיצט שוין פאר 13 יאר און האט שוין חתונה געמאכט רוב פון זיינע קינדער זייענדיג אין טורמע. דאס איז די ערשטע מאל וואס מ'לאזט אים בכלל ארויס זייט מ'האט אים אויפגעפיקט יענעם ביטערן ערב פסח. ער איז אויף בעיל אויך נישט געווען.
ס'אים שוין א קנאפע נפק"מ צו מ'הייסט אים גיין מיט גרינע קליידער אדער נישט, אבי א ברעקל ליכטיגקייט.
מיטוואך יוני 03, 2015 8:56 am#280112
מ'קען מיינען אז מ'רעד דא פון א ארכי טעראריסט
מיטוואך יוני 03, 2015 9:14 am#280116
פלעין יודיש האט געשריבן:מ'קען מיינען אז מ'רעד דא פון א ארכי טעראריסט

נע, א ארכי טעראריסט איז דאך אזא שעפעלע, אים טאר מען נישט האלטן אין חד גדיא פאר מער ווי דריי פיר יאר, נאר א יודל וואס האט געוואשן אביסעלע גרינע פאפיר, אים קומט זיך לעיבנס לענגלעכע טורמע ה״י.
מיטוואך יוני 03, 2015 9:37 am#280126
נקוט האי כללא בידיך: אין אמעריקא אזוי אויך אין אלע מדינות אין דער וועלט איז איינגעשטעלט אזא סיסטעם אז אויב מען גנב'עט גייט מען אין חד גדיא אריין....
ביי אידן איז פארהאן א מצוה פון פדיון שבוים, מען מיז אפי' פארקויפן ספרי תורה אויסצולייזען אידישע געפאנגענע (און פאר די וואס קענען היסטאריע ווייסן אז אדאנק די מצוה פון פדיון שבוים האט זיך דער תורה הק' פארשפרייט אין אייראפע עיין ערך ארבעה שבוים)
דער טבע פון א געפאנגענעם איז: אז ער פראבירט זיך צו באפרייען דירך אנטלויפן אד''ג.

אלזא? ר' מרדכי יצחק שליט''א האט געגנב'עט שווערע מיליאנען פון די רעגירונג... און זיך געלעבט א חיים טובים... וויפיל די עסקנים האבן אים געווארענט אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע גניבות, האט עס געהאלפן א רעטאך... זיין שנארישער איזריאלישער נאטור האט אים געטריבען צו משגעת.... ביז דער רעגירונג איז שוין מיד געווארן פון צו פארקוקען אויף זיינע מאסיווע גניבות, און זיי האבן אראפגעשיקט א חשובע דעליגאציע אים אפצונעמען און אריין שטעלן אין א אינסעטוט ווי אלע גנבים וואוינען...
דאך מיר זענן אידן מיר האבן א תורה הק' וואס הייסט אונז אויסצולייזן אידישע געפאנגענע, דעריבער איז א חוב קדוש אויף יעדען איד צו טאן מה שביכלתו ארויסצונעמען רבי מרדכי יצחק פון טורמע.. פארוואס? ווייל אזוי זאגט די הייליגע תורה...
אצינד ווער קען האפטן אז ער וועט נישט מאכן קיין ויברח? ווער איז דען גרייט איינצולייגען זיין הויז פאר א משכון אז רבי מ''י וועט זיך אומקערן אין חד גדיא אריין? קיינער? אמת? פיין שיקט דער רעגירונג (וואס האבן אים בכלל נישט געדארפט ארויסלאזן, עס איז א חידוש אז זיי האבן עס געטאן) מיט וועכטער וואס זאלן זיכער מאכן אז דער פויגל פליעט נישט אוועק... אלזא? ווי ליגט דא רשעות?
מיטוואך יוני 03, 2015 9:44 am#280131
קאך לעפל די פארשטייסט טאקע נישט ווי די רשעות שטעקט
אזוי הארצלאז ביזטו?
מיטוואך יוני 03, 2015 9:45 am#280132
יענער פויגעל האט געשריבן:קאך לעפל די פארשטייסט טאקע נישט ווי די רשעות שטעקט
אזוי הארצלאז ביזטו?

ניין איך בין נישט הארץ-לאז ח''ו, און אפשר קענט איר מסביר זיין ווי דער רשעות שטעקט? אדרבה אני מוכן לשמוע....
מיטוואך יוני 03, 2015 9:58 am#280136
די רשעות שטעקט נישט דוקא ביי אים. די רשעות איז אין די גאנצע סיסטעם וויאזוי מען באגייט זיך מיט ארעסטאנטען דא אין אמעריקע
מפארציילט נאך פון איינעם וואס איז געזיצען אין רוסלאנד אין געזיצען אין אמעריקע ווען מהאט אים געפרעגט וועלכע תפיסה איז ערגער האט ער געזאגט די אמעריקאנער תפיסה איז ערגער. אין רוסלאנד זענען די וועכטער אריינגעקומען צופרי אין מיך גוט אנגעהאקט די ביינער אין שוין. אין אמעריקע איז די גאנצע ציל דיך צו מאכען אויס מענטש אין דיך צו דערנידערען (נישט קיין ווינדער אז רוב פארברעכער קומען צוריק אן אין תפיסה ווייל מהאט זיך קיינמאל נישט באצויגען צו זייער פראבלעם)
יעצט לגבי רבי מרדכי יצחק. ער קומט שוין יא ארויס צו זיין קינד׳ס חתונה פאר קארגע אכט שעה. וואס וועט געשעהן אויב ער וועט זיך קענען אנטון נארמאל ווי עס פאסט? נאר וואס דען וויבאלד די ציל איז דאך צו דערנידערען אין מאכען אויס מענטש נאר א נומבער האבען זיי מורא אז אויב וועט מען אים לאזען אנטון נארמאלע קליידונג וועט ער פאר גאנצע אכט שעה זיך יא פילען ווי א נארמאלע מענטש אין נישט נאר ווי א נומבער אין פון דעם ציטערט די גרויסע שטארקע אמעריקע
מיטוואך יוני 03, 2015 10:09 am#280139
זייער אסאך פאליטיקאנטען האבען שוין אויפגעברענגט די נושא פון טורמע רעפארם אבער ווען עס קומט למעשה האלט קיינער נישט ביים טון
נעמסט למשל די אישו פונעם לאך (סאליטערי קאנפיינמענט) ווייסט וויפיל רשעות אין אכזריות עס ליגט אין דעם?
מיטוואך יוני 03, 2015 10:33 am#280153
אויב ווילט עטץ זעהן וואס מיינט עכטע רשעות, לייענטס די קאמענטארן דא
. m http://www.vosizneias.com/204362/2015/0 ... el-ny-man/ m

איך לייען כמעט נישט מער דעם סייט, די עקלהאפטיגע קאמענטס פון אידן פירן מיר כמעט אראפ פון זינען.
קיינמאל האב איך נישט געגלייבט אז אידן קענען זיין אזעלכע רשעים ארורים און אזוי פיינט האבן א צווייטן איד.
די 'הייליגע' אידן פאררופן זיך נאך אויף די תורה, זיי שטערט טאקע ממש די גזילה און דינא דמלכותא.
אוי לעינים שכך רואות.
מיטוואך יוני 03, 2015 10:46 am#280157
ATUB @קאך_לעפל ATUB איך פארשטיי פון וואו די קומסט, איך האב אויך אמאל געהאלטן אז ..... זאל זיצן פאר אייביג אין תפיסה. ביז... כ'בין איינמאל געווען באזוכן אין תפיסה.
פאסירט האט דאס פארגאנגענע יאר ווינטער, עס איז געטראפן געווארן אין תפיסה א סעלפאון. וואס דאס איז פון די הארבסטע עבירות דארט אינעווייניג.
די סעלפאון איז געווען באהאלטן אין א פאבליק פלאץ און האט פארשטייט זיך נישט געהאט קיין נאמען, איז וועם באשטראפט מען?
האט מען נאכגעקוקט די רעקארדס צו וועלכע נומערן מען האט אלס ארויסגעדיילט פונעם סעלפאון, און מען האט געפונען צווישן אנדערע א נומער צו וועלכע מ"י פלעגט אויך רופן (פון די לעגאלע פאבליק פאון).
האט מען דעמאלס גענומען א טוץ פון ארעסטאנטען, אלע וואס האבן נאר אמאל גערופן א נומער וואס איז געווען אין די סעלפאון, און אריינגעשטעלט אין לאך ביז מען וועט פארענדיגן די אויספארשונג.
וואס איז דאס די לאך, צו איז עס אין א טיפע קעלער? ניין, ס'גראדע אויפן צווייטן שטאק אבער ס'נישט קיין גרויסע נפק"מ.
וויאזוי קוקט אויס די לאך? ס'איז א צימער קלענער פון א פארקינג ספעיס, מיט א באנק בעט, אפענע בה"כ, און איין צעמענטענע טיש און בענקל.
אין אזא צימער לייגט מען אריין צוויי מענטשןף און צומאל אפילו דריי ווען עס איז איבערגעפילט. ווען עס איז דא א דריטער דארף שוין יענער שלאפן אויף א ספאנדש אויף דער ערד.
און ניין, די פאדלאגע באשטייט נישט פון ריינע גראניט טיילס. ס'איז שמוציגע צעמענט, וואו עס נעסטעוון פון די זיבעטע מכה.
אין אט אזא צימער איז מ"י געווען פארשפארט פאר 9 (!) וואכן.
וואס איז די סדר היום דארט אין לאך,ווי אפט גייט מען אויף אן אויספלוג? ... ניין, נישטא קיין אויספלוג און ניטאמאל קיין זון. מען בלייבט דארט איינגעשפארט די גאנצע 24 שעה. איין שעה א טאג ערלויבען זיי ארויסצוגיין אין אן ארומגעצוימטער הויף. אבער... די שעה איז צווישן 6 און 7 פארטאגס, אין די קאלטע ווינטער מאנאטן.
קיין מאנטל באקומט מען נישט, מען האט בלויז די דינע טורמע קלייד אויפ'ן לייב. איינמאל מען גייט ארויס אנפאנג שעה, קען מען מער נישט אריינקומען ביז סוף שעה.
איז גיי שטיי ווינטער פארטאגס אין גאס אהן קיין מאנטל פאר א שעה... אזוי בלייבט מען שוין ענדערש פארשפארט אין לאך דאס גאנצע מעת לעת, טאג נאך טאג, שבת נאך שבת, און וואך נאך וואך.
דאס איינציגסטע מאל וואס מ'גייט ארויס איז צו גיין אין שויער, און דאס אויך נאר יעדע צווייטע טאג.
מען ווערט געפירט געקייטעלטערהייט, די קליידער ווערן אוועקגעפירט. און מ'ווארט דארט ווי אדם הראשון פאר'ן חטא, ביז די וועכטער ברענגען די נייע פאר קליידער.
און דאס אלעס איז בלויז פאר אן אויספארשונג, בעפארן מברר זיין צו מ'איז ווירקליך באגאנגען אן עולה.
דאס איז בלויז א טיפה מן הים וואס אידן - אינזערע ברודער -מאכן דארט מיט.
איז נאכן מיטהאלטן וואס גייט דארט פאהר, ווערן מיינע פינגער געליימט, און מיינע מחשבות שטימפיג, די טינט אין פענע ווערט פארהארטעוועט, ווען עס וויל זיך ארויסגליטשן א קאמענטאר וואס קען זיך הערן ווי אומסימפאטיע צו אזעלכע אידן.
איך בין זיכער וואס דיינע פינגער האבן דאס צוגעלאזט קומט נאר מחוסר ידיעה.

און איצט אז די האסט יא אזא שיינע פעדער, אפשר שרייבסטו אפ אן אימעיל צו מ"י. מען דארף נישט זיין די גרויסע בעל מחשבה צו שרייבן אזא בריעוו, קענסט שרייבן בלויז אביסל נייעס וואס עס טוט זיך דא אינעם דרויסנדיגן וועלט. אפשר קען עס זיין געמישט אויך מיט אביסל הומאר.
אזא איד קווקט ארויס צו הערן וואס עס טוט זיך אינדרויסן ווי ער האט שוין נישט באזוכט פאר די לעצטע 13 יאר.
די אימעיל אדרעסס איז e mordchasamet@gmail.com e
מען קען שרייבן בלויז ענגלישע אותיות. און נישט קיין בילדער.
בשורות טובות, און זאלסט קיינמאל נישט וויסן פון קיין צרות.
מיטוואך יוני 03, 2015 10:47 am#280161
ליידער א בושה צו זעהן וויאזוי איין איד האט נישט קיין מיטגעפיל מיט א צווייטע איד
מיטוואך יוני 03, 2015 11:03 am#280169
יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..
מיטוואך יוני 03, 2015 11:04 am#280170
בן עזאי, דער פאלגענדער אשכול איז געווידמעט פאר שרייבן בריוו צו אחינו בני ישראל אין תפיסות.
l viewtopic.php?f=4&t=484 l

איך האב שוין ב"ה אפגעשריבן אפאר בריוו, אבער כ'ווייס ס'ווייט נישט גענוג.
מיטוואך יוני 03, 2015 11:19 am#280178
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

די מערסטע וואס די פראקוארן קענען פארלאנגען פאר רציחה במזיד, איז 25 יאר. (אויב איז עס דאס ערשטע מאל. חוץ אויב מ'הרגעט א פאליציי אפיציר, וואס דאמאלס איז הארבער.)
און דאס איז די מערסטע, רוב מאל קומט מען אפ מיט ווייניגער.
און מרדכי יצחק מיט רובאשקין קומט זיך נישט ווייניגער ווי 26 יאר. וואספארא אבסורד.
מיטוואך יוני 03, 2015 1:34 pm#280201
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב ווילט עטץ זעהן וואס מיינט עכטע רשעות, לייענטס די קאמענטארן דא
.http://www.vosizneias.com/204362/2015/0 ... el-ny-man/

איך לייען כמעט נישט מער דעם סייט, די עקלהאפטיגע קאמענטס פון אידן פירן מיר כמעט אראפ פון זינען.
קיינמאל האב איך נישט געגלייבט אז אידן קענען זיין אזעלכע רשעים ארורים און אזוי פיינט האבן א צווייטן איד.
די 'הייליגע' אידן פאררופן זיך נאך אויף די תורה, זיי שטערט טאקע ממש די גזילה און דינא דמלכותא.
אוי לעינים שכך רואות.

שמעקעדיג: איך פלעג אמאל זיין א גרויסער (נישט בבחינת גאווה. נאר במספר קאמענטס.) שרייבער אויף וואס איז נייעס. ווען ס'איז נאך געווען א היימישע, געשמאקע וועבסייט. אבער, אין א געוויסע תקופה זענען אריינגעקומען א באנטש פון סעלף-העיטינג דזשוס. און זיי האבן טאקע א וויסטע שנאה אויף א יעדן ערליכן איד. און זיי בארעכטיגן אלע גוי'אישע מעשים תעתועים. האביך מיך פארעקלט פון זיי און איך בין אוועקגעגאנגען פון דארט...!
מיטוואך יוני 03, 2015 1:38 pm#280202
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

ישמעאל הכהן: איז דא איין עצה. נישט מאכן קיין גניבות,שווינדלען און דריידלעך...! פאר נישט וואשן זיך צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות האט מען נאך קיינעם נישט איינגעזעצט... :lol: :roll:
מיטוואך יוני 03, 2015 1:43 pm#280203
איך אויך האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:נו עס יאוועט זיך נאכנישט עפעס א אויבער חכם אפצולאכען פון די בעפרייאונג??

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב אסאך אין בויך צו שרייבן אבער מען דארף צומאל וויסן ווי איין און ווי עס איז בעסער לנצור המקלדת אז נישט זעהט מען אויס ווי די 'קילע' או.טי.דיס.

איך אויך: ווער, און וואו זענען זיי. איך וויל זיי שוין קענען...איך האב נאכנישט באגעגנט א "קילן",או.טי.די. דא אין קאווע שטיבל...אפשר זאלל איך קוקן אין שפיגל...?... :lol: :roll:
מיטוואך יוני 03, 2015 1:54 pm#280205
יענער פויגעל האט געשריבן:קאך לעפל די פארשטייסט טאקע נישט ווי די רשעות שטעקט
אזוי הארצלאז ביזטו?

יענער פויגל: ס'איז דא צדדים לכאן ולכאן. קאך-לעפל האט יא עפעס א נקודה. דאס איז א באזונדער שמועס פאר זיך. און אפשר נישט ברבים. אבער יעצט איז דער מדובר וועגן באפרייען איהם, אפילו צייטווייליג, אויף א מענטשליכן אופן...!
מיטוואך יוני 03, 2015 3:03 pm#280231
כ'האלט פונקט ווי בערל'ן.
קאך לעפל איז גערעכט, אז ס'איז בבחינת על דאטפת וכו'. ומפאת כבוד מ"י סאמעט אקצר. די נקודה איז, אז 'ווען דו וואלסט געוויינט פריער וואלסטו יעצט נישט געדארפט וויינען', כמשל הידוע של ה'ראפשיצער רב.
אבער למעשה, איז זייער צוגאנג נאכן איינזעצן היבש רשעות'דיג און דערנידערנד. דאס האט שוין אבער נישט מיט מ"י סאמעט דירעקט, דאס האט מיט זייער פארריקטע סיסטעם.
מיטוואך יוני 03, 2015 3:15 pm#280233
שש משזר האט געשריבן:כ'האלט פונקט ווי בערל'ן.
קאך לעפל איז גערעכט, אז ס'איז בבחינת על דאטפת וכו'. ומפאת כבוד מ"י סאמעט אקצר. די נקודה איז, אז 'ווען דו וואלסט געוויינט פריער וואלסטו יעצט נישט געדארפט וויינען', כמשל הידוע של ה'ראפשיצער רב.
אבער למעשה, איז זייער צוגאנג נאכן איינזעצן היבש רשעות'דיג און דערנידערנד. דאס האט שוין אבער נישט מיט מ"י סאמעט דירעקט, דאס האט מיט זייער פארריקטע סיסטעם.

שש משזר: בהמשך למסקנת קאך-לעפל...אין די מעשים פון ר' מ.י.ס. איז דא ערנסטע חששות פון מרידה במלכות און אפשר שטעלן אין סכנה אומשולדיגע מענטשנ'ס לעבן און פאבליק סעיפטי, פארוואס די עונשים אין רוסלאנד אדער אין פוילן וואלטן געווען א סאך הארבער, ואכמ"ל. נאר לגבי די בכוונ'דיגע סיסטעמאטישע השפלות וואס אן ארעסטאנט גייט דורך. דאס פאדערט א רעפארמאציע...!
מיטוואך יוני 03, 2015 3:36 pm#280243
אכן, כבר רמזתי וכתבתי:
שש משזר האט געשריבן:ומפאת כבוד מ"י סאמעט אקצר.

הקיצור, כ'זע מיר זענען אויף איין פעידזש.

למעשה, איז אומריכטיג צו זאגן, אז עוונות ראשונים אשר חטאו אינם. ס'איז אודאי אומריכטיג צו זאגן אז ס'דא עפעס אן אומשולדיג שעפעלע. און ס'איז סיי אומריכטיג און סיי טיפשות צו זאגן אז ס'שטעקט דא אנטיסעמיטיזם.

קבל את האמת ווי אומבא'טעמ'ט דאס איז. און אעפ"כ דארף מען זיך מתעלה זיין און זיך מרחם זיין אויף א אידיש קינד וואס שמאכטעט אין טורמע, וואס ווען ער ווייסט ווען אז אן אמעריקאנער תפיסה איז נישט קיין 'מגרש הרוסים' וואלט ער זיכער נישט געטון וואס ער האט געטון.
מיטוואך יוני 03, 2015 3:50 pm#280250
berlbalaguleh האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

ישמעאל הכהן: איז דא איין עצה. נישט מאכן קיין גניבות,שווינדלען און דריידלעך...! פאר נישט וואשן זיך צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות האט מען נאך קיינעם נישט איינגעזעצט... :lol: :roll:

אבער אסאך מענטשן זיצן וועכנטליך פארן זיך 'יא' וואשן צו א בילקע מיט הערינג פאר של''ש
מיטוואך יוני 03, 2015 3:56 pm#280252
ישמעאל הכהן האט געשריבן:

ישמעאל הכהן: ...עמוק עמוק. אזוי ווי איך בין אן אונגערישער, האט מיר גענומען א וויילע צו כאפן די עמקות פון דיין כוונה. עד שירדתי לסוף דעתך...אבער איינמאל איך האב עס געכאפט ביניך אינטערגעטאנצן... :lol:
מיטוואך יוני 03, 2015 3:59 pm#280254
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
ביי אונז ווייסט מען ומודה ועוזב ירוחם, ר' מרדכי יצחק האט זיך נאך קיינמאל נישט מודה ומתודה געווען אויף זיינע מעשי תעתועים, גניבה וגזילה דאוריתא וחילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו, נישט פאר די רעגירונג, און נישט פאר אונז כלל ישראל.
די הויפט סיבה פארוואס ער האט באקומען אזא שטרענגע פסק, איז ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים זיך מודה זיין, ועדיין עומד במרדו, נו אז ער אליין האט נישט רחמנות אויף זיך, פארוואס זאלן מיר דארפן רחמנות האבן?
מיטוואך יוני 03, 2015 4:14 pm#280262
שמערל האט געשריבן:ביי אונז ווייסט מען ומודה ועוזב ירוחם, ר' מרדכי יצחק האט זיך נאך קיינמאל נישט מודה ומתודה געווען אויף זיינע מעשי תעתועים, גניבה וגזילה דאוריתא וחילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו, נישט פאר די רעגירונג, און נישט פאר אונז כלל ישראל.
די הויפט סיבה פארוואס ער האט באקומען אזא שטרענגע פסק, איז ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים זיך מודה זיין, ועדיין עומד במרדו, נו אז ער אליין האט נישט רחמנות אויף זיך, פארוואס זאלן מיר דארפן רחמנות האבן?

נישט ריכטיג.... ער איז א רחמנות אין די תורה הק' האט געהייסן אז מען דארף טאן אלעס אויף דער וועלט אים צו העלפן, די מצוה פון פדיון שבוים איז נישט געגבן געווארן בלויז פאר אידן וואס זיצן אומשילדיג אין תפיסה, דער חוב פון פדיון שביום גייט אן פאר שילדיגע און אימשילדיגע צוגלייך.

ביודע קאמינא, ווען ער האט געוואוינט אין קרית יואל, האט יעדער געוויסט אז אונטער דעם שלייער ציצות קאמפאני ליגט באהאלטן א מאסיווע שווינדל אפאראציע, און כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט נישט געלאזט אז די מוסדות אין קר''י זאלן נעמן פון אים קיין רויטע גרייצער, און דער רבי שליט'א האט נישט געוואלט האבן מיט אים קיין שום שייכות, ( כאטש דער רבי שליט''א'ס יונגע ברודער ר' זלמן האט יא היפש געניסט פון ר' מ''י, דאך האט ער עד היום הזה נישט געטראפן קיין צייט צו גיין באזוכען דעם צובראכענעם מענטש אין תפיסה, פאר די וואס קענען רבינו שליט''א'ס קליינע ברודער איז דאס בכלל נישט קיין קישה) די ראשי הקהלה זענען אים געווען גרייט צו צאלן עפרות זהב אז ער זאל זיך אפפעקלען פון קרית יואל און נישט לייגען די איינוואוינער אין א סכנה, למעשה האט ער טאקע געלייגט א היפשע פאר איינוואוינער אין אן ערענסטע סכנה.

אבער דאך איז אים רבינו שליט''א געגאנגען באזוכען אין טורמע, און דער רבי שליט''א האט געשטעלט הר''ר א.ש ק. אז ער זאל קער נעמען פון די משפחה און חתונה מאכן זיינע קינדער. דאס איז נישט קיין סתירה... מען דארף טאן אלעס אויף דער וועלט אפצושטעלן דעם גנב, און ווען מען כאפט אים און ער ווערט איינגעזעצט דארף מען טאן אלעס אויף דער וועלט אים צו פארגרינגערן. פארוואס? ווייל אזוי האט דער הייליגער תורה געהייסן!
מיטוואך יוני 03, 2015 4:16 pm#280264
רבותי מען האט שוין ארויסגעברענגט, און איך וועל דאס נאר קלארער ארויס ברענגען, די משל איז טאקע ר' מרדכי יצחק אבער מען מיינט די גאנצע סיסטעם, סטא קומט נישט אריין דא זיינע פערזענליכע חטאים.
מיטוואך יוני 03, 2015 4:16 pm#280265
קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די פאליטיק וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.
מיטוואך יוני 03, 2015 4:17 pm#280266
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

אמת! וועגן דעם טאקע דארף מען זיך זייער אפאכט געבן נישט צו גנב'ענען ח''ו........
מיטוואך יוני 03, 2015 4:18 pm#280269
געוואלדיג האט געשריבן:קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די חסידות וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.

חסידות? מה זה? איך ווייס נישט וואס דאס איז, עס איז נשכח געווארן זאגט דער רבי זי''ע אין ויואל משה
מיטוואך יוני 03, 2015 4:20 pm#280272
סארי, די פארטיי, וואטעווער דו רופסט דאס אן.