Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 435 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #890
מאנטאג יולי 02, 2012 12:14 pm#21166
דו האסט געשריבן א רעינדזש פון 41.6 ביז 46, געוואנדן לויט וועלכע פלאץ מ'ציילט.
איך האב דיר אויפגעוויזן אז דיין רעינדזש איז נישט ריכטיג.
אז דו ווילסט סתם פארדרייען, טו וואס דו ווילסט.

יישר כח פאר יאנקעלע'ס קאמפלימענט

וואס איך שרייב האט דעקונג. איך פארקויף נישט קיינעם'ס ספין, און איך בין זיכער אז די זאליס זענען נישט צופרידן פון מיינע נומערן, ווייל עס גייט זיי נישט קיין 66 פראצענט.

כ'האב געוויזן מיינע נומערן. עס נעמט א שטיק צייט ביז די בארד אוו עלעקשאנס סערטיפייד עס און לייגט עס ארויס אויף זייער סייט.

כ'האב געוויזן די נומערן פון העיווארד. אז דו ווילסט משוגע מאכן, קענסטו שרייען ביזן בוידעם.
מאנטאג יולי 02, 2012 12:21 pm#21169
פאנדיט האט געשריבן:דו האסט געשריבן א רעינדזש פון 41.6 ביז 46, געוואנדן לויט וועלכע פלאץ מ'ציילט.
איך האב דיר אויפגעוויזן אז דיין רעינדזש איז נישט ריכטיג.
אז דו ווילסט סתם פארדרייען, טו וואס דו ווילסט.

יישר כח פאר יאנקעלע'ס קאמפלימענט

וואס איך שרייב האט דעקונג. איך פארקויף נישט קיינעם'ס ספין, און איך בין זיכער אז די זאליס זענען נישט צופרידן פון מיינע נומערן, ווייל עס גייט זיי נישט קיין 66 פראצענט.



קוקט אויס אז יענקל איז גערעכט! ענגליש קענסטו אבער אידיש נישט! איך האב געשריבן צווישן 41.6 און 46 געוואנדן לויט וועלעכע פלאץ מ'ציילט. דאס מיינט אין אידיש אזוי. ווילאמסבורגע יודן וואוטן אויף 11-12 פלעצער, אבער נאר 9 זענען רוב יודן, די איבעריגע זענען א געמישעכטס פון יודן און גוים. ס'דא וואס רעכענען נאר 9 וואוטינג פלעצער, ס'דא וואס רעכענען 10, 11 און 12. (די נאמבער 9-12 איז נאר א משל, מעגליך אז ס'דא 8 אדער 15)

און ווייטער זאגסטו אז דו האסט דעקונג, איך קען דאס זעהן? פון יאסי געשטעטנער בעטסטו דעקונג, דא שטייען אפאר יודן און בעטן דיך מר. פאנדיט, דעקונג ביטע???
מאנטאג יולי 02, 2012 1:30 pm#21195
ס'דאכט זיך מיר טאקע אז העיווארד סטריט איז א היספאנישער וואל פלאץ. דאס איז די 12'טע, וואס מ'רעכנט בלויז בדוחק גמור.
איך הייב הענט - נצחתני.
מאנטאג יולי 02, 2012 1:44 pm#21200
פאנדיט, לו יהא אז די ארונים האבן נאר געהאט ערגעץ ביי 37%

איז עס נישט געווינס פאר זיי? אז די ערשטע מאל נאכען זיך ארגענעזירען האבן זיי שוין 37% און דאס אן א קלענערע קהילות?
מיינט דאס נישט אז אז זיי ווערע א ערענסטע קאמפעטישען פאר נידערמאן? ביי די נעקסטע וואלען וועט עס לכאורה וואקסן, און אפיךו עס וועט אלץ בלייבען 40% 60% איז א ערענסטע קלאפ פאר נידערמאן, ווייל 40% איז זייער א שטארקע בלאקוואוט

און דאס ווילסטע האסטע נישט געשריבען, פארוואס?
מאנטאג יולי 02, 2012 1:53 pm#21212
לפענ"ד איז די טענה'רייען דא, קומט מיר פאר ווי 2 אידן זאלן זיך ארומרייסן איבער א פערד, און דער פערד איז שוין לאנג ארויסגעלאפן פון שטאל, אין להשיב,

פארוואס,

ווייל דער ציל פון די ארונים איז דא געווען, אז די נאכט פון די וואלן זאל זיין א ווינט אין די פאליטישע וועלט אז די ארונים האבן דא סורפרייזט יעדן אז זיי האבן ארויסגעברענגט א אומערווארטע גרויסע צאל שטימען 3 מאל אזויפיל ווי אין די פארגאנגענהייט, און זיי זענען אויפן וועג זיך צו פארמעסטן מיטן אלטגיזעסענעם נידערמאן'ען,

דאס פונקטליך האבן זיי ערייכט אין די נאכט פון די וואלן, לית מאן דפליג, און עס קומט זיך שטארק צו פארדאנקען געשטעטנער'ן פאר דעם ערייכונג, די ניגון אין די פאליטישע וועלט איז אז די ארונים האבן א וואקסענדע מאכט, מיט א שטארקע מאמענטום,

צו ס'איז ממש אזוי, לפענ"ד זיכער נישט, אבער דאס איז די פי אר הצלחה וואס די ארונים האבן געהאט יענעם נאכט,

יעצט הארכטס מיך צו מיינע טייערע ברודער און שוועסטער:
איינמאל די נאכט פון די וואלן איז פאריבער, איז די אלע אינערליכע חסידישע פארטייאישע קריגערייען ווי מ'רייסט זיך איבער נישטיגע פראצענטן ארויף, פראצענטן אראפ, האט שוין נישט די עטענשן פון די מידיע, עכ"פ ווייט נישט ווי די נאכט פון די וואלן, עס איז דערנאך, דער פערד איז שוין ארויס פון שטאל,

די איינציגע וועג וואס די זאליס קענען צוריקדרייען דעם ניגון איז ווארטן אויף די קומענדיגע וואלן, וואס איז נישט צו ווייט אוועק, דעם קומנדיגען סעפ. נאך זומער גייט זיין "דיסטריקט לידער" וואלן, ווי לינקאלן רעסטלער לויפט
מאנטאג יולי 02, 2012 2:01 pm#21215
ביים רעסטלער איז צו ערווארטן א פרישער העפטיגער קאמפיין, און דארט וועט מען בעסער און קלארער וויסן די ציפערן צוליב דעם וואס עס איז בלויז אינעם וויליאמסבורגער דיסטריקט.
מאנטאג יולי 02, 2012 2:20 pm#21222
גאלד שרייבט
דאס פונקטליך האבן זיי ערייכט אין די נאכט פון די וואלן, לית מאן דפליג, וגו' , די ניגון אין די פאליטישע וועלט איז אז די ארונים האבן א וואקסענדע מאכט, מיט א שטארקע מאמענטום,

און פארענדיגט
צו ס'איז ממש אזוי, לפענ"ד זיכער נישט

אנשטאט לפענ"ד דארפטו שרייבן "איך וואלט נישט געוואלט דאס זאל זיין דאס מציאות"
מאנטאג יולי 02, 2012 2:25 pm#21224
עס איז א נייע וועלט היינט, יעדער גלייבט נאר דאס וואס ער וויל גלייבען, עס איז ביים גוי פינקט ווי ביים איד, עס איז ביי א ארוני פינקט ווי ביי א זאלי, און עס איז ביי וויזניץ פינקט ווי ביי קז"ב,
מאנטאג יולי 02, 2012 3:44 pm#21252
פאנדיט האט געשריבן:ס'דאכט זיך מיר טאקע אז העיווארד סטריט איז א היספאנישער וואל פלאץ. דאס איז די 12'טע, וואס מ'רעכנט בלויז בדוחק גמור.
איך הייב הענט - נצחתני.



איך בין ערענסט מסופק צו דו שטעלסט אן א פנים כאילו דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געשריבן, און אזוי ארום וועסטו נישט דארפן ענטפערן אויף מיין בקשה צו ווייזן פון וואו דו נעמסט דיינע נאמבערס.

מר. פאנדיט, איך לייגט פאר דיר די זעלבע טשאלענדזש וואס דו האסט געלייגט פאר יאסי געשטעטנער, דו האסט געשריבן אז דיינע נאמבערס קומען פון די BOE, ביטע ברענג א לינק אדער א קאפי פון א צעטל/אימעיל פון דיינע נאמבערס.
מאנטאג יולי 02, 2012 6:18 pm#21299
אפשר ווייסט איינער וואס ער וויל.

אויף מיין בלאג ליגט די פרינטאוטס פון באורד אוו עלעקשאנס.

זאל איך דיר געבן א צעטל אין די הענט?

אפשר ביזטו געבלאקט פון סקריבד?

וואס ווילסטו?
מאנטאג יולי 02, 2012 8:27 pm#21340
פאנדיט מיר פארשטייען אייער ווייטאג. צו בויען א בלאג רעפוטאציע נעמט צייט. איין טאג וועט איר זיין אזוי גרויס ווי יוסי. דערווייל נישט. סארי
מאנטאג יולי 02, 2012 8:31 pm#21343
פליז, סטאפט'ס מיט די קינדערישע אטאקעס.
מאנטאג יולי 02, 2012 10:32 pm#21383
פאנדיט האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער וואס ער וויל.

אויף מיין בלאג ליגט די פרינטאוטס פון באורד אוו עלעקשאנס.

זאל איך דיר געבן א צעטל אין די הענט?

אפשר ביזטו געבלאקט פון סקריבד?

וואס ווילסטו?


פערצופאל בין איך געבלאקט פון סקריבד אויב האסטו אן אנדערע וועג עס צו ווייזן וואלט איך דיר מכיר טובה געווען.
דינסטאג יולי 03, 2012 12:38 am#21414
ס'פאלט מיר נישט ביי

ר' יוסף געשטעטנער מעלדט היינט אז עס איז נאך פרי צו געבן אן ענדגילטיגע שאצונג איבער די וואלן, און מ'דארף ווארטן אויף די עבסענטיס און אפידוועיטס. איך האף אז דעמאלט וועט ער עס ארויפלייגן אויף א בעסערן וועג. אז נישט וועל איך דעמאלט זען.
דינסטאג יולי 03, 2012 1:47 am#21419
פאנדיט, איך קען נישט זעהן די נאמבערס אויף דיין סייט, אפשר מאכסטו א פרינט סקרין פון דיין סייט און דו לייגסט עס ארויף דא?
דינסטאג יולי 03, 2012 11:52 am#21443
אלבערט האט געשריבן:ביים רעסטלער איז צו ערווארטן א פרישער העפטיגער קאמפיין, און דארט וועט מען בעסער און קלארער וויסן די ציפערן צוליב דעם וואס עס איז בלויז אינעם וויליאמסבורגער דיסטריקט.

פין ווי ביז ווי לויפט זיין דיסטריקט?
דינסטאג יולי 03, 2012 12:01 pm#21445
ווילי, פארט גרין, גרינפוינט
מיטוואך יולי 04, 2012 10:59 am#21616
זר זהב האט געשריבן:קוק די מאפע
http://www.flickr.com/photos/fort-greene/4975064288/


דער דיסטריקט לידער לויפט אינעם זעלבן אסעמבלי דיסטריקט?
מיטוואך יולי 04, 2012 11:31 am#21620
50טן אסעמלי דיסטריקט
מיטוואך יולי 04, 2012 3:03 pm#21673
זר זהב האט געשריבן:פליז, סטאפט'ס מיט די קינדערישע אטאקעס.


איך וויל מיר דא אנעמען {אומגעבעטן } פאר דעם ארוני, און בארעכטיגען זיינע אטאקעס,

פאנדיט פירט אן מיט א סייט ווי ער האט פרי עמטיוו געפענט פייער קעגן די קעגענער פון נידערמאן, ער האט זיי כסדר פראבירט צו שטעלן אויף די שלעכטע זייט פינעם בילד, מיטען ברענגן אומגינסטיגע נייעס קעגן יענע צד, איין מאל האט געשריבען אז זיי שטעלן צו אומזינסטע ריידס אא"וו אלעס זיי אראפצומאלען לעיני הגוים שלעכט,

די קעגענער פון נידערמאן האבן די רעכטס צו פארלאנגען ענטפערס פון פאנדיט, פינטל,
דער געשלאגענער האט די רעכט זיך צו פארטיידיגען, בפרט אז דער שלעגער האט דא אנגעהויבן א פייט על לא דבר, זאל זיך פאנדיט פרייען אז זיי טיען עס נישט אויפן זעלבען אויפן ווי ער טוט און זיי שרייבען נישט קעגן אים לעיני כל הגוים, פאנדיט איז דא געווען - ער איז נאך אלץ דא - מען האט אים דא אנגעפרעגט דערועגען און ער האט עס איגנארירט און זיך נישט וויסענדיג געמאכט, עס איז אקעי, אבער די צד השני מעג צירוק פייטען,

איך עקל מיר פון די אטעקעס און מחלוקות, די וועלט וואלט געווען א בעסער פלאטץ אן די גארביטש, אבער יושר מעג נאך אלץ זיין, אויב מען פרעגט איינעם איבער וואס ער האט געשריבען נעגאטיוו האט יענער די חיוב צו ענטפערן אדער זאל ער זיין צופרידען ווי אזוי די צד השני רעאגירט דערצו,

די זעלבע זאך גייט אויך אן מיט די OTD חברה, זיי מעגן שרייבען ביכער אויפטרעטען אויך טעלעוויזע ראדיא בלאגס אד"ג קען דעם ערליכען ציבור,
אבער ווען איינער עפענט זיך דאס מויל קעגן זיי מיט די ריכטיגע אמת'ע טיטלען וואס עס קימט זיי, ווערן זיי גאנצטע רחמנות אז מען רודפט זיי מען טשעפעט זיי אד"ג, זיי דארפן פארשטיין, ווילסט זיי א עוכר ישראל? גיי געזינטערהייט, ווילסט אונז באשמיצען? זיי גערישט אויף אונזער רעאקציע, באשמיצען גייט ביידע וועגען,
מיטוואך יולי 04, 2012 5:48 pm#21743
איך האב מיר באצויגן צו "ברוין'ס" בעיבישע פליק.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:25 am#21826
אין "די צייטונג" איז דא א באריכט ערגעץ אין די לעצטע זייטן (כ'דענק נישט וואו. כאבעס געלייענט אין גראסערי, גראסעריי! אקעי) אז בעיסט אויף די וואלן רעזאלטס פון פארגאנגענעם וואך איז לינקאלן רעסטלער אויף געהאקטע צרות אין די קומענדיגע דיסטריקט ליעדער וואלן וואו ס'גייט לויפן עפעס א פוילישער וואס איז גאנץ פאפולער.

די צייטונג ווייסט אפילו צו פארציילן אז רעסטלער, זעענדיג כי כלתה אליו הרעה, האט זיך אנגעהויבן לעקן צו קאונסילמאן סטיוו לעווין מיט א חנופה/צוזאג אז ער (רעסטלער) וועט נישט לויפן קעגן לעווין אין די סיטי קאונסיל רעיס אויב וועט לעווין און לאופעז נישט ארויסשטעלן/בעקן איינעם צו לויפן קעגן אים אין די 'דיסטריקט ליעדער' וואלן; צו וואס לעווין האט זיך בכלל "נישט" צוגעכאפט...
דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:46 am#21831
רעסטלער זאגט דא אז 2 דריטל פון דילאן'ס שטימען אווער-אלל איז געקומען פון ראביי נידערמאן. -- ד.מ. אז נידערמאן האט דעליווערט 6000 שטימען פאר דילאן.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 2:14 am#21833
לינקלן רעסטלער איז א קליין פויערעל אויפן שאך ברעט. ער באמת נישט אינטערסאנט צי פארברענגן צייט אויף אים,

ביי די קימענדיגע וואלען דארפן די ארונים אנציען עטוועס שטארקער ווי יעצט און עס וועט זיין א געווינס פאר זיי. מאכט נישט קיין טעות רעסטלער גייט קלאר פארלירען ביי די קימענדיגע וואלען אבער גייט לכאורה מיטנעמען א שטיקעל נידערמאן מיט זיך. נידערמאן ענד קא איז נישט זאליס אליינס, עס איז טאקע די גרעסערע רוב זאליס אנער עס איז אינאיינעם מיט אסאך קלענערע קהילות, נאך יעדע זיג וואס די קעגענער האבן פאלן אוועק שטיקלעך פון די נידערמאן קאליציע, אזאלכע בריווען ווי פאפא און די בלאט גייט ווערען לכאורה מער אפט און די זאכען האבן א השפעה, עס איז זייער גרינג אנצורייצען מענטשן אז מען ניצט זיי נאר אויס,

עס איז שטארק מעגליך אז די רעסטלער פארליסט וועט אויך זיין א נידערמאן פארליסט, איינמאל די קעגענער האבן ערגעץ צווישען 3800 וואטס און נידערמאן האט נאר ביז 5000 וואטס איז נידערמאן א פארלירער. מיין חשבון איז - מעגליך איך האב א טעות - נידערמאן האט שוין יעצט געהאט זיין מאקסימום ער קען נישט גיין העכער 5000, זיינע קעגענער הייבן ערשט יעצט אן זיי האבן נאך היבש ווי צו ווערען גרעסער,
דאנערשטאג יולי 05, 2012 9:08 am#21841
וויאזוי קענסטו זאגן אז נידערמאן האט נישט קיין 5000 וואוטס
ביי די גענעראל פארזאמלונג אין ראדני האט דער ראש הקהל געזאגט קליפ און קלאר אז מען האט שוין רעגעסטרירט איבער 4 טויזענט נייע שטומען !!