Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 435 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #890
מאנטאג יוני 18, 2012 7:54 pm#18468
די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט
ס'קומען פאר וואלן קומענדיגען דינסטאג פאר ניו יארק'ס 7'טה קאנגרעס זיץ וואס נעמט (איצט) אויך אריין וויליאמסבורג. ביז היינט האט די 7'טע קאנגרעס זיץ נישט אריינגענומען קיין שום חלק פון וויליאמסבורג, וויליאמסבורג איז פארטרעטן דורך די 10'טע דיסטריקט (קאנגרעססמאן עד טאונס) , נאר צוליב רידיסטריקינג האט זיך עס אביסל ארומגעטוישט און וויליאמסבורג איז אריין אינעם 7'טן דיסטריקט.

פאר די לעצטע 20 יאר איז די 12'טע דיסטריקט (וואס רירט א משהו אן אין וויליאמסבורג) פארטרעטן געווארן דורך א ספאנישע פרוי ניידיע וועלעזקעוועז. איר דיסטריקט איז אויך געטוישט געווארן צוליב'ן צענסוס און זי לויפט יעצט פאר די 7'טע דיסטריקט, נעמליך וויליאמסבורג.

ס'לויפ'ן נאך 3 קאנדידאטן אין די וואלן פאר דעי זיץ, הלא הם קאנסילמאן עריק דיללאן פון ברוקלין, עקאנאמיסט דעניעל א'קאננער פון מאנהעטטען, אקויפיי וואל סטריט אקטאוויסט דזשורדזש מארטינעז פון ברוקלין.

-----------------

(פאר איך שרייב ווייטער וויל איך זאגן אז איך גיי מיך איינהאלטן און נישט שרייבן אדער רעדן אויף קיינעם, איך וויל נאר ארויסברענגען די פאקטן און די רעאליטעטן וואס מ'זאל געדענקען א טאג נאך די וואלן וואס ס'וועט צוניצקומען {פאר דעי וואס זוכן דעם אמת} בשעת מ'וועט אייך ווארפן זאמד אין די אויגן.)

ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס וואלן אין וויליאמסבורג ווערט א פאליטיק שפיל וואס איין מינאריטעט קרייז פירט אן קעגן אלע קהילות און מוסדות התורה, דאס דינט אויך אלץ א נקמה קעגן די אנפירער פון די UJO פאר'ן בלויזן חטא (העי!) פון נישט דינען די רבי/קולט פירער פון יענע קרייז.

אלע קהילות/מוסדות און ערליכע עסקנים זאגן אז דער אידישער וויליאמסבורג האט נישט נאר קיינמאל גארנישט געהאט פון ניידיע וועלעזקעוועז נאר זי האט געשטערט און געלייגט שטרויכלונגען ביי די בראדוועי טרייענגעל - ביליגע דירות וואו זי און מארטי נידעלמאן האבן גע'טענה'ט אז ס'וועט נישט גיין פאר די ספאנישע אא"וו. עריק דילאן - זאגן די עסקנים - האט אן אפענעם אויער פאר די אידישע איינוואוינער, דעריבער זענען זיי אלע פה אחד ארויסגעקומען אין שטיצע פאר עריק דיללאן.

זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.

נאר דאס איינע מיז מען ארויסברענגען.

וואס איז דאס קאנגרעציאנאלע וואלן?

קאנגרעס וואלן איז טאקע מער לאקאל ווי א פרעזידענט אדער סענאט וואלן, אבער ס'דאך נישט עכט לאקאל. ס'דא בלויז 535 קאנגרעס זיצן איבער די גאנצע USA, און איין קאנגערסמאן/פרוי קען פארטרעטן קרוב צו א מיליאן רעזידענטן! ד.מ. אז מ'רעדט דא פון הונדערטער טויזענעטער שטימען אין איין קאנגרעס זיץ.

ניידיע וועלעזקעוועז האט ביז היינט זייער שטארק געווינען אין די גענעראלע וואלן (קיין פריימערי קעגנער האט זי קיינמאל נישט געהאט!) אין '08 למשל ווען אבאמא איז געלאפן און אסאך זענען ארויס שטימען האט זי באקומען 120,000 שטימען, אזוי אויך ביי אלע וואלן געווינט זי מיט א ריזיגן מערהייט. דאס ווייזט אז זי איז זייער פאפולער און זי האט "נעים רעקאגנישען". יעצט ווען זי לויפט אין א פריימערי און זי האט טאקע 3 פריימערי קעגנער איז נאך אלץ שווער צו גלייבן אז איר שטערקסטער קעגנער עריק דיללאן וועט איר קענען באזיגן (און דאס שוין מיט די אנדערע 2 קאנדידאטן וואס זיי וועלן אויך אראפצופען עפעס שטימען פון וועלעזקעוועז) ---- עריק דיללאן האט נישט די נעים רעקאגנישען און ער האט נישט די געלט וואס ניידיע וועלעזקעוועז האט.

און קוקטס וואס נאך ניידיע וועלעזקעוועז האט.

פרעזידענט אבאמא!

סענעטאר שומער!

דזשערי נאדלער!

ניו יארק טיימס!

ניו יארק דעילי ניוז!

ניו יארק פאוסט!

עד קאטש!

און נאך און נאך. -- אלע האבן זיי אינדארסט ניידיע וועלעזקעוועז!

וויפיל טשענס האט עריק דילאן ? אפילו וויליאמסבורג וועט וואוטען אין א בלאק וואוט, לאמיר זאגן ער וועט באקומען 6-7000 וואוטס אין ווילי (אקעגן 1000 פאר חסידי מהר"א און די ספאנישע איינוואונער) , איז עס גענוג אין וואלן וואו איבער 100,000 גייען וואוטען ?

אפשר יא, מסתם נישט.

מיין עיקר פוינט - די פאקט און רעאליטי

אבער פליז! ווען ניידיע וועלעזקעוועז גייט געווינען גלייבטס נישט אלע ליגיונות וואס די איינציגע קרייז גייען דיך פארקויפן! ווייל אפילו מיט א ריזיגע צאל שטימען פאר עריק דיללאן אין וויליאמסבורג איז אויך זייער שווער צו גלייבן אז ער קען איר באזיגן! און די שטימען פון די איינציגסטע קליינע קרייז אין ווילי וועט נישט מעלה און נישט מוריד זיין אין א ניידיע וועלעזקעוועז געווינס!!

און מיינט נישט אז די עסקנים און קהילות ווייסן נישט דאס אלעס, זיי גייט דאס נישט אן! די פרינציפ איז אלץ געווען צו געבן די אינדארסמענט פאר דעי וואס זיי האלטן דעזערווען עס און נישט פאר דעי וואס שטיייט העכער אין די פאולס. און ווען וועלקעוועז וועט זעהן אז 90 פראצענט אין ווילי האבן געשטימט פאר עריק דיללאן וועט זי זעהן אז ס'נישט קיין מאנקי ביזנעס. (אין דיעפ דאון טוען דאס די פאליטישאנס רעספעקטירן)

אשר על כן פארוואס זאג איך אייך דאס ? ווייל א טאג נאך די וואלן וועלן די יעניגע טאקע שאלן און יוביליר'ן כאילו זיי האבן געווינען..... טאקע וועגן דעם האב איך דא אפגעשריבן אזא לאנגס און ברייטס כדי איר זאלט זעהן אז מ'רעדט נישט דא פון א 'דיסטריקט ליעדער' אדער 'סיטי קאונסיל' עלעקשאנס וואו 500 שטימען ארויף און אראפ דעצעדירט די רעזאלטס. און אפילו מיט 90% וויליאמסבורגע שטימען פאר עריק דיללאן איז נישט מסתבר אז ער זאל איר געווינען ווען זי האט "נעים רעקאגנישען", "געלט", "אלע צייטונג אינדאסירונגען", "אלע גרויסע פאליטישאנס".

און צום ענד, אזוי ווי איך האב פריער געשריבען איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די וואלן, מילא האט קיינער נישט קיין רעכט (איך וועל עס שטרענג פארסירן...) צו זיין בייז אויף מיר פאר'ן בלויז (ניין, נישט חטא) צולייגן די פאקטן כשולחן הערוך (און אין די זעלבע צייט אויפצוקראכן א פאטענציאלע באלון וואס גייט זיך אויפבלאזן א טאג נאך די וואלן)

ביי ביי
מאנטאג יוני 18, 2012 8:09 pm#18470
זר זהב האט געשריבן:זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.



איך פארשטיי, דאס אנרופען מהר"א א קולט פירער איז נישט זייענדיג א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק וכו' ;)
מאנטאג יוני 18, 2012 8:13 pm#18471
אוהב ספרים האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.



איך פארשטיי, דאס אנרופען מהר"א א קולט פירער איז נישט זייענדיג א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק וכו' ;)

גלייך ? די סאטמארע פאליטיק האט זיך אנגעהובן 13 יאר צוריק.

אין 13 יאר פון יעצט וועל איך מסתם יא קענען זאגן מיין אפיניאן אויף ניידיע וועלעקעוועז.
מאנטאג יוני 18, 2012 8:28 pm#18474
זר זהב:
איך בין בכלל בכלל בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע ענינים. עס אינטרעסירט מיר אין די לינקע פאה.

אט איז וואס איך ליין צווישן דיינע געשריבענע שורות (אויב האב איך א טעות מיט זיי מיר מוחל):
-האסט פיינט צד מהר"א. ביזט פארקויפט פאר צד מהרז"ל עד הסוף.
-דו וואלסט געצאלט גרויס געלט אז דיין פארטייס קאנדידאט זאל געווינען. (נישט ווייל דו האסט סיי וואסערע נגיעה, פשוט ווייל דו גלייבסט די עסקנים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן).
-דו האלטסט נישט אויס אז מ'זאגט פאר א זיג פאר די קעגנערישע קאנדידאט ווע... (סארי, איך קען נישט ספעלן די נאמען).
-כדי צו מינימיזירן דיין ווייטאג ממחרת הוואלן, פראבירסטו מקדים זיין באריכות רפואה למכה, מיט דיינע תירוצים וביאורים.

אגב, עקספערטן זאגן, ווען איינער גרייט זיך צו א אנקומענדע קאטאסטראפע, האט ער מער שאנסן אז עס זאל איהם נישט אזוי שטארק אנגרייפן גייסטיש.

נאך איינמאל, קענסט נאכקוקן מיין היסטאריע, ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך ריר אן אזא סארט טעמע. ואת אשר הבנתי כתבתי.
מאנטאג יוני 18, 2012 8:31 pm#18475
גאנץ א גוטע אנאליז. נאר ס'א שאד אז מ'זעהט דיין בייעס איבעראל. וואס די שרייבסט וועגן וויפיל ווילי מאכט נישט אויס איז זייער אמת. דאס וואס די לייגסט אראפ די אהרונים ווי עפעס א קליינע סעקטעלע אין ווילי איז נאריש.
מ'קען נישט זאגן אז די אהרונים שטיצען וועלעזקעוועז פשוט אפצוטוהן יא. דזשעי. או. ווייל עס איז פשוט אז זיי זענען איר מכיר טובה פאר'ן העלפען מיט די קעמפ'ס. סאו די אמת'ע פוינטס פון דיין ארטיקעל איז אז מ'זאל זיך נישט צוטוהן מאכען פון די אהרונישע פראפעגאנדע ווי זיי וועלן נעמען קרעדיט אז "וועגען זיי" האט וועלעזקעוועז געווינען. דאס איז אמת. זיי זענען א נישטיגע פראצענט פון די אלע וואויטס וואס קומען אריין.
אבער למעשה איז דא דא א פאליטישע פייט פון די אהרונים אין זאלוינים, און די אהרונים ווילן ווייזען פאליטישע פאוער. סאו אז ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז וועלעזקעוועז האט באקומען למשל דרייסיג פראצענט פון ווילי וועט עס זיין א זיג פאר די אהרונים אז כאטש "אלע" קהילות האבען געשטיצן דילאן האבן זיי באוויזן ארויסצוברענגען אזויפיל פרצענט פאר וועלעזקעוועז.
מאנטאג יוני 18, 2012 8:36 pm#18476
[[b]quote="שמיטה"]זר זהב:
איך בין בכלל בכלל בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע ענינים. עס אינטרעסירט מיר אין די לינקע פאה.

אט איז וואס איך ליין צווישן דיינע געשריבענע שורות (אויב האב איך א טעות מיט זיי מיר מוחל):
-האסט פיינט צד מהר"א. --איך האב נישט פיינט קיין שום איד!!-- ביזט פארקויפט פאר צד מהרז"ל עד הסוף. --ליגענט!--

-דו וואלסט געצאלט גרויס געלט אז דיין פארטייס קאנדידאט זאל געווינען. -- אפשר איין דאללער --(נישט ווייל דו האסט סיי וואסערע נגיעה, פשוט ווייל דו גלייבסט די עסקנים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן).
-דו האלטסט נישט אויס אז מ'זאגט פאר א זיג פאר די קעגנערישע קאנדידאט ווע... (סארי, איך קען נישט ספעלן די נאמען). -- ווער זאגט פאר ? אלעס וואס איך האב געשריבען האב איך אליינס געלערענט נאכ'ן דורכ'טון דעם ענין אן קיינעם'ס הילף --
-כדי צו מינימיזירן דיין ווייטאג ממחרת הוואלן, פראבירסטו מקדים זיין באריכות רפואה למכה, מיט דיינע תירוצים וביאורים. -- דא זעה איך טאקע אז דיין ערשטע 11 ווערטער פון דיין תגובה איז טאקע אמת ויציב! מ'קען דיר נישט מסביר זיין א פשוטע שטיקעל פאליטיק --
מאנטאג יוני 18, 2012 8:40 pm#18477
ראשעקאל האט געשריבן:.
אבער למעשה איז דא דא א פאליטישע פייט פון די אהרונים אין זאלוינים, און די אהרונים ווילן ווייזען פאליטישע פאוער. סאו אז ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז וועלעזקעוועז האט באקומען למשל דרייסיג פראצענט פון ווילי וועט עס זיין א זיג פאר די אהרונים אז כאטש "אלע" קהילות האבען געשטיצן דילאן האבן זיי באוויזן ארויסצוברענגען אזויפיל פרצענט פאר וועלעזקעוועז.

30 % וועט נישט מיינען אז ס'איז אידישע שטימען. ס'וואוינען זייער זייער אסאך ספאנישע אין די היימישע וויליאמסבורג! און זיי וועלן וואוטען אין א בלאק וואוט פאר וועלקעוועז.
מאנטאג יוני 18, 2012 8:51 pm#18479
ראשעקאל האט געשריבן: מ'קען נישט זאגן אז די אהרונים שטיצען וועלעזקעוועז פשוט אפצוטוהן יא. דזשעי. או..

ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס די ארוינים שטעלן זיך ארויס צו שטיצן די קאנדידאט וואס לויפט קעגן די UJO/אלע קהילות קאנדידאט. דא קענסטע דאגן אז ס'די קעמפס אבער רוב מאל איז עס בלויז ווייל ס'די אנטי UJO קאנדידאט.
מאנטאג יוני 18, 2012 10:48 pm#18493
זר זהב. דיין אגענדע שרייט פון יעדעס ווארט דיינע אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט.

גיב מיר א נאמבער וואס דאס גייט "יא" הייסן א זיג און מיר וועלן זיך טרעפן אי"ה קומענדע וואך.

אגב, ס'ערווארטעט אזא שיינע ארטיקל פון דיר איבער קוראפטירטן פעשליכן וויטא לאפאז. צולייג אביסל זיין אהבת ישראל
דינסטאג יוני 19, 2012 12:51 am#18515
ברוין האט געשריבן:זר זהב. דיין אגענדע שרייט פון יעדעס ווארט דיינע אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט.

גיב מיר א נאמבער וואס דאס גייט "יא" הייסן א זיג און מיר וועלן זיך טרעפן אי"ה קומענדע וואך.

אגב, ס'ערווארטעט אזא שיינע ארטיקל פון דיר איבער קוראפטירטן פעשליכן וויטא לאפאז. צולייג אביסל זיין אהבת ישראל

מיין אגענדע איז צו לעכערן דיין באלאן וואס דו האסט אנגעגרייט. :roll:

איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויז איז עס ליגענט ווייז עס אויף)
דינסטאג יוני 19, 2012 4:24 am#18551
ביי די פאריגע וואלן אין וויליאמסבורג האט צד מהר"א אנגעצויגן אונטער 2 טויזענט שטומען און צד מהרי"י קרוב צו 4 טויזענט (ווי איך שטעל מיך פאר וועלן די נומערען יעצט זיין אסאך העכער ווייל ס'קוקט אויס מער היציג ביי אלע צדדים).

אהן נעמען א שטעלע וועט אבער יעדער מודה זיין אז נעקסטע וואך וועט מען נישט קענען ארויס גיין אויפן גאס פון קולות וואס די טראקס מיט הויעך-הילכער'ס וועלן ארויס געבן...
דינסטאג יוני 19, 2012 9:23 am#18563
איש חסיד - וויאזוי קעמען וויסן וויפיל זענען פון ארונים און וויפיל פון זאלוינים?? עס איז דא נאך קהילות. אויב אלע קהילות אינדארסען איין קאנדידאט און נאר די ארונים אינדארסען א אנדערע קעמען וויסן וויפיל ארונים (אויב מקען אראפרעכענען די גוים וכו).
אגב, די שרייבסט דא גאנץ ווייניג. סאו למען הקלארקייט ביסט אהרוני געשטימט אדער זאלויני געשטימט?
דינסטאג יוני 19, 2012 9:33 am#18567
זר זהב האט געשריבן:איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויב איז עס ליגענט ווייז עס אויף)

מאכסט מיר לאכן,

קענסט די מעשה ל"ע, דיין טאכטער האט מזנה געווען ... ?!
דינסטאג יוני 19, 2012 9:47 am#18572
איך האב לכתחילה געקלערט אז איך וועל באקומען א אויפריכטיגע ענפער פון דיר אזוי אז איך זאל נישט ברויכן צוריק קומען שרייבן ביז קומענדע וואך נאך די וואלן. אבער דאס איז נישט געשען.
לכאורה וועלן מיר בלייבן ביי דעם
דינסטאג יוני 19, 2012 9:55 am#18574
געהערט פין קראנטע מקורת אין אזוי ווי מען קען שוין טאקע זעהן ביז איצט. דא גייט טאקע זיין א היציגע וויילן אין יא ביידע גייען ארויס ברענגען גאר גרויסע נומערן פין שטימעס, אבער דעס וואס מען זאגט אז אויף די גאסן גייט מען נישט קענען ארויס גיין וועגן די קולות פין די מייקס, האב איך געהערט אז חסידי מהר"א שיקן יעצט ארויס בריוון אין קאלן ארים אפן טעלפאן אנציגרייטן דעם עולם פארוועם מען זאל שטימען אין זיי פארשפרעכן אז אין די טאג פין די וואלן גייען זיי אי"ה נישט איבער דרייען די גאסן,
זיי זאגן עס טיט נישט אויף עס מאכט נאר אז דער עולם זאל נישט ארויס גיין שטימען אין אפשר פאר אויף די מינוט זעהט אויס אז דאס (די מייקס) טיען אויף אבער אין די לאנג ראן מאכט עס שאדן אין ווי מען קען זעהן זייער מהלך איז נישט אראפ צירייסן די צווייטע אין יא/נאר בויען זיך, משא"כ אין חסידי מהר"זל לאגער וועלן ווארשיינלעך יא איבער דרייען אזוי ווי זיי האבן שוין געטין די לעצטע טאג ווען מען האט זיך געקענט רעגעסטרירן. (עס איז א מחלוקה אין די מהלך)
אינז בלייבט נאר איבער צי ווארטן אין זעהן ימים ידברו.
דינסטאג יוני 19, 2012 10:08 am#18576
דעינעש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויב איז עס ליגענט ווייז עס אויף)

מאכסט מיר לאכן,

קענסט די מעשה ל"ע, דיין טאכטער האט מזנה געווען ... ?!

דעיניש, דא קענסטע קלאר זעהן ווי יענעמ'ס טאכטער (וועלקעוועז) איז מזנה.
m http://brooklyn.ny1.com/content/top_sto ... -triangle- m

און נעקסט טיים ווען איך מאך דיר לאכן געב מיר א "לייק".
דינסטאג יוני 19, 2012 10:32 am#18583
זי האט פארטרעטן מער שפאנישע, און קוים וומ"ס, האט זי לכאורה מיט רעכט ג'ארבעט לטובתם,

ווי אויך, מיינעך אז עפעס סיבות איז געווען אז נישט אלע וומ"ס'ער איינוואוינער זענען געווען פאר די פראדזשעקט, איז אפשר האט זי זיי צופרידן געשטעלט.
דינסטאג יוני 19, 2012 2:55 pm#18648
ראשעקאל האט געשריבן:איש חסיד - וויאזוי קעמען וויסן וויפיל זענען פון ארונים און וויפיל פון זאלוינים?? עס איז דא נאך קהילות. אויב אלע קהילות אינדארסען איין קאנדידאט און נאר די ארונים אינדארסען א אנדערע קעמען וויסן וויפיל ארונים (אויב מקען אראפרעכענען די גוים וכו).
אגב, די שרייבסט דא גאנץ ווייניג. סאו למען הקלארקייט ביסט אהרוני געשטימט אדער זאלויני געשטימט?



שטעל דיך אליינס פאר, וואספארא אינטערעסע זאל א פאפא'נער\קלויזענבורג'ער יונגערמאן האבן ארויס צו גיין שטומען..? פיין און וואויל דער שוואונג גייט ווייטער אז יעדער שטייט מיט מיט יו.דזשעי. או., אבער א גרויס חלק פון זיי וואלטן אפילו געשטימט (און שטימען גאר) קעגן צד מהרי"י צוליב מחלוקת'ער ווי דער עירוב וכדו', אפילו זיי וואלטן יא געשטימט גלייב איך נישט אז ס'וואלט אויסגעמאכט מערסטענס עטליכע הונדערט שטימען - פארצענטועל וויפיל מענטשען קומען ארויס שטימען

אגב די נאמבערס פון א דריטעל האט זיך שוין קלאר געשטעלט מערערע מאל, וו.צ.ב.ש. ביי די מוסדות נאכן טיילונג און אזוי אויך אין ישיבה גדולה וכו'

למען הקלארקייט האב איך נישט ארויס גענומען קיין מארגעטש ביי קיין איינע פון זיי.. (און פארשטייט זיך אז זיי האבן אויך נישט גענומען ביי מיר..)

דאס שרייבן דא ווענדט זיך אין צייט און ארבעט ווי פארשטענדליך.
דינסטאג יוני 19, 2012 3:22 pm#18652
זר זהב איך וואלט מחולק געווען מיט אייער פעסעמיסטישן אויסקוק פאר דילאן ראשית כל נישט ווי ביים אבאמא עלעקשאן ווען מיליאנען זענען געגאנגען נאטס ביים וואלן יעצט איז א שטילן וואל טאג נישט-אידן וועלן נישט גיין וואוטן אין די מאסן איך וואלט געזאגט די גאנצע דיסטריקט וועט נישט ארויסברענגען קיין 25000 וויליאמסבורגס 7-8000 קען גרינג בייגן דעם וואגשאל פאר דילאן. נעמט אינאכט וויטא לאפעז האט צופאטשקעט איר דיסטריקט נישט אין איר איטערעס און ער האט א רעקארד ביים ארויסברענגען זיינע שאף. אויך איז מעגליך דער יאפי מארטינעז וועט אנציען שטארק ביי די יאפיס.

אלס איינער וואס איז געגאנגען וועלן ביי יעדן פריימערי זייט די 18 און איך האב אייביק געמאכט מיין אייגן באשלוס אפגעזען וואס די מייקס זאגן מיין איך עס איז א שאנדע פאר אידן צו וועלן פאר וועלעסקוועז וואז האט אנגערופן די איזראעליס נאציס און האט אלץ געהאט וויכטיקע דאגות זיך צו אננעמען פאר די באקריוועדע פאלאסטינער מערדער. זי איז אלס געווען אנטקעגן חסידים זי איז א פארשטינקענע אנטיסעמיט פארוואס זאל איך איר געבן מיין שטימע?
דינסטאג יוני 19, 2012 5:43 pm#18685
א דאנק אייך בן תמליון.

איך זאג נישט אז דיללאן "קען נישט" געווינען, איך קלער אז ס'איז זייער שווער פאר אים צו געווינען, מעיבי איים ראנג, כ'בין נישט אן עקספערט. און אויב איז אמת אז זי האט אנגעריפן די איזרעליס נאציס (ערגעץ האביך דאכט זיך טאקע אזוי געליינט) איז דאס טאקע א גוטע סיבה נישט צו וואטען פאר איר, שטעלט זיך אבער די פראגע וויזוי האבן אזויפיל "אידישע" פאליטישאנס איר געקענט אינדארסן ?

און אפשר וועלן געוויסע סאטמארע אידן טאקע יא שטימען פאר איר טאקע ווייל זי רופט די ציונים "נאציס" ?....
דינסטאג יוני 19, 2012 6:01 pm#18688
יאפ, אידישע געדאנק איז פארשפארט. קאווע שטיבל האט ברייטע ארעמעס.
דינסטאג יוני 19, 2012 6:04 pm#18689
איך האב געשריבן א טריקענער אנאליז מיט אביסל ספייס אבער נאך אלץ פאקטועל אקוראט, מיין ציהל איז נישט געווען צו סטירען פאליטיק'ס. אויב זעהט עס יעדער אנדערש זאלן עס די מנהלים פארמעקן.
דינסטאג יוני 19, 2012 6:09 pm#18691
כ'האב נישט קיין טענות. פאליטיקס איז נישט מיין טינג, אבער די דערקלערסט זיג פארן זיג און ספינען פארן ספין און ביסט מסביר זיין פארוואס ס'הייסט יא א זיג און נישט א זיג. דאס איז קלאסיש היידפארק. אויך קוקט אויס אז די ביסט אן עהרליכער קאנסומער פון די פי אר פארשפרייט בעפאר די וואלן. האסט אן עמאציאנעל צוגאנג צו פאליטיקס. קענסט די פאליטישע דיינעמיקס אין ברוקלין? האסט געהאט א הוה מינה אז זי גייט נישט זיין אנטי חסידים און אנטי האוזינג? דאס איז טיפיקעל פאליטישע רעטאריק. נעם דיך נישט צום הארצן. מענטשן באקומען באצאלט דיך אנצודרייען די געפילן.

דרך אגב, כ'בין זיכער אז די "שפאנישע" קאנדידאטקע צלם'ט זיך טעגליך און בעט אז קרייסט זאל שטראפן די אידן. איז זי נישט פערצופאל פאר תועבה אויך? אדער איר קעגנער איז אויף פאר תועבה ממילא מיז מען איר מאכן פאר אן אנטיסעמיטקע?
דינסטאג יוני 19, 2012 6:10 pm#18692
זר איז גערעכט. אבער יואליש קומט א לייק פאר זיין יומער.
דינסטאג יוני 19, 2012 7:25 pm#18708
יואליש האט געשריבן:כ'האב נישט קיין טענות. פאליטיקס איז נישט מיין טינג, אבער די דערקלערסט זיג פארן זיג און ספינען פארן ספין און ביסט מסביר זיין פארוואס ס'הייסט יא א זיג און נישט א זיג. דאס איז קלאסיש היידפארק. אויך קוקט אויס אז די ביסט אן עהרליכער קאנסומער פון די פי אר פארשפרייט בעפאר די וואלן. האסט אן עמאציאנעל צוגאנג צו פאליטיקס. קענסט די פאליטישע דיינעמיקס אין ברוקלין? האסט געהאט א הוה מינה אז זי גייט נישט זיין אנטי חסידים און אנטי האוזינג? דאס איז טיפיקעל פאליטישע רעטאריק. נעם דיך נישט צום הארצן. מענטשן באקומען באצאלט דיך אנצודרייען די געפילן.

דרך אגב, כ'בין זיכער אז די "שפאנישע" קאנדידאטקע צלם'ט זיך טעגליך און בעט אז קרייסט זאל שטראפן די אידן. איז זי נישט פערצופאל פאר תועבה אויך? אדער איר קעגנער איז אויף פאר תועבה ממילא מיז מען איר מאכן פאר אן אנטיסעמיטקע?

איך מיין דו דארפסט מאכן חזרה אויף מיין תגובה, לייען עס שטאטעלעך.
מיטוואך יוני 27, 2012 11:58 am#20352
איך בין נייגעריג צו זעהן צו יאסי געשטעטנער גייט אננעמען דעם טשאלענדזש.

דער אמת איז אז ס'ווענד זיך וועלעכע פאול פלעצער מ'ציילט, אבער ביידע וועגן זענען ביידע נישט גערעכט.

די ארונים האבן געהאט ערגעץ צווישן 41-44 פראצענט, געוואנדן אין וואס מ'ציילט.

די פאקט אז די זאלונים שרייבן פאלטשע נאמבערס ווייזט אז זיי זענען נישט צופרידן פון די עכטע רעזולטאטן.
מיטוואך יוני 27, 2012 12:05 pm#20354
דאס וואס ארטאקאס פונדיט שרייבט אז "it's mainly due to being out-organized by the Aranites" איז שקר וכזב. די זאלונים האבן שוין אנגעהויבן מיט זייער "אחים לדעה" קאמפיין וואכן בעפאר די ארונים האבן זיך דערמאנט צו מאכן א "בלאק וואוט" קאמפיין. און די זאלונים האבן געארבעט פלייסיגער, אהיימשיקענדיג רעגיסטראציע צעלעך צו די מאמעס, אויסטיילענדיג רעגיסטראציע צעטלעך פאר די מענער בעת די ארונים האבן ווייט נישט אזוי פלייסיג געארבעט.
מיטוואך יוני 27, 2012 12:45 pm#20363
יידל האט געשריבן:דאס וואס ארטאקאס פונדיט שרייבט אז "it's mainly due to being out-organized by the Aranites" איז שקר וכזב. די זאלונים האבן שוין אנגעהויבן מיט זייער "אחים לדעה" קאמפיין וואכן בעפאר די ארונים האבן זיך דערמאנט צו מאכן א "בלאק וואוט" קאמפיין. און די זאלונים האבן געארבעט פלייסיגער, אהיימשיקענדיג רעגיסטראציע צעלעך צו די מאמעס, אויסטיילענדיג רעגיסטראציע צעטלעך פאר די מענער בעת די ארונים האבן ווייט נישט אזוי פלייסיג געארבעט.


ס'הייסט אז די רעגיסטראציע דרייוו האבן די זאלונים דעליווערט א מעכטיגע זשאב. אבער מיט די "געט אוט די וואויט" קאמפעין האבן די ארונים דערלאנגט א נאק אוט פאונטש.

לכאורה ביי די נעקסטע וואלן וועלן שוין ביידע זייטן זיין אזוי העכסט סאפיסטיקירט. רבנים האבן מתיר געווען אלע אינטערנעט דעווייסעס בכגון דא, ווייל עת לעשות. ביידע לערנען זיך פון ק"י ווי די וואלן איז די גרעסטע אינוועסטמענט.
מיטוואך יוני 27, 2012 1:05 pm#20371
ביי די יעצטיגע רעגיסטראציע דרייוו האבן די ארוינים רעגיסטרירט מער ווי די זאלוינים, ווייל די זאלוינים האבן געהאט מער רעגיסטרירטע פון פארדעם. און די ארוינים האבן נישט דעליווערט קיין "נאק אוט" פאנטש, ס"ה האבן זיי געוואונען א בלאק וואוט. ס'איז א שטארקע געווינס, אבער די זאלוינים האבן געווינען "אין ווילאמסבורג". זיי האבן געהאט 1635 מער ווי די ארונים.

איין תירוץ וואס די ארונים האבן יא, זייער אסאך ערשטע מאל רעגיסטרירטע האבן פראבלעמען ביים שטומען, און זיי האבן א ריזיגע צאל עפידעווידס. דאס וועט מען זעהן ביי די נעקסטע עלעקשן צו זיי זענען גערעכט צו נישט. (אדער אויב מ'וועט ציילן אלע עפידעיווידס)
מיטוואך יוני 27, 2012 1:07 pm#20372
ווייסט איינער ווי מ'קען זיהן די ריזאלטס שווארץ אויף ווייס, און אין וועלכע געגנט, אדער דארף איך גלייבן יעדעם מיט זיינע נגיעות?
מיטוואך יוני 27, 2012 1:09 pm#20373
ארונים האבן ארויסגעברענגט בערך 4500 שטימען, לעצטע מאל האבן זיי געהאט בערך 1,800

די ארונים וועלן אלס האבן א שווערע פראבלעם מיט די אנדערע חסידות'ן, ופאפא בראש, וואס ווילן זיך ענדערש האלטן מיט ר' משה דוד נידערמאן און די זאליס וואס זיי האבן שוין א אלטע בונד, כידוע

אויך די אלע גוים/ספאנישע פון די פראדשעקטס זענען פארנאטישע שטיצער פון מר. וויטא לאפעז יר"ה כידוע

וואס דאס מאכט מיך קלערן אז יתכן אויב זאל מען זיך בלויז זיך קאנצעטרירן אויף "סאטמארע" פנימי שטימען, איז שטארק יתכן אז די ארונים זענען מעגליך האלב אדער אפשר דער רוב,

דאס אמאל זיכער אז די נעכטיגע וואלן האט דראסטיש געטוישט די בילד וויזוי די ארונים ווערן אפגעשאצט בעיני הפאליטישנס,
מיטוואך יוני 27, 2012 1:12 pm#20374
רעפארט איבער די זיג, און די אהרונים (אינדיג) זאגען אז לאפעד "איז א טויטע טייגער".
מיטוואך יוני 27, 2012 1:20 pm#20376
גאלד האט געשריבן:ארונים האבן ארויסגעברענגט בערך 4500 שטימען, לעצטע מאל האבן זיי געהאט בערך 1,800

די ארונים וועלן אלס האבן א שווערע פראבלעם מיט די אנדערע חסידות'ן, ופאפא בראש, וואס ווילן זיך ענדערש האלטן מיט ר' משה דוד נידערמאן און די זאליס וואס זיי האבן שוין א אלטע בונד, כידוע

אויך די אלע גוים/ספאנישע פון די פראדשעקטס זענען פארנאטישע שטיצער פון מר. וויטא לאפעז יר"ה כידוע

וואס דאס מאכט מיך קלערן אז יתכן אויב זאל מען זיך בלויז זיך קאנצעטרירן אויף "סאטמארע" פנימי שטימען, איז שטארק יתכן אז די ארונים זענען מעגליך האלב אדער אפשר דער רוב,

דאס אמאל זיכער אז די נעכטיגע וואלן האט דראסטיש געטוישט די בילד וויזוי די ארונים ווערן אפגעשאצט בעיני הפאליטישנס,



די עכטע נאמבער איז נישט 4500, ס'איז 4078. און די טענה פון אנדערע מוסדות ביסטו גערעכט, אבער ספאנישע גייט מען קיינמאל נישט וויסן, יעדער גייט טענהן אז זיי זענען געגאנגען צום אנדערן, ווי געשריבן.)

און דאס אז די ארונים'ס בילד האט זיך געטוישט איז אמת. זיי האבן ביז היינט געהאט בערך 1800 און יעצט 4000, איבער דאפעלט! און דאס אז לאפעז האט געכאפט א זעץ איז אויך אמת, אבער דאס האט נישט אזויפיהל צו טוהן "נאר" מיט די ארונים, ער האט געכאפט א זעץ פונדרויסן אויך.
מיטוואך יוני 27, 2012 1:22 pm#20377
אינגערמאנטשיק, די זלונים האבן נישט געהאט 1635 מער שטימען ווי די ארונים
די איחוד הקהלות ווי פאפא סקווירא סקולען ועוד און אלע וואס די פיקטשער פון זייערע רבי'ס האט פיגורט אויף אלע ווענט און וויליאמסבורג. הכל בכל מכל איז געווען 1635 מער ווי דער שה אחד בן שבעים זאבים ארונים, וואס האבן ארויסגעברענגט גאנצע "4479" טויזענט שטימען. "נישט 4078"
עס איז פאר זיי א מעכטיגע זיג וואס הילעכט אפ זייער ווייט
מיטוואך יוני 27, 2012 2:01 pm#20384
יונגערמאנטשיק, דאס ביסטו לכאורה שטארק גערעכט אז לאפעז האט ענדערש גאכאפט די זעץ פון אינדרויסן,

אן די סאטמר-מהרז"ל שטימען וואלט דילאן ווען געווען ממש א ליצי לצנות ער וואלט מעגליך געפאלן צו דריט, דאס ווייזט אז אינדרויסן פון וומ"ב איז קיינער מער נישט נייגעריק אויף לאפעז,

איך מיין אז לכאורה, עסקני מהרז"ל, און אפשר גאר די דעמאקראטישע פארטיי גייען דא איינזעהן אז די צייט פון וויטא לאפעז איז ביים ענדע, און ער קען שוין גיין רעטייערן,

ס'איז פשוט א שלעכט מזל אז אויפן מאמענט זענען די זאליס פאראייניקט מיט א פאליטישן וואס איז שוין אפגעדינט, 5 - 10 יאר צוריק איז לאפעז געווען אן ארטיקל, יעצט איז צייט צו זיכן נייע באציאונגען מיט פרישע לאקאלע פאליטישנס
מיטוואך יוני 27, 2012 2:07 pm#20386
איך טראכט צו מיר אזוי -אויב די 4000 אהרונישע שטימען וואלטען גאגאנגען צו דילאן וואלט ער געקענט געווינען!
וואלעזקעס האט געווינען מיט 16,011 שטימען, און דילאן האט באקימען 8,589 שטימען (אזוי שטייט דא). אויב די נעמסט אראפ פיר טויזענט פון וואלעזקעס און געסט עס פאר דילאן האט דילאן 12,589 און וואלעסקעס 12,011. דאס מיינט אז אין טעארי , ווייל די אהרונים האבן זיך אפגעטיילט פון די אנדערע ווילימסבורגע קהילות, און האבן געגעבן זייער פיר טויזענט שטימען פאר וואלעזקעס האט זי געווינען און נישט דילאן!
מיטוואך יוני 27, 2012 2:08 pm#20387
ראשעקאל האט געשריבן:רעפארט איבער די זיג, און די אהרונים (אינדיג) זאגען אז לאפעד "איז א טויטע טייגער".

ביי מיסטעיק נישט געלייגט די לינק וואס איך האב געוואלט לייגען
m http://manhattan.ny1.com/content/top_st ... rty-leader m
מיטוואך יוני 27, 2012 2:55 pm#20390
גאלד האט געשריבן:יונגערמאנטשיק, דאס ביסטו לכאורה שטארק גערעכט אז לאפעז האט ענדערש גאכאפט די זעץ פון אינדרויסן,

אן די סאטמר-מהרז"ל שטימען וואלט דילאן ווען געווען ממש א ליצי לצנות ער וואלט מעגליך געפאלן צו דריט, דאס ווייזט אז אינדרויסן פון וומ"ב איז קיינער מער נישט נייגעריק אויף לאפעז,

איך מיין אז לכאורה, עסקני מהרז"ל, און אפשר גאר די דעמאקראטישע פארטיי גייען דא איינזעהן אז די צייט פון וויטא לאפעז איז ביים ענדע, און ער קען שוין גיין רעטייערן,

ס'איז פשוט א שלעכט מזל אז אויפן מאמענט זענען די זאליס פאראייניקט מיט א פאליטישן וואס איז שוין אפגעדינט, 5 - 10 יאר צוריק איז לאפעז געווען אן ארטיקל, יעצט איז צייט צו זיכן נייע באציאונגען מיט פרישע לאקאלע פאליטישנס


היינטיגע פארלירערס זענען מארגענדיגע געווינערס. וויטא לאפעז שטייט בעסער פון צוויי יאר צוריק. אמת, ער האט געכאפט א מעכטיגע פליק נעכטן, אזש ווען נישט די זאלונים וואלט ער אין ערגעץ נישט געשטאנען. אבער דער אמת איז אז וויטא האט זיך אריינגעלייגט אין א רעיס וואס יעדער (אריינגערעכענט ער) האט געוויסט אז ער גייט עס נישט געווינען. און ער האט זיך לכאורה נאר אריינגעלייגט דערין ווייל ער האט געוויסט אז די זאלונים וועלן אים דעליווערן אסך שטימען. און די זאלונים זענען אים געווען גאר שטאק שולדיג זענען זיי אריין אין א סועסייד מישאן אלס הכרת הטוב צו וויטא. און למעשה האבן די זאלונים אים אביסעל דיסעפאונטעט אבער וויטא איז ווייט פון א פאפירענע טייגער. כ'וואלט געזאגט ער איז נאך גאר גאר שטארק. נישט לאנג צוריק האט ער געווינען א גיטע רעיס און ער האט נאך אסך מוסעל. ער איז די דע פאקטא באסס אין ברוקלין פאליטיקס.
מיטוואך יוני 27, 2012 3:23 pm#20393
אמת אמת האסט א פוינט,

און לפי האמת, קען זיין אז דער נידיע וואלעזקאס איז פערצופאל א כאריזמאטישע פערזענליכקייט (אפי' מיט איר שווערע ספאנישע אקצענט) און איז זייער באליבט ביי די איינוואוינער, און קעגן איר, בנוסף צו די אלע אינדארסמענטס, האט דער עולם ענדערש געוואלט זי זאל בלייבן אין קאנגרעס, אבער מוז לעולם נישט זיין אז וויטא לאפעס איז "פארפיינטעט" ביים המון, ווי די ארונים ווילן אראפלייגן,

נאך אזאך, אינעם באשיצונג פון צד מהז"ל, זיי האבן למעשה אויך געהאט א מעכטיגע טורנאוט - מיט 2500 מער ווי די לעצטע וואלן - נאך אלס מיט 2000 שטימען מער ווי די ארונים, אפי' אויב זאל מיר זאגן אז דאס איז נאר מיט פאפא ושאר קהלות, איז קיין שום נפק"מ פאר די פאליטישאנס,

נאר וואס דען, ביז איצט איז די עיקר אויבערהאנט וואס די זאליס האבן געהאט אין ברוקלין איבער די ארונים איז נישט נאר געווען זייער רוב הציבור, נאר די שוואכקייט פון די ארונים אז די ארונים זענען "גארנישט", אט דער קאנצעפט אז די ארונים זענען "גארנישט" איז נעכטן נאכט לכאורה געשטארבן,
מיטוואך יוני 27, 2012 3:27 pm#20396
גאלד האט געשריבן:נאך אזאך, אינעם באשיצונג פון צד מהז"ל, זיי האבן למעשה אויך געהאט א מעכטיגע טורנאוט - מיט 2500 מער ווי די לעצטע וואלן - נאך אלס מיט 2000 שטימען מער ווי די ארונים, אפי' אויב זאל מיר זאגן אז דאס איז נאר מיט פאפא ושאר קהלות, איז קיין שום נפק"מ פאר די פאליטישאנס,

נאר וואס דען, ביז איצט איז די עיקר אויבערהאנט וואס די זאליס האבן געהאט אין ברוקלין איבער די ארונים איז נישט נאר געווען זייער רוב הציבור, נאר די שוואכקייט פון די ארונים אז די ארונים זענען "גארנישט", אט דער קאנצעפט אז די ארונים זענען "גארנישט" איז נעכטן נאכט לכאורה געשטארבן,

נאך א זאך. דאס אז אלע קהילות זענען ביז היינט געגאנגען מיט די זאליס איז געוועהן ווייל ס'איז געוועהן א איפרעשען אז די זאליס זענען רוב. אבער יעצט אז מ'זעהט אז די אהרונים זענען פינקט אזוי שטארק איז אפשר שוין נישט דא די אינסענטיוו פאר פאפא , צעהלים , וויען וכו' צו גיין מיט די זאליס, די אהרונים זענען פינקט אזוי גיט. קען נאך אויסקימען אז אין די נעקסטע וואלען זאלן די אהרונים האבען מיט זיך די אנדערע קהילות
מיטוואך יוני 27, 2012 4:43 pm#20406
גאלד, די וויטא לאופעז / צד מהרז"ל מסאטמאר האט נישט געהאט קיין טורינאייט מיט 2500 מער ווי פאריגע מאל. זיי האבן געהאט תושבי וויליאמסבורג וואס האבן געזעהן א בילד פון זייער רבי'ן אנווינטשען הצלחה פאר דילאן. עס איז געווען א געלונגענער טריק.
בדרך אגב וועל איך דיר מיט טיילן וואס איך האב געהערט פון א ארבעטער ביי אשל אברהם, איינער א קנאקער וואס הייסט ווייזער פון די צד הזאלונים האבן גענומען אלע תושבי האש"ל אינטערשרייבן עבסענטי בעלעט'ס.
מיטוואך יוני 27, 2012 4:53 pm#20407
נאך אזאך, אינעם באשיצונג פון צד מהז"ל, זיי האבן למעשה אויך געהאט א מעכטיגע טורנאוט - מיט 2500 מער ווי די לעצטע וואלן - נאך אלס מיט 2000 שטימען מער ווי די ארונים, אפי' אויב זאל מיר זאגן אז דאס איז נאר מיט פאפא ושאר קהלות, איז קיין שום נפק"מ פאר די פאליטישאנס,

אמת אז פאר די פאליטישען׳ס איז נישט קיין נפק״מ, אבער צווישן אונז ווייזט עס אז עס איז א קליינע אינטערשייד צווישען די צוויי פראקציעס.
מיטוואך יוני 27, 2012 5:22 pm#20413
די נומבער איז ווייט נישט קיין 2500 - אויסער אויב דו ארבייטס פאר די דבר יום ביומו.
עס רעדט זיך פאר קארגע טויזענט שטימען א דיפרענץ.
מיטוואך יוני 27, 2012 11:23 pm#20505
באקומען אין אימעיל
Response to Yossi Geshtetner's bogus analysis. Wed, Jun 27, 2012 12:47 PM Without disparaging Yossi Gestetner personally, it must be noted that as a paid consultant for Aroinim he is still doing a poor job.

Spinning with facts that are not possible to backup will most surely backfire and destroy whatever credibility he might still have. Can he name that "one voting location of younger Hasidic voters, the split is 49-51". There is none.

In fact the most pure voting location in Williamsburg is the IS171 on Heyward Street, it covers approximately the Williamsburg area north of the BQE to Heyward Street, an area populated 99% with only hasidic families.

It also happens to be the largest Williamsburg voting site with a total vote turnout of over 2,600 votes. The breakdown was 1,672 for Dilan versus 947 for Velasquaz. Each and every voting site in Hasidic Williamsburg had at least 61% for Dilan.

When the numbers are analyzed it shows that the voting sites south of the BQE where there are more elderly Jewish families the Dilan numbers dropped off a bit (Still above 61%) and that's because of the succesful Absentee drive by the Zalman (Dilan) people of the elderly population, there are approximately 700 absentee ballots to be read and 90% will be for Dilan. Its true that chaos reigned in Hasidic Williamsburg.

People who registered recently were not on the voter books, peoples names were missing from the books en masse, 100's of people left the voting sites instead of spending the time to do affidavit ballots after standing inline for 90 minutes or longer. Its also true that the Aroinim had a very sophisiticated and intimidating presence at the voting sites.

They had youngsters with blackberrys acting as poll watchers, emailing each name as a person obtained their ballot and they had a very targeted GOTV operation, knew everyone that voted and got the remainders out. This operation probably gave them an extra 3-4 points by succesfully pulling their people to the polls with way greater accuracy than the Zalmen operation who didn't do a targeted GOTV, but in the end it was still very close to 2-1 for Dilan against Velasquez and these numbers won't change anytime soon.

If someone will take the time and analyze the election results for Williamsburg over the past 12 years since the break up of Satmar, beginning with the very first race of Fisher/Markowitz for Boro President in 2001, the consistency of 65/35 split is a constant with very little varaiation. Turnout skyrocketed but the percentage split is a constant. Yossies analysis is bogus and can't be supported by facts, its just wishful thinking.

Sent via BlackBerry by AT&T
מיטוואך יוני 27, 2012 11:40 pm#20508
זר זהב, ספין אהער צו אהין. ברענג נישט קיין נארישע אימעיל'ס, יוסי געשטעטנער איז נישט די אישו.
ליין אלע אפעציעלע צייטונגען און גויאישע פאליטישע בלאג'ס. צד מהר"א האט באוויזען איינס און א גיט'ס. די 65/35 איז שוין לאנג פארטיג
ווילסט דיך טרייסטן מיט נארישע דמיונות בלעקבערי אינגן וכדו'. דאס לאז איבער פאר די כלומר'שטע בריוולעך וואס "דער איד" גייט האבן די קומענדיגע וואכן צו פארענפערן א דורכפאל. ווי שטענדיג
דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:34 am#20515
איך טרייסט מיך ? איך האב ניטאמאל אפגעלייענט געהעריג דאס אימעיל!
דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:17 am#20522
זר, קאנגראטולאציע פאר דיין טויזענט'סטע תגובה.

ס'איז באמת נישט קיין גרויסע חילוק וויפיל פראצענט די ארוינים זענען געווען, די מציאות איז אז ביז היינט זענען זיי געווען זייער שוואך, און דאס מאל האבן זיי געוויזן אז זיי זענען אויך דא צום טיש. פאלעטישענס פלעגן זיך נישט קיין סאך קימערן מיט זיי, חוץ ווען מ'האט גערעדט פון ב"פ און ק"י ווי זיי זענען א שטארקע בלאק וואוט. אצינד גייט מען זיך רעכענען מיט זיי אין וויליאמסבורג אויך.

ווי געשריבן די ארוינים האבן פארלוירן וויליאמסבורג, אבער זיי זענען ארויסגעקומען געווינער נעכטן נאכט, והא ראי, די זאליס האבן ארויסגעשיקט פאלושע נאמבערס, ווען די עכטע נאמבערס וואלטן גוט געווען, וואלטן זיי נישט געשיקט קיין פאלטשע.

וויטא לאפעז האט שוין א שטיק צייט צוריק פארלוירן אביסל כח, אנגעפאנגן ווען זיין אינערליכע רינג האט אנגעפאנען צו צופאלן, מארטי קאנאר איז געווען זיין ערשטע דורכפאל, און זינט דאן האט ער פארלוירן א שיינע פאר פארמעסטן, סיי אין אונזערע געגענטער, און סיי אינדרויסן. ביי די יעצטיגע וועלעסקעז פארמעסט האט ער זיך ארויסגעשטעלט וויסענדיג אז זי גייט געווינען, אבער האפענדיג אז ער וועט עס קענען מאכן גענוג נאנט אז זי זאל ציטערן פון עם. און ער האט דעם פארמעסט גענומען זייער פערסענאל, ער האט אליין אויפגעזוכט א קאנדידאט וואס ער האט געהאלטן וועט זיין א גוטע קעגנער, ער האט געזוכט שטיצע פאר אים, און געהאפט אז די אלע נו יארקע פאלעטישענס וואס פלעגן זיך אלעמאל רעכענען מיט עם וועלן דאס מאל אויך שטיין מיט עם.

דערווייל האט ער פארלוירן נאך פאר די וואוטס, ווען אלע נו יארקע פאלעטישענס האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן עם, אנגעפאנגען ביי קאנגערסמאן נאדלער, און געענדיגט ביים גאווערנער און צוויי סענעטארס, און אפילו אסעמבלי ספיעקער סילווער האט אויך זיך אריינגעפיפן און אינדארסד וואלעסקעז, כאטשיק אלע האבן געוויסט, די גאנצע מידיע איז געווען פארנומען צו רעדן אז די פארמעסט איז מער צווישן וואלעסקעז און לאפעז, דאך זענען זיי נישט געבליבן שטיל, זיי האבן זיך ארויסגעטעלט איר צו שטיצן! ס'איז שוין געגאנגען אזוי ווייט אז איינע פון די נו יארקע צייטונגען האט געשריבן אז איינע פון די סיבות פארוואס זיי שטיצן וואלעסקעז איז ווייל לאפעס שטיצט דילאן.

נעכטן נאכט האט ער געכאפט נאך א שטערקערע זעץ, ער האט געזעהן אז ער האט פארלוירן קאנטראלל אויף די ספאנישע וואוטערס, דילאן האט געהאט ס"ה 8,000 וואוטערס, דאס מיינט אז בערך 2,300 ספאנישע האבן געוואוט פאר דילאן, און דאס דארף מען צוטיילן צווישן דילאן'ס אייגענע פריינט און שטיצער, זיין טאטן'ס פריינט און שטיצער און לאפעז'ס פריינט און שטיצער.

און פון די אנדערע זייט האבן זיך זיינע גרעסטע שונאים, וואס זענען אמאל געווען אין די מייזן לעכער, געהויבן דעם קאפ, דייענע רעינע און לינקלאן רעסטלער שארפן זיך שוין די ציין, רעסטלער קלערט פון לויפן קעגן לעווין, און רייעינע קלערט פון לויפן קעגן לאפעז אליין! די "אנטי וויטא" מאוומענט איז געווארן זייער פאפולער, און האבן אויפגעטריבן אסאך שטיצע ביי אסאך גרויסע אנגעזעהענע פאלעטישענס.
דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:34 am#20523
איך ווייס נישט וועלכע נומער'ן זענען פאלש. מ'וועט דארפן ווארטן פאר אן אקוראטן ברעיקדאון פון אלע שטים בודקעס.

אה.. און א דאנק פאר'ן קאנגרעדזשעלעשען. איך האב עס נישט באמערקט, און ס'באדערט מיר אז מיין 1000'סטע תגובה האב איך ניטאמאל "געשריבען", בלויז גע'פעיסט'. און נאכדערצו אין ענגליש... וכדי בזיון וקצף!
דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:58 am#20528
זר, בהמשך צו אונזער שמיעס אין דעם אשכול, און דיין ערשטע תגובה אין די אשכול וואס מיר שמיעסן יעצט, אז מ'קוקט צוריק וואס די עקספעקטעישענס זענען געווען, זעהט מען ווער ס'האט געווינען.

דו אליין האסט געשריבן אז "למשל די זאליס גייען האבן 6-7,000 וואוטס און די ארונים 1000." דו האסט געשריבן אז אלע מוסדות זענען מיט UJO. אין די אנדערע אשכול וואס איך האב געברענגט וואונדערסטו דיך פארוואס די ארונים פראבירן נאך אפילו, זיי האבן שוין געוויזן אז זייער מאקסימום איז 1800 אריינגערעכענט ספאנישע. (וואס איך האלט איז נישט אמת, די לאקאלע ספאנישע וואוטן ענדערש פאר די לאפעז קאנדידאט, ער דעליווערט זיי וואס ס'פעהלט אויס.) יעצט קוק צוריק, האבן די ארונים געהאט אויף וואס צו ארבייטן? א פראגע?! זענען זיי קארגע 10-30 פראצענט? אויסדריקלעך ניין! צווישן אלע קהילות זענען זיי לכה"פ פערציג פראצענט, (ווענצעך וואס מ'רעכענט אריין, ערגעץ צווישן 41.6 ביז 44.5)

איך ווייס אז יעצט גייט זיך אנהייבן די "ספינען" געים, די ארונים האבן גענוצט מענטשן ביי די פאולס צו "אינטימידעיטן". א דזשאוק! זאג מיר איין מענטש וואס איז אוועק ווייל א ליבאוויטשער בחור האט אריינגעלייגט אין זיין בלעקבערי זיין נאמען?! זאג מיר איין מענטש וואס האט געוואלט וואוטן פאר דילאן, אבער האט געטוישט ווייל די פאול וואטשער האט עם דערשראקן? פארדעם האט מען געשריגן אז מ'גייט געווינען ווייל מ'איז מעכטיג, די זאליס האבן געארבייט גוט מיט עבסענטי בעלאטס אין אשל וכד', די זאליס האבן געהאט א פיינע סיסטעם. (מעגליך אז די ארונים האבן געהאט בעסער, איך ווייס נישט) יעצט נאכדעם וואס די ארוינים האבן געוויזן אז זיי זענען אויך דא, שרייט מען אז די ארוינים זענען געווען מער ארגענייזד, די זאליס זענען נישט געווען, נישט יעדער פון די זאליס איז ארויסגעקומען.

פאר די וואלען האט מען געשריבן (נישט דו, אנדערע האבן עס געשריבן דא, און אין לי גארדענס שוהל האט געהאט א צעטל) אז די פארמעסט איז טייט, און וויליאמסבורג גייט מאכן די דיפרענס, יעצט שרייבט מען אז אינדרויסן איז ער גארנישט, אבער אין ווילי האט ער געווינען.

אנפאנג שרייבט איינער אז די זאליס האבן גע'רעדזשיסטערט 5000 וואוטס, ווי זענען די אלע וואוטערס?

"לאז מיך שוין זעהן איין מאל אז די סטעיטמענט פאר און נאך די וואלן זאלן זיין די זעלבע".

פארדעם זאגט מען ליגענט איין וועג - ווי גוט מ'שטייט, און נאכדעם זאגט מען ליגענט פארקערט - ווי שלעכט מ'איז געשטאנען פון אנפאנג.
דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:53 am#20533
איך האב זיכער איבערגעטריבען מיט'ן שרייבן אז די ארוינים וועלן האבן 1000 וואוטס ווען אין א מער רואיגערן קאמפיין פון 3 יאר צוריק האבן זיי שוין געהאט 1800. קען אבער זיין אז זיי האבן יא באוויזן עפעס וואס איך וואלט נישט געקענט פארזאגן.