ווער איז אין די גיסטע צו לאכן? איך בין איבערגעגאנגען דעם אשכול ווייל איך וויל טרעפן עפעס א לינק, היות איך קען דאס דערווייל נישט טרעפן האב איך באשלאסן דורכצוליינען יעדע תגובה באזונדער,און איך האב באגעגענט א אינטערעסאנטע שמיעס.
[ציטאט אראפגענומען]
זר זהבאיך וויל וויסן וואו און פאר וועם און צי מ.ד. נידערמאן האב אמאל געפראפיילט איינעם בעיסט אויף פארטייאישע אפיליאציע ?
לויט ווי איך פארשטיי האט דא זר זהב פראבירט צו ענטפערן פאר אנאנים אז משה דוד נידערמאן איז טאקע נוטראל און ער מעג זאגן פארן טיימס אז ער איז נוטראל. אנדערש האט די ענטפער נישט קיין פשט.
דא האב איך אריינגעפרעגט, ווייל איך האב נישט פארשטאנען וואס זר ענטפערט דא, איך האב נישט געקענט גלייבן אז ער לייקענט די פאקט אז משה דוד איז א זאלי.
יונגערמאנטשיקגאלד, הערליך ארויסגעברענגט דאס ענין.
זר זהבאיך וויל וויסן וואו און פאר וועם און צי מ.ד. נידערמאן האב אמאל געפראפיילט איינעם בעיסט אויף פארטייאישע אפיליאציע ?
וואלסט געקענט באשטיין איבערצופרעגן קלארער? ווייל איך פארשטיי נישט דיין פראגע.
גאלד ענטפערט פאר זר זהב
גאלדזר זהבאיך וויל וויסן וואו און פאר וועם און צי מ.ד. נידערמאן האב אמאל געפראפיילט איינעם בעיסט אויף פארטייאישע אפיליאציע ?
איך האף און און איך שטעל אים בחזקת כשרות אז אזא ראסיסט איז ער נישט, צו דיסקרימינירן קעגן פריוואטע אינדיווידועלע אידן,
אבער לגבי שתדלנות פאר קהלישע אנגעלעגענהייטן פאר די 2 סאטמארס, האט ער גענומען א עקסטרעמע זאלוינישע ליניע, אזוי עכ"פ טענה'ן די ארונים,
ענטפערט זר זהב
זר זהבפון די טיימס באריכט זעהט עס אויס אביסל אנדערש.
דא האב איך אנגעפאנגען צו ווערן צומישט, האט מען נישט געפרעגט אויף די טיימס ארטיקל? וואס איז די ענטפער אז די טיימס זאגט אנדערש, טאקע אויף די טיימס ארטיקל פרעגט אנאנים. אבער איך האב געקלערט אז אפשר רעדט זר זהב פון די חלק ווי ער שרייבט אז נידערמאן האט געהאלפן מיט די מקוה. אקיי, מ'קען עס אננעמען.
קומט גאלד און ווייזט אויף אז נידערמאן איז קלאר יא פארטייאיש
גאלדפון א פאוסט באריכט אים אקטאובער 2010 זעהט עס אביסל יא אזוי אויס,
דער פאוסט האט געקוואט א ניו יארק סיטי קאונסילמאן, ווי ער האט לפי תומו מגלה סוד געווען ווי נידערמאן פארארבעט שטענדיג קעגן די ארונים:
He did not want me to befriend UJ Care, he [Neiderman] talked about them all the time," the councilmember said".
אידיש איבערזעצונג:
"ער [נידערמאן] האט נישט געוואלט איך זאל מיך באפריינדן מיט יו.דשעי קעיר, ער רעדט שטענדיג פון זיי" האט דער קאונסילמאן געזאגט.
פון זיין קעמפ שריט קוקט אויך אזוי אויס,
דער טיימס איז וואס די זאליס קלעימען, אדער יא אדער נישט,
קומט זר זהב צוריק און ענטפערט
זר זהבמיין פראגע איז נאך בעפאר יו דזשעי קעיר האט זיך געגרינדעט! וואס איז געווען נאכדעם איז שוין נישט אינטערעסאנט. מיין פראגע איז וואס האט נידערמאן געטון אז מ'זאל עפענען אפאר ארגענעזיאציעס אלעס כדי צו צוקלאפן UJO?
די שמיעס פארט ווייטער אויף דעם מהלך. אבער וואס טוט זיך מיט די פראגע וואס אנאנים האט געפרעגט? וויזוי קען נידערמאן זאגן פאר די ניו יארק טיימס אז ער איז נוטראל? אויב האסטו א פראגע וואס נידערמאן האט געטובן פאר די ארוינים, פרעג עס, אבער דאס איז נישט קיין ענטפער וויזוי נידערמאן קען יעצט אין 2012 זאגן אז ער איז נוטראל.
נאכדעם איז געווען א שמיעס איבער קרית יואל און די וואלן דארט, זר זהב איז מסביר אז די סיבה פארוואס די ארוינים געווינען אייביג איז ווייל געוויסע בנ"י וואוטן נישט, אבער ווען זיי וואלטן ווען אלע געוואוט וואלטן די אנטי ארוינים געווינען.
זר זהבאלע זאליס שטימען, אבער נישט אלע בנ"י
איך האב דארט געפרעגט איינמאל און נישט באקומען קיין ענטפער דעריבער וועל איך יעצט איבערפרעגן. וויפיל מענטשן איז דען גאנץ בני יואל? און די רעדע איז דאך איבער א טייל עקסטרעימע בנ"י, פון וויפיל רעדט מען? פון 100? 500? די חילוק איז דאך איבער 1000 וואטוס, וואס וואלטן די עטליכע הונדערט (אין חלום) בנ"י וואוטס אויסגעמאכט? וואס הייסט אז ווען יעדער וואוט ווען וואלטן די זאליס געווינען?
אויך זלמן זאפיר האט נישט געגליכן אז מ'רופט אן די ארוינים די וואס זאגן ליגענט ער האלט ענדערש אז די זאליס זענען די ליגנער וואס וועלן זאגן אלעס אויף די וועלט ווי לאנג ס'קומט זיי אויס גוט, און ער פרעגט
זלמן זאפירווער איז טאקע די גאלף ריסערטש ? האט מען טאקע געקענט חוזק מאכן פין די גאנצע זאלוינישע פארטיי ?
אין די זאלי'ס ווילן מיר איינרעדן אז שמואל ווידער מאכט חוזק פין די אהרונים אין דער צייט ווען קען זיי איינרעדן א קאץ אין בויך
די וואך אין דער איד איז ער מסביר אז זיי האבן גאר געוואסט אז דילאן גייט נישט געווינען נאר מען האט אים אינדראסירט אלץ הכרת הטוב
איך פארשטיי נישט א טאג פאר די וואלן האט דער גאלף ריסערטש פאול געוויזן אז דער פארמעסט איז זייער טייט
אין וויאזוי קען זיי נאך דעם פארקויפן אז זיי האבן עכט יא געוואסט אז ער האט נישט קיין שאנס
אפשר קענסטו דאס פארענטפערן? ער פרעגט זייער נארמאל. ווער איז גאלף ריסערטש? פארוואס האבן די זאליס פראקלעמירט א פאלטשע אנקעטע? ענטפער אויף די פראגעס.
אצינד איז מיר איינגעפאלן א מורא'דיגע קשי', איך האף אז אויף דעם גיי איך יא באקומען א ענטפער.
די נאכט פון די וואלן האבן די ארונים געשריגן אז זיי האבן איבער 40 פראצענט, איינער האט געזאגט 41, און יאסי געשטעטנער האט געשריבן מער. די זאליס אריינגערעכענט פאנדיט און זר זהב, דער יוד און די זאליס מעסידזשעס האבן געשריבן אז די רעדע איז פון עטליכע דרייסיג, די זאליס מעסידזש איז געגאנגען אזוי ווייט ווי 33 און אנדערע זענען געגאנגען ביז 38-39. אפאר טאג שפעטער טראמפירן דא אפאר ניקס, אריינגערעכענט זר זהב און דעמעקראטיע מיט א פרישע יאסי געשטעטנער אנאליז, ווי יאסי געשטעטנער שרייבט אז די בארד אוו עלעקשן האט פארראכטן די טעות וואס זיי האבן אנפאנג געהאט, און זיי האבן אראפגענומען בערך 5 פראצענט פון די ארוינים. (
דא האט איר דעם לינק)
מיין פראגע איז, לאמיר אננעמען אז יאסי געשטעטנער איז גערעכט, און נאכן פארכעטן האבן די ארוינים נאר געהאט 39 פראצענט, דאס איז דאך געווען אפאר טעג נאך די וואלן, וויזוי האט איר אין די נאכט פון די וואלן געוויסט אז די באורד אוו עלעקשן האט געמאכט א טעות? וויזוי האט איר שוין דאן געשריבן אז די ארונים האבן נאר עטליכע דרייסיג. מיינט דאס אז די ארוינים וואס האבן געשריבן עטליכע פערציג זענען יא גערעכט געווען און געזאגט דעם אמת און די זאלוינים האבן ליגענט געזאגט? אויב נישט לויט די זאלי מעסידזש וואלטן די ארוינים נאכן פארעכטן און אראפנעמען 5 פראצענט געדארפט האבן בלויז 28 פראצענט. וואס גייט דא פאר?
זר דו האסט סוקסעספול באוויזן צו פארפירן דעם שמיעס און איגנארירן די אויבערשטע פראגעס, אפשר קענסטו מיר ענטפערן אויף די אלטע און די נייע פראגעס?