מאנטאג מאי 18, 2015 9:31 pm#276535
ניין ,עס רעכענט די לייסענס פלעיטס עלאקטראניש דורך קעמרעס און די רענטל קאמפאני רעכנט דיר נאכדעם.
פיינע קאווע האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.
ווייסט איינער ווי גיט איז waze אין ארץ ישראל? צו פארן פון ירושלים קיין מירון. וועט ער מיך נישט אריינפירען קיין רמלה?
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס פלעגט מיר אלעמאל אויפרעגן [כ'וואלט געזאגט 'אריין אין זאכן וואס רעגן מיר אויף', אבער 'אריין אין' איז די ערשטע אויף יענע ליסטע...], די אמעריקאנער וועלכע שלעפן מיט גאנץ אמעריקא אהין, דער דארף די סטעיק, דער די וואסער פארק, און א דריטער די "אמעריקאנע געגענט".
עס פלעגט מיר קאסטן א שטיק געזונט פאר ל"ג בעומר ווען די חברה זענען געקומען צו פארן צו ר' שמעונ'ענענען.
הבא ללמד האט געשריבן:אגב אז מען רעדט שוין פין ארץ ישראל וויל איך וויסען פארוואס מען קען נישט דארט קויפען א געשמאקע קאווע (נישט קאווע שטיבעל) אזוי ווי דא און אמעריקע, פארוואס האט זיך נאך קיינער נשיט אריין געלייגט און דיעם?
נאך אזאך ווען איך בין און ארץ ישראל האב איך נישט עפעס נארמאל צי עסען חוץ א פלאפעל, אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען
פיינע קאווע האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.
פידלער האט געשריבן:א דאנק פאר די אשכול, ראש ישיבה. איך בין אויך געפארן אןיף די נסיעה און מיר איז גאר אינטערעסאנט געווען אז אויף די באס פון צפת קיין מירון זענעו פרויען און מענער געפארן געמושט, געזעסן זייט ביי זייט, אינגאנצן אויסגעמישט אן קיין שום פראבלעם.
בר-כוכבא האט געשריבן:ווען פארסטו נאכאמאל? האסט פלאץ פאר מיר?
ראש הישיבה האט געשריבן:פרייטאג זענען אונז געפארן קיין צפת איינקויפן אויף שבת ביי 'מענדי'ס'. ער האט גאנץ פיינע עסן. ער לייגט אויס דארט טעצער מיט עסן און יעדער נעמט מה שלבו חפץ. אונז האבן זיך איינגעפאקט א שבת כסעודות שלמה בשעתו, אזויווי עס פאסט פאר א שבת אין מירון. איך האב מיך דערמאנט מיינע בחורישע שבתים אין גליל, ווי אונז האבן מיטגענומען כל מיני מטעמים, אה איז דאס גוט געווען. נאכן צאלן האב איך אוועק געלייגט די עסן אין קופסא און עס באהאלטן אויף די זיין.
מיר האבן זענען געגאנגען צופיס צו די בית החיים. מיר האבן געוואקט דורך שמאלע טרעפלעך צווישן הייזער. ווי מיר האבן געפרעגט האט מען אונז געענטפערט תרד במדריגות לכיוון ימינה. אזוי האבן מיר געוואקט ביז מיר האבן געזאן די בית החיים פון אויבן. אוי, דער בארג עס כאפט א ציטער, וויפיל קדושי מעלה ליגן דארט באגראבן. די אריז"ל האט מעיד געווען אז דארט ליגן בשעתו כפלים כיוצאי מצרים, וואס רובם זענען געווען בעלי רוח הקודש!! חיל ורעדה יאחזנו.
מיין ווייב האט געוואלט גיין צו רבי לייב בעל יסורים. זי האט געהערט אז ערב שבת איז 'סגולה' צו גיין דארט און מען קען פועלן. איך בין געגאנגן צו די ארי'ס מקוה אבער פארדעם האב איך געוואלט גיין צו די קברים ווי די אריז"ל מבי"ט רמ"ק און בפרט רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי. דאס איז געווען בערך דריי פירער נאכמיטאג. איך האב מיך אוועק געזעצט אויף די פלאטפארמע ביי די קברים. דארט איז דא א דעכעל וואס מאכט א שאטן, אבער עס איז דא א קליינע ווינטעל, און עס איז גאט געשמאק.
איך זעץ מיך אוועק און שטילע הייט זינג איך מיך אונטער תפילה לעני כי יעטוף ולפני השם ישפוך שיחו. אינצווישן זעצט זיך צו נאך איד און נאך א איד. ביז א צעהן פופצין מענטשן אין די נגינה איז געגאנגען אויף כח. השם שמעה תפילתי.... דערנאך האבן מיר געזונגען רבי שלמה קארלבאך'ס לכה דודי, דערנאך די מאזשיטצער לא תבשו, דערנאך קה אכסוף, אזוי אויך האבן מיר געזינגען די באקאנטע ויהיו רחמיך מתגוללים. ועוד, די קומזיץ איז אהנגעגאנגען איבער שעה, און געענדיגט מיט הייסע ריקודים פון תהא השעה הזאת, פתח שערי שמים, וטהר לבנו. דאס איז אלץ געווען מיט מענטשן וואס מיר קענען זיך נישט קיינער די צווייטע.
אה, מה נהדר היה המראה די קומזיץ פון ראש הישיבה אויף די צפת'ער בערג.
נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!!
ראש הישיבה האט געשריבן:נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!![/justify]
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.
לית דין בר נש האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:

אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.

HotCoffee האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.
אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.
נישט אין וויליאמסבורג
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:HotCoffee האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.
אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.
נישט אין וויליאמסבורג
אין וומסב דרייט מען זי אפי נישט אויס
ראש הישיבהגאר אינטרעסאנט איז צו זעהן ביי די כותל און אין מירון, וויאזוי די איזראעלי שנארערס שמעקן ווער עס איז אן אמעריקאנער. זיי שארען זיך צו צי יענעם אין בעטן א נדבה פאר די טאטע וואס מאכט חתונה די זיבעצונסטער קינד און איז אליין קראנק מיט יענע מעשה און די מאמע קען נישט וואקן. זיי האבן לכאורה א דיטעקטער וואס דיטעקט ווער איז אן אמעריקאנער און ווער איז פון זייערע.
הבא ללמדמסתם ווייל עס איז געווען ל"ג בעומר און זיי פארשטייען אז יעדער צווייטער איז א גאסט, איך פאר געווענליך ווען דער היימישער עולם איז נישט דארט, איך קען נישט סובל צי זיצען אויפן פליגער מיט אלע יענטעס און ווי איך גיי שטויס איך מיר אן און זיי
בן אדםהבא ללמדמסתם ווייל עס איז געווען ל"ג בעומר און זיי פארשטייען אז יעדער צווייטער איז א גאסט, איך פאר געווענליך ווען דער היימישער עולם איז נישט דארט, איך קען נישט סובל צי זיצען אויפן פליגער מיט אלע יענטעס און ווי איך גיי שטויס איך מיר אן און זיי
אבער טו אזוי ווי ר' שש האט געטון, פאר מיט א רוסישער פליגער.
ראש הישיבהכאפן זיך אריבער קיין צפת. אביסל אויף די בארג און אויכעט צו כאפן א טבילה אין די טהרה שטיבל פון די בית החיים (הנקרא די ארי' הקדוש'ס מקוה)
קפה נמס@ראש הישיבה
ווען גייט דער רה"י ממשיך זיין די שיעור? די עולם ווארט מיט גרויס צמאון...
ראש הישיבהלדעתי איז א הרגש פון שמחה וואס מען פילט קיינמאל נישט. עס איז א שמחה למעלה מדרך הטבע.
בן אדםמיין קיבארד האט געשריבן "אבער" אנשטאט "אדער". די משמעות איז אנדערש. עצות קען איך געבן בעסערע.