Under maintenance
הויפט זייט » א גריס פון ארץ ישראל

א גריס פון ארץ ישראל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8909
מאנטאג מאי 18, 2015 3:46 pm#276328
א גריס פון ארץ ישראל
איך האב ב"ה לכבוד דעם ל"ג בעומר געמאכט א נסיעה קיין ארץ ישראל. איך האב געהאט גאר א געשמאקע חוויה. איך גיי נישט ארויס ברענגן דא מיין גאנצע נסיעה מיט אלע פרטים. אבער איך וויל מיטטיילן געוויסע אינטרעסאנטע נקודות וואס איך האב געזעהן זייענדיג אין ארץ ישראל. אזוי אויך עפיזאדן וואס איך וואלט געוואלט מיטטיילן מיט די חשובע לייענערס.

ווי נאר מען פארט צו א צווייטע לאנד זעהט מען און מען אבזעווירט אינטרעסאנטע זאכן. זאכן וואס זענען אין יענע לאנד ראטין און נארמאל איז ביי א גאסט אויפפאללענד. כל שכן אז ווען מען פארט קיין ארץ ישראל ווי יעדער שטיין אטעמט אידישקיין און אירע היסטאריע איז יעדער זאך אויפפאלענד און אינטרעסאנט. אזוי אויך די התנהגות פון די מענטשן איז אנדערש ווי ביי אונז און עס איז אינטרעסאנט.

כאטש אויב איך וועל אלע פרטים וועלן שרייבן וועל איך מוזן זיצן שעות כדי צו אלעס אראפברענגן, אף על פי כן וואלט געווען כדאי אז מען זאל כאטש שרייבן געוויסע נקודות וואס קען אינטרעסירן די לייענערס.

איך וועל לייגן פון צייט צו צייט נאך א פרט.

איך לאדן איין אנדערע וואס זענען געפארן קיין ארץ ישראל אדער וואס גייען פארען, זאלן דא אין דעם אשכול לייגן זייערע אינטרעסאנטע זאכן וואס זיי האבן געזען אדער בייגעוואונט אין ארצינו הקדושה.
מאנטאג מאי 18, 2015 3:50 pm#276333
דער ראש ישיבה איז דארט געווען דאס ערשטע מאל יעצט?
מאנטאג מאי 18, 2015 3:56 pm#276335
ווען איך בין געווען אין די לופטפעלד דא אין אמעריקא, ווארטנדיג ביי די ליין פון סעקיורעטי, פלוצלינג זעה איך א גאנצע קבוצה קומט אהן. איך זעה אז בראש פון די קבוצה איז די ראחמעסטריווקא רבי שליט"א פון ארה"ק. דער קבוצה איז אים געקומען באגלייטן צו די פליגער.

אזויווי די נוסעים האבן אים געזעהן האט יעדער גלייך ארויסגענומען די קעמערע'ס מיט די סעלפאון/קעמערע, צו כאפן א בילד פון אים (זעה בילד אין די לופטפעלד. אויף די זייט זעהט מען די רוקן פון ר' אברהם סלאנים.).

לעבן מיר איז געשטאנען א איד וואס האט אויסגעזעהן פון דיע וואס זענען לעת עתה נישט קיין שומר תורה ומצוות. פרעגט ער מיר 'מי זה?'' זאג איך אים 'אדמו"ר מרחמסטריבקא'. זאגט ער: ישתבח שמו לעד. זאג איך אים: למה? זאגט ער: ככה אני יודע שיהיה טיסה נעימה, ונגיע בשלום!!!!

האב איך שוין באקומען א שיעור אין הלכות אמונת צדיקים!!
מאנטאג מאי 18, 2015 4:01 pm#276340
בן אדם האט געשריבן:דער ראש ישיבה איז דארט געווען דאס ערשטע מאל יעצט?

די ראש הישיבה האט געלערנט אלס בחור זייער אסאך יאהרן. אזוי אויך זייט ער וואון אין חוץ לארץ האט ער באזוכט איבער צעהן מאל.

ווי דער ראש הישיבה פארשטייט פון די שאלה, איז פארוואס איז די ראש הישיבה אזוי עקסיידעד? דער תירוץ איז אז יעדעס מאל די ראש הישיבה פארט, פארט ער מיט א בחינה פון בכל יום יהיה בעניך כחדשים, ממילא איז יעדעס נסיעה ברענגט מיט איר א ספיציעלע עקספיריענס.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:07 pm#276343
אלס ראש הישיבה ארומשפרייזענדיגן אין דעם ים התלמוד, דער עולם התורה, טרעפט מען זיך אן אין אלע קרייזן און שיכטן, מנהגים וכו' וגו' - און אלעס זיצענדיג בין ד' אמות של הלכה בלבד.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:11 pm#276346
די עיקר וואס כ'האב געמיינט איז ווייל ס'איז אינו דומה ווען מ'פארציילט מעשה'לעך פון דארט ווען מ'זעט עס ס'ערשטע מאל ווי ווען מ'קען זי שוין פון פארדעם. סאו יעצט וועט עס זיכער האבן א טעם.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:11 pm#276347
היות די וואס פארן קיין ארץ ישראל האבן דזשעט לעג (JET LAG), איז די מנהג פון גאר אסאך מבקרים בארץ ישראל צו דאווענען ביי די מנין ותיקין ביין כותל, כאטש אז בדרך כלל דאווענען זיי נישט ותיקין.

איינער פון די אינטרעסאנטע זאכן וואס איך האב באגעגענט איז געווען הרב יעקב עדס.

הרב יעקב איז א זוהן פון הרב יהודה עדס ראש ישיבת קול יעקב. ער איז א בן כלאים. זיין טאטע איז א ספרדי און זיין מאמע איז אן אשכנזי. זיין טאטע איז געווען פון די מועצת גדולי התורה פון דגל התורה וואס האט זיך אפגעזאגט צוליב געזונטהייט סיבות.

הרב יעקב איז באקאנט אלץ גאר א גרויסע עילוי. ער איז געוון חתונה געהאט און געבורן צוויי קינדער. ער האט געבעטן זיין פרוי אז ער וויל אוועק פון שטוב אלץ א ענין פון גלות אדער עפעס אן אנדערע תיקון פאר פינף יאר. זי האט אים געגעבן רשות. נאך פינף יאר האט ער געזאגט אז ער וויל לעבן ווי א פרוש און ער האט זיך געגט פון זיין פרוי. (זי האט חתונה געהאט מיט א חשובע בן תורה אין לעיקוואד)

ער האט זיך באזעצט אין די קעלערן פון די ישיבה פון הרב בצרי, ווי מען האט געווידמעט א קליין ד' על ד' פאר אים. ער וויל נישט נהנה פון די וועלט כי הוא זה. ער לעבט אוייף לחם ומים. ער גייט אהנגעטוהן קרוע ובלוע. (כעין ווי מענדל ווייס ע"ה הנקרא מענדל די חזיר)

ער וויל נישט האבן קיין שייכות מיט מענטשן. איך בין צוגעגאנגען צו אים נאכן דאווענען און ער איז כמעט ווי אנטלאפן פון מיר.

ער דאווענט ביים כותל בערך ביי די נץ. זיין דאווענען גייט מיט נגינה און קולות וברקים. זיין דאווענען איז אויך זייער הארציג, אז א שטיינערנע הארץ קען ציגיין פון זיין דאווענען.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:16 pm#276353
איך ליב זייער דעם אשכול. כ'גלייך אזעלכע נאטיצן פון דא און דארט * בשעת א נסיעה.
קיעפ איט אפ. איי עם לוקינג פארווערד.

ראש הישיבה האט געשריבן:איך לאדן איין אנדערע וואס זענען געפארן קיין ארץ ישראל אדער וואס גייען פארען, זאלן דא אין דעם אשכול לייגן זייערע אינטרעסאנטע זאכן וואס זיי האבן געזען אדער בייגעוואונט אין ארצינו הקדושה.

קענסט ליינען מיין אשכול דא, עס קען דיר זיין אינטרעסאנט.
l viewtopic.php?f=24&t=8079 l

_____________________
*) איך אויך, נישט די פון 'דער איד' וד"ל
מאנטאג מאי 18, 2015 4:18 pm#276354
אפשר וואלט מען געדארפט צישמעלצן די צוויי אשכולות?
מאנטאג מאי 18, 2015 4:22 pm#276358
נישט כדאי מיין איך, דאס איז דיינע אייגענע עקספיריענס בפרטיות, עס איז אן אנדער סארט אשכול אינגאנצן.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:29 pm#276359
ראש הישיבה האט געשריבן:איך לאדן איין אנדערע וואס זענען געפארן קיין ארץ ישראל אדער וואס גייען פארען, זאלן דא אין דעם אשכול לייגן זייערע אינטרעסאנטע זאכן וואס זיי האבן געזען אדער בייגעוואונט אין ארצינו הקדושה.

כ'האב געהאט אין פלאן אראפצושרייבן אלע מיינע פאסירונגען און איינדרוקן איבער מיין נסיעה לארה"ק, אין א באזונדערן אשכול. כ'האב געוואלט אראפשרייבן דבר יום ביומו בשעת די זאכן פאסירן. למעשה האב איך נישט געהאט קיין צוטריט צו קיין אינטערנעט און כ'האב נישט אראפגעשריבן בשעת מעשה מיינע געדאנקן.

למעשה אבער טראכט איך נאכאלס אויפצומאכן אן אשכול מיוחד ויקרא שמו בישראל "מסעות ד'שש משזר"... וואו כ'וועל אי"ה אראפשרייבן מיינע איינדרוקן און מקומות וואס איך האב באזוכט אין ארץ ישראל, ואקוה שיהי' לתועלת הרבים.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:36 pm#276363
אויב איך וואלט געשריבן וואלט איך קיינמאל נישט געענדיגט, איז הייב איך אפילו נישט אן.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:43 pm#276368
בן אדם האט געשריבן:אויב איך וואלט געשריבן וואלט איך קיינמאל נישט געענדיגט, איז הייב איך אפילו נישט אן.

אבער דו קענסט לייגן קליינע עפיזאדן לשמחת לב הקוראים. נו געגאנגען. הייב אהן מיט איינס און זיי ממשיך ווען דו האסט צייט.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:59 pm#276375
ליינענדיג פון דיין באזיך אין כותל האב איך קודם געמיינט אז די רעדסט פון דער ספרדי אינווייניג וואס שטייט אין דאווענט אגאנצען טאג מיט קולות ביים שטענדער מיט די היט אויפן טלית...
מאנטאג מאי 18, 2015 5:09 pm#276379
די לעצטע פאר מאל וואס איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, האב איך מחליט געווען אז איך גיי נישט דינגן א קאר. כאטש עס קאסט מער די אלע מניות און אוטובוסים, פיל איך אז כדי צו פילן די לעבן פון ארץ ישראל לוינט זיך צו אויפגעבן די הנאה פון האבן א פריוואטע קאר.

ווען איך בין געפארן קיין מירון בין איך געפארן מיט קו 982 פון ירושלים. מיען האט מיר געזאגט אז אויב איך וויל האבן א זיץ פלאץ זאל איך ארויפגיין אויף איינער פון די ערשטע תחנות ביי בר אילן און שמואל הנביא. למעשה האב איך פארשפעטיגט און איך בין ארויף ביי די תחנה פון שמגר ביי תכלת מרדכי. די באס איז געווען פול (עס איז קודם אריבערגעפארן א פולע באס וואס האט זיך נישט אפגעשטעלט). צו מיין מזל האב איך מיט מיין ווייב באקומען איינע פון די לעצטע פלעצער. אבער די באס האט נאך געדארפט אויפנעמען נאך מענטשן. איך בין געזעצן אויף די אונטערשטע זיץ.

ווען ער קומט אהן צו די נעקסטע תחנה קומען ארויף נאך מענטשן. און דערנאך איז ארויפגעקומען נאך מענטשן. איך טראכט וואס גייען די אלע טוהן? ביז געציילטע מינוט איז די אויף די ערד געזעצן א צעהן מענטשן!! עס האט זיך נישט געגלייבט וואס איך זעה.

צווישן דיע וואס זיצן אויף די ערד האב איך באמערקט א חייל. עס איז מיר געווען אומבאקוועם אז ער זיצט אויף די ערד און איך זיץ זיך אויף מיין 'באקוועמע' זיץ. בעט איך אים אז איך וויל זיך טוישן מיט אים. איך זאג אים אז ער ארבעט שוין גענוג שווער אז עס קומט נישט אז ער זאל זיצן אויף די ערד. ער האט אבער געזאגט אז ער איז אקעי און נישט מסכים געווען זיך צו טוישן.

אינמיטן די וועג איז דער מנהג המדינה אז מען מוז זיך אפשטעלן. איך האב מורא געהאט אז איך גיי פארלירן מיין פלאץ. האב איך געלייגט עפעס אויף מיין בענקל א זעקל וכדומה. אבער ווען מען איז ווייטער געפארן איז יעדער געגאנגען איש על מחנהו, און די אלע וואס זענען פריער געזעצן אויף די דורכגענג האבן זיך גלייך צוריקגעקערט צו זייערע פלעצער.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:11 pm#276380
בן אדם האט געשריבן:ליינענדיג פון דיין באזיך אין כותל האב איך קודם געמיינט אז די רעדסט פון דער ספרדי אינווייניג וואס שטייט אין דאווענט אגאנצען טאג מיט קולות ביים שטענדער מיט די היט אויפן טלית...

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט. הרב עדס דאווענט מיט קולות ער איז א האלבע ספרדי און דאווענט מיט א ספרדישער הברה. ער זינגט די ווערטער מיט הארציגער ניגונים. קען זיין אז דו האסט געזעהן א צווייטע. זעה די בילד פון די לינק וואס איך האב געלייגט סיי זיין נאמען.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:19 pm#276382
ראש הישיבה האט געשריבן:

אה עם האב איך געזען עטליכע מאל. דאס ערשטע מאל אפאר יאר צוריק אויף א פרייטיג צינאכטס איז ער געשטאנען ביי די בימה אינמיטן די שטח פון כותל, מיט אסאך קוקער'ס/חסידים ארום עם
מאנטאג מאי 18, 2015 5:21 pm#276384
ראש הישיבה האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:ליינענדיג פון דיין באזיך אין כותל האב איך קודם געמיינט אז די רעדסט פון דער ספרדי אינווייניג וואס שטייט אין דאווענט אגאנצען טאג מיט קולות ביים שטענדער מיט די היט אויפן טלית...

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט. הרב עדס דאווענט מיט קולות ער איז א האלבע ספרדי און דאווענט מיט א ספרדישער הברה. ער זינגט די ווערטער מיט הארציגער ניגונים. קען זיין אז דו האסט געזעהן א צווייטע. זעה די בילד פון די לינק וואס איך האב געלייגט סיי זיין נאמען.

איך גלייב נישט אז ער רעדט פון הרב עדס, ווייל הרב עדס טראגט נישט קיין הוט, נאר טראגט אזא סארט גערע קאפל וזהו.
אזוי אויך דאווענט ער כמעט אייביג אינדרויסן אונטערן הימל און נישט אינערווייניג, [און בדרך כלל שטייט ער נישט ביים שטענדער].

------
בן אדם האקט.
יא, צוגעטראפן! דאס איז הרב עדס.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:23 pm#276387
שש משזר האט געשריבן:

ווען איך בין געווען האט ער געדאוונט אינעווייניג.

איך דערמאן זיך אז איך האב פארגעסן צו שרייבן אז ער האט לעבן זיך א גרויסע באטל וואסער. כסדר ווען ער פילט אפיסת הכוחות כאפט ער א טרינק גלייך פון די באטל. א מחזה וואס לוינט זיך צו זעהן פאר זיך.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:33 pm#276391
ווען מען דרייט זיך אין די גאסן קען מען כסדר זעהן אינטרעסאנטע זאכן. איך רעד נישט אז מען קען כאפן א קיתון של שופכין פון די ספאנדזשא וואס רינט ארויס פון די הייזער. איך רעד סתם טעגליכע זאכן איז איטרעסאנט. צו זעהן ווי די קינדער גייען אין שולע. טויזענטער קינדער פון גרויס ביז קליין גייען אליינס צו שולע. אויסער די קינדער וואס גייען אין גן ילדים פארן כמעט אלע מיט די שטאטישע תחבורה, אדער גייען זיי צופיס. ווען דו גייסט ארויס אין גאס בערך האלב נאך אכט שטרומט די גאסן ביז בערך ניין אזייגער ווען די גאסן ווערן שטילער ביז בערך נאך איינסער וואס די מיידלעך האבן שוין דעמאלס געענדיגט זייער טאג אין שולע.

אינטרעסאנט צו זעהן אז אויפן וועג אהיים איז א נארמאלע זאך אז א קינד זאל זיך אפשטעלן אין א געשפעט צו קויפן זיך א גוטע זאך פאר א פאר שקל. אויב דו וועסט שטיין ביי די געשעפט מיצי אורי אין יענער צייט וועסטו זעהן ווי קינדער אין מיידלעך קויפן זיך א גוטע דרינק אדער גייען זיי אריין אין פיצה אורי אין קויפן זיך א 'משולש' פאר זיי גייען אהיים, אזאך וואס דאכט זיך אז דאהי איז עס נישט איינגעפירט.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:39 pm#276394
Re: א גריס פון ארץ ישראל

יא יא, אסאך פון די קינדער קויפן טאקע אן אפילו וואס די עלטערן זאלן וויסן דערפון...
מ'מיז עס אויפעסן נאך פאר מ'קומט אן אהיים.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:40 pm#276395
ראש הישיבה האט געשריבן:אינטרעסאנט צו זעהן אז אויפן וועג אהיים איז א נארמאלע זאך אז א קינד זאל זיך אפשטעלן אין א געשפעט צו קויפן זיך א גוטע זאך פאר א פאר שקל. אויב דו וועסט שטיין ביי די געשעפט מיצי אורי אין יענער צייט וועסטו זעהן ווי קינדער אין מיידלעך קויפן זיך א גוטע דרינק אדער גייען זיי אריין אין פיצה אורי אין קויפן זיך א 'משולש' פאר זיי גייען אהיים, אזאך וואס דאכט זיך אז דאהי איז עס נישט איינגעפירט.

איך מיין איר זענט נאך נישט געווען אין גראסערי 4:30 ווען דע מיידליך פארלאזען דע שולע (סקול בלע"ז)בפרט דע געשעפטען ארום דע שולע
איך דערמאן מיר יעצט ביי 12 יאר ווי מען האט זיך אנגעפילט דע טאשען נישט פאר 1 שקל נאאר פאר 5 דאלער
מאנטאג מאי 18, 2015 5:42 pm#276398
ראש הישיבה האט געשריבן:
אינטרעסאנט צו זעהן אז אויפן וועג אהיים איז א נארמאלע זאך אז א קינד זאל זיך אפשטעלן אין א געשפעט צו קויפן זיך א גוטע זאך פאר א פאר שקל. אויב דו וועסט שטיין ביי די געשעפט מיצי אורי אין יענער צייט וועסטו זעהן ווי קינדער אין מיידלעך קויפן זיך א גוטע דרינק אדער גייען זיי אריין אין פיצה אורי אין קויפן זיך א 'משולש' פאר זיי גייען אהיים, אזאך וואס דאכט זיך אז דאהי איז עס נישט איינגעפירט.

די סטארס דארטן מאכן מער געלט פון די קינדער ווי די עלטערן נעבעך.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:42 pm#276400
ראש הישיבה האט געשריבן:
די לעצטע פאר מאל וואס איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, האב איך מחליט געווען אז איך גיי נישט דינגן א קאר. כאטש עס קאסט מער די אלע מניות און אוטובוסים, פיל איך אז כדי צו פילן די לעבן פון ארץ ישראל לוינט זיך צו אויפגעבן די הנאה פון האבן א פריוואטע קאר.

איך האב די ערשטע מאל ואס איך האב אמתדיג הנאה געהאט פון ארץ ישראל איז געווען ווינטער ע"ד ווען איך האב צום ערשטן מאל ארויס גענומען א קאר. די פרייהייט פון גיין לארכה ולרחבה איז די גרינגסטע מיט א קאר. לפענד
מאנטאג מאי 18, 2015 5:45 pm#276404
אגב אז מען רעדט שוין פין ארץ ישראל וויל איך וויסען פארוואס מען קען נישט דארט קויפען א געשמאקע קאווע (נישט קאווע שטיבעל) אזוי ווי דא און אמעריקע, פארוואס האט זיך נאך קיינער נשיט אריין געלייגט און דיעם?
נאך אזאך ווען איך בין און ארץ ישראל האב איך נישט עפעס נארמאל צי עסען חוץ א פלאפעל, אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען
מאנטאג מאי 18, 2015 9:15 pm#276529
איך דארף וועז כדי צו קענען פארן אויך אין גליל.
צו כביש שש דארף מען האבן אזוי ווי ez pass נישט אזוי?
מאנטאג מאי 18, 2015 9:31 pm#276535
ניין ,עס רעכענט די לייסענס פלעיטס עלאקטראניש דורך קעמרעס און די רענטל קאמפאני רעכנט דיר נאכדעם.
מאנטאג מאי 18, 2015 9:57 pm#276543
Re: א גריס פון ארץ ישראל
פיינע קאווע האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.
ווייסט איינער ווי גיט איז waze אין ארץ ישראל? צו פארן פון ירושלים קיין מירון. וועט ער מיך נישט אריינפירען קיין רמלה?

וועז איז אן איזרעלי קאמפעני סאיז נאך בעסער ווי אין אמיריקא. סאיז דא א סעטינג אונצושטעלין נישט אריינצופארן ווי מדארף נישט
מאנטאג מאי 18, 2015 10:33 pm#276553
יש"כ [קרעדיט: בערל], ראש הישיבה, כ'האב אליין נישט אבזערווירט וואס איך אבזערוויר.

דאס פלעגט מיר אלעמאל אויפרעגן [כ'וואלט געזאגט 'אריין אין זאכן וואס רעגן מיר אויף', אבער 'אריין אין' איז די ערשטע אויף יענע ליסטע...], די אמעריקאנער וועלכע שלעפן מיט גאנץ אמעריקא אהין, דער דארף די סטעיק, דער די וואסער פארק, און א דריטער די "אמעריקאנע געגענט".

עס פלעגט מיר קאסטן א שטיק געזונט פאר ל"ג בעומר ווען די חברה זענען געקומען צו פארן צו ר' שמעונ'ענענען.
דינסטאג מאי 19, 2015 10:21 am#276652
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס פלעגט מיר אלעמאל אויפרעגן [כ'וואלט געזאגט 'אריין אין זאכן וואס רעגן מיר אויף', אבער 'אריין אין' איז די ערשטע אויף יענע ליסטע...], די אמעריקאנער וועלכע שלעפן מיט גאנץ אמעריקא אהין, דער דארף די סטעיק, דער די וואסער פארק, און א דריטער די "אמעריקאנע געגענט".

עס פלעגט מיר קאסטן א שטיק געזונט פאר ל"ג בעומר ווען די חברה זענען געקומען צו פארן צו ר' שמעונ'ענענען.

דארפסט פארשטיין ווען מען פארט אויף ארץ ישראל היינטיגע צייטען פארט מען נישט ווי אמאל ווי מען איז געפארען פאר דע איינע ציהל צי שטייגען און עבודת השם, און פארשטייט זיך אז ווען מען איז געפארען איז עס געווען מיט א מחשבה תחילה אז מען לאזט איבער אלע גשמיות און חוץ לארץ דא גייט מען נאר דינען דיעם לעכטיגען בורא, וויפיל אידן האבען אפילו איבער געלאזט זייערע ווייבער און קינדער און חו"ל וויל זיי דיעס האט זיי אינגאנצען נישט אויסגעפיעלט פאר עבודת השם

היינטיגע צייטען ווען פארט אויף ארץ ישראל -ווער רעדט נאך אז ניצט דאס פאר אוויקעישען- פארט מיטן איינען ציהל צי מאכען א לעבען, פארשטייט זיך אז עס פאסט נישט צי זאגען אזוי גראב זאגט מען אז מען פארט צי ר' שמעון אדער צי באזיכען דע אלטע ירושלים'ער אידן, אבער דער אמת איז אז פארט מיט איין ציהל "צי מאכען א לעבן" , נא אז עס פעילט פין דע גשמיות אז מען האט נישט קיין גיטע סטעיק צי מען האט נישט א גיטע שלאף צימער וד"ל וואספארא לעבען קען מען שוין מאכען?
דינסטאג מאי 19, 2015 10:51 am#276666
הבא ללמד האט געשריבן:אגב אז מען רעדט שוין פין ארץ ישראל וויל איך וויסען פארוואס מען קען נישט דארט קויפען א געשמאקע קאווע (נישט קאווע שטיבעל) אזוי ווי דא און אמעריקע, פארוואס האט זיך נאך קיינער נשיט אריין געלייגט און דיעם?
נאך אזאך ווען איך בין און ארץ ישראל האב איך נישט עפעס נארמאל צי עסען חוץ א פלאפעל, אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען

כמעט אין יעדן איינציגן געז סטעישן איז דא צוגעטשעפעט א קליין קאווע געשעפטל מיט פרישע געמאלענע קאווע, א שטייגער ווי קפה קפה, קפה ג'ו, און נאך..
דינסטאג מאי 19, 2015 11:28 am#276691
אבער דאס איז דאך נישט נישט אינזער ביהמ"ד קאווע וואס מיר זענען געוואנט. א חוץ מזה האסט דארט געהאט אזא סייז קאפ אזוי ווי אין דיין אוועטאר ??
דינסטאג מאי 19, 2015 12:42 pm#276746
פיינע קאווע האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.

די קניון הייסט 'רב שפע'. די געגנט לעבן דעם הייסט 'גני גאולה'. אויך איז יעצט געבויט געווארן א גרויסע בנין קעגן איבער רב שפע וואס הייסט 'פניני חמד. דארט איז דא הערליכע סוויטות צו פארדינגען. איך בין דארט איינגעשטאנען. עס דא דארט א הערליכע פאנאראמא. איך וועל באלד לייגן בילדער בע"ה פון די פאנאראמא. מען דארף זיכער מאכן אז מען באקומט א דירה וואס איז צו די זייט פון רחוב שמגר אדער צו דער בעלזער בעת המדרש.
דינסטאג מאי 19, 2015 1:40 pm#276771
דער בילד איז גענומען פון מיין דירה אויף איינער פון די העכערע שטאקן. איך האב נאך בילדער פון די פאנאראמא און בעסערע בילדער, אבער איך מוטשע זיך עס ארויף צו לייגן. מען זעהט די קרוין פון די בעלזער בית המקדש. ווייט אויף די רעכטע זייט זעהט מען רמת שלמה-שועפט. ביי אנדערע בילדער זעהט מען אויף די געגנט פון רמות.
דינסטאג מאי 19, 2015 2:03 pm#276781
מזונות סענדוויטשים אין די טעיק אוטס איז גאר שווער צו געפינען, אלעס איז מוציא. ווידעראום אין די מאפיות - בעקערייען איז שוין היינט דא אויסוואל פון מזונות ראולס, ס'רוב מאל שפירט זיך טאקע די מיץ - זשוס פעסט אין די טעם, אנצוהערן אז ס'איז טאקע א רעכטע מזונות, אמאל פלעגן די פיצא געשעפן אויך זאגן אז די פיצא איז א מוציא, היינט זאגן זיי איינס איז מזונות צוויי איז המוציא.

די שפיץ פון מיין נסיעה (פאריאר,) איז געווען צו קענען טרינקן א "אמעריקאנע קאווע" אין די הייסע גאסן פון מירון ביי 90 דעגריס, ווער דארף סושי אדער סטעיק אז מ'קען האבן א הייסע אמעריקאנע קאווע?
דינסטאג מאי 19, 2015 3:49 pm#276835
ערב ל"ג בעומר וואס איך בין שוין געווען אין מירון. האבן אונז מחליט געווען אז מיר כאפן זיך אריבער קיין צפת. אביסל אויף די בארג און אויכעט צו כאפן א טבילה אין די טהרה שטיבל פון די בית החיים (הנקרא די ארי' הקדוש'ס מקוה). אזוי אויך האבן אונז עפעס געוואלט ערלעדיגן אין עיר העתיקה צפת. מיר גייען אראפ צו גי כניסה פון מירון לעבן די תחנת דלק. דארט איז אויך דא עפעס א מזנון, דאכט זיך אז עס האט נישט די בעסטע הכשר. מיר פרעגן די שוטר ווי מען קען כאפן א באס קיין צפת. זאגט ער אז ביז ניינע ביינאכט ליל ל"ג בעומר קען מען נאך ווארטן דא, ערשט ביינאכט וועט מען מוזן גיין צו די קאלירטע באס סטאנציע.

נאך ווארטן א האלבע שעה, רופט אויס א שוטר אויף די רם-קול, אז מען מוז יא פאלגן די נייע הסדרי תנועה. און מיר מוזן גיין צו דארט ווי די פענער זענען בלוי.

שוין מיר גייען צו די באשטימטע ערטער, און מיר ווארטן נאך א צוואנציג מינוט ביז עס קומט אהן א באס וואס פארט קיין צפת. גלייך שפרינגט ארויף א איד צו די טיר און זאגט אז ער לאזט נישט קיינעם ארויף אויף די באס. ער פשוט און פראסט האט געהיידזשעקט די באס. ער קומט מיט א טענה, אני מחכה לאוטובוס שנוסע לכרמיאל יותר משעתיים, ואני לא אזוז מפה עד שהוא יסע לכרמיאל. עס האט נישט געהאלפן פודינו ומצילנו, דער רוקט זיך נישט פון ארט. ער זאגט אז תקראו למשטרה ואני לא אזוז. די עולם איז געווען אביסל אומגעדולדיג אבער זיך געהאלטן רואיג. מען האט זיך מתווכח געווען מיט אים, אבער עס האט גארנישט געהאלפן. ביז איינער האט אריבער געוואקט צו די מוקד פון די משטרה און געפועלט אז איינער זאל אריבער קומען. ווען יענער איז אריבערגעקומען האט ער נישט גארנישט געטוהן נאר אים געזאגט אז אני מטפל בענין ויסדר לך אוטובאס. שוין דער איד איז אראפ.

מען גייט ארויף וויפיל קאסט? 10 ש"ח כיוון אחד, און 17 הלוך וחזור. איך קויף גלייך הלוך וחזור, און בעט די נהג צו מאכן שתי נקיבות (צוויי לעכער אין די כרטיס). פרעגט ער למה, זאג איך בשבילי ובשביל אשתי. אזוי האב איך זיך געשפארט דריי שקל.

דערווייל איז געווארן נאך א וויכוח צווישן אנדערע נוסעים אויב זיי דארפן צאלן. ווייל זיי האבן געקויפט א הלוך וחזור ירושלים מירון. און היות אז זיי האבן נישט צוגעשטעלט קיין באסעס קיין ירושלים פון מירון, זענען זיי נישט מחוייב צו צאלן די הוצאות קיין צפת. דער נהג טענה'ט אז ער ארבעט פאר אן אנדערע חברה און עס האט נישט קיין שייכות. איז געקומען אן אמעריקאנער, און געזאגט אז ער איז מנדב פאר אלע דיע נוסעים די הוצאות קיין צפת אבער לאזט שוין די נהג פארען. אבער דיע נוסעים האבן אפגעזאגט טהנה'דיג אז עס איז א שאד די געלט און עס קומט נישט פאר אגד די געלט. נאך בערך צוואנציג מינוט טענות ומענות, איז מען למזל ארויסגעפארן קיין צפת.

איך האב ווידיאוס פון די וויכוחים אבער איך קען עס נישט לאדענען.

ATUB @ודי למבין ATUB דאס קען מען נישט מיטהאלטן מיט א געדונגענע קאר. :)
דינסטאג מאי 19, 2015 4:41 pm#276874
פרייטאג זענען אונז געפארן קיין צפת איינקויפן אויף שבת ביי 'מענדי'ס'. ער האט גאנץ פיינע עסן. ער לייגט אויס דארט טעצער מיט עסן און יעדער נעמט מה שלבו חפץ. אונז האבן זיך איינגעפאקט א שבת כסעודות שלמה בשעתו, אזויווי עס פאסט פאר א שבת אין מירון. איך האב מיך דערמאנט מיינע בחורישע שבתים אין גליל, ווי אונז האבן מיטגענומען כל מיני מטעמים, אה איז דאס גוט געווען. נאכן צאלן האב איך אוועק געלייגט די עסן אין קופסא און עס באהאלטן אויף די זיין.

מיר האבן זענען געגאנגען צופיס צו די בית החיים. מיר האבן געוואקט דורך שמאלע טרעפלעך צווישן הייזער. ווי מיר האבן געפרעגט האט מען אונז געענטפערט תרד במדריגות לכיוון ימינה. אזוי האבן מיר געוואקט ביז מיר האבן געזאן די בית החיים פון אויבן. אוי, דער בארג עס כאפט א ציטער, וויפיל קדושי מעלה ליגן דארט באגראבן. די אריז"ל האט מעיד געווען אז דארט ליגן בשעתו כפלים כיוצאי מצרים, וואס רובם זענען געווען בעלי רוח הקודש!! חיל ורעדה יאחזנו.

מיין ווייב האט געוואלט גיין צו רבי לייב בעל יסורים. זי האט געהערט אז ערב שבת איז 'סגולה' צו גיין דארט און מען קען פועלן. איך בין געגאנגן צו די ארי'ס מקוה אבער פארדעם האב איך געוואלט גיין צו די קברים ווי די אריז"ל מבי"ט רמ"ק און בפרט רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי. דאס איז געווען בערך דריי פירער נאכמיטאג. איך האב מיך אוועק געזעצט אויף די פלאטפארמע ביי די קברים. דארט איז דא א דעכעל וואס מאכט א שאטן, אבער עס איז דא א קליינע ווינטעל, און עס איז גאט געשמאק.

איך זעץ מיך אוועק און שטילע הייט זינג איך מיך אונטער תפילה לעני כי יעטוף ולפני השם ישפוך שיחו. אינצווישן זעצט זיך צו נאך איד און נאך א איד. ביז א צעהן פופצין מענטשן אין די נגינה איז געגאנגען אויף כח. השם שמעה תפילתי.... דערנאך האבן מיר געזונגען רבי שלמה קארלבאך'ס לכה דודי, דערנאך די מאזשיטצער לא תבשו, דערנאך קה אכסוף, אזוי אויך האבן מיר געזינגען די באקאנטע ויהיו רחמיך מתגוללים. ועוד, די קומזיץ איז אהנגעגאנגען איבער שעה, און געענדיגט מיט הייסע ריקודים פון תהא השעה הזאת, פתח שערי שמים, וטהר לבנו. דאס איז אלץ געווען מיט מענטשן וואס מיר קענען זיך נישט קיינער די צווייטע.

אה, מה נהדר היה המראה די קומזיץ פון ראש הישיבה אויף די צפת'ער בערג.

נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!!
דינסטאג מאי 19, 2015 4:45 pm#276878
Re: א גריס פון ארץ ישראל
ווען פארסטו נאכאמאל? האסט פלאץ פאר מיר?
דינסטאג מאי 19, 2015 4:47 pm#276879
פידלער האט געשריבן:א דאנק פאר די אשכול, ראש ישיבה. איך בין אויך געפארן אןיף די נסיעה און מיר איז גאר אינטערעסאנט געווען אז אויף די באס פון צפת קיין מירון זענעו פרויען און מענער געפארן געמושט, געזעסן זייט ביי זייט, אינגאנצן אויסגעמישט אן קיין שום פראבלעם.

דא אין אמעריקא מיינט מען אז דארט זיצט מען עקסטער. לא דובים ולא יער. איך בין געווען אויף זייער סאך קווים על פי רוב פרומע קווים. קיינמאל נישט געזען קיין שום סדר אויף דעם ענין.

גראדע וואס איך האב יא באמערקט אז אויף יעדע עטליכע זיצן איז דא א סטיקר וואס שטייט: שים לב, כל נוסע יכול לשבת בכל מושב,, חוץ ממקומות המסומנים לנכאים. להטריד נוסע בענין זה הוא נגד החוק. אדער עפעס ענדליך.
דינסטאג מאי 19, 2015 4:48 pm#276881
בר-כוכבא האט געשריבן:ווען פארסטו נאכאמאל? האסט פלאץ פאר מיר?

וואס איז? דו קענסט אויכעט טוהן וואס דו ווילסט דארט.
דינסטאג מאי 19, 2015 4:52 pm#276885
Re: א גריס פון ארץ ישראל
ראש הישיבה האט געשריבן:
פרייטאג זענען אונז געפארן קיין צפת איינקויפן אויף שבת ביי 'מענדי'ס'. ער האט גאנץ פיינע עסן. ער לייגט אויס דארט טעצער מיט עסן און יעדער נעמט מה שלבו חפץ. אונז האבן זיך איינגעפאקט א שבת כסעודות שלמה בשעתו, אזויווי עס פאסט פאר א שבת אין מירון. איך האב מיך דערמאנט מיינע בחורישע שבתים אין גליל, ווי אונז האבן מיטגענומען כל מיני מטעמים, אה איז דאס גוט געווען. נאכן צאלן האב איך אוועק געלייגט די עסן אין קופסא און עס באהאלטן אויף די זיין.

מיר האבן זענען געגאנגען צופיס צו די בית החיים. מיר האבן געוואקט דורך שמאלע טרעפלעך צווישן הייזער. ווי מיר האבן געפרעגט האט מען אונז געענטפערט תרד במדריגות לכיוון ימינה. אזוי האבן מיר געוואקט ביז מיר האבן געזאן די בית החיים פון אויבן. אוי, דער בארג עס כאפט א ציטער, וויפיל קדושי מעלה ליגן דארט באגראבן. די אריז"ל האט מעיד געווען אז דארט ליגן בשעתו כפלים כיוצאי מצרים, וואס רובם זענען געווען בעלי רוח הקודש!! חיל ורעדה יאחזנו.

מיין ווייב האט געוואלט גיין צו רבי לייב בעל יסורים. זי האט געהערט אז ערב שבת איז 'סגולה' צו גיין דארט און מען קען פועלן. איך בין געגאנגן צו די ארי'ס מקוה אבער פארדעם האב איך געוואלט גיין צו די קברים ווי די אריז"ל מבי"ט רמ"ק און בפרט רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי. דאס איז געווען בערך דריי פירער נאכמיטאג. איך האב מיך אוועק געזעצט אויף די פלאטפארמע ביי די קברים. דארט איז דא א דעכעל וואס מאכט א שאטן, אבער עס איז דא א קליינע ווינטעל, און עס איז גאט געשמאק.

איך זעץ מיך אוועק און שטילע הייט זינג איך מיך אונטער תפילה לעני כי יעטוף ולפני השם ישפוך שיחו. אינצווישן זעצט זיך צו נאך איד און נאך א איד. ביז א צעהן פופצין מענטשן אין די נגינה איז געגאנגען אויף כח. השם שמעה תפילתי.... דערנאך האבן מיר געזונגען רבי שלמה קארלבאך'ס לכה דודי, דערנאך די מאזשיטצער לא תבשו, דערנאך קה אכסוף, אזוי אויך האבן מיר געזינגען די באקאנטע ויהיו רחמיך מתגוללים. ועוד, די קומזיץ איז אהנגעגאנגען איבער שעה, און געענדיגט מיט הייסע ריקודים פון תהא השעה הזאת, פתח שערי שמים, וטהר לבנו. דאס איז אלץ געווען מיט מענטשן וואס מיר קענען זיך נישט קיינער די צווייטע.

אה, מה נהדר היה המראה די קומזיץ פון ראש הישיבה אויף די צפת'ער בערג.

נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!!

די ארץ ישראלידגע מיטעליטי איז מער היימיש ממילא אפי' די אמעריקאנע קעטשן ווען זיי זענען דארטן.

דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

פיין ווייטער צוריק....
דינסטאג מאי 19, 2015 4:55 pm#276888
.
דינסטאג מאי 19, 2015 5:01 pm#276890
ראש הישיבה האט געשריבן:נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!![/justify]

און אוודאי געוויס אין צפת, וואו דו 'מוזט' גאר טון אינטרעסאנטע זאכן כדי מ'זאל נישט לאכן פון דיר...
דינסטאג מאי 19, 2015 5:04 pm#276892
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.
דינסטאג מאי 19, 2015 5:07 pm#276898
Re: א גריס פון ארץ ישראל
לית דין בר נש האט געשריבן:

נישט אין וויליאמסבורג
דינסטאג מאי 19, 2015 5:09 pm#276902

מן הסתם וואינסטו אין מאנסי
אבער לעצטענס ריקען זיך אהין די וויליאמסבורגע זיי פארהאגנען די חן
דינסטאג מאי 19, 2015 5:10 pm#276905
Re: א גריס פון ארץ ישראל
HotCoffee האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.

נישט אין וויליאמסבורג

אין וומסב דרייט מען זי אפי נישט אויס
דינסטאג מאי 19, 2015 5:11 pm#276906

און מען קוקט אייך אן מיט בייזע בליקן, אפשר טראגסטו און מגייט שרייען שאבעס.
דינסטאג מאי 19, 2015 5:18 pm#276913
גאר אינטרעסאנט איז צו זעהן ביי די כותל און אין מירון, וויאזוי די איזראעלי שנארערס שמעקן ווער עס איז אן אמעריקאנער. זיי שארען זיך צו צי יענעם אין בעטן א נדבה פאר די טאטע וואס מאכט חתונה די זיבעצונסטער קינד און איז אליין קראנק מיט יענע מעשה און די מאמע קען נישט וואקן. זיי האבן לכאורה א דיטעקטער וואס דיטעקט ווער איז אן אמעריקאנער און ווער איז פון זייערע.
דינסטאג מאי 19, 2015 5:28 pm#276918
Re: א גריס פון ארץ ישראל
כבין געוועהן אין ארץ ישראל האב איך מיט גענומען אסאך סינגעלס אין די ערשטע פאר אידן האב איך געגעבן א דולר סגייט אדורך א 10 -15 מינוט כזעה ווי סהייבט אן ווערן א לאנגע ליין ביי מיר זיי קומען אריין אין שטובעל אין גלייך צו מיר.
וואס מיינט עטס כהאב געטועהן כהאב גענומען מיינע 4 ציצית אין די האנט.

אין די ציצית האט געראטעוועט