פארומס › פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

375 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #90
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:38 pm#183269
[ציטאט אראפגענומען]

קוקט מיך אויס ווי געשריבענע הלכות פון א דיין: מותר, וירא שמים יחמיר. (און היות מיר חסידים בני חסידים זענען דאך ירא שמים בגלוי וכמעט בסתר, דאן זאל דאס זיין אסור). איך פארשטיי נישט. אויב איז די סיבה פארוואס די הנהלה נעמט נישט אן ענליכע ניקס, שלא יתערבבו הניקים זה בזה, דאן ממה נפשך. אויב איז דאס א פאל מ'קען זיך אויסמישן (אזאך וואס איך האלט אז יא, והראיה, ביים ארטיקל א שבת צוגאסט ביי מאטל דער וויין מבין, רעדט מאטי אריין כאילו מען מיינט אים) דאן פארוואס נעמט מען אים אן. און אז נישט, פארוואס זאל ער טוישן.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:46 pm#183272
@יואב, די לייק איז פארן צוריק קומען.
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:03 am#185064
איז נישט דער ניק דריידל ענליך צו "דר. יידל"?
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:40 am#185075
איך האב דורך געקיקט די באנוצער ליסטע און נישט געטראפן א ניק מיטן נאמען דר. יידל
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:51 am#185077
דריידל
איך האב דורך געקיקט די באנוצער ליסטע און נישט געטראפן א ניק מיטן נאמען דר. יידל

אויף צו פארשטיין דארף מען זיך האבן געדרייט דא אביסעלע...
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:08 am#185088
געדרייט אביסעלע?
און א דריידל? דרייט זיך מער ווי א ביסעלע, הא?
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:56 am#185118
עמער ציווארטן מיט געדולד. ונזכה ונחיה ונראה
מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:10 pm#186226
[ציטאט אראפגענומען]

נאך איין מזל!
מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:12 pm#186227
There goes me second nik
😠
מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:59 pm#186265
[ציטאט אראפגענומען]


צוליב עטליכע ניקס וואס זענען גאר ענדליך.
מאנטאג אפריל 7, 2014 12:50 pm#195051
@אנאנים,

איך זעה אז מען האט אקטעוויזירט א ניק וואס הייסט @איפכא מסתרא, און עס פעלט דער "ב" פון מסתברא. אפשר דארף מען עס פארעכטן.

וטעות לעולם חוזר.
מאנטאג מאי 05, 2014 3:31 pm#199026
"אנטימנשק'ע" איז נישט קיין פאסיגע ניק.

עס איז שוין דא ניקס וואס זענען ענדליך צו:
"באגעבוא" און "Hershy".
דינסטאג מאי 13, 2014 4:22 pm#200335
"אסאטמאר" ווערט נישט אקטיוויזירט ווייל מיר נעמען נישט אן קיין ניקס מיט נעמען פון קהילות.
מיטוואך מאי 21, 2014 6:25 pm#201670
"חיימקע" ווערט נישט אנגענומען ווייל עס איז שוין דא א ענדליכע ניק
מאנטאג יוני 02, 2014 11:39 am#204114
kakarotch ,4339, און אחדהרבנים זאלן ביטע מאכן אנדערע ניקס.
א דאנק
מאנטאג יוני 02, 2014 11:44 am#204117
קעלנער האט געשריבן:kakarotch ,4339, און אחדהרבנים זאלן ביטע מאכן אנדערע ניקס.
א דאנק

אחד הרבנים? וואס איז ראנג מיט דעם? אה, ער דארף אויפווייזן אז ער איז דער וואס שרייבט כסדר דער עדיטאריעל אין דער איד...
מאנטאג יוני 02, 2014 11:48 am#204121
קעלנער וויל נישט מ'זאל אים דא רודפן .
זונטאג יוני 08, 2014 10:16 am#204709
"רחמנות" און "נישטיגער" זענען נישט קיין פאסיגע ניקס.
זונטאג יולי 06, 2014 5:30 pm#210299
אין די פראגע בויגן וואס מ'דארף אויספילן ביים רעגיסטרירן דארף מען ענטפערן די פאלגענדע פראגע:

דערציילט איבער אייך:
אין כאטש דריי זאצן, שרייבט פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, און/אדער אייערע אינטערעסן, מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, פלענער, אדער וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים.

די אלע לעצטיגע פרישע רעגיסטראציעס וואס האבן נישט געשריבן כאטש דריי זאצן (א "זאץ" מיינט א sentence, פאר ווער עס ווייסט נישט) זענען נישט אנגענומען געווארן.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:53 pm#217907
"איך בין טויט" איז נישט קיין פאסיגע ניק. ביטע מאכן אן אנדערע ניק, אדער אונז שיקן א אימעיל מיט א נייע ניק צו וואס מיר זאלן עס טוישן.
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:15 pm#218190
"פעגער" איז נישט קיין פאסיגע ניק. ביטע מאכן אן אנדערע ניק, אדער אונז שיקן א אימעיל מיט א נייע ניק צו וואס מיר זאלן עס טוישן.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:04 am#218482
"לבן הארמי" איז נישט קיין פאסיגע ניק. ביטע מאכן אן אנדערע ניק, אדער אונז שיקן א אימעיל מיט א נייע ניק צו וואס מיר זאלן עס טוישן.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:03 pm#218876
"XXX חסיד" איז נישט קיין פאסיגע ניק. ביטע מאכן אן אנדערע ניק, אדער אונז שיקן א אימעיל מיט א נייע ניק צו וואס מיר זאלן עס טוישן.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:10 pm#218919
ער וויל א דירעקט פלייט סטרעיט צו מאחורי...
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:58 am#218971
קעלנער האט געשריבן:"XXX חסיד" איז נישט קיין פאסיגע ניק. ביטע מאכן אן אנדערע ניק, אדער אונז שיקן א אימעיל מיט א נייע ניק צו וואס מיר זאלן עס טוישן.


אפענע אפיקורסים מעגן דא האבן א ניק מיט זייער עכטע נאמען, אבער איינער אונטערן ניק עקס חסיד נישט.

מאדנע
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:12 am#219036
געשוויסטער, עס איז נישט ריכטיג. לויט די נייע תקנות מעגן זיי נישט.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:40 pm#219138
שמעקי ,מיינסט ער ווייסט נישט וואס טריפל עקס מיינט? ער פראבירט צו שפילן.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:43 pm#219311
איך אויך האט געשריבן:שמעקי ,מיינסט ער ווייסט נישט וואס טריפל עקס מיינט? ער פראבירט צו שפילן.


יעצט גע'גוגלט.
סארי, אבער מיין קאפ ליגט נישט אין שמוץ
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:20 pm#219340
#קאט די צואת השור אלערט
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:45 pm#219347
און אנדערע נייעס:
דער מענטש וואס האט ארויף געברענגט די ווארט האט שוין מכשיל געווען אנדערע יודען!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:07 pm#219353
קאט די מי רגלים איז בעסער? מי רגלים שטייט אין הייליגע ספרים.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:48 pm#219368
ער מיינט די דריי עקס ווארט.
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:46 pm#219564
שטייט אויך אין הייליגע ספרים...
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:47 pm#220602
"שור שנגח" איז נישט קיין פאסיגע ניק. ביטע מאכן אן אנדערע ניק, אדער אונז שיקן א אימעיל מיט א נייע ניק צו וואס מיר זאלן עס טוישן.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:38 pm#220619
אז עס איז א פאסיגע נאמען פאר א פרק בש''ס איז כ''ש פאר ק''ש.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:49 pm#220622
בהמה יוצאת איז אויך פאסיג?
מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 8:53 pm#220625
מען נעמט נישט אן דא קיין פרויענישע ניקס...
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:39 pm#228770
נו די פרומע ק''ש מתנגדים זענען גערעכט, ערליכע שטרימפ האט נישט קיין מקום אין קאווע שטיבל..
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 4:30 am#228869
"מלך המשיח" ווערט לכאורה נישט אנגענומען, נאר אויב ער איז מוכיח אז ער לעבט נאך?
דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:54 pm#247721
די הנהלה האט געשריבן פאר דעם ניק:
אין כאטש 40 ווערטער, שרייבט (אין אידיש אדער בדוחק אין א גוטן ענגליש)
   

ווי ס'שיינט האלט זיך די הנהלה נישט צו דער דאזיגער תקנה. איך האלט ס'איז יא וויכטיג צו אינפארסירן, איבערהויפט ביי אזאנע וואס שרייבן אידיש מיט לאטיינישע אלפעבעטן. א בחור וואס שרייבט זיך איין אין א נייער ישיבה, זאל ער כאטש דעם ערשטן טאג פונעם זמן קומען מיט א נישט פארקנייטשטן כאלאטל.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:22 pm#247727
יידל
zurich
אין "באריסטא"איז יא גוט? וואט די העלל מיינט באריסטא?

באריסטא.

יידל: צו ערשט א דיסקלעימער. געוואנדן צו די אלע מענטשן ביי וועמען די ראקעט לאונטשערס האבן זיך אנגעצינדן. ס'הייסט? איך רעאגיר אויף אן אלטן פאוסט. ישן נושן... איז דער תירוץ ווי פאלגנד: איך האב עס הערשט בהיינט צום ערשטן מאל געליינט. איך בין נישט שולדיג אויף דעם. והעיקר. אז איך האב עפעס א מיינונגספולע באמערקומג צו מאכן איבער דעם ענין.

יעצט אדרעסיר איך מיך צו יידל. דו האסט געברענגט די "וויקיפעדיע" וועלכע איז מסביר וואס "באריסטא" מיינט. אויך זאגט מען דארט אז מ'זאלל עס נישט אויסמישן מיט דעם טערמין "בארריסטער". אט פון דעם טערמין וויל איך יעצט רעדן. דאהי אין די יו.עס. אף עי. איז עס נישט פאראן אין טעגליכן באנוץ. נאר אין ענגלאנד, און אמאל אין קענעדע זענען געווען צוויי קאטעגאריעס פון לאיערס אין דעם לעגאלן סיסטעם: איינער. דער קלענערער, האט געהייסן "סאליסיטאר". ד.מ. אז ער האט נאר געקענט אויספילן אפיציעלע לעגאלע פאפירן, ווי פעטישיאנס צום קאורט. אדער ריעל עסטעיט קאנטראקטס. אבער ער אדער זי אליינס האט נישט געקענט ערשיינען אין קאורט פאר א ריכטער, און טענה'ן איבער א לעגאלן קעיס.

א צווייטער, און העכערער סארט לאיער האט יא געהאט די רעכט צו ערשיינען פאר א ריכטער אין קאורט און טענה'ן איבער א קעיס אדער פארטיידיגן זיין קליענט. דער איז אנגערופן געווארןבארריסטער...!
דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:28 pm#247730
איך אויך
אז עס איז א פאסיגע נאמען פאר א פרק בש''ס איז כ''ש פאר ק''ש.

איך אויך: איך בין מחולק מיט דיר איבער דעם. ווייל אין מס' בבא קמא איז דער נאמען פון פרק געשריבן געווארן אין אן אנדערן קאנטעקסט...! פונקט אזוי ווי איינער וועט נישט שרייבן דא אין קאווע שטיבל דעם נאמען "מי שמתו", אדער "מי שאחזו קרדייקוס"...!
דינסטאג אפריל 14, 2015 1:42 pm#265947
עדיאל און עזריאל זענען צו ענדליך ,איז דא עפעס וואס מען קען טוהן דערצו?
דינסטאג אפריל 14, 2015 1:50 pm#265949
ברילן העלפט.
דינסטאג אפריל 14, 2015 2:30 pm#265956
עס העלפט מער ווי כולל חצות?
דינסטאג אפריל 14, 2015 3:54 pm#265980
שמעקעדיג
עס העלפט מער ווי כולל חצות?

ווען מ'דארף ברילן גייט מען צום אפטאמעטריסט. ווען מ'וויל געווינען א קאורט קעיס גייט מען צו כולל חצות...פאר זיי העלפט עס זיכער...!
דאנערשטאג מאי 7, 2015 10:23 pm#273365
אלטע בחור55 זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק.
דאנערשטאג מאי 7, 2015 10:28 pm#273367
Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס
אסף המזכיר
אלטע בחור55 זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק.

?
פרייטאג מאי 8, 2015 12:18 am#273386
משה פויער איז נישט קיין פאסיגע ניק.
מיטוואך מאי 27, 2015 12:05 pm#278471
אלטע בחור(דיפרעסט) איז נישט קיין פאסיגע ניק.