שש משזר האט געשריבן:וכרגיל, נישט געענטפערט באזירט אויף קיין מעשה שהיה, אדער אויף איבערווייזנדע פאקטן.
סתם גענוצט ווערטער ווי 'תמימי לב', 'היפאקריטן', און 'דרייען כפרות' - אומזיסט.
וטיפ קטן לסיום:
ווען מ'קען נישט באגרינדן די ווערטער, איז בעסער ווען מ'זאגט עס בכלל נישט.
אסאך מאל איז שווער צו פארשטיין דיינע ווילדע אויסברוכן איבער וועם שייך. אמאל איז דער קרבן דער קאסובער רבי, אנטקעגן וועם דו האסט מכלומרשט 'בערג מיט שמוץ', און אויף למעשה קענסטו גאנישט איבערגעבן חוץ הרהורי לבך פארוואס ער האט דיך נישט גוט באהאנדלט, און אמאל איז עס א צווייטער קרבן.
ATUB @שש משזר ATUB קוקסט מיר אויס ווי קלוגער אינגערמאן אבער דאך איז אינטערעסאנט אז דו קענסט נישט די פשוטע ראוללס פון די געים! שרייבסט אז איך שיס סתם זאכן וואס איז נישט באזירט אויף גארנישט! דאגעגן די און אלע אנדערע דא שרייבן זאכן נאר מיט הארטע פראוף! למשל אין די נעכטיגע אשכול ווי דו שרייבסט אז
ליבעראלן געבן נישט קיין צדקה ווען בשעת א יעדער זעקס יעריגע יונגעלע מיט ווייפיי קען דיך פראופן ראונג!
פונקט 'דו' וואס לופערט דא סחורה אין גרויסן פארלאנגט אז איך זאל קומען מיט הארטע פראוף?!
דאס איז דאך די געוואלדיגע מעלה פון א אנליין פארום און פארדעם איז עס געמאכט אז יעדער קען שרייבן מה שלבו חפץ אינטער א באהאלטענע ניק און שעירן אינפארמעישאן מיט די אנדערע און דערנאך גיי מאך אליינס ריסערדזש צו ס׳איז יש דברים בגוי, אזוי ווי די באקאנטע סלאגאן פון איינע פון די מידיע סטעישאונס "We Report, You Decide" און פונקט ווי דו מעגסט שרייבן אז דער אמשינאווער איז א
גרויסע ת״ח מעג איך שרייבן אויפן קאסובער מיין מיינונג און די מוזט טאקע נישט גלייבן וואס איך שרייב און טאמער ס׳געפעלט אייך נישט פאָר ווייטער און טויש די סטעישאן! ,
חוץ מזה שרייבסט אז ס׳איז נישט באזירט אויף קיין שום מעשה ? לאמיר זאגן אז יא, און די מעשה איז אז דער צדיק האט געטוהן Xyz און איך וועל דיר דערציילן די מעשה און דערנאך גייסטו זאגן להד״ם וואס איז דעמאלס ? ס׳אז אין לדבר סוף!,
ווען האב איך געשריבן אז ער האט מיך נישט גוט באהאנדלט? איך האב דירעקט געשריבן א שיינע פאר מאהל אז ער האט אריינגעלייגט "אנדערע" מענטשען אין דער ערד אריין למשל זיין שכן אבערלענדער וואס איז געגאנגען זיצן וועגן אים, נ. ראזנבערג פון ב״פ האט ער צו גענומען מיליאנען, ש.פ. א או טי די האט ער צוגענומען זיינע קינדער פאר דריי חדשים פאריאר זומער און ער פייט נאך אלץ קעגן אים אין קאורט אז ער זאל נישט קענען זעהן זיינע פינף קינדער!, און גענוג און נאך ווייטאגליכע מעשיות ווי דער צדיק און דער זעלבסט געקרוינטער רשכבה״ג האט אפגעהארגט גאנצע משפחות און צו גענומען קליינע קינדער פון טאטעס און מאמעס און אנגעמאכט און אנגעזייט חרבנות אין אסאך ביזנעסעס און צופליקט משפחות מיט זיין גרויס חכמה ליידער,
חוץ מזה האב איך שוין געשריבן אפאר מאהל אז איך גיי שרייבן א לאנגע ארטיקל וועגן זיינע מעשים טובים און וואספארא כפוי טובה ער איז געוועהן צו זיינע שטוב מענטשען און ספעציעל צו זיין לאנג יעריגע גבאי ב.ר. און היות די אלע מעשיות זענען פריוואטע סענסעטיווע ענינים פון אנדערע מענטשען און איך בין נישט קיין באצאלטע שרייבער ליגט עס נאך דערווייל אין מיין דרעפט און עוד היום גדול ... האסט מיך געשיקט אין אישי אפאר וואכן צוריק אז דו מוזט שוין זאפארט וויסן אלע מעשיות און כ׳האב דיר גענטפערט אז ס׳וועט זיין א ארטיקל בקרוב און אויב קענסטו נישט אויסווארטן ביז דאַן וואלט איך דיר ג׳עצהט זאלסט מארגן גיין קראַצן די פוס אין א צווייטע מקוה און זוכן א בעסערע לשה״ר קרעמל און זיך נאכפרעגן וואס די מעשה מיט אבערלענדער איז געוועהן, אפשר וועסטו נאך דארט געוויואר ווערן אז ס׳איז געוועהן איין
מחלוקה צווישן אדמורי"ם 173 יאהר צוריק וואס דו האסט בכלל נישט געוואוסט דערפון...
לגבי וואס דו שרייבסט אז איך האב אויסברוכן יעדען טאג אקעגן א צווייטען אגב גארנישט ווייניגער ווי דיינע אויסברוכן ווען ס׳קומט צו דיינע אגענדעס, איז עס נאר למעשה געצילט אנטעקן פובליק פיגורס וואס מאכן זייער געלט פונעם ציבור, איך האב נאך דאכצעך נישט געפירט קיין מערכות אנטקעגן קיינעם פּריוואַט, דער יעניגער פירט שוין אן יאהרן א ב״ש ארגאנזאציע פון סקעימען מענטשען מיט ברכות און ישיעות פונעם צדיק אליינס בשעת ווען זיי מאכן חוזק פון זייער אייגען רבי׳ן וואס מיינט עס נעבעך אמת׳דיג און מ׳פארקויפט אים לאקשען וועגן חסד לאברהם און מ׳שנארעט אויס ביי תמימים אידיש געלט אז שרגא פר״ם זאל קענען פרעסן סטעיק און קויפן ריעל עסטעיט!
ווען די אלע מערכות אנטעקן די אינטערנעט וואלטן געוועהן געפירט דורך א רעספעקטפול רב וואס מיינט עס אמתדיג א שטייגער ווי הרב ר׳ טובי וועטטענשטיין אדער דער וויענער רב וואלט איך געוועהן שטיל אבער אזא מגושמדיגער מענטש וואס לעבט אויף קהל׳ס חשבון שוין יאהרן און מיינט דא ריין ״זיך״ און מאכט יעדע שני ושלישי משוגע דער עולם מיט זיינע לאנגווייליגע אסיפות וואס קיינער אויסער ער בענעפירט נישט פון דעם וועל איך ווייטער אטאקירן ווילאנג עס וועט אייך אריינגיין אין אויער!,
און צו מיין אלע גיטע פריינד וואס ווילן וויסן דעם אמת אויב האט זיך געמאכט ביי אייך א ערנסטע פראבלעם ח״ו נישט קיין חילוק צו ס׳איז אין ביזנעס אדער שלום בית צו סיי וואס שטייטס אוועק פונעם קאסובער ווייל
ער איז זייער נישט סטאביל און ער קען טוישן זיין מיינונג יעדע צווייטען טאג און מ׳קען זיך נישט אויף אים פארלאזן און ועל כולם ער איז זייער inexperienced אין אסאך עריעס און די אלע זיינע שונאים איז א דירעקטע תוצאה פון מענטשען וואס ער האט שלעכט באהאנדלט ווען ער וואלט ווען געוועהן א דאקטער וואלט מען פון אים שוין לאנג צוגענומען זיין לייסענס!