ווויבאלד דאס ווארט "ברעינוואשען" ווערט אפט געניצט און די קאנטעקטס פין טוישן א מענטש זאל טון זאכן וואס איז סעלף דיסטראקטיוו און נישט גיט פאר אים,
זענען מענטשען קאנדישענד צו טראכן וען מען הערט די ווארט "ברעינוואשען" - "נישט גיט" , wrong , bad
וועגן דעם האב איך דיך געבעטען אויב די קענסט אפשר ניצען ווערטר וואו
משכנע זיין -
איבערצייגען -
קאנווינסען און נישט די שרעקעדיגע ווארט "ברעינוואשען" "מיינד קאנטראל"
"ברעינוואשען" איז נישט קיין לא תעשה און די עשרת הדיברות - ער ווערט פראקטעצירט און די מידיע און אין אלע טעקסט ביכער א יעדן טאג, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט
איך האף
@וכדומה.., אז די טוסט נישט "ברעינוואשען" דיינע קינדער אז "ברעינוואשען" איז wrong -
דו קענסט זיי זאגן
איך האלט ס'איז wrong אבער הקטן און אסך אנדערע זעען דאס נישט אלס די מיטער פין אלעם בייזען - דו מיין קינד זיי אליין מחליט.
אנדערע זעען נישט קיין פראבלעם מיט
משכנע זיין זייער קינדער אז מען טאר נישט גנבענען.
זיי האבן נישט קיין פראבלעם
ציגעוויינען א קינד פין גאנץ קליין אן צי זאגן thank you, אזוי אז דאס ווערט ביים קינד א
הרגל נעשה טבע
פאר אנעדער איז נישט אוזי וויכטיג אז זייער קינד זאל בוחר זיין
מדעת עצמו נישט וויי טון א צווייטען, זיי קענען באשטיין אז די נקידת הבחירה פינעם קינד זאל זיך אנפאנגען ערגעץ העכער
די french revolution האט אינז געברענגט די בעסטע פאליטיקעל סיסטעם אויף ביז דערווייל.
דאס זאגט אבער נישט אז דאס איז די
ריכטיגע אין די
בעסטע וועלט קוק אויף א יעדען חלק פין אינזער לעבן.