Under maintenance
הויפט זייט » דער חינוך מיתוס

דער חינוך מיתוס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9107
מאנטאג יוני 15, 2015 8:49 pm#282859
דער חינוך מיתוס
וואו מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען דרשות איבער חינוך. זיי אזוי מחנך דיין קינד, נישט אזוי, גיב אים אריין דעם מעסעזש, נישט יענעם, זאג אים עס אויף דעם וועג, נישט אויף יענעם וועג.
וואס די אלע געלונגענע בעלי דרשנים און מחנכים און צוהערער כאפן נישט איז אז עס עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי חינוך. אויב עס עקזיסטירט יא, דאן איז דאס דער כישוף וואס מאכט חרוב קינדער אויף אייביג, ערציענדיג זיי אויף א וועג וואס וועט מיט א צויבערהאפטיגקייט ערציען פרישע דורות פון כלומר'שטע חינוך עקספערטן, אזעלכע טאטעס וואס זענען ספעציעל געאייגנט ווי אזוי צו מאכן די קינדער שפירן כאילו אויף עפעס א וועג דארפן זיי אפגעבן דין וחשבון פאר'ן עקזיסטירן, און דער תירוץ אז דער געטרייער טאטע האט פשוט געוואלט פארשפרייטן זיינע גענעס איז נישט די והותיר.
די אויפגאבע פון עלטערן איז צו געבן די פיזישע געברויכן פאר זייערע קינדער און זיי צו גיבן דעם געפיל אז זיי זענען שטענדיג אקצעפטירט און באליבט. דא הייבט זיך אן זייער אויפגאבע און דא ענדיגט זיך עס. זייער אויפגאבע איז נישט צו זיכער מאכן אז די קינדער וואקסן אויף ערליכע אידן, תלמידי חכמים, עשירים, עדיוקעיטעד, קלוג, און אנדערע מרעין מישין וואס די מענטשהייט האט ערפינדן. זייער אויפגאבע איז צו פארגעסן אביסל פון זיך און פארגעסן אביסל פון דעם קינד, און אים בלויז ארויסווייזן א שמייכל ווען ער קומט אן אהיים און גיבן א קיש ווען ער גייט שלאפן.
הערסט וואס איך זאג דיר? הער אויף פייניגן דיין אכט יעריג זון אז ער זאל גיין צו מתמידים. און זיי מוחל, אנשטאט צו גיין צו די נעקסטע חינוך אוונט, זיץ אינדערהיים און רוה דיך אויס. ליין א צייטונג און הער אביסל מוזיק, זאלסט נישט זיין אזוי נערוועז און אויספלאצן אין געשרייען ווען דיין דרייצן יעריג בחור'ל פארשפעטיגט סוף זמן קריאת שמע.
מאנטאג יוני 15, 2015 8:58 pm#282866
חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:05 pm#282869
לאמיר נישט רעדן וועגן סוף זמן קר"ש, וואס האלטסטו וועגן א טאטע וואס וויל זיין זון זאל אויפוואקסן א דאקטאר, טוט ער אויך אן עוולה אז ער רודפ'ט זיין זון ער זאל נישט גיין ליידיג און וואקסן א גאסן-יונג?
מאנטאג יוני 15, 2015 9:06 pm#282870
יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:08 pm#282871
סארי פאר'ן ניצן די ווארט "רודפ'ן". א טאטע וואס וועקט אויף זיין זון צו גיין אין קאלעדזש און ווארפט אים ארויס פון בעט.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:08 pm#282872
היש לך רודפ'ן גדולה מזו?
מאנטאג יוני 15, 2015 9:14 pm#282874
בקיצור, א פוילער רוח, א קינד א שטריק, האלט נישט ביים ארבעטן האלט נישט ביים לערנען, טאר אים דער טאטע נישט פרובירן מחנך זיין צו וואקסן א מענטש? וואס ווילסטו זען דא, א גאנצע וועלט בטלים ומבוטלים, משתתפי הפגנות ומחזירי חלק שמונה?
מאנטאג יוני 15, 2015 9:14 pm#282875
ורמינהו...

ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.

למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ללכת בדרכיו ליראה אותו ולדבקה בו.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:18 pm#282878
כוכב האט געשריבן:חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.

איז וואס מיינט ושננתם לבניך ?
מאנטאג יוני 15, 2015 9:21 pm#282880
Re: דער חינוך מיתוס
מיט וואס איז דער חינוך מיטאס אנדערש ווי דער גאנצער סאסייעטי מיטאס בכלליות?
אויב האבן מענטשן מחליט געווען אז עס איז דא א גאנצע ליסטע מיט זאכן וואס פארלאנגט כדי צו באלאנגן אין א סאסייעטי, צווישן זיי עדיוקעישן, גיין אנגעטוהן, שמייכלן צו אנדערע, ארבעטן און אויסהאלטן א ווייב מיט קינדער, און דער מענטש איז זיך מקריב זיין גאנץ לעבן פאר די אלע ווירדן, דאן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אז פונקט ערציען זיין קינד אויף די וועגן איז נאריש.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:27 pm#282881
שמערל האט געשריבן:מיט וואס איז דער חינוך מיטאס אנדערש ווי דער גאנצער סאסייעטי מיטאס בכלליות?
אויב האבן מענטשן מחליט געווען אז עס איז דא א גאנצע ליסטע מיט זאכן וואס פארלאנגט כדי צו באלאנגן אין א סאסייעטי, צווישן זיי עדיוקעישן, גיין אנגעטוהן, שמייכלן צו אנדערע, ארבעטן און אויסהאלטן א ווייב מיט קינדער, און דער מענטש איז זיך מקריב זיין גאנץ לעבן פאר די אלע ווירדן, דאן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אז פונקט ערציען זיין קינד אויף די וועגן איז נאריש.

אז דער מענטש איז מקריב זיין לעבן איז איין זאך, אז דער מענטש איז מקריב א צווייטנס לעבן איז גאנץ אן אנדערע זאך.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:27 pm#282882
פישלע העררינג האט געשריבן:ורמינהו...

ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.

למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ללכת בדרכיו ליראה אותו ולדבקה בו.

ס'שטייט פון צדיקים (אפטער רב ועוד) אז די בעסטע עצה איז אז די טאטע זאל פשוט זיין א סעמפל פאר די קינדער מיט זיין התנהגות, און ער זאל זיך אפילו מאכן.
לענ"ד קען מען עס אריינקוועטשען אין דיין פסוק. ס'נישט קיין סתירה.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:29 pm#282883
אפטעמיסט האט געשריבן:בקיצור, א פוילער רוח, א קינד א שטריק, האלט נישט ביים ארבעטן האלט נישט ביים לערנען, טאר אים דער טאטע נישט פרובירן מחנך זיין צו וואקסן א מענטש? וואס ווילסטו זען דא, א גאנצע וועלט בטלים ומבוטלים, משתתפי הפגנות ומחזירי חלק שמונה?

אפשר קענסטו מיר זאגן ווער האט מחנך דיין עלטער זיידע אין וואלד צו אראפכאפן פרוכט פון בוים און עסן פאר נאכטמאל?
מאנטאג יוני 15, 2015 9:31 pm#282885
יאיר, כ'האב א פילינג ביסט א nudist... ווערסט מיר שוין צו ליבעראל
מאנטאג יוני 15, 2015 9:36 pm#282887
Re: דער חינוך מיתוס
אפטעמיסט האט געשריבן:יאיר, כ'האב א פילינג ביסט א nudist... ווערסט מיר שוין צו ליבעראל

קוק אויף זיין אוועטאר. איט סעז איט אלל.

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6
מאנטאג יוני 15, 2015 9:37 pm#282888
Re: דער חינוך מיתוס
בקיצור א סאסייעטי וואס איז כסדר מקריב/טיילט איין אנדערע, פארשטייסטו אז חינוך איז נישט די יוצא דופן ווי דאס דארף זיך אפשטעלן? למשל איינער וואס איז נישט אזוי ליבעראל און האלט אז פאר גיין נאקעט אויפן גאס, קומט זיך א געלט שטראף / תפיסה, מעג יא פארלאנגען זיינע קינדער זאלן גיין אנגעטוהן ווי מענטשן?
מאנטאג יוני 15, 2015 9:39 pm#282889
כוכב האט געשריבן:חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.

אולי איז די מצוה אז מען זאל איבערגעבן יסודות'דיגע אינפערמאציע אבער נישט אומדירעקט אינטימידעיטען.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:43 pm#282891
וואס פרגלייכסטו צו געזעץ,
פארשטייט זיך אויב דאס קינד טוט משוגענע זאכן קעגן די געזעץ דארף מען אים באהאנדלען, ער רעדט פון דעם אז די קינד איז נישט פונקטלעך וויזוי דיר שמעקט ער זאל זיין, לויט דיין סאסייעטי, צו דו ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:54 pm#282893
איין באשעפער ווייסט וויאזוי מאיז דא אריינגעפלויגן אין נודיזם.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:59 pm#282894
העי, זיי מיר נישט מחנך...
מאנטאג יוני 15, 2015 10:21 pm#282897
Re: דער חינוך מיתוס
וכדומה.. האט געשריבן:וואס פרגלייכסטו צו געזעץ,
פארשטייט זיך אויב דאס קינד טוט משוגענע זאכן קעגן די געזעץ דארף מען אים באהאנדלען, ער רעדט פון דעם אז די קינד איז נישט פונקטלעך וויזוי דיר שמעקט ער זאל זיין, לויט דיין סאסייעטי, צו דו ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן.


אבער דער געזעץ פונעם סאסייעטי גופא איז עפ"י רוב געבויעט צו באצווינגן יענעם זאל זיך פירן לויט מיין געשמאק, צבש"פ נודיזם אדער מריוואנא. ווילאנג מיר טיילן איין פרעמדע אויף אייגענע משוגעתן, דארפן מיר זיכער האבן די רעכטן עס צו עקסערסייזן אויף די אייגענע גענעס.
מאנטאג יוני 15, 2015 11:08 pm#282911
ATUB @יאיר ATUB האסט עפעס דעקונג א סברא ? א ראי׳?
אדער סתם א גזירת הכתוב אזוי איז עס און פארטיג?
מאנטאג יוני 15, 2015 11:30 pm#282916
יאיר האט געשריבן:די אויפגאבע פון עלטערן איז צו געבן די פיזישע געברויכן פאר זייערע קינדער און זיי צו גיבן דעם געפיל אז זיי זענען שטענדיג אקצעפטירט און באליבט. דא הייבט זיך אן זייער אויפגאבע און דא ענדיגט זיך עס.


וואס גייט אריין אין כלל פון פיזישע געברויכען? דארף איך אים אויסלערנען גיין? טרעינען ביה''כ? דארף איך ארבעטען כדי ער זאל האבן עסן? און וואס איז מיט אים אויסלערנען וויאזוי צו דעגרייכן זיינע פיזישע געברויכן ווען איך בין שוין נישט דא?
מאנטאג יוני 15, 2015 11:32 pm#282917
יאיר האט געשריבן:היש לך רודפ'ן גדולה מזו?

צאלן פאר קאלעדז דארף איך יא?
מאנטאג יוני 15, 2015 11:40 pm#282919
בן אדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.

איז וואס מיינט ושננתם לבניך ?

ושננתם לבניך איז מען יוצא וואן משיקט אים אין חדר

פישלע העררינג האט געשריבן:ורמינהו...

ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.

למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ללכת בדרכיו ליראה אותו ולדבקה בו.

די אלע פסוקים מיינען מזאל זיי לערנען מצוות ה׳ און דאס מיינט חינוך, אויב א קינד ווייסט און טוט מצות דאן איז דאך גוט, וואס פעלט אויס די אלע דרשות? איך מיין אז יעדע קינד עסט מצה פסח, עסט א כזית אין די סוכה, שאקעלט לולב, ווייסט אז מטאר נישט חתונה האבן מיט די מאמע אדער שוועסטער....
דינסטאג יוני 16, 2015 5:29 am#282941
עזריאל האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:חינוך איז א מצוה מדרבנן.
אבער דאס יא, די חינוך דרשות זענען על פי רוב געבויעט אויף לופט.

איז וואס מיינט ושננתם לבניך ?

ושננתם לבניך איז מען יוצא וואן משיקט אים אין חדר

ווער זאגט אז מ'מוז עם שיקען אין חדר...?
דינסטאג יוני 16, 2015 9:35 am#282956
Re: דער חינוך מיתוס
יאיר פארוואס שמייכלען און געבען ליבשאפט האלסטו יא אז דו טאטע איז מחיוב?
איז דאס ווייל דעס איז כ"ע מודה אז סאיז גוט פארן קינד, משאכ וועליואס און לייף סטיילס קען מען זוך אלץ דינגען צי דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג?
דינסטאג יוני 16, 2015 9:51 am#282959
Re: דער חינוך מיתוס
יאיר האט געשריבן:הערסט וואס איך זאג דיר? הער אויף פייניגן דיין אכט יעריג זון אז ער זאל גיין צו מתמידים. און זיי מוחל, אנשטאט צו גיין צו די נעקסטע חינוך אוונט, זיץ אינדערהיים און רוה דיך אויס. ליין א צייטונג און הער אביסל מוזיק, זאלסט נישט זיין אזוי נערוועז און אויספלאצן אין געשרייען ווען דיין דרייצן יעריג בחור'ל פארשפעטיגט סוף זמן קריאת שמע.

א ייש"כ. אין אמת'ן פיר איך זיך שוין לאנג אזוי, אבער כ'האב תמיד געהאט א שלעכטע געוויסן דערוועגן. א דאנק פארן בארואיגן.
להערה בעלמא: פארן אויפשטיין שפעט שריי איך טאקע נישט, טאמער אבער שטערט מען מיר ליינען די צייטונג, זאל גאט אפהיטן...
דינסטאג יוני 16, 2015 10:52 am#282967
דער עולם האט אינגאנצן נישט פארשטאנען מיין כונה. אודאי זאל א טאטע אויסלערנען פאר זיין קינד ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע. איך רעד וועגן "איבערמאכן" דעם קינד, וועגן אים פארוואנדלען אין דעם "ריכטיגן" מענטש. כאילו יעצט איז עפעס שלעכט מיט אים, און מען דארף אים טוישן כדי ער זאל ווערן א תלמיד חכם, א דאקטאר, א צדיק, אדער וואס אימער זאל נאר זיין. דאס זענען לגמרי צוויי אנדערע זאכן. עס איז נישט דיינע ביזנעס ווי אזוי דאס קינד וועט בוחר זיין צו פירן זיין לעבן. עס איז יא דיינע ביזנעס אים צו געבן די געצייג אז ער זאל קענען מאכן א בחירה. רוב טאטעס האבן א מיסיע צו אויספארעמען זיייערע קינדער גענוי ווי זייער חלום, עס איז זיי נישט גענוג אז דאס קינד וועט פירן א צופרידענער לעבן, ער מוז מיר נאך מאכן שטאלץ און ברענגען נחת און באלאנגען אין דעם ריכטיגן ארט, און דאס איז א רשעות.
דינסטאג יוני 16, 2015 10:55 am#282968
דאס זאגט טאקע דער פסוק חנוך למער על פי דרכו

Sent from my Bed Using a Goose-Down Pillow
דינסטאג יוני 16, 2015 10:56 am#282969
איך וואלט זיך געשוואוירן אז ישמעאל'ס טאטע האט אים ארויסגעטריבן פון בעט פינף אזייגער פארטאגס יעדן צופרי.
דינסטאג יוני 16, 2015 10:57 am#282970
גראדע אמת אבער נאר ערב יום כיפור...
דינסטאג יוני 16, 2015 10:59 am#282973
אבער וואס טוסטו מיט חושך שבטו שונא בנו
דינסטאג יוני 16, 2015 11:01 am#282975
Re: דער חינוך מיתוס
און וואס טוסטו מיט גם אויל מחריש לחכם יחשב
דינסטאג יוני 16, 2015 11:03 am#282976
טאקע שווער. כ'זעה פאלגסט עס נישט אויס

Sent from Bed using huge Duchene
דינסטאג יוני 16, 2015 11:19 am#282978
מיר ליגט נאך אין די ביינער די שלעק וואס איך האב געכאפט פון מיין טאטע פארן פארשלאפן ראש השנה נאך די עלות מיט קולות אז וועגן דעם טויג איך אויף גארנישט ווייל איך פארשלאף מיין מזל...... מיט דעם האט מיין טאטע אויפגעטאן אז נאך מיין חתונה מאך איך זיכער צו שלאפן נארמאל...און אז ווען איך הער נאך מיסטישע מוסגים אויף די הייליגע טעג ווערט מיר שלעכט אויפן הארצן...
דינסטאג יוני 16, 2015 11:25 am#282981
יאיר האט געשריבן: ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע.

אבער איך ווער נישט אזוי משוגע פאר בע"ח...?
דינסטאג יוני 16, 2015 3:07 pm#283040
בן אדם האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן: ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע.

אבער איך ווער נישט אזוי משוגע פאר בע"ח...?

צו דיר האט טאקע יאיר נישט גערעדט. דו פראסקע ווייטער.
דינסטאג יוני 16, 2015 3:10 pm#283041
הייסט ער האט נאר גערעדט צו מאלפעס ?
דינסטאג יוני 16, 2015 3:16 pm#283043
איך האלט אז בעצם איז יאיר %100 גערעכט, אבער ער ווארט אריין אפאר ווערטער וואס דארף אביסעלע מער הסבר, ווי למשל וואס איז די גבול.
דינסטאג יוני 16, 2015 5:19 pm#283073
יאיר האט געשריבן:דער עולם האט אינגאנצן נישט פארשטאנען מיין כונה. אודאי זאל א טאטע אויסלערנען פאר זיין קינד ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט'ן לעבן אויף א נארמאלער פארנעם, פונקט ווי די מאמע מאלפע לערנט אויס פאר איר קינד ווי אזוי צו אפשיילן א באנאנע. איך רעד וועגן "איבערמאכן" דעם קינד, וועגן אים פארוואנדלען אין דעם "ריכטיגן" מענטש. כאילו יעצט איז עפעס שלעכט מיט אים, און מען דארף אים טוישן כדי ער זאל ווערן א תלמיד חכם, א דאקטאר, א צדיק, אדער וואס אימער זאל נאר זיין. דאס זענען לגמרי צוויי אנדערע זאכן. עס איז נישט דיינע ביזנעס ווי אזוי דאס קינד וועט בוחר זיין צו פירן זיין לעבן. עס איז יא דיינע ביזנעס אים צו געבן די געצייג אז ער זאל קענען מאכן א בחירה. רוב טאטעס האבן א מיסיע צו אויספארעמען זיייערע קינדער גענוי ווי זייער חלום, עס איז זיי נישט גענוג אז דאס קינד וועט פירן א צופרידענער לעבן, ער מוז מיר נאך מאכן שטאלץ און ברענגען נחת און באלאנגען אין דעם ריכטיגן ארט, און דאס איז א רשעות.

איך פארשטיי נישט מיט וואס די עולם דא איז מחילוק מיט יאיר

די מאלפע האט אן אינסטינקט פאר סערווייוועל פין אירע קינדער, לערנט זי אויס איר קליינע וואו אזוי אפשיילן א באנאנע.
מיר מענטשען, ע"פ רוב, זענען מער איוואלווד און מער סעפיסטיקעטעט וואו אינזער פארגייער די מאלפע, מיר ווילען נישט נאר אז אינזער אפ-ספרינגס זאלן סערווייווען, נאר אינזער אינסטינקט אלס מדבר וויל אויך אז אינזער קינדער זאלן זיין מוצלח'דיג אין סוקסעספאל אין אלע חלקים אין לעבען - דאס ליגט אין אינזער נפש הבהמי פינק אוואו און די מאלפע

יעצט איז דא וואס האלטן אז זיך פירען לויט די געזעץ פין די מדינה און בראשען די ציין א יעדע טאג הייסט מוצלחדיק אנדערע האלטן ליינען קר"ש בזמן און גיין צי מתמידים הייסט סוקסעס.
קוק נאר נאך אלע "למעשות" דא, וועסטו זען וואו אלע זיכען צו פארבעסרן די לעבען פאר די קינדער.

איינער האלט מיט לאזען די קינדער געמאכט דאס וועט זיין זייער בעסטע הצלחה, וואדער איז דא וואס האלטען אז "קאנסטראקטיוו גיידענס" איז בעסער, און דאס וועט זיין זייער הצלחה

וועלקאם צי די חינוך דיבאטע
דינסטאג יוני 16, 2015 5:34 pm#283077
וכדומה.. האט געשריבן:וואס פרגלייכסטו צו געזעץ,
פארשטייט זיך אויב דאס קינד טוט משוגענע זאכן קעגן די געזעץ דארף מען אים באהאנדלען, ער רעדט פון דעם אז די קינד איז נישט פונקטלעך וויזוי דיר שמעקט ער זאל זיין, לויט דיין סאסייעטי, צו דו ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן.

און אז דיין קינד וויל זיין אן anarchist ??
און אז ער וויל טון משוגענע זאכן ??
ביזט בארעכטיגט עפעס צו טאן דערוועגן ??

בכלל צי זאגן אז געזעץ איז אנדערש, און דאס דארף מען יא באהאנדלען, איז זייער א סליפערי סלאפ מהלך, דו וועסט וועלן באהאנדלען דו געזעץ פין אמעריקע אדער פין ny און א צווייטע טאטע וועט נאכדעם קימען אין אויך בהנדלען סוף זמן קר"ש אלס געזעץ פין בורא עולם
דינסטאג יוני 16, 2015 6:05 pm#283087
יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.


א. יא איז נישט קיין רשע נאר א שוטה.

אבער מיין שאלה איז: ווער פייניגט די זוהן?????????
דינסטאג יוני 16, 2015 6:09 pm#283092
ראש הישיבה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.


א. יא איז נישט קיין רשע נאר א שוטה.

אבער מיין שאלה איז: ווער פייניגט די זוהן?????????

קינדער זענען מער ציפרידען ווען מ'מאנט נישט פין זיי, מ'לאזט זיי טון וואס זיי ווילען, זיי וואקסן פשוט אויף געזינטער
דו גלייבסט נישט? געב א קוק אויף די ליבערל גאס

למען האמת, וואס איז די נפקא מיני וואו אזוי זיי וואקסן אויף בעסער, אויב יאיר זאגט אז מיר האבן נישט קיין רעכט האבן מיר נישט קיין רעכט! אפגעזען וואס איז בעסער.


יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.

אינטערעסאנט, דאס האב איך לעצטענס געהערט ביי א חינוך דרשה
דינסטאג יוני 16, 2015 7:17 pm#283112
יאיר, אוי ביסטו גערעכט. ווער ווי מיר ווייסט ווי גוט דו זאגסט.
l viewtopic.php?f=26&t=6262 l
דינסטאג יוני 16, 2015 8:27 pm#283128
הקטן האט געשריבן:יעצט איז דא וואס האלטן אז זיך פירען לויט די געזעץ פין די מדינה און בראשען די ציין א יעדע טאג הייסט מוצלחדיק אנדערע האלטן ליינען קר"ש בזמן און גיין צי מתמידים הייסט סוקסעס.


הקטן האט געשריבן:בכלל צי זאגן אז געזעץ איז אנדערש, און דאס דארף מען יא באהאנדלען, איז זייער א סליפערי סלאפ מהלך, דו וועסט וועלן באהאנדלען דו געזעץ פין אמעריקע אדער פין ny און א צווייטע טאטע וועט נאכדעם קימען אין אויך בהנדלען סוף זמן קר"ש אלס געזעץ פין בורא עולם


די חילוק איז זייער פשוט, טאקע אזוי ווי די מאלפעס, געזעץ מוז מען האבן פאר סורווייוועל, נישט לאזן מענטשן ארומגיין רצח'נען דאס מוז מען פארסירן פשוט צו קענען לעבן, אזוי אויך אנדערע געזעצען וואס באשיצט אונזער וואוילזיין, אונזער רואיגקייט און פרייהייט. אוודאי טאר מען נישט לאזן א מענטש שעדיגן א צווייטען, דאס דארף מען באהאנדלען. אבער אויף וויפיל עס אנבאלאנגט דעם מענטשענס פריוואטע אייגענע לעבן? וואסערע לייפסטייל ער וויל זיך אויסוועלן? וכו', ווער בוסטו אריינצורעדן, וויזוי פארגלייכסטו דאס צו געזעצען וואס געבן אכטונג מזאל נישט שעדיגן א צווייטען? אדער שטערן אנדערע מענטשענס רעכטען? אוודאי אויף דעם קען מען און זאל מען אריינרעדן! אבער ווען איינער וועלט פאר זיך אויס א מהלך החיים? אויף דעם איז עפעס דא געזעצן וואס זאגן וואס א מענטש זאל טוהן?
יא, אין קאמיוניסט רוסלאנד וועסטו טרעפן געזעצן אויף דעם אויך...
דינסטאג יוני 16, 2015 8:54 pm#283138
להבהיר כוונתי:
שטעלט אייך פאר איר טרעפט א מיטליעריגער איד אויפ'ן גאס מיט א צעמישטן בליק אויפ'ן פנים. איר נעמט אריין צו זיך אין שטוב און עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט געליטן א פאטאלע אמנעזיע און ער געדענקט גארנישט פון זיין לעבן, אנגעהויבן פון זיין נאמען ביז'ן אפשיילן קארטאפל ביז נישט אנצינדן א לעקטער א שבת ביז אריבערגיין די גאס. צוליב אייער גרויס גענאדע הייבט איר אן זיך אפגעבן מיט דאיד און אים צוביסלעך אויסלערנען ווי אזוי מען פירט א נארמאלער לעבן. ווי אזוי וואלט איר אים באהאנדלט?
אט אזוי זאלט איר באהאנדלען אייערע קינדער. זיי פארדינען זיך רעספעקט און שעצונג לכל הפחות ווי דעם מיטליעריגן איד, און נאך אסאך מער, וויבאלד זיי טוען אייך די אומגעהויערע טובה פון פארשפרייטן אייערע גענעס. אביסל הכרת הטוב.
דינסטאג יוני 16, 2015 9:16 pm#283148
רעדסט גענעס סייענטיפיש, ווען א חסידישער איד קוקט עס אן אנדערש. א פרומער איד וויל פרומע גענעס, אויב זיין קינד גייט אין אנדערע דרכים ווי ער דאן איז עס מיטאסדיגע גענעס. ער וואלט אים מבטל געווען פון זיין זיין גענעס צושפרייטער אויב קען ער
דינסטאג יוני 16, 2015 9:20 pm#283149
Re: דער חינוך מיתוס
וכדומה, וואס טוט זיך מיט געזעצן וואס זענען נוגע נאר זיך? צ.ב.ש. אנטון סיט בעלטס, קויפן העלט אינשורענס, פלאנצן געוויקסן / קאכן מעט ביי זיך אינדערהיים, מעג א טאטע עפעס טאן אין אזא פאל?

הקטן, וואס זעט מען אין די היינטיגע ליבעראלע גאס? די קינדער וואקסן אויף שוואכער ווי בעפאר?
דינסטאג יוני 16, 2015 9:27 pm#283151
ATUB @ישמעאל ATUB , פרומקייט (ביז צו א געוויסן שטאפל) קען אריינגיין אינעם גדר פון יסודות'דיגער טרענירונג, ווי א "מאמע מאלפע וואס לערנט אויס א קינד שיילן באנאנעס" (כלשון קדשו פון יאיר), ווייל דאס איז פונקט ווי מאראלן וועלכע מוזן ווערן איבערגעפירט פון טאטע צו קינד כדי צו קענען לעבן א ריכטיג לעבן.

די צרה הייבט זיך אן ווען מ'באגנוגנט זיך נישט מיט דעם ריכטיגן "וועג פון לעבן" נאר מ'וויל אז דאס קינד זאל דוקא אפשפילן א געוויסן כאראקטער אדער "ראלע אין לעבן". דאס הייסט, ס'איז נישט גענוג אז ער איז פרום, נאר ער מוז אויך זיין א כלי קודש. ס'איז נישט גענוג אז ער איז ציוויליזירט, נאר ער מוז אנקומען צו א קאריערע (על פי רוב גייט עס ווייטער: ס'איז נישט גענוג אז ער קומט אן צו א קאריערע, נאר ס'מוז זיין די זעלבע קאריערע ווי דער טאטע אדער די מאמע). מיט איין ווארט, די פראבלעם איז נישט אז מ'לערנט אויס א קינד צו לעבן מאראליש/ערליך/פרום, נאר וועגן אויסשטעלן דאס אלגעמיינע לעבן פונעם קינד לויטן פערזענליכן געשמאק פונעם טאטן.

האב איך דיך ריכטיג פארשטאנען ATUB @יאיר ATUB ?