פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

קאווע שטיבל • זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

564 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יוני 18, 2018 12:37 am#406274
די לייבערי אין ליבערטי. נישט דארט געוועהן צו לאנג. גענוצט א קאמפיוטער פרייטאג ווען כ׳בין דארט געוועהן איבערן וויקענד. רואיגע אטמעספערע.
מאנטאג יוני 18, 2018 11:29 am#406314
How can i download a clip from my twitter page? i
מאנטאג יוני 18, 2018 11:50 am#406319
Or forward to another platform like what's app. , etc. ...!
מאנטאג יוני 18, 2018 1:53 pm#406345
סמבטיון האט געשריבן:How can i download a clip from my twitter page? i

m http://twittervideodownloader.com/ m
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 10:07 pm#417607
berlbalaguleh האט געשריבן:Or forward to another platform like what's app. , etc. ...!

נוץ די באט אויף טעלעגראם @getmediabot
ס'ארבעט אויך פאר יוטוב, אינסטעגרעם, און
פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:30 am#419487
דער דאקטאר האט מיר געהייסן נעמען א סאנאגראם טעסט. ריף איך אן דעם לאקאלער צענטער, און נאכן מאכן אן אפוינטמענט זאגט זי מיר אז זיי האבן נאר פרויען טעכניקער וואס נעמען די טעסט.
איז דאס נאראמאלע פראקטיק אז א מאן גייט צו א פרוי? איז דאס אויסגעהאלטן בהלכה?
ווי גייען מענער ווען מען דארף א סאנאגראם?
פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:58 am#419491
אור נוגה: איך בין נישט קין פוסק נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער לפענ"ד איז עס אויסגעהאלטן עפ"י הלכה. אויך ווענדט זיך אויף וועלכן חלק פון דיין גוף דו דארפסט נעמען א סאנאגראם. למשל איך האב שוין געהאט סאנאגראמס אויף מיין הארץ. אן עקא קארדיא-גראם. אויך אויף מיינע פוס האביך לעצטנס געהאט א סאנאגראם. אלעס דורך פרויען טעכניקערס...! אויך ווענדט זיך עס וויאזוי דו פיהלסט פערזענליך איבער דעם ענין...!
אמאל איז האבן א מאן פאר א סאנאגראם טעקנישן ערגער ווי א פרוי. ואכמ"ל. והמבין יבין.

איך וועלל ברענגען א משל פון א מעשה שהיה. איך בין אמאל געווען ביי א (מאדערנע) חתונה. און ס'זענען געווען פרויען וועיטרעססעס. אלטע פוילישע גוי'טעס. אבער דער היימישער עולם האט פראטעסטירט. היתכן גוי'טעס זאללן סערווירן. האט דער קעיטערער אריינגעשיקט ..."מענער"... וועיטערס. אלע מיט אויעררינגלעך אין לינקן אויער. אדער גאר מיט אויעררינגלעך אין ביידע אויערן. אן א טייל מיט פאני טעילס... און א יעדער איינער ווייסט וואספארא מין זיי זענען...יא. שבת אחים עט אל. איך בין א פארצייטישער בעל עגלה וועלכער האט פארבלאנדזעט מיט זיין פערד און וואגן ערגעץ אין וואלד פאר הונדערט יאר צוריק. און א ראסיסט. און נישט קיין ליבעראל. און איך טאלעריר נישט די לגב"ט קיו. ברואים...!
מיטוואך אפריל 17, 2019 9:34 pm#428736
עמיצער ווייסט וואו מען קען באקומען די יום טוב צייטונגען אין עברית אין אפסטעיט געגנט?
מאנטאג יוני 29, 2020 1:17 am#453250
אויב איינער ווייסט, אז מארגען גייט זיין א דורכפאל פון א טאג, זאל ער היינט נאכט חאטש פארברענגען?
מאנטאג יוני 29, 2020 2:12 am#453255
וואלווי
אויב איינער ווייסט, אז מארגען גייט זיין א דורכפאל פון א טאג, זאל ער היינט נאכט חאטש פארברענגען?

אפשר גאר ווייל דו (איך...) פארברענגסט דא אזוי שפעט ביי נאכט גייט מארגן דיין (מיין...) טאג זיין א דורכפאל?
אפשר איז דיין מארגן א תוצאה פון היינט??? #נקודה למחשבה


(נ.ב. כאטש שרייבט מען מיט א כ, נישט ח)
מיטוואך יולי 15, 2020 5:23 pm#454621
וואס איז פשט אין די מימרא: ער האט פארכאפט די פיש פאר די נעץ?
דאנערשטאג יולי 16, 2020 11:03 pm#454668
א שטייגער ווי איינער זאגט ''קענסט נישט דרייבן א באס בעפאר דו לערנסט צו דרייבן א מאטארביציקל''

אדער א אונגארישער וואס פלאנט אויס דעם נאמען פונעם ספר, ר''ת, גימטריה, הקדמה, מעות קדימה בעפאר ער האט בכלל א ספר.
דאנערשטאג יולי 16, 2020 11:35 pm#454670
אדער ווי די רבי פלעגט זאגן, גענומען די גאולה פאר די צייט....
פרייטאג יולי 17, 2020 2:35 am#454673
יא, אבער וואס מיינט דאס מען פארכאפט די פיש פאר די נעץ? וויאזוי קען מען?
פרייטאג יולי 17, 2020 8:33 am#454676
''Don't run before you can walk'', קען מען דען?
פרייטאג יולי 17, 2020 10:58 am#454681
אה, כ'האב געמיינט דאס איז עפעס אזא מין פאקט וואס האט צוטוהן מיט די ארט פון פישכאפן. הייסט, ס'מיינט פשוט פרובירן צו כאפן פיש אהן א נעצכאפער?!
פרייטאג יולי 17, 2020 11:33 am#454684
איינער איז אין א 'ויש להקשות בדוחק' מוד..
מוצ"ש יולי 18, 2020 11:12 pm#454689
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ווי אזוי קען מען מברר זיין אויף א בילד ווען עס איז די ערשטע מאל געפאוסט געווארן אויף סאושעל מידיע?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 7, 2020 6:57 am#456044
ווי באהלטן זיך די פייגלעך ווען ס'מבול'ט ?
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 9:26 am#456051
וואלווי האט געשריבן:ווי באהלטן זיך די פייגלעך ווען ס'מבול'ט ?
וואס איז שלעכט פאר א פייגל טאמער ער ווערט נאַס?
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 10:47 am#456056
חתן בחור האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:ווי באהלטן זיך די פייגלעך ווען ס'מבול'ט ?
וואס איז שלעכט פאר א פייגל טאמער ער ווערט נאַס?


אין די אפען זענען זיי נישט. אפי' אויב זענען אין די ביימער ווערען זיי אויך נאס...
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:19 am#456061
ווי שטארבן אלע פייגלעך, אדער מאקאשלעך, און ענליכס, נאטוריליך מחליו ווען זיי ווערן אלט, די איינציגע מאל וואס איך זעה זיי טויט, איז ווען א קאר פארט זיי אריבער
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:21 am#456062
פשוט צו ממחיש זיין די שאלה.
אלע הודעות פון מנחם ציון
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:26 am#456065
גאלד האט געשריבן:ווי שטארבן אלע פייגלעך, אדער מאקאשלעך, און ענליכס, נאטוריליך מחליו ווען זיי ווערן אלט, די איינציגע מאל וואס איך זעה זיי טויט, איז ווען א קאר פארט זיי אריבער
https://www.bloomberg.com/news/articles/2012-05-17/why-aren-t-cities-littered-with-dead-pigeons

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:24 pm#456088
מנחם ציון האט געשריבן:פשוט צו ממחיש זיין די שאלה.
אלע הודעות פון וואלווי
זונטאג אוגוסט 09, 2020 6:48 pm#456133
פארוואס איז דא צוויי אשכולות מיט דעם זעלבן קעפל "זאכן וואס איך וויל וויסן?

l viewtopic.php?f=25&t=9115 l

l viewtopic.php?f=4&t=191 l
זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:28 pm#457391
וויאזוי שטעל איך אן אז דער טעמע קעסטל, העכער די תגובות עדיטער, זאל אויטאמאטיש האבן די טייטל פון דער אשכול אין וועלכע איך שרייב יעצט?

בעסער געזאגט, וויאזוי שאף איך א לינק פון יעדע תגובה מיינער באזונדער, אזוי אז איך זאל קענען לינקן מיינע תגובות ערגעץ ענדערש?

ווי איך פארשטיי זענען די צוויי זאכן געבונדן
זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:26 pm#457418
מנחם ציון האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אן אז דער טעמע קעסטל, העכער די תגובות עדיטער, זאל אויטאמאטיש האבן די טייטל פון דער אשכול אין וועלכע איך שרייב יעצט?

בעסער געזאגט, וויאזוי שאף איך א לינק פון יעדע תגובה מיינער באזונדער, אזוי אז איך זאל קענען לינקן מיינע תגובות ערגעץ ענדערש?

ווי איך פארשטיי זענען די צוויי זאכן געבונדן


איך מיין מיט די בעסער געזאגט קען איך דיר העלפן . לעבן יעדע תגובה איז דא אזא קליינע קעסטל דריק אויף דעם נאכדעם מאך קאפי פעיסט
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:08 pm#457461
איך וואלט דיר געגעבן נאך צען לייקס ווען איך קען ווען......
האסט נישט קיין אנונג ווי לאנג איך האב מיר געמיטשעט דערמיט
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 9:13 pm#460338
איך בין נייגעריג צו איינער האט שוין אפגעציילט וויפיל פעלער ס׳האט די סאטמארע נענועים ניגון, כ׳האב פרובירט צו ציילן אבער וויבאלד די פעלער זענען זייער ענליך איינס צום צום צווייטן איז שווער צו כאפן וועלכע פאל איז א נייע און וועלכע איז נאר איבערגע׳חזר׳ט א פריערדיגע פאל.
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:14 pm#460364
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו איינער האט שוין אפגעציילט וויפיל פעלער ס׳האט די סאטמארע נענועים ניגון, כ׳האב פרובירט צו ציילן אבער וויבאלד די פעלער זענען זייער ענליך איינס צום צום צווייטן איז שווער צו כאפן וועלכע פאל איז א נייע און וועלכע איז נאר איבערגע׳חזר׳ט א פריערדיגע פאל.


6 - 7 פעלער
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:16 pm#460365
איינער ווייסט צו ס'דא א בילד פון הגאון ר' דוד אורטינבערג זצ''ל - בעל תהילה לדוד ?
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:19 pm#460366
קוויטעל האט געשריבן:איינער ווייסט צו ס'דא א בילד פון הגאון ר' דוד אורטינבערג זצ''ל - בעל תהילה לדוד ?

בילד
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 7:14 am#460391
טובה האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:איינער ווייסט צו ס'דא א בילד פון הגאון ר' דוד אורטינבערג זצ''ל - בעל תהילה לדוד ?

בילד

כ'קען עס עפעס נישט עפענען, איז די פראבלעם מיינע?
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 9:32 am#460397
טובה האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו איינער האט שוין אפגעציילט וויפיל פעלער ס׳האט די סאטמארע נענועים ניגון, כ׳האב פרובירט צו ציילן אבער וויבאלד די פעלער זענען זייער ענליך איינס צום צום צווייטן איז שווער צו כאפן וועלכע פאל איז א נייע און וועלכע איז נאר איבערגע׳חזר׳ט א פריערדיגע פאל.


6 - 7 פעלער

זעסטו, אפילו דו ווייסט נישט פונקטליך צו ס'איז 6 צו 7. :D
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:58 pm#460906
טובה האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:איינער ווייסט צו ס'דא א בילד פון הגאון ר' דוד אורטינבערג זצ''ל - בעל תהילה לדוד ?

בילד

ביטע איבערשיקן, ווייל מ'קען עס נישט עפענען
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:23 pm#460979
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו איינער האט שוין אפגעציילט וויפיל פעלער ס׳האט די סאטמארע נענועים ניגון, כ׳האב פרובירט צו ציילן אבער וויבאלד די פעלער זענען זייער ענליך איינס צום צום צווייטן איז שווער צו כאפן וועלכע פאל איז א נייע און וועלכע איז נאר איבערגע׳חזר׳ט א פריערדיגע פאל.


דא איז עס אפגעשריבן אויף 9 פעלער (נאך H גייט מען צוריק צו D)
פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:22 pm#461757
ווען און וואו איז די לוי' פון אלעזר דוד ווייזער?
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:34 am#466815
וואס איז פשט אז ס'דא וואס זאגן 'אסתר תענית'? איז דא אין דעם עפעס א טעם, אדער סתם ונהפוך הוא
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:35 am#466816
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 1:07 pm#466829
.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 1:08 pm#466830
קוויטעל
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?

די "היימישע" בויען אסאך אויף דעם מדרש

בשעה שברא הקדוש ברוך הוא את אדם הראשון, נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו, ראה מעשי כמה נאים ומשובחים הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי".


ויבאו החכמים מיט הסבר, צו "גן עדן" איז עפעס אויף דער וועלט, און אז "עולמי" וואס ה' האט זיך באצויגן איז טאקע אונזער פלאנעט ערד
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:16 pm#466839
מנחם ציון
קוויטעל
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?

די "היימישע" בויען אסאך אויף דעם מדרש

בשעה שברא הקדוש ברוך הוא את אדם הראשון, נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו, ראה מעשי כמה נאים ומשובחים הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי".


ויבאו החכמים מיט הסבר, צו "גן עדן" איז עפעס אויף דער וועלט, און אז "עולמי" וואס ה' האט זיך באצויגן איז טאקע אונזער פלאנעט ערד

די באגריף אז אונזער רויעך טוישט די סדרי קיץ וחורף וכדומה, האט ווארשיינליך - לפי ידיעתי - נישט קיין באזיץ אין די ריכטיגע גלויב
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:22 pm#466840
אבער פון די אנדערע זייט, ווער דארף א גלויבן ווען דאס מציאות ווייזט אנדערש?
און בכלל, ווער פון חז"ל האט געטריבן אן אויטא? ס'איז דאך א נייע זאך
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:22 pm#466842
מנחם ציון
ווער דארף א גלויבן ווען דאס מציאות ווייזט אנדערש?
😮 😈
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:26 pm#466843
ס'איז לשיטתם פון די וואס האלטן אזוי 😉
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:44 pm#466849
די אמת איז אבער פונקט קאפויער, דווקא ווייל די מציאות איז אנדערש פון וואס מ׳וואלט באמת געוואלט דארף מען לויפן צו פאנטאזיעס.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:03 pm#466853
פינחס גלויבער האט אויף קול מבשר אן אפטיילונג "גוט געפרעגט".
האט אים איינער אנגעפרעגט, פארוואס חז"ל זאגן הוי רץ כצבי, פארוואס נישט ווי א טשיטא וועלכע לויפט סאך שנעלער ווי א הערש?

און ער מוטשעט זיך צו פארענטפערן, אז חז"ל רעדן צום המון עם. און דער המון האט נישט געוואוסט פון קיין טשיטא צו זאגן, ווייל זיי דרייען זיך נישט אין די געגנטער וואו אידן זענען דעמאלטס געווען קאנצענטרירט. אבער איך פרעג הא גופא קשיא, פארוואס זאלן חז"ל נישט אויפקלערן דער המון עם אז ס'איז דא אזא בעל חי ווי א טשיטא? ונראה לישב אז אז חז"ל האבן אויך נישט געוואוסט פון אזא בעל חי......

שטיינער און אייער זענען וועלקאם..... 😂 😂
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:37 pm#466857
קוויטעל
די טעמע פון קלימאט טויש - קליימעט דזשעינדז, איז דערמאנט אין פריערדיגע דורות, הייליגע צו נישט הייליגע?


נישט ממש וואס דו פרעגסט, אבער מעגליך אז דא קענסטו טרעפן אן ענטפער.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:40 pm#466874
זייער א שטארקע אפהאנדלונג @הוגה, מיר האבן דאס געליינט בשעתו אינעם "וועקער"

איר ברענגט ראיות פון פארשידענע מקורות. איך וויל אייך פרעגן וועגן דאס וואס איך האב צוגעברענגט אויבן פון מדרש קהלת, (איר ברענגט דאס פון מדרש אויפ'ן פסוק ויניחהו בגן עדן לעבדה ולשמרה. איך האב עס נישט געטראפן אין מדרש אויף יענער פסוק, נאר אין קהלת, אויפ'ן פסוק ראה את מעשה אלהי-ם כי מי יוכל לתקן את אשר עותו, און דער גאנצער דרש פון מדרש איז אזוי אריינגעטייטש און פסוק, ודו"ק.)
בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך

די אויבן דערמאנטע קשיות וואס איך האב אויף דער ספעציפישער מקור. ה' האט אים ארומגעפירט אין "גן עדן", נישט אויף דער וועלט.

מיט די אנדערע ראיות זענט איר קען זיין גערעכט, איך האב נישט נאכגעקוקט. אבער פון דעם מדרש איז נישט קיין ראי' (איך זאג נאר אויף דעם, ווייל דאס איז וואס איך הער פון אסאך אנדערע, אז דאס דארף כלומר'שט צו זיין א ראי' פון חז"ל אז מען ברויך היטן אויף "דער" וועלט)


(איך האף אז דאס הייסט נישט פארדרייט דער אשכול, ווי נישט ווי איז דאס אויך "זאכן וואס איך וויל וויסן".....)