פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

קאווע שטיבל • זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

564 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9115
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יוני 17, 2015 12:39 pm#283270
Listia אפשר דא איינער מיט אינפראמאציע וועגן די וועבסייט ?
m https://www.listia.com m
קען מען מאכן געלט ?
עס ארבייט דורך פוינטס. מען קויפט/פארקויפט דורך פוינטס אפשר קען מען מאכן עפעס קליינגעלט אויף שיפינג
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:52 pm#295541
ווייסט איינער וויאזוי ממאכט א קרעדיט ליין? איך וויל ארויסנעמען א קרעדיט ליין אויף מיין הויז. סדא אפאר הינדערט טויזענט ארויסצונעמען. וועלעכע באנק איז די בעסטע? דארף מען ווייזען אינקאם?
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 3:39 pm#295562
זיכער דארפסטי ווייזן אינקאם. די באנק וויל דאך זעהן אז די וועסט האבן פון וואנעט צו באצאלט.

רעדט צו א מארגעזש בראוקער
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:53 pm#295585
מוז נישט זיין מדארף ווייזען אינקאם, פארשטייט זיך אז מקען נישט מאכן א כלל פון יעדער הויז די זעלבע, ווענט זיך וויפיהל פלאץ סאיז דא אבער שטארקע ביכולת אז מדארף בכלל נישט ווייזען.
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:15 pm#295591
איך האב אמאל געטון אין מארגעזשעס און קיינמאל געהערט אזא זאך אז די באנק זאל בארגן אן זעהן אינקאם. אפשר קענסטי מסביר זיין וואס די באנק'ס חשבון איז צו בארגן פאר איינער וואס האט נישט קיין אינקאם. פון ווי זאלן זיי צוריק זעהן די געלט?
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:43 pm#295603
היינט צוטאגס טיילט די באנק לינקס אין רעכטס, אים געוויסע בענק זענען גענוג צופרידען מיט לייגן א ליען אויפן הויז אין דיר געבן א ליין פון קרעדיט, פארשטייט זיך ספארלאנגט זיך געוויסע זאכן וואס מוז נישט זיין יעדער הויז וועט זיין approved, אבער מיינס א באקאנטע ווייס איך וואס האט ארויס גענומען אזא ליין פון קרעדיט
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:54 pm#295607
wow, איך וויל הערן מער וועגן דעם.
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:46 pm#295646
רויטע וואנצעס האט געשריבן:wow, איך וויל הערן מער וועגן דעם.
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:48 am#295744
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:היינט צוטאגס טיילט די באנק לינקס אין רעכטס, אים געוויסע בענק זענען גענוג צופרידען מיט לייגן א ליען אויפן הויז אין דיר געבן א ליין פון קרעדיט, פארשטייט זיך ספארלאנגט זיך געוויסע זאכן וואס מוז נישט זיין יעדער הויז וועט זיין approved, אבער מיינס א באקאנטע ווייס איך וואס האט ארויס גענומען אזא ליין פון קרעדיט

וועלעכע באנק איז דאס געווען?
זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:58 pm#297376
איך דריי מיך שוין א שטיק צייט און ק"ש און נאכנישט דערגאנגען געהעריג וויאזוי ק"ש ארבייט. וויאזוי ווייסיך וואס און ווי כ'האב שוין געליינט, און נאך אנדערע שארט-קאטס. קען מיר איינער אנווייזן ווי צו זוכען?
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:14 pm#297423
כפתור האט געשריבן:איך דריי מיך שוין א שטיק צייט און ק"ש און נאכנישט דערגאנגען געהעריג וויאזוי ק"ש ארבייט. וויאזוי ווייסיך וואס און ווי כ'האב שוין געליינט, און נאך אנדערע שארט-קאטס. קען מיר איינער אנווייזן ווי צו זוכען?

ATUB @כפתור ATUB , זיי מער מפרט דיין שאלה און וועל מיר פראבירן דיר צו העלפן, פונקטליך וואס פארשטייסטו נישט?
(וויאזוי שרייבסטו, געהעריג אדער טעפעטאלק?)
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:00 am#297463
איך שרייב מער-ווייניגער אויף מיין קאמפיוטער.

אמאל ביי "אומגעליינטע הודעות" איז רויט, אמאל שווארץ, אמאל לויפט עס, און אמאל נישט.
וויאזוי ווייס איך ווען איינער ענטפערט אדער לייגט א תגובה אויף וואס איך האב געשריבן?
ס'דא נאך זאכן אבער איך קען מיך נישט דערמאנען אויפן מאמענט.

איינס פון די שוועריקייטן און ק"ש איז וואס הגם אידיש איז מיין מאמע לשון, דאך בין איך מער צוגעוואינט צו שרייבן און מיך אויסדריקן אויף ענגליש. ס'נעמט צייט זיך צו איבער טרענירן
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:31 am#297473
כפתור האט געשריבן:איך שרייב מער-ווייניגער אויף מיין קאמפיוטער.

אמאל ביי "אומגעליינטע הודעות" איז רויט, אמאל שווארץ,

עס איז דא א באקסל אויף די רעכטע זייט פון די סקרין ביי פריוואטע מודעות וואס זאגט פונקטליך וואס יעדע קאליר מיינט, איך לייג עס דא ארויף לכבודך.
הודעה קאלירן:
אנגעצייכנטע הודעה
הגיב להודעה
הודעה מחבר
א הודעה פון א נודניק


כפתור האט געשריבן:אמאל לויפט עס, און אמאל נישט.

???
כפתור האט געשריבן:וויאזוי ווייס איך ווען איינער ענטפערט אדער לייגט א תגובה אויף וואס איך האב געשריבן?

צו וויסן ווען איינער ענטפערט ווייס איך נישט צו עס איז דא א וועג צו באקומען א אלערט (חוץ אויב יענער טעג״ד דיר), אבער ווען איינער לייקט דיר קענסטו עס וויסן דורכן אנשטעלן צו באקומען א אישי אלערט,
1) גיי צו דיין ״באניצערס קאנטראל פאנעל״.
2) גיי אריין אין ״סיסטעם פרעפערענצן״.
3) גיי אריין אין ״רעדאגיר אלגעמיינע סעטינגס״ און שטעל דארט אן צו באקומען א הודעה/אישי ווען די באקומסט א לייק.
כפתור האט געשריבן:ס'דא נאך זאכן אבער איך קען מיך נישט דערמאנען אויפן מאמענט.

איינס פון די שוועריקייטן און ק"ש איז וואס הגם אידיש איז מיין מאמע לשון, דאך בין איך מער צוגעוואינט צו שרייבן און מיך אויסדריקן אויף ענגליש. ס'נעמט צייט זיך צו איבער טרענירן

בהצלחה!!
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:10 pm#299515
איך דארף א recipe פאר גאלע .

אפשר איז דא מער א פאסיגע אשכול פאר קאכען?
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:52 am#301676
ווייסט איינער די טעלעפאן נומער פון די 'סוכה שדכן' וואס איז אינטערוויוד אויף קול מבשר?
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:47 am#301688
718-998-6596
דאס איז די נאמבער פון איהם ואס איך האב.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:15 pm#301695
איך זוך א נייע אינטערענעט פראוויידער פאר'ן אפיס. ס'איז דא א ים מיט סערוויסעס און ספידס. איינער קען מציע זיין א געוויסע קאמפאני וואס איז נישט צודרייט טייער און די ספיד איז כמעשה? יישר כח!
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:37 pm#301708
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך זוך א נייע אינטערענעט פראוויידער פאר'ן אפיס. ס'איז דא א ים מיט סערוויסעס און ספידס. איינער קען מציע זיין א געוויסע קאמפאני וואס איז נישט צודרייט טייער און די ספיד איז כמעשה? יישר כח!

Optimum
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 2:17 pm#303409
ווייסט איינער צו עס איז דא א גמ"ח ווי איך קען באקומען סידורים פאר א שבתון? בערך 150
איך זיך נישט א חומש וואס האט אין בעק די סידור מיט פיצקלע אותיות און אויך נישט סידור אורה ושמחה פון 1974
איך זיך א שיינע נארמאלע סידור פאר איין שבת.
(איך ווייס קיינער דארף נישט צושטעלן וואס איך וויל, איך פרעג נאר אויב איינער ווייסט פון אזא זאך)
תודה
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:48 pm#303427
די היימישע טשעיר רענטעל קאמפעני'ס פארדינגען סידורים פאר שבתים.
דינסטאג אקטאבער 13, 2015 8:20 pm#304335
samiam האט געשריבן:איך דארף א recipe פאר גאלע .

אפשר איז דא מער א פאסיגע אשכול פאר קאכען?

uploadfromtaptalk1444781938569.jpg
uploadfromtaptalk1444781908033.jpg
קרעדיט בנות ציון באבוב
מיטוואך אקטאבער 14, 2015 7:48 pm#304523
קען מען האלטן קליידער אין א שעד (Shed) אין בעקיארד אדער די קליידער וועלן חרוב גיין פון די וועטער?
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:14 pm#304630
אהרן האט געשריבן:קען מען האלטן קליידער אין א שעד (Shed) אין בעקיארד אדער די קליידער וועלן חרוב גיין פון די וועטער?

אויב עס איז נישט 100% וואסער-פרוף (נישט נאר א גוטע דאך; פייכקייט גייט אין אלע דירעקציעס), קענען די קליידער באקומען א גרוך.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:28 pm#304633
שכוח שלום על ישראל.

קעלט/היץ איז נישט קיין פראבלעם?
איז דא א עצה פאר פאכקייט?
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:33 pm#304634
אהרן האט געשריבן:שכוח שלום על ישראל.

קעלט/היץ איז נישט קיין פראבלעם?
איז דא א עצה פאר פאכקייט?

וואטער-פרופינג, ווי אויבנדערמאנט.

געוויסע זעלטענע קליידער האבן א ווארנונג אויפן לעיבל איז ס'טאר נישט זיין העכער א געוויסע היץ טעמפעראטור. דארפסטו פארשטיין אז די גאס ווערט גוט הייס במשך די זימער, ספעציעל אויב ס'איז דירעקט אונטער דעם זון.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 6:25 pm#305619
איז דא א וועג וויאזוי כ'קען ארויספרינטן דעם בוך?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:28 pm#305628
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
שוין גרינגער צו ליינען דעם בוך … אפשר איז דא עפעס א עפפ וואס מאכט עס.
וואסערע בוך איז דאס? כקען עס נישט זעען.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:49 pm#305638
ירא שמים

וואסערע בוך איז דאס? כקען עס נישט זעען.

עס איז ח"נ ביאליק'ס איבערזעצונג פון דעם וועלט בארימטן דאן קעהאטע.
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:00 pm#306209
וואו איז א גוטע פלאץ פאר א יונגערמאן זיך צו לערנען IT והמסתעף?
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 2:49 pm#306220
דא
אדער דא
אדער אפשר דא
😂 😂 😂
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:49 pm#306227
שמעקעדיג
וואו איז א גוטע פלאץ פאר א יונגערמאן זיך צו לערנען IT והמסתעף?

J tech Center אין וויליאמסבורג, נאך עפעס א פלאץ אין מאנהעטן וואס יונגעלייט גייען כ'האב פארגעסן די נאמען. און אויב ווילסט אויך א דעגרי (מ'דארף האבן מינימום 40 שעה אלע קורסעס צוזאמען)מכון לפרנסה, בדרך אדער עני אנדערע קאלעדזש.
עלה והצלח. אמן
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:59 pm#306230
דער נומבער האט מען אמאל האב איך געטראפן בנוגע דעם מאנהעטן סענטער, ער'ז א היימישער יונגערמאן. אויב ער נעמט שוין נישט קעיר עט ער לכה"פ קענען דיירעקטן צו די ריכטיגע.
347-762-9755
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:21 am#306797
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך האב א צובראכענע stereo system וואס די ספיקערס זענען עקסטער און גוט. קען מען קויפן אן אנדערע סיסטעם אהן ספיקערס און קאנעקטן צו מיין עקזעסטירנדע? ואת"ל יא, וואס מאכט א stereo system קלאר און גוט, די עצם player or the speakers? אויב די ספיקערס, דאן קען איך קויפן א ביליגערע סארט. ייש"כ פאר עני סאג'עסשן
מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:22 pm#307424
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וויאזוי קען מען שיקן txt msgs צו א ישראל'דיגע סעלפאון דורך email? (אזוי ווי איך שיק צו א אמעריקאנע סעלפאון <!-- e --><a href="mailto:845xxxxxxx@vtext.com">845xxxxxxx@vtext.com</a><!-- e --> וכדומה)
מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:41 pm#307425
דער בעל ה'סעלפאן זאל שיקן א text צי דעם E-mail וועסטי קענען זען וואס די אדרעס איז.
מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:54 pm#307429
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
כשר'ע סעלפאון'ס האבן נאר incoming)(אדרבה אויב ווייסטו איינער וואס האט א נישט כשר'ע ביטע פראביר עס אויס)
דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 12:27 am#307435
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואס איז די חילוק צווישן א טייערע usb flash drive און א ביליגע? די ביליגע האבן א ריסק פון פארלירן די דעטע?
דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 12:31 am#307436
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
טמיר
וואס איז די חילוק צווישן א טייערע usb flash drive און א ביליגע? די ביליגע האבן א ריסק פון פארלירן די דעטע?



געווענליך האט עס צוטוהן מיט ווי שנעל עס קען ליינען און שרייבן. ליין דורך די רעוויוס אויף עמאזאן וועסטו שוין פארשטיין.
דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 7:36 am#307445
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
א דאנק. בעיקר וויל איך וויסן צו עס איז דא א חשש עס זאל אויסמעקן דעטע, וואס דעמאלטס איז נישט ווערט די געלט וואס מען שפארט זיך
דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 8:56 am#307811
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
Dropbox, ect.
דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:27 am#308315
איך דארף אינפארמעישן אויף די נאווהארדאקער ישיבה אין פראנקרייך, אויב איינער ווייסט וועל איך זייער דאנקבאר זיין,
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:27 pm#309023
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וואו קען מען קויפן אין א געשעפט אדער אנליין אלגעמיינע העברעאישע ביכער דאהי אין ניו יארק?
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:45 am#309079
וועלכע סארט ביכער, סתם אלגעמיינע? איז דא צו באקומען אין יעדע, קאנטערווערסואלע, קענסטו טרעפן מסתם ביי טובי'ס אין מאנסי.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:50 am#309080
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
אנליין ווייסטו?
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:23 pm#309122
ירא שמים
וואו קען מען קויפן אין א געשעפט אדער אנליין אלגעמיינע העברעאישע ביכער דאהי אין ניו יארק?


אויף AVE P איז דא א געשעפט ספרותק
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 2:57 pm#309530
א פלעינע עם הארצישע שאלה איך האב נאך קיינמאל אין מיין לעבן נישט געטייפט קיין נקודות איך דארף יעצט לייגן אביסל נקודות אין א Word document קען איינער פליז זאגן וואס איך ברויך טוהן

זאפארטע הילף איז עפרישיעטיד

בתודה מראש
עם הארץ
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:05 pm#309534
שטעל אן caps lock און דאן דרוק אויף shift צוזאמען מיט די נאמבערס באטענס יעדע נאמבער איז א אנדערע אות.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:08 pm#309536
עס גייט נישט ביי מיר, למשל איך וויל פינטלען די ווארט ויאמר שרייב איך קודם די ווארט נאכדעם כאפ איך אהן די ו און מאך קעפסלאק און שיפט נאמבער? לא עובד
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:10 pm#309537
לית דין בר נש
עס גייט נישט ביי מיר, למשל איך וויל פינטלען די ווארט ויאמר שרייב איך קודם די ווארט נאכדעם כאפ איך אהן די ו און מאך קעפסלאק און שיפט נאמבער? לא עובד

ניין כאפ נישט אן די וא"ו, שטעל זיך גלייך נאך די ו' און דארט לייג די נקודה, אויב גייט נאכאלס נישט איז מעגליך אז עס איז אזא פאנט וואס פארנעמט נישט קיין נקודות.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:23 pm#309540
וועלכע פאנט פארנעמט יא נקודות? איך האב יעצט פראבירט פיר קיין איין האט נישט געארבעט אפשר זאגסטו אויף וועלכע פאנט איך זאל פראבירן?