Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » קאווע שטיבל • זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

קאווע שטיבל • זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
233 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 573 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9115
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 9:24 pm#356978
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
וויאזוי ווערט מען פטור פון די sign in request in photo gallery?
שוין אנטשעקט די פיקעסע סינק, און געקלעירט די קעטש, אבער עס העלפט נישט
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:09 pm#357374
ווי אין ניו דזשערזי איז דא א גוטע נישט צו טייערע רעסטוראנט זיך אריבער צו כאפן פאר א סאפער מיט די ווייב? די רעקווייערמענטס זענען גוטע עסן, נישט צו טייער, מוז נישט זיין אזא פענסי פלאץ
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 9:15 pm#357377
פראביר דאס. איך האב זייער הנאה געהאט דארט

www.hummuselite.com
מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:34 am#357403
קאוריג האט געשריבן:ווי אין ניו דזשערזי איז דא א גוטע נישט צו טייערע רעסטוראנט זיך אריבער צו כאפן פאר א סאפער מיט די ווייב? די רעקווייערמענטס זענען גוטע עסן, נישט צו טייער, מוז נישט זיין אזא פענסי פלאץ


עס ווענדט זיך וואו אין נו דזשערזי דו ביזט. טרענטאן, פאסעיק, נוארק, לעיקוואד, קעיפ מעי? נו דזשערזי איז א פיצקעלע גרעסער פון וויליאמסבורג.
מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:47 am#357405
לאמיר דיר מסביר זיין מיט א משל, איך בין נישט אין ניו ג'רזי איך בין פון דע סיטי אוו וויליאמפעסט, איך זיך פשוט א פלאץ ארויסצוגיין מיט מיין ווייב נישט פונקט אונטער די נאז פון מיין שווער...
מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:50 am#357406
שמעון וואלף האט געשריבן:פראביר דאס. איך האב זייער הנאה געהאט דארט
www.hummuselite.com

וועלכע הכשר פארמאגט עס?
מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 11:33 am#357411
JIN אין פאסעיק איז א מחיה. איינער האט מיר אהינגעשלעפט מיט געוואלד, ווייל איך בין נישט קיין גרויסע כינעזע עסער. אבל נהנתי מאד, ס'איז בכלל נישט די פחדימ'דיגע צוקער'דיגע טשייניס פון בארא פארק אדער ווילי.

בד"וו דארפסט נישט גיין ביז ניו זשורזי. פלעטבוש, מאנהעטן און קראון הייטס האבן אויך גוטע אפציעס.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 1:08 pm#357503
The dog house אין טינעק איז לדעתי פיין. אביסל noisy.
אויך זענען דא וואס האבן ליב dougies אין טינעק. איך, נישט אזויפיל.
פארשטייט זיך אז עס זענען דא עטליכע געוואלדיגע רעסטוראנטן אין טינעק, Nobo און ETC, אבער זיי זענען שוין מער טייער.
אויף קאוני איילענד והגלילות זענען דא עטליכע פיינע מילכיגע און פליישיגע רעסטוראנטן, איך געדענק נישט די נעמען כרגע.
אין די ווילעדזש אין מאנהעטען איז דא Mocha Burger. גוטע עסן און צוגענגליכע פרייזן.
פארשטייט זיך אז אין די געגנטער וועסטו נישט טרעפן התאחדות אדער קרית יואל'ער פלייש.

אגב, עס איז דא אזא מין זאך וואס הייסט גוגעל, דארט קען מען טרעפן ליסטעס פון כשר'ע רעסטוראנטן פאר א יעדע געגנט. דערנאך קענסטו נאכגיין א יעדע רעסטוראנט באזונדער, קוקן אויף די reviews, און נאכקוקן זייער השגחה און מעניו אויף זייער אייגענע וועבזייטל.


.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:17 am#357720
חילול בית הכנסת אין ערד
אויב איינער האט אביסל א ברייטער'ע ידיעה אין וואס ס'קומט פאר אין ערד יעצט "וויל איך וויסן" וואס די פרשה איז .
כפי ידיעתי איז עס בערך אזוי אז ס'שוין א שטיק צייט וואס די גור'ע אין ערד האבן צוטוהן מיט די ראש העיר דארט אין יעצט האט עס געפלאצט נאך וואס זיי האבן זיך אריינגעזעצט דארט אין א שטאטישע ביהמ"ד אין די ראש העיר האט אהין אריינגעשיקט מענטשן בתערבות אויף שבת אין זיי האבן וואנדאליזירט דאס פלאץ .
יעצט וויל איך פארשטיין על מה כל הרעש , ווייל זיי האבן גע'גנב'עט א ביהמ"ד דארפן אונז זיך אננעמען פאר זיי? אין בכלל מ'קען מיינען וואס ס'געשען בסך הכל האט גור א מערכה מיט די ראש העיר דארט , נו פארדעם דארפן שוין טויזענטער אידן ארויסגיין אין די גאסן מוחה זיין ? ותמיה גדולה היא אצלי.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 7:47 am#357739
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
m http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.24643 m

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:54 am#357740
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
הונדערט פראצענט גערעכט
בעת אין דער מערכה וואס זיי האבן מיט דעם ראש העיר זענען זיי בארעכטיגט אפשר איז אבער דער מערכה איבער דעם שוהל הוילע לופט און מיטן אהנדרייען אזעלכע מערכות מאכן זיי נאר קאליע פאר אמתע מערכות וואס האבן יא פשט
און בכלל איז דאס א מיאוסע געוואוינהייט פון זיי זיך אריינצוזעצן אין בתי מדרשים און איבערנעמען מיטן כוח הזרוע אבער ווי לאנג זיי זענען פאר זיך מילא אבער יעצט שלעפן זיי אריין די גאנצע חרידישע געזעלשאפט על לא דבר און עולם גולם טאנצט נאך
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 12:52 am#357839
קאוריג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:פראביר דאס. איך האב זייער הנאה געהאט דארט
www.hummuselite.com

וועלכע הכשר פארמאגט עס?


פארוואס דריקסטי נישט דעם לינק? קוק, ס'שטייט דארט RCBC
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 12:56 am#357840
אה! כ'האב נישט געכאפט אז דארט שטייט די הכשר, איך האב גראדע געזוכט אויפן סייט פאר איך האב דא געפרעגט, נו שוין

נישט אז יעצט בין איך קלוגער, ווער איז די RCBC
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 1:31 am#357846
RCBC איז די וועד הרבנים פון בערגען קאונטי (Rabbinical Council of Bergen County) און זיי גיבן די הכשר אויף רוב געשעפטן אין די געגענט פון טינעק
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:27 am#357930
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
הוגה האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:קענסט זוכן דורך אריין ליגן א דאטום פון א פרשה, אבער מעגליך אז נאר ביז איין יאר צוריק.


איך האב יעצט פרובירט אויף מיין סעל און איך האב נאר געקענט צוריקגיין אפאר וואכן.

איך האב שוין אמאל פראבירט און נאר געקענט צירוקגיין אפאר פרשיות,
אויך האב איך פראבירט archive.org אבער זיי האבן נאר א סקרינשאט פון די סייט און נישט דער גליון אליינס
מיטוואך יאנואר 18, 2017 7:51 pm#360104
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
די נאמען און נאמבער פון די מקוה יוד אין די גרויסע מקוה אין קרית יואל?
מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:36 pm#360109
קלוגע יודל: וואסי...דו ווילסט גיין אין מקוה 3אזייגער פארטאגס...?!
מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:37 pm#360125
ניין. ער וויל אנפרעגן וועלכע סארט גאטשעס מ'מעג גיין.
מאנטאג פעברואר 06, 2017 10:30 am#362058
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איינער ווייסט אפשר פון אן אומזינסטע אדער ביליגע ריקארדינג סיסטעם / סאפטוועיר, וואס מען זאל קענען ריקארדען עטליכע ריקארדינגס, און די ריפער זאל קענען וועלן מיט דייעל פעד. אזוי ווי אסאך געשעפטן האבן. למשל פאר שעות דריקט 1, צי לאזן א מעסעדז 2 וכו.
צו קען עס ארבעטן מיט איין ליין? מיט גוגל וואיס?
עני אינפא וויל בי עפרישיעטעט
מאנטאג פעברואר 06, 2017 10:41 am#362060
ס'ווענדט זיך אין וועלכע סיסטעם אדער פראוויידער דו נוצט. ס'דא פירמעס וועלכע שטעלן דאס צו בחינם און ס'דא וואס רעכענען געלט. אז די ווילסט עס אליין מאכן קענסטו פרובירן דא אבער די וועסט דארפן זיין גאר טעקניקאַל און אוועק געבן א סך צייט. איך וואלט געראטן זאלסט ניצן א פארטיגע פראדוקט אדער סערוויס.
מאנטאג פעברואר 06, 2017 12:59 pm#362075
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ייש"כ. רינג סענטרעל זעהט מיך אויס גוט פאר איינער וואס וויל האבן איין נומבער וואס זאל קענען ווערן געפארווערד צו אנדערע ליינס. איך וויל סך הכל האבן איין ליין מיט אפאר ריקארדינגס. למשל מען זאל קענען הערן עפעס אינפא אויף אפאר שפראכן, און די ריפער זאל אויסוועלן וועלכע דורך די קיפעד
מאנטאג פעברואר 06, 2017 4:00 pm#362096
קורקלענד האט געשריבן:ס'ווענדט זיך אין וועלכע סיסטעם אדער פראוויידער דו נוצט. ס'דא פירמעס וועלכע שטעלן דאס צו בחינם און ס'דא וואס רעכענען געלט. אז די ווילסט עס אליין מאכן קענסטו פרובירן דא אבער די וועסט דארפן זיין גאר טעקניקאַל און אוועק געבן א סך צייט. איך וואלט געראטן זאלסט ניצן א פארטיגע פראדוקט אדער סערוויס.

אך זיך אויך אזא סיסטעם פאר בחנם, למשל פאר מר. א' דרוקטס 1 וכו' און א חלק פון די קנעפלעך זאלן ווערן געפוארד צו א סעלפאון א חלק צו וואויס מעיל.
ווי שווער איז צו מאכן די פון די RASBERRYPI און וואס פארא זאכן דארף מען האבן דערפאר?
מאנטאג פעברואר 06, 2017 8:46 pm#362128
מ'רעדט דא פון אפאר באזונדערע זאכן וואס פעלט אויס אהערצושטעלן אזא סיסטעם.

דיסקלאַימער: איך בין נישט קיין מומחה אין דעם און איך קען נישט די פונקטליכע פראדוקטן וואס איז דא אויפן גאס. כ'העל אבער פרובירן צו שעירן וואס איך ווייס יא.

ס'זעהט מיר אויס ווי @טמיר און @קלוגע זוכן צוויי אנדערע זאכן

טמיר פארשטיי איך זוכט א רעגולערע האטליין.

קודם כל דארף מען א פראוויידער וואס שטעלט צו די ליינס. אויב האסטו נאר איין רעגולערע פאטס ליין וועט נאר איינער אויפאמאל קענען נוצן די סיסטעם. ווען א צווייטע וועט אריינריפן אינדערמיט וועט ער הערן א ביזי סיגנאַל.
ממילא איז בעסער צו ניצן א וואויפ פראוויידער וואס שטעלט צו די סערוויס דורך די אינטערנעט און זייערע סערוויסעס ווענדט זיך נישט אויף וויפיל ווייערס קומען אריין צו דיר. יעדע פראוויידער האט זיינע סערוויסעס און פעקעדזעס וואס ער פארקויפט און יעדער לויט וואס ער זיכט וועט זוך טרעפן זיין פראוויידער וואס שטעלט צו וואס ער דארף.
השתא דאתית להכא אז מ'דארף א פראוויידער סייווי ווייס איך נישט אויב ס'וועט דיר זיין ביליגער אויב די וועסט נאר נעמען א פראוויידער פאר א חלק פון די סערוויסעס.
מאנטאג פעברואר 06, 2017 9:04 pm#362135
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
סאיז מיר גענוג איין ליין, און איך נוץ אן אומזינסטע וואויפ סערוויס, דורך גוגל וואויס מיט א קליין כלי צו קאנעקטען א רעגולארע טעלעפאן, איך געדענק שוין נישט די נאמען
מאנטאג פעברואר 06, 2017 10:21 pm#362139
טמיר האט געשריבן:סאיז מיר גענוג איין ליין, און איך נוץ אן אומזינסטע וואויפ סערוויס, דורך גוגל וואויס מיט א קליין כלי צו קאנעקטען א רעגולארע טעלעפאן, איך געדענק שוין נישט די נאמען

OBI?
מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:47 pm#362147
ווילסט גוגל וואויס ווייל די ווילסט ס'זאל זיין ביליגער. געדענק ביליג קען זיין טייער. כ'האב געטראפן א מהלך מיט גוגל וואויס און א רעספבערי. די העסט דארפן זיין זייער טעקניקאַל און קענען אביסל גנו/לינאקס וכדו'. און אויך קויפן א רעספבערי. דאס אז די האסט געדארפט קומען דא פרעגן אנשטאט עס צו טרעפן אליין קען אייך שוין דיסקוואליפיצירן. אבער אז די האסט די צייט און געדולד איז די הנאה איינמאל ס'ארבעט כמעט אזוי שטארק ווי נאך א שווערע תוספות.

נ.ב. דעס וועט ארבעטן פאר@קלוגע יודל אויך.
מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:54 pm#362148
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
קלוגע יודל האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:סאיז מיר גענוג איין ליין, און איך נוץ אן אומזינסטע וואויפ סערוויס, דורך גוגל וואויס מיט א קליין כלי צו קאנעקטען א רעגולארע טעלעפאן, איך געדענק שוין נישט די נאמען

OBI?

יא
מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:55 pm#362149
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ניין, איך האב נישט די צייט און געדולד. סא איי געס איך העל דארפן באצאלן ווי א נארמאלע מענטש
מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:26 pm#362737
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
m http://m.ebay.com/itm/ORIGINAL-OFFICE-P ... 2345551403 m
און עס איז דא נאך ענליכע ליסטינגס.
צו קויפן אפיס 2016 פאר אונטער 10 דאלאר קען זיין א לעגעטימע זאך? שווער צו זאגן אז עס איז בלויז א סקעם, מען רעדט פון סעלערס וואס האבן טאפ רעטינגס מיט טויזענטער סעילס.
ווי אזוי איז דאס מעגליך??
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:02 pm#362742
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נאך עפעס, איז שייך אז א פארדעכטיגטע קאוד וואס מען ניצט צו אינסטאלן אפיס זאל אריינלייגן מאלוועיר אים די קאמפיוטער? לכאורה נישט, ווייל די עצם פראגרעם איז דאונלוידעד ביי מייקראסאפט אליינס, נאר די אקטיוועישען קי איז פארדעכטיגט
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:09 pm#362744
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ווי איך פארשטיי, איז די שליסל פון א צובראכענע קאמפיוטער וואס האט שוין בעצם געהאט אפיס אינסטאלירט, און עס איז פונקט ווי איינער פירט אריבער אפיס פון איין קאמפיוטער צו אנדערן. אין אנדערע ווערטער דו קויפסט א "גענוצטע" סאפטווער.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:40 pm#362746
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
סא איז נישטא קיין סיבה נישט צו קויפן הייסט עס
דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:14 am#362762
כ'זעה נישט קיין סיבה יא צו 'קויפן'...........
דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:17 am#362780
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
קורקלענד האט געשריבן:כ'זעה נישט קיין סיבה יא צו 'קויפן'...........

זיי מסביר ביטע פאר די שוואכע קעפ
דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:49 am#362782
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
ער מיינט צו זאגן אז מען קען האבן א גע'גנב'טע קאפי.
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 1:56 am#365041
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
איך האב געהאט אפאר טשארדזערס וואס האבן מיט די צייט פארלוירן די קראפט, און טשארזשען שוין פיל פאמעליכער ווי אמאל. איינער האט שוין אויך געהאט אזאנס?
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 7:10 am#365046
גם אני בחלומי
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:45 pm#365068
איך האב עס מיט מיין קאר טשארדשער. אבער נישט אז ס'ווערט שטייטער, נאר נאך א חודש צוויי הערט עס אויף אינגאנצען ארבעטען. איך האב אייביג א ספער טשארדשער אינען גלאוו קאמפארטמענט.
זונטאג מאי 07, 2017 8:43 am#370118
וואו קען מען זעהן פונקטליך וועלעכע גאסן זענען פארשלאסן היינט אין ניו יארק?
זונטאג מאי 07, 2017 9:36 am#370119
ריכטיג האט געשריבן:וואו קען מען זעהן פונקטליך וועלעכע גאסן זענען פארשלאסן היינט אין ניו יארק?

פראביר דא אפשר וועסטו טרעפן וואס דו זיכסט.
m http://www.nyc.gov/html/dot/html/motori ... traf.shtml m
דא קענסטו טרעפן א מאפע פון די פארמאכטע גאסן.
m http://maps.nyc.gov/streetclosure/ m
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:50 am#384610
ווייסט אפשר איינער ווי די אשכול צי לייגן נייעס פון גיוס, נישט די אנגעלייגטע אשכולות, סתם נייעס???
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:58 am#384613
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
געטראפן מיט גוגל...
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:28 am#386407
ווי קען מען טרעפן אן הכנסת אורחים פלאטץ צו עסן פאר אן עלענדע איד אין יו"ט אין בארא פארק ?
ולמצוה גדולה יחשב
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:30 am#386408
משביע
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:36 am#386409
א ריזיגע שכח
האסט אן אדדרעסס?
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 1:03 am#386410
נוי יטרעעקט 54
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 1:19 am#386411
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 4:13 am#386412
ביסט זיכער זיי זענען אפען אין יו"ט?, ווייל אויפן WEBSITE זעה איך גארנישט וועגען יו"ט.
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 5:17 am#386414
יתרו האט געשריבן:ביסט זיכער זיי זענען אפען אין יו"ט?, ווייל אויפן WEBSITE זעה איך גארנישט וועגען יו"ט.

100%
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 10:18 am#386422
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
(718) 289-0635