טמיר האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
א דאנק.
וואס ניצט משומר/ליוויג'ענט, סטעטיק אדער דינאמיק?
כ'מיין זיי נוצן אפי' נישט קיין VPN. נאר זיי פילטערן אלעס [בעיקר] אויפ'ן דעווייס אליין (MDM) שלא כדרך אנדערע פילטער'ס ווי נעטספארק וכדו' (עס נוצט די VPN טעכנאלאגיע פון די דעווייס, אבער עס טוישט נישט די איי פי).
קענסט עס בודק זיין:
-זוך אויף גוגל My Ip address אדער גיי צו דעם וועבזייטל m
https://whatismyipaddress.com m .
-נעם א סקרינשאט אדער שרייב אראפ די איי פי.
-צינד אן פליגער מאוד אדער ריסטארט די פאון.
-זוך נאכאמאל דיין איי פי, זע אויב עס האט זיך געטוישט.