ליטוואק פון בודאפעסטגאנצל דו האסט אנגעהויבען דער מעשה נאכ'ן ערשטע פאל. איינער האט געוואלט משתלט זיין אויף א שטעטיל, האט ער אריינגערוקט זיין זוהן אן פרעגען דער עולם. דאס איז די ערשטע פאל געשאסען וואס דו קענט'ס פאקטיש נישט לייקענען. און דער אנדערע ענדער צדיק האט זיך גענומען שלאגען עד היום הזה. צוויי (אדער דריי) גראבע מגושמים וואס שלאגען זיך אויף לאליפאפ'ס. און יעדעס מאל שטעלט איינער א פני תם 'היתכן?! אום שמיני עצרת שלאגט מען זיך?!' 'ווי קען מען גייען אין ערכאות/בג''ץ?!' 'סעפטיק טענק'ס?!' וכהנה שטותים. און דער אשכול איז נאך א טריט אין דער וועג.
בעיסיקלי גייט מען זיך יעצט אנהייבן צוקריגן ווער ס'האט געשאסן די ערשטע פאל נו און ס'איז דא אויף דעם צוויי צדדים צד א' סאטמאר קהל האט אויפגענומען דעם ברך משה זאל טון מיט די קהלה וואס ער פארשטייט צד ב' די מתנגדים צו זיין אויפנאמע, צד א' זאגט איך דארף טון וואס איך פארשטיי אז ס'איז גוט פאר סאטמאר ביניהם אויפנעמען וועלכע רב איך פארשטיי צד ב' זאגט דעס אויפנעמען א רב הייסט משתלט געווען
סאו די ליין וואס דו האסט געשריבען אז כ'האב אנגעהויבן נאכ'ן ערשטן פאל איז בס"ה דיין שיטה ס'איז דא וואס קריגן אויף דעם זיי זאגן אז די אויפנאמע איז ריכטיג און די התנגדות דערצו איז די פייל דעס קענסטו פאקטיש נישט לייקענען און ווייטער די ווארט משתל"ט זיין וואס דו ווילסט אזוי מיר נישט דיר נישט מאכן פאר א אומאפגעלייקענטע פאקט בעיסט אויף דיין שיטה איז אויך די עצם מחלוקה לאמיר זאגן האלב שטעיטל האט מסכים געווען מיט'ן בר"מ און די אנדערע האלב נישט ווי קומט דא אריין די ווארט משתלט געווען די אנדערע האלב שטעיטל האט געטון פעולות אז זיי זאלן געווינען און די רב זאל נישט האבן קיין כח און די בר"מ האט געטון פעולות אז ס'זאל יא בלייבן פארוואס הייסט דעס מער שייגעץ שטיק ווי דעם מילא איך זעי נישט וואס דו האסט דא צוגעלייגט שטערקער אדער שוואכער געמאכט וואס איך האב געזאגט
לגבי דיין לעצטע ליין בין איך מסכים און דעס וואס איך שריי א גאנצע צייט סאו דאסמאל שרייט צד א' אז די צד ב' טוט א שייגעץ שטיק מיט'ן זיך שטעלן קעגן די ענעקסעישן און צד ב' האט געוויינט אז צד א' זענען נאציס יעצט איז די שאלה צו צד א' דארף זיך דא עפעס פארענטפערן איך מיין אז נישט ס'איז די זעלבע לאליפאפ און אויף די זעלבע סייקל דרייט זיך עס ווייטער סאו לכוארה קריג מיר זיך נישט און אונז זען מיר אויפ'ן זעלבען פעיזש