Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 124 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9121
מיטוואך יוני 17, 2015 9:15 pm#283387
נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
ווי דער ציבור האלט מיט קומט פאר די לעצטע שטיק צייט א היציגע דעבאטע. איבער דאס אנעקסירן פרישע פונעף הונדערט עיקער צו די גרעניצן פון קרית יואל. ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגעניזאציע מיטן נאמען "יונייטעד מאנרא" מיטן איינציגן ציל אפצוהאלטן דאס אנעקסירן פאר יעדען פרייז. די דעבאטע איז אין די לעצטע פאר וואכן ארויס פון קאנטראל, ספעציעל פארגאנגענע וואך מיטוואך ווען ס'איז פארגעקומען א היציגע "פובליק הירינג" אין די בית רחל פאראדייס זאל. ווי הונדערטער מענטשן פון ביידע צדדים זענען אראפגעקומען אויסצודריקן זייער מיינונג, זה בכה וזה בכה.

איך וועל מיך נישט באציען צו די עצם דעבאטע צו מען זאל יא אדער נישט אנעקסירן. דאס וועל איך לאזן צו די גרעסערע קעפ פון מיר...

איך וויל בלויז אדרעסירן די ארגומענטן אין די היפאקריטיע חלק פון די ווילידזש פירער מיט זייערע שטיצער.

ביי די הירינג האבן די ווילידזש שטיצער ארויסגעברענגט סיי פאר די טאון באורד. און סיי פאר די מידיא, אז יונייטעד מאנרא גייען ר"ל אין די פיסטריט פון די נאציס ימ"ש, ממש נישט צום גלייבן, אונז וואוינען אין די פרייע אמעריקא אין דעי נאציס ווילן אונז ר"ל ארויסטרייבן פון קעי דזשעי, "וואו זאל איך גיין וואוינען, איך בין דא אויפגעוואקסן איך האב 11 קינדער, און פה אשב, איך מיט מיינע קינדער ווילן דא בלייבן" האבן זיי געיאמערט.

אהא, איך הער גוט, א גערעכטע טענה - אפשר. אבער פאר דיינע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) האסטו (יענקל פאטאקי אנעם הוט) פראקלאמירט בעפאר די פארגאנגענע וואלן אז "זיי זאלן זיך ציען קיין בלומינגבערג, אונז דארף מיר ענק נישט האבן דא אין קרית יואל, גייטס פון דא". געדענקסט נאך? (אויב נישט גיי הער עס אויס אויף קול סאטמאר), אויב אזוי פארוואס קען יונייטעד מאנרא נישט שרייען אויף ענק די זעלבע זאך??
ווער איז דער נאצי וואס שרייט גייטס ארויס פון מאנרא?

און ווייטער טענה'ן זיי אז מיר וואוינען אין די "פרייע אמעריקא" יעדער איז בארעכטיגט צו בויען וויאזוי ער וויל אז עס זאל אים קענען אקאמאדירן!

וואס??? איך הער גוט? איז טאקע "יעדער" בארעכטיגט? לאמיר אביסל אריינקוקן אין "היסטאריע"!

פערמיטן צו קענען בויען אין די ווילידזש גרעניצן
ווען האט די ווילידזש אין די לעצטע 30 יאר געגעבן א פערמיט פאר זייערע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) צו קענען בויען א בנין פאר זייער מוסד אדער א ביהמ"ד אז זיי זאלן קענען ווערן "אקאמאדירט"?
דער זעלבער (הרב וואגשאל) וואס האט באטיטלט די גוים אלס "נאציס" האט געקענט בויען א מעכטיגן בנין פאר א ביהמ"ד אויף זיין פראפערטי - וואס געפונט זיך אין די טאון גרעניצן - טראץ וואס עס דאווענען דארט בערך דריי א האלב מענטשן מענטשן.
בו בזמן וואס די ווילידזש געט נישט קיין פערמיטן פאר אזאנע פראיעקטן אויב איז די רעדע אז א "קעגנער" פון די פארטיי פירער און/אדער זייער רבי'ן וויל בויען.
ווער איז דער נאצי וואס געט נישט קיין פערמיטן צו בויען שוהלן?

איינער געדענקט נאך די "רביצין'ס שוהל"?
די שוהל איז שוין פארמאכט איבער 5 יאר, נישט דורך קיין נאציס (ליין: יונייטעד מאנרא) נאר דורך די נעבעכדיגע אומבאהאלפענע אונטערדרוקטע "ווילידזש אוו קעי דזשעי" וואס האט דאס פארמאכט בשאט נפש, ניטאמאל איז די פראבלעם געווען אז זיי האבן נישט געוואלט צושטעלן א פערמיט, נאר דאס בית המדרש איז שוין געשטאנען און פארפיגט מיט צענדליגע מנינים תפלה יעדן טאג, און מ'האט עס... פארמאכט! יא, פונקט ווי די יונייטעד מאנרא... אנטשולדיגט, די נאציס אין קריסטאל נאכט.
אבער דער צולאזטער הייקינד, אסעמבלימאן ווידער,,OJPAC און שטרוי-קייער פאטאקי, האבן נישט געזעהן פאר וויכטיג צו קומען פראטעסטירן...
ווער איז דער נאצי וואס האט פארמאכט די שוהל?

ביהמ"ד תהילות יואל
די שוהל וואס איז פארברענט געווארן אנפאנג יאר מיט א בזיון עצום, נישט דורך יונייטעד מאנרא, און אפילו נישט דורך די נאציס זעלבסט, נאר פון די "יעשיוו"ע סטודענט"ן" מיט א בריוו פון די ווילידזש או קעי דזשעי, דארונטער בירגערמייסטער ווידער און שטרוי-קייער פאטאקי. אבער הייקינד און ווידער זעהען ווייטער נישט פאר וויכטיג צו פראטעסטירן.
ווער איז דער נאצי וואס האט פארברענט די שוהל?

ר' יחזקאל בראך'ס לאט
ער פרובירט שוין פאר איבער 15 יאר צו ענעקסן זיין פארפערטי אבער די ווילידזש וויל דאס נישט ענעקסן. הלמאי בראך איז א "מתנגד" אין ער גייט בויען א שוהל פאר די זאליס. וואו זענען וואגשאהל, הירש, הייקינד, בנציון ווידער, OJPAC א.א.וו. צו שרייען אויף די ווילידזש נאציס. היתכן זיי ווילן דאך אויך נישט צושטעלן קיין דירות פאר מיינע 11 קינדער?
ווער איז דער נאצי וואס האט נישט געוואלט אנעקסירן?

ר מענדל שווימער'ס נייע שוהל
מיט 2 וואכן צוריק איז פארגעקומען א "הירינג" פארנט פון די טאון באורד ווי מען האט באהאנדעלט די נייע שוהל וואס ר' מענדל שווימער פלאנט צו בויען. ווער מיינט איר איז געקומען שטערן!? איך ווייס נישט צי נאציס אדער נישט, אבער ס'איז זיכער נישט די "אנטיסעמיטישע" יונייטעד מאנרא. נאר די קעי דזשעי ווילידזש וועלעכע האט נישט געקענט פארפאסן די געלעגענהייט אפצוטוהן זייערע שונאים.
ווער איז דער נאצי וואס פרובירט צו שטערן דאס בויען שוהלן?

עטרת מאיר צבי
די נייע חתונה זאל פון בני יואל וואס האט שוין אפגעקאסט אסאך אידיש בלוט הי"ד, מיט ממזרים פראקלאמאציעס. טעלעפאון קאלס אינמיטן די נאכט. פאשקעווילן אין אלע גאסן. צעברעכן די שויבן פון קארס. שטערן די נשים פון זיך מטהר זיין. יונגע בחורים און ערנסטע יונגעלייט זאלן נאכשרייען פריש חתונה געהאטע קאפּלס מיט מיאוסע לאזונגען און ווערטער שאין להעלותם על הכתב רח"ל כגרועים שבאומות, אלעס מיט די - אומאפיציעלע - מיטארבעט פון ווילידזש פובליק סעיפטי
ווער איז דער נאצי וואס האט טעראריזירט יונגעלייט און זייערע משפחות?

די "מהודרת" גערוך פון בית השחיטה
דא איז זיי שוין ניטאמאל אנגעגאנגען אז זייערע אייגענע מענטשן ליידן אויך פון די אומגעהויערע שלעכטע אומגעזונטע גערוך וואס מהודרת האט ארויסגעגעבן, אזש די שכנים האבן פאר עטליכע יאר נישט געקענט עפענען א פענסטער ווייל די מהודרת סוער האט אריינגע'סרח'ט, האט זיך איינער אפילו געקימערט מיט דעם!?
איראניש איז, אז די ווילידזש האט גאר באשולדיגט די נישט אידישע שכנים אלס "אנטעסעמיטן", ווייל... זיי האבן "מגודל שנאת ישראל" דאס באריכטעט צו די פעדעראלע ענוויירעמענטל אגענטור וואס האט געק'נסעט די ווילידזש מיט 330 טויזענט דאלער.
איר הערט?
זיי זענען גאר אנטיסעמיטן ווייל זיי ווילן נישט שמעקן די געשמאקע מהודרת גערוך.
אומגלויבליך!!

ועוד ועוד רדיפות, שפיכת דמים, הפסד ממון א.א.וו., פון די "אידישע" ווילידזש, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
די היפאקריטיע איז זייער קלאר און ברויך נישט קיין הסברים!

בשעת מען ווערט איבערגענומען פון די ווילידזש פראפאגאנדע איבער אנטעסעמיטישע שכנים. איז גוט צו האלטן פאר די אויגן די אויבנדערמאנטע פאקטן, און זעהן ווער עס האט א רעקארד פון "אנטעסימיטישע נאצישע טעראר", און ווער סאיז א אנטעסימיט-נאצי ביי נעים אנלי!!
מיטוואך יוני 17, 2015 9:48 pm#283402
קען איינער מסביר זיין וויאזוי מען שעמט זיך נישט צו זאמלען פעטיציעס פון אידישע אידן אין קרית יואל לטובת יונייטעד מאנרא
זענט עטס אויפן קאפ געפאלען??? עטס האטס נישט בעסער וואס צו טון נאר צו אריינגעבן פעטיציעס פאר גויים וואס זיכן צו שטערן די וואוקס פון אידן???
מיטוואך יוני 17, 2015 9:49 pm#283405
עס גלייבט זיך נישט וואס מען זעט מיט די אויגן אידן שומרי תורה ומצוות העצן מענטשן צו חתמענען פארן גאווערנאר א פעטיציע צו העלפן די גויים שטערן אידן פון זייער וואוקס
זאג מיר סי נארמאל??
מיטוואך יוני 17, 2015 11:33 pm#283432
עס איז צום האפן אז די וויי געשריי פון די וואס נעמען זיך אן פאר די פארמאכטע קרעטשמע וועט איינמאל פאר אלעמאל געהערט ווערן !
און נישט נאר פאר די קרעטשמע. אויך פאר די ממזרים פון די האל און פון די גראך פון בית השחיטה. כאב עפעס פארגעסן? אה יא די פארברענטע שוהל מיט יחזקאל בראך אלעס אלעס זענען די נאציס אין ווילעדזש שולדיג. שוין אי אפשר לפורטם. איין זאך די נאציס זאלן שוין פארלאזן מאנרא
מיטוואך יוני 17, 2015 11:42 pm#283433
פאר ווער עס קען די מענטאליטעט פון די זאליבאנצעס מיט די בני יואל האט נישט קיין שום קישא, זיי פירן זיך אויף העכסט נאטירליך, עס האט זיך גארנישט געטוישט. עס איז נישטא קיין שום מיספארשטענדעניש....
מיטוואך יוני 17, 2015 11:53 pm#283437
איך ווייס נישט וואס די רידעריי איז עס איז זייער נארמאל זיך ארויס צו שטעלן קעגן א וויליטש וואס טוט נישט אנערקענן א קהילה דורך לייגן דרוק אויף סיי וועלכע אופן, וקל להבין.
עי' ערך וואלן ווילימסבורג ווי די פיפיגע ארונים האבן גאנץ שיין צוגעפיקסט מ. ד. נידערמאן מיט הצלחה, ומאויבי תחכמינו!#
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:19 am#283457
יישר כח דעמאקראטיע האסט מיר מחי' געווען
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:23 am#283458
ווי האט די רבי ז" הב"מ געזאגט אויף די חברה אלעס וואס דער פעטער האט געבויעט ווילן זיי חרוב מאכן מ'האלט שוין בייים רבינ'ס שווארץ אפעל פון אויג זיין באליבטע שטעטעלע זאל דעס אויך גיין אין דער ערד אבער יוני פארם'ס אין מאנסי איז די פראבלעם א פאדרייט פאלק די חברה
דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:05 am#283461
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
פארוואס איז אלס יהרג ואל יעבור? וואס וועט זיין טאמער מ'וועט נישט אנעקסירען דאס לאנד? מ'עט מוזען גייען וואוינען ערגעץ אנדעריש? איז וואס איז? דער וועלט קומט צו א סוף פאר דעם? דער דעוועלעפאר וועט מאכען זיי געלט אין אן אנדערע שטאט, ויאכלו ענוים וישבעו
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:01 am#283469
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס איז אלס יהרג ואל יעבור? וואס וועט זיין טאמער מ'וועט נישט אנעקסירען דאס לאנד? מ'עט מוזען גייען וואוינען ערגעץ אנדעריש? איז וואס איז? דער וועלט קומט צו א סוף פאר דעם? דער דעוועלעפאר וועט מאכען זיי געלט אין אן אנדערע שטאט, ויאכלו ענוים וישבעו

ניין! עס וועט טאקע גארנישט פארסירן, וואס איז נאר שאקירענד בי מאנכע וואס קענען נישט די אנשי בני יואל און די אנשי של ר' זלמן פון די נאנט, אז אידן ארבייטען קעגן אידן, און אפילו קעגן זייערע אייגענע אינטערעסן, אבי צו קאפענען סאטמאר. און אנדערע ווערטער דאס וואס דער גוי טוהט איז פארשטענדליך, אבער דאס אז אידן העלפן דעם גוי אז ער זאל קענען באקעמפן דעם איד, טראץ דעם וואס ער שעדיגט זיך זעלבסט, דאס איז א חידוש ביי די וואס קענען נישט גענוג גוט די אנשי בני יואל / ור' זלמן תמר.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:07 am#283473
איך פרעג נאר ווייל ס'זעט מיר אויס אז פון ביידע צדדים איז נישט דא קיין גבולים, קיין זאכען וואס 'דאס קען מען שוין נישט טוהן'. מ'איז גרייט מערער צו זיין אויף יוחסין פאר'ן אינטערעסס פונ'ם פארטיי, וויי טוהן אומבאהאלפענער מענטשען וואס זענען פערצופעל געבוירען געווארען צום אנדערע צד, מסר'ן צום פאליציי, גייען אין קאורט (יא, ביידע זענען געגאנגען, ביידע האלטען נישט ביים גייען אין ב"ד און פאלגען כפי אשר ישית עליהם, און דרייט ענק נישט דיין קאפ אז ס'איז דא עפעס א חילוק). טאמער מ'הערט א יאמער און א געוויין היינט, איז נאר ווייל מ'האט דא עפעס אנגערירט, נישט ווייל עפעס עקרונות זענען דא צובראכען געווארען.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:26 am#283481
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
היינט אין די לאקאל צייטונג
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:47 am#283508
דעמאקראטיע! שוין יארן נישט געליינט אזא גוטס, געוואלדיג!

און די ארונים מיט זייער אלטע סטראטעגיע, אנשטאט ענטפערן שרייבן זיין מיט גרויסע רויטע אותיות נאכאמאל און נאכאמאל אז די זאליס שטעלן זיך צאם מיט יונייטעד מאנרא, איך פרעג נאכאמאל דיין פראגע: צי שטערט מען נאר די וואוקס ווען מ'שטערט די ווילידש? און ווען די ווילידש טוט די זעלבע זאכן שטערן זיי נישט די וואוקס? נאר וואס דען, מ'זאגט איבער די זעלבע שטותים אזויפיל מאל ביז מ'גלייבט עס אליינס.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:58 am#283514
נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
קאך_לעפל האט געשריבן:ור' זלמן תמר.

תמר?!! אויטש...
נישט אזוי שארף פליז.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:27 am#283524
איינער קען פארשטיין וואס דא גייט פאר?
מעגליך אז דעמאקראטיע האט גוטע טענות, אבער פארוואס האט ער זיך געפלאגט ע אפשרייבען א גאנצע תגובה וואס סאיז גארנישט ווערט? ווייל סאיז געשריבען אויף א וועג וואס מזעט קלאר ווי א בלינדע שנאה דרייווט אים, פארשטייט זיך דער נעקסטער מגיב קען נישט ענטפערן גהעריג מיז ער ענטפערן מיט גרויסע אותיות און אזוי פארט די גאנצע אשכול אויפען פאר׳חזר׳טען צימעס גליטשער,

שטעלטס ענק פאר ווען ביי די פובליק הורינג וואלט איין צד געברענגט ריזיגע ספיקערס און ארויפגעדרייט די וואליום אויפען העכסטען.... מקען נישט דא אויס שמועסען די פראבלעמען אויף א רואיגען טעמפער?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:41 am#283529
נעמט אייך אריין איין כלל אין קאפ ווען איינער נעמט זיך שעלטן מיט האלב אמת האלב ליגענט האלב פארדרייעניג היסטאריע האלבע דמינות און מ'קייט נאכאמאל איבער די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע סחורה וואס מ'האט אים שוין 100 מאל אויפגעוויזן וואפארא ליגנער ער איז איז ווייל עפעס אינערליכס טרייבט אים דערצו

דאסמאל האט יעדער פון די רז"ל'ס א ערנסטע אינערליכע געפעכט אין זיך אליין זיי געבן זיך א וועק אויף צום פאקט אז חוץ מזה וואס זיי שטערן הרחבת גבולי הקדושה פונעם רבי'ן ז"ל הד"י'ס בעבי זיין קינד זיין שם ושארית זיין שטעטעלע פון בליען האבן זיי זיך צוזאם געשטעלט מיט די געמיינע יונייטעד מאנרא וואס זענען וויסטע שונאי ישראל (טייל ווילן זאגן מיט רעכט אבער דעס נעמט נאך נישט אוועק די בושה פון אידן זאלן זיך נעבעך אננעמען פאר די נעבעכדיגע גוים און אויף די תי' פון התגרות באומות ווייסן זיי זייער גוט אז די גאנצע שטעטל איז געבויעט געווארן מיט די זעלבע התגרות ) דאס באדערט זיי זייער שטארק
פארשטייסט דא שטייען אידן אין מאנסי און פלאגן זיך מיט פרעזערוו רעמעפא און דא נישט מער און נישט ווייניגער קום מיר אונז אליין און שטעל מיר זיך צו צו וויסטע שונאי ישראל בו בזמן וואס קיין איינע פון זיי גייט גארנישט האבן קיין ריוח דערפון און זיי טוען מיט דעם אפ זייער אייגענע ראה"ק פון ווימ"ס

איז טראכטענדיג פון דעם אלעם איז עס א מוראדיגע צומישעניש בקרבם וואס טוט מען מ'נעמט ארויס די אלטע טאקטיק מ'גייט נעמען tums זיך צו בארואיגן די אייגענע רוישיגע געפילן וואס איז די טאמס שעלטן שרייען אאאאאאאאאאההההההההררררררןןןןןןן נעקסט גייט קומען די לחש פון חחחחלה דעקל מיט די גרעסטע כעס
סאו בס"ה האט מען זיי גענטפערט מיט גרויסע אותיות וואס זיי באדערט צווישן די שורות והבן

געשריבען יום ה' קרח לסדר חוטאים בנפשותם
דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:56 am#283534
כ'רעד מיר איין אז מיין תגובה האט עפעס אראפגעצויגען די טענער (?). אבער כ'זעה ס'ווייט פון גענוג, קענסט אפשר קומען צו זיך? דארפסט אפשר א קאלט גלעזיל וואסער? כ'מיין פ"וו רעדסטו נישט נארמאל? ווי האט מען מסביר געווען הונדערט מאל? און לכאורה אפי' מיט דיין טענה אז מ'טאר זיך נישט שיסען אין די פיס און גיין זייט ביי זייט מיט שונאי ישראל (?), אבער דעמאקראטיע האט געברענגט אויבן עטליכע טענות האסט א תשובה?
# ביטע רעדן נישט בילן
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:02 pm#283538
עס נעמט אבער נישט אוועק די ריכטיגע טענות פון ATUB @דעמאקראטיע ATUB .
קענסט עפעס אפענטפערן? אדער נאר צוריקשרייבן אז עטס שטעלטס ענק צוזאם ציט יונייטעד מאנראו?
וואסערע האלב אמת, האלב ליגנט, האלב פארדרייטע היסטאריע, האלבע דמינות האט ער גשריבן?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:19 pm#283547
א איד האט געשריבן:עס נעמט אבער נישט אוועק די ריכטיגע טענות פון @דעמאקראטיע.
קענסט עפעס אפענטפערן? אדער נאר צוריקשרייבן אז עטס שטעלטס ענק צוזאם ציט יונייטעד מאנראו?
וואסערע האלב אמת, האלב ליגנט, האלב פארדרייטע היסטאריע, האלבע דמינות האט ער גשריבן?

איך וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז צד מהרז''ל זאל אפיציעל ארבייטן קעגן אויסברייטערן קרית יואל ווען איך וואלט נישט געזעהן דאס אלעס דא, איך רייב מיך נאך אלס די אויגן, די מאדנע חלק איז זיי פארשטייען נישט זיך צו שעמען דערמיט, אבער איך וויל נאר ענטפרן איבער די אויסגזיכטע תירוצים וואס דעמעקראטיע האט געברענגט (איך פלאץ נישט צו טענהן דערוועגן בעתיד), די רעביצין שוהל האבען זיי פארמאכט ווען זיי האבען גערופן קהל אין ק''י אין קארט וועגן עיר רייטס האבען זיי צירוקגעשיקט א קאנטער קלאגע, האסט געהאלטן אז זיי מיזען זיצן שטוהל ווען מען קלאגט זיי? די טרעילערס שוהל איז געשטאנען יארען לאנג אויף די מתיבתא לאט אין צאלען קיין פעני רענט אין מ'האט לפמש''ד געשוויגן ווייל זיי האבען צוגעזאגט אז זיי גייען ארויס ווען זיי ענדיגן די נייע סקול, אין דאס איז די הכרות הטוב..., וועגן יחזקאל בראך איז א שאד צו רעדן ווייל ער איז יעצט די גרעסטע פייטער פאר די ענעקסעישאן קעגן צד מהרז''ל/ינייטעד מאנרוי/אלייענס, וועגן שווימער'ס שוהל - וואס נאך האסטו ערווארטעט ווען די גראבסט אינטער די וויליזש אין די ווערסט א אלייענס מיט ינייטעד מאנרוי זיי זאלען דיר קומען העלפן?, וועגן די בני יואל זאל האט גארנישט מיט די וויליזש זיי האבען גראדע אפגעשטעלט אין קענסט זיי נישט בלעימען פאר מעשים פין כו''ע מודה עס קומט פין היצקעפ, (טראץ וואס די פסק וועגן דעם זאל האט דיין וואס דער מיסד פין שטאט האט געשטעלט גפסקנט, אבער דאך האט קיין שום קהל'שע קערפערשאפט נישט געשטיצט די מערכה איינמאל ס'איז ארויס פין קאנטראל אין מ'האט עס טאקע אפגעשטעלט כידוע), די אלע זאכען זענען גיט באקאנט אין דעמאקראטיע קומט דא פארקויפן היידפארק לאקשען ווי תורת משה וועם גייט ער בלאפען?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:24 pm#283552
איך האב נאכגעקוקט די וואל רעזולטאטן פון טאון אוו מאנראו און ס'שטייט אז א געווענדליכע עלעקשאן קומען ארויס 10-15 טויזענט שטימערס. דאס הייסט אז קר"י מיט אירע 6 טויזענט שטימען וואלט געקענט האבן די גאנצע טאון אין לינקע טאש. די ארונים האבן זיך אליין געשאסן אין די פיס מיט נעמען די ווילעזש און עס ניצן פאר א שטעקן קעגן זלונים און בני יואל. כעת האבן די פאליטישאנס קיין פראבלעם צו ארבעטען קעגן די ווילעזש ווייל די וואוטס קענסלען זיך אויס.

די זלונים בנ"י האבן יארן לאנג זיך געלאזט שמייסן (נישט מחמת זייער גוטסקייט, נאר זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה) און זענען זייער אנגעווייטאגט. ס'איז זייער פארשטענדליך אז זיי זעהן נישט קיין גוטס וואס קען ארויסקומען פון וואוקס פון א ווילעזש וואס שטייט זיי אין וועג און וויל זיי זאלן אינטערגיין. יעצט איז אינטערגעקומען א געלעגנהייט ווי זיי קענען דערלאנגן א געזינטע פליק פאר די ארונים און זיי אויפמערקזאם מאכן אז זיי זענען נישט קיין סעקאנט קלעס סיטעסאנס.

איטס פעיבעק טיים.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:35 pm#283554
אקעי נישט גענוג קלאר געזאגט יעדע אבער יעדע איינציגע טענה וואס ער האט דארט אויבן איז שוין געווארן איבערגעקייט אין די שטובל געב נאר א סירטש וועסטו זעהן

והוא אשר דברתי ס'איז נישט אז ער ווייסט נישט אז יעדע זאך איז שוין דורכגעשמועסט געווארן על מקומו און זיי זענען געבליבען מיטן צונג אינדרויסן און ס'איז נישט אז ער האט יעצט די טענות ווייל ער וויל דעס יעצט פארשטיין נאר וואס די גאנצע תגובה איז איין שטיק שב אל קיאו במילא דארף עס קיינער אפענטפערן מ'קען זיך נישט מטפל זיין מיט זיי יעדעס מאל וואס ס'איבלט זיי

ר' איד ליפא דייטש מיט יעקב מאיר פערענץ האבן דיך אריין געשלעפט אין צואה שריי אויף זיי לאז אפ דע אלטע אויסגעדראשענע סחורה
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:40 pm#283555
יא! יא! מען זוכט צו בארעכטיגען דאס רשעות, וויינט מען קאזאק הנגזל, אויף דעם האט רבינו שליט''א געזאגט ווער עס פארשטייט פארשטייט.

דער פאקט איז קליפ און קלאר: אז די זאליבאנעצעס מיט די אנשי בני יואל, ווילן אונטערברענגען קרית יואל, בלויז צילוב דעם ווייל זיי זענען צווייטע-קלאס בירגער דארט, און שפירן זיך דארט ווי די אראבער אין מדינת ישראל.
מען דארף דאך אבער האבן עפעס א תירץ, (דארף מען דען?) מען קען דאך נישט סתם אזוי גייט אונאיינעם מיט די אנטיסמיטן און זיך זעלבס שיסן אין די פוס, ווייל דער האס און רשעות טרייבט צו משגעת. נעמט מען ארויס פונעם פארשטויבטען שופלאד אלע באמאכטע, אויסגעדראשענע, אפגעפרעגטע טענות, און דערמיט בארעכטיגט מען דאס רשעות און טפשות. עס איז יענץ געלעכטער...

דאס גרעסטע קידוש ה' איז אז מען זעט ווי דער הייליגער ברך משה זי''ע מיטן בית דין הגדול שבירושלים זענען געווען מער ווי הינדרעט פארצענט גערעכט. ווען זיי האבן גע'אסר'ט די אנשי בני יואל באיסור עולם.

מיר האבן נישט פארשטאנען די שנאה וואס דער רבי זי''ע דער ברך משה האט געהאט צו די אנשי בני יואל, ער האט זיי געהאסט פונקט ווי די נאציס, ער האט זיי געשאלטען מיט יעדע קללה וואס ער האט נאר געוויסט נאכצוזאגן. מיר האבן אים ליידער נישט אזוי גוט פארשטאנען.. היינט זעהט מען שוין אז ער האט זיי נאך פשוט אונטערגעשאצט... אבער ליידער איז זיין אייגענע זון א טייל פון די פארברענס קעגן די מענשהייט.

נישט בחינם האט ער אים געוואלט איינווארצלען אין סיגוט, און אים נישט צוגעלאזט צו קיין שום רבנות אין סאטמאר, ער האט געזאגט אז יעדע טאטע קען זיינע קינדער, און אז סאטמאר זאל בלייבען סאטמאר, דארף ר' זלמן זיצען אין סיגוט...

ליידער אויף דער עלטער האט מען געמאכט די מעשה מיט אים...מאוד עמקו מחשבותיו.....
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:49 pm#283556
פראגע: ווי איז שווערער פאר זלונים /בנ"י צו בויען א בית מדרש און טאון אוו מאנראו אדער אין ק"י?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:56 pm#283558
שמעון וואלף האט געשריבן:פראגע: ווי איז שווערער פאר זלונים /בנ"י צו בויען א בית מדרש און טאון אוו מאנראו אדער אין ק"י?

די גרינגסטע פאר די זאליבאנצעס אין פאר די אנשי בנ''י צו בויען א געבעט הויז איז לכאורה אין: מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק, בלומענבערג, באלטומער, און פלעדאלפיע
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:06 pm#283561
שפיל נישט דא ווי א פאליטישאן וואס דרייט מיט די צינג.
קענסט ענטפערן קלאר אז די ווילעזש וואלט געטון וואס זיי קענען אז זלונים /בנ"י זאלן זיך נישט פארגרעסערן. וויאזוי קענסטי נאך פארלאנגן אז זיי זאלן נישט שטערן די וואוקס פון די ווילעזש? וואלטן זיי למשל געקענט האבן זייער בית החיים ווען ס'איז אינטער די ווילעזש? זיכער נישט.

די מאנראוער ארונים לעבן אין א באקס אז אלעס קומט זיך זיי און מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט קיינעם. וועיק אפ ענד סמעל די קאפי.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:21 pm#283567
איך האב דיר גענפערט קליפ און קלאר! ווען איך וויל נישט וואוינען ביי מיין לענדלאר מופ איך ארויס פון "זיין אפארטמענט" ווען איך וויל דאווענען אויבן וויזניצען ניסח גיי איך נישט קיין גור. פארשטאנטא?

די בני יואל מיט די זאליבאנצעס ארבייטען טאג און נאכט קעגן די אונטערעסן פון סאטמאר, אבער מען וואונט דאך פארט אין אמעריקא מען קיינעם נישט איינטיילן ווי צו וואוינען... אבער די ווילדש מיט די קהלה זענען מחייב צו העלפן די אנשי בנ''י מיט די אנשי סאסמאן זיך בויען אין קרית יואל? פארוואס? אפשר זאל מען זיי אויך צושטעלן די פאשקעווילן און די הויעכהילכער'ס מיט וואס זיי באנוצען נאך צו שרייען רבינו שליט''א אויפן גאס?

און דאס איז דער תירץ פארן זיך צושטעלן צו די אנטיסמיטן?

און ווען די הייבט אן צו רעדן פון די באקס, דאן הייב איך הענד..
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:32 pm#283572
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס גרעסטע קידוש ה' ..... ווען זיי האבן גע'אסר'ט די אנשי בני יואל באיסור עולם.

מיר האבן נישט פארשטאנען די שנאה וואס דער רבי זי''ע דער ברך משה האט געהאט צו די אנשי בני יואל, ער האט זיי געהאסט פונקט ווי די נאציס, ער האט זיי געשאלטען מיט יעדע קללה וואס ער האט נאר געוויסט נאכצוזאגן.

איך קוואוט די הייליגע ווערטער למען יעמדו למשמרת ימים רבים לנצח נצחים.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:43 pm#283579
שמעון וואלף האט געשריבן:פראגע: ווי איז שווערער פאר זלונים /בנ"י צו בויען א בית מדרש און טאון אוו מאנראו אדער אין ק"י?
מען גייט איבער ליגענט נאכמאל אין נאכמאל, וועגן שוהלען, אויב מהרז''ל וויל קען ער עפענען וויפיל שוהלען ער וויל אין די וויליזש גייט זיי נישט שטערן, אין ניץ מהרז''ל'ס סאסמען שוהל אין קרית יואל פאר די ערשטע סעמפל זיי האבען אפילו באקומען א פערמיט ארויסצובוין טראץ וואס לעגאל שטעלן זיי נישט צו גענוג פארקינג אין זיי פארקען אן רשות ביי די פארקינג לאט פין גרויסן ביהמ''ד אדער שאפינג סענטער, אזוי גייט עס איין טאג שרייט מען אז מען לאזט זיי נישט בויען קיין שוהלען אין מארגען שרייט ער אז ער האט 50 שוהלען אין קרית יואל
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:44 pm#283581
ווי דער ציבור האלט מיט קומט פאר די לעצטע שטיק צייט א היציגע דעבאטע. איבער דאס אנעקסירן פרישע פונעף הונדערט עיקער צו די גרעניצן פון קרית יואל. ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגעניזאציע מיטן נאמען "יונייטעד מאנרא" מיטן איינציגן ציל אפצוהאלטן דאס אנעקסירן פאר יעדען פרייז. די דעבאטע איז אין די לעצטע פאר וואכן ארויס פון קאנטראל, ספעציעל פארגאנגענע וואך מיטוואך ווען ס'איז פארגעקומען א היציגע "פובליק הירינג" אין די בית רחל פאראדייס זאל. ווי הונדערטער מענטשן פון ביידע צדדים זענען אראפגעקומען אויסצודריקן זייער מיינונג, זה בכה וזה בכה.

איך וועל מיך נישט באציען צו די עצם דעבאטע צו מען זאל יא אדער נישט אנעקסירן. דאס וועל איך לאזן צו די גרעסערע קעפ פון מיר...

איך וויל בלויז אדרעסירן די ארגומענטן אין די היפאקריטיע חלק פון די ווילידזש פירער מיט זייערע שטיצער.

ביי די הירינג האבן די ווילידזש שטיצער ארויסגעברענגט סיי פאר די טאון באורד. און סיי פאר די מידיא, אז יונייטעד מאנרא גייען ר"ל אין די פיסטריט פון די נאציס ימ"ש, ממש נישט צום גלייבן, אונז וואוינען אין די פרייע אמעריקא אין דעי נאציס ווילן אונז ר"ל ארויסטרייבן פון קעי דזשעי, "וואו זאל איך גיין וואוינען, איך בין דא אויפגעוואקסן איך האב 11 קינדער, און פה אשב, איך מיט מיינע קינדער ווילן דא בלייבן" האבן זיי געיאמערט.

אהא, איך הער גוט, א גערעכטע טענה - אפשר. אבער פאר דיינע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) האסטו (יענקל פאטאקי אנעם הוט) פראקלאמירט בעפאר די פארגאנגענע וואלן אז "זיי זאלן זיך ציען קיין בלומינגבערג, אונז דארף מיר ענק נישט האבן דא אין קרית יואל, גייטס פון דא". געדענקסט נאך? (אויב נישט גיי הער עס אויס אויף קול סאטמאר), אויב אזוי פארוואס קען יונייטעד מאנרא נישט שרייען אויף ענק די זעלבע זאך??
ווער איז דער נאצי וואס שרייט גייטס ארויס פון מאנרא?

און ווייטער טענה'ן זיי אז מיר וואוינען אין די "פרייע אמעריקא" יעדער איז בארעכטיגט צו בויען וויאזוי ער וויל אז עס זאל אים קענען אקאמאדירן!

וואס??? איך הער גוט? איז טאקע "יעדער" בארעכטיגט? לאמיר אביסל אריינקוקן אין "היסטאריע"!

פערמיטן צו קענען בויען אין די ווילידזש גרעניצן
ווען האט די ווילידזש אין די לעצטע 30 יאר געגעבן א פערמיט פאר זייערע פאליטישע שונאים (ליין: זאליס בני יואל) צו קענען בויען א בנין פאר זייער מוסד אדער א ביהמ"ד אז זיי זאלן קענען ווערן "אקאמאדירט"?
דער זעלבער (הרב וואגשאל) וואס האט באטיטלט די גוים אלס "נאציס" האט געקענט בויען א מעכטיגן בנין פאר א ביהמ"ד אויף זיין פראפערטי - וואס געפונט זיך אין די טאון גרעניצן - טראץ וואס עס דאווענען דארט בערך דריי א האלב מענטשן מענטשן.
בו בזמן וואס די ווילידזש געט נישט קיין פערמיטן פאר אזאנע פראיעקטן אויב איז די רעדע אז א "קעגנער" פון די פארטיי פירער און/אדער זייער רבי'ן וויל בויען.
ווער איז דער נאצי וואס געט נישט קיין פערמיטן צו בויען שוהלן?

איינער געדענקט נאך די "רביצין'ס שוהל"?
די שוהל איז שוין פארמאכט איבער 5 יאר, נישט דורך קיין נאציס (ליין: יונייטעד מאנרא) נאר דורך די נעבעכדיגע אומבאהאלפענע אונטערדרוקטע "ווילידזש אוו קעי דזשעי" וואס האט דאס פארמאכט בשאט נפש, ניטאמאל איז די פראבלעם געווען אז זיי האבן נישט געוואלט צושטעלן א פערמיט, נאר דאס בית המדרש איז שוין געשטאנען און פארפיגט מיט צענדליגע מנינים תפלה יעדן טאג, און מ'האט עס... פארמאכט! יא, פונקט ווי די יונייטעד מאנרא... אנטשולדיגט, די נאציס אין קריסטאל נאכט.
אבער דער צולאזטער הייקינד, אסעמבלימאן ווידער,,OJPAC און שטרוי-קייער פאטאקי, האבן נישט געזעהן פאר וויכטיג צו קומען פראטעסטירן...
ווער איז דער נאצי וואס האט פארמאכט די שוהל?

ביהמ"ד תהילות יואל
די שוהל וואס איז פארברענט געווארן אנפאנג יאר מיט א בזיון עצום, נישט דורך יונייטעד מאנרא, און אפילו נישט דורך די נאציס זעלבסט, נאר פון די "יעשיוו"ע סטודענט"ן" מיט א בריוו פון די ווילידזש או קעי דזשעי, דארונטער בירגערמייסטער ווידער און שטרוי-קייער פאטאקי. אבער הייקינד און ווידער זעהען ווייטער נישט פאר וויכטיג צו פראטעסטירן.
ווער איז דער נאצי וואס האט פארברענט די שוהל?

ר' יחזקאל בראך'ס לאט
ער פרובירט שוין פאר איבער 15 יאר צו ענעקסן זיין פארפערטי אבער די ווילידזש וויל דאס נישט ענעקסן. הלמאי בראך איז א "מתנגד" אין ער גייט בויען א שוהל פאר די זאליס. וואו זענען וואגשאהל, הירש, הייקינד, בנציון ווידער, OJPAC א.א.וו. צו שרייען אויף די ווילידזש נאציס. היתכן זיי ווילן דאך אויך נישט צושטעלן קיין דירות פאר מיינע 11 קינדער?
ווער איז דער נאצי וואס האט נישט געוואלט אנעקסירן?

ר מענדל שווימער'ס נייע שוהל
מיט 2 וואכן צוריק איז פארגעקומען א "הירינג" פארנט פון די טאון באורד ווי מען האט באהאנדעלט די נייע שוהל וואס ר' מענדל שווימער פלאנט צו בויען. ווער מיינט איר איז געקומען שטערן!? איך ווייס נישט צי נאציס אדער נישט, אבער ס'איז זיכער נישט די "אנטיסעמיטישע" יונייטעד מאנרא. נאר די קעי דזשעי ווילידזש וועלעכע האט נישט געקענט פארפאסן די געלעגענהייט אפצוטוהן זייערע שונאים.
ווער איז דער נאצי וואס פרובירט צו שטערן דאס בויען שוהלן?

עטרת מאיר צבי
די נייע חתונה זאל פון בני יואל וואס האט שוין אפגעקאסט אסאך אידיש בלוט הי"ד, מיט ממזרים פראקלאמאציעס. טעלעפאון קאלס אינמיטן די נאכט. פאשקעווילן אין אלע גאסן. צעברעכן די שויבן פון קארס. שטערן די נשים פון זיך מטהר זיין. יונגע בחורים און ערנסטע יונגעלייט זאלן נאכשרייען פריש חתונה געהאטע קאפּלס מיט מיאוסע לאזונגען און ווערטער שאין להעלותם על הכתב רח"ל כגרועים שבאומות, אלעס מיט די - אומאפיציעלע - מיטארבעט פון ווילידזש פובליק סעיפטי
ווער איז דער נאצי וואס האט טעראריזירט יונגעלייט און זייערע משפחות?

די "מהודרת" גערוך פון בית השחיטה
דא איז זיי שוין ניטאמאל אנגעגאנגען אז זייערע אייגענע מענטשן ליידן אויך פון די אומגעהויערע שלעכטע אומגעזונטע גערוך וואס מהודרת האט ארויסגעגעבן, אזש די שכנים האבן פאר עטליכע יאר נישט געקענט עפענען א פענסטער ווייל די מהודרת סוער האט אריינגע'סרח'ט, האט זיך איינער אפילו געקימערט מיט דעם!?
איראניש איז, אז די ווילידזש האט גאר באשולדיגט די נישט אידישע שכנים אלס "אנטעסעמיטן", ווייל... זיי האבן "מגודל שנאת ישראל" דאס באריכטעט צו די פעדעראלע ענוויירעמענטל אגענטור וואס האט געק'נסעט די ווילידזש מיט 330 טויזענט דאלער.
איר הערט?
זיי זענען גאר אנטיסעמיטן ווייל זיי ווילן נישט שמעקן די געשמאקע מהודרת גערוך.
אומגלויבליך!!

ועוד ועוד רדיפות, שפיכת דמים, הפסד ממון א.א.וו., פון די "אידישע" ווילידזש, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
די היפאקריטיע איז זייער קלאר און ברויך נישט קיין הסברים!

בשעת מען ווערט איבערגענומען פון די ווילידזש פראפאגאנדע איבער אנטעסעמיטישע שכנים. איז גוט צו האלטן פאר די אויגן די אויבנדערמאנטע פאקטן, און זעהן ווער עס האט א רעקארד פון "אנטעסימיטישע נאצישע טעראר", און ווער סאיז א אנטעסימיט-נאצי ביי נעים אנלי!!
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:44 pm#283582
ביטע נישט שפילן א צווייטע פארטיי
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:46 pm#283583
איך וויל פארשטיין נאך א זאך, נאך די דעת תורה פין יונייטעד מאנרוי מיט די אלייענס קעגן די ענעקסעישאן גייט מענדל שווימער מיט אברהם בער יאקאבאוויטש צירוקציען זייער ענעקסעישאן אפליקעישאן אדער זיי מעגן יא?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:57 pm#283589
ATUB @ברעט מענינג ATUB האסט עפעס מוסיף געווען אין דיין תגובה אדער נאר ק"פ פון דעמאקראטיע?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:10 pm#283595
שמעון וואלף האט געשריבן:פראגע: ווי איז שווערער פאר זלונים /בנ"י צו בויען א בית מדרש און טאון אוו מאנראו אדער אין ק"י?

וואס הייסט ווי גרינג שאו סביב עיניך וראי זיי שטאלצירן אליין אז זיי האבן 60 בתי מדרשים אין ק"י ווי ר' אהרן קען נישט אריינטרעיטן ס'קען נישט זיין צו שווער אויב ס'האט זיך שוין געבויעט 60 נאר וואס דען אין פרידנס צייטן שרייט מען מיט שטאלץ אונז האב מיר 60 טון ווען עפעס איבעלט אין מאגן כנ"ל הייבט מען אן קרייען

טו א קוק פאריאר ווען ר' אהרן האט זיך אויפגעשטעלט מיט א שטארקייט ארויסברענגען די סאטמארע שיטה לגבי דאס וואוינען אין חברון דעמאלט ווען ס'איז נעבעך געפאלן דריי קרבנות דעמאלס צייט האט אויך אנגעהויבן צו איבלען די בויך ביי דעי בעלי גאה הלמאי ר' אהרן האט גערעדט ווי עס דארף צו זיין ארויסגעברענגט דעם רבינ'ס שיטה מיט'ן גאנצן שטארקייט און דער יונגערע ברודער נישט האט דאס אויך זייער וויי געטון האבן טייל דעמאלט אויך געטון י זעלבע זאך געברענגט די ליגענט פון די רעבעצענס שול אלס תי' פאר בלא בלא בלא דוק ותשכח נו פארוואס ?

הוא אשר דברנו ווען מ'דארף בארואיגן די שטורעם אין מח ווען פאקטן הייבן אן צו פראסקענען אין פנים איז שווער שלום צו מאכן מיט די מצב הייבט מען אן וויינען און ברעכן והבן
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:14 pm#283597
קאך_לעפל האט געשריבן:איך האב דיר גענפערט קליפ און קלאר! ווען איך וויל נישט וואוינען ביי מיין לענדלאר מופ איך ארויס פון "זיין אפארטמענט" ווען איך וויל דאווענען אויבן וויזניצען ניסח גיי איך נישט קיין גור. פארשטאנטא?

די בני יואל מיט די זאליבאנצעס ארבייטען טאג און נאכט קעגן די אונטערעסן פון סאטמאר, אבער מען וואונט דאך פארט אין אמעריקא מען קיינעם נישט איינטיילן ווי צו וואוינען... אבער די ווילדש מיט די קהלה זענען מחייב צו העלפן די אנשי בנ''י מיט די אנשי סאסמאן זיך בויען אין קרית יואל? פארוואס? אפשר זאל מען זיי אויך צושטעלן די פאשקעווילן און די הויעכהילכער'ס מיט וואס זיי באנוצען נאך צו שרייען רבינו שליט''א אויפן גאס?

און דאס איז דער תירץ פארן זיך צושטעלן צו די אנטיסמיטן?

און ווען די הייבט אן צו רעדן פון די באקס, דאן הייב איך הענד..

איך הער, די האלטסט אז די ווילעזש דארף גארנישט צושטעלן פאר זלונים און בנ"י. נו, טאקע פארדעם ארבעטן זיי אז די ווילעזש זאל נישט ווערן די לענלארד פון נאך שטחים. זיי ווילן א לענדלארד וואס שטעלט זיך יא צו צו זיי. ס'האט גארנישט צו טון מיט זיך צושטעלן צו אנטיסעמיטן.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:26 pm#283602
שמעון וואלף האט געשריבן:

יא איך הער אבער פארוואס? פארוואס דארף זיך דער רויב צו שטעלן צו דער מועט? זאלן די זאליס מאכן וואלן ווי זיי האבן שוין עטליכע מאל און ביטער פארלוירן, און ווערן די ליגאלע לענדערס? דער מועט זאל ארבייטען מיט די אנטיסמיטן קעגן זיך זעלבסט זיך ארויף צו צווינגען אויפן רוב, איז בלויז א בני יואל און זאליבאנשע מהלך....
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:39 pm#283610
איך הער טאקע אז מהרז''ל האט אנגעהויבן צוטשעלן בנינים פאר מהר''א אין וויליאמסבורג זאל טאקע מהר''א נאכטוהן אין ק''י....
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:40 pm#283611
שמעון וואלף האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:איך האב דיר גענפערט קליפ און קלאר! ווען איך וויל נישט וואוינען ביי מיין לענדלאר מופ איך ארויס פון "זיין אפארטמענט" ווען איך וויל דאווענען אויבן וויזניצען ניסח גיי איך נישט קיין גור. פארשטאנטא?

די בני יואל מיט די זאליבאנצעס ארבייטען טאג און נאכט קעגן די אונטערעסן פון סאטמאר, אבער מען וואונט דאך פארט אין אמעריקא מען קיינעם נישט איינטיילן ווי צו וואוינען... אבער די ווילדש מיט די קהלה זענען מחייב צו העלפן די אנשי בנ''י מיט די אנשי סאסמאן זיך בויען אין קרית יואל? פארוואס? אפשר זאל מען זיי אויך צושטעלן די פאשקעווילן און די הויעכהילכער'ס מיט וואס זיי באנוצען נאך צו שרייען רבינו שליט''א אויפן גאס?

און דאס איז דער תירץ פארן זיך צושטעלן צו די אנטיסמיטן?

און ווען די הייבט אן צו רעדן פון די באקס, דאן הייב איך הענד..

איך הער, די האלטסט אז די ווילעזש דארף גארנישט צושטעלן פאר זלונים און בנ"י. נו, טאקע פארדעם ארבעטן זיי אז די ווילעזש זאל נישט ווערן די לענלארד פון נאך שטחים. זיי ווילן א לענדלארד וואס שטעלט זיך יא צו צו זיי. ס'האט גארנישט צו טון מיט זיך צושטעלן צו אנטיסעמיטן.

נו אברהם בער יקאבאוויטש האט א לאט וואס איז נישט אינטער די וויליזש דערווייל, ווער לאזט אים נישט בויען?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:44 pm#283613
אויב די ווילעזש וויל איגנארירן די אנדערע פראקציעס דארפן זיי פארשטיין אז ס'איז א טו וועי סטריט, "ונתנו" גייט אהין און צוריק, אז מ'גיט א פראסק, כאפט מען צוריק.

פארפאלן, אבער זלונים און בנ"י האבן באקומען מער טובות פון די טאון ווי פון די ווילעזש. הפנים, די טאון רעכענט זיך יא מיט זיי אפילו זיי זענען די מינדערהייט.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:56 pm#283616
און די זאליס האבן נישט ביטער פארלוירן. אין די ערשטע וואלן איז עס געווען כמעט 50/50. שוין מיט פאלשערייען און די ישיבה. שפעטער האבן שוין די בני יואל נישט געשטימט צוזאמען. מ'קען זאגן אז די צדדים וואס ווילן נישט זיין אונטער רעבארען איז א האלב פונעם שטעטל.

און סיינאוט. מיט ''צושטעלן'' מיינט מען פשוט 'נישט שטערן'
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:58 pm#283617
שמעון וואלף האט געשריבן:אויב די ווילעזש וויל איגנארירן די אנדערע פראקציעס דארפן זיי פארשטיין אז ס'איז א טו וועי סטריט, "ונתנו" גייט אהין און צוריק, אז מ'גיט א פראסק, כאפט מען צוריק.

פארפאלן, אבער זלונים און בנ"י האבן באקומען מער טובות פון די טאון ווי פון די ווילעזש. הפנים, די טאון רעכענט זיך יא מיט זיי אפילו זיי זענען די מינדערהייט.

מען זעהט אז די ווייזט נישט וואס די רעדסט, די זאגסט נאך א צווייטען בעקער אין באקומסט אטאטמאטיש א לייק פין ישמעל אין די תגובה איז געשאסען, א זאך וואס די וויליזש קען זיי געבן קען זיי די טאון נישט געבן, והשנית זיי די גאנצע מערכה ביי די לעצטע וואלען איז געווען די גרעסטע פאטש אין כפיו טובה פאר די טאון אין זיי שלאגען זיך נאך עד היום הזה מיט די טאון, זעהט אויס אז דעיס איז נישט התגרות באומות
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:59 pm#283618
ישמעאל הכהן האט געשריבן:און די זאליס האבן נישט ביטער פארלוירן. אין די ערשטע וואלן איז עס געווען כמעט 50/50. שוין מיט פאלשערייען און די ישיבה. שפעטער האבן שוין די בני יואל נישט געשטימט צוזאמען. מ'קען זאגן אז די צדדים וואס ווילן נישט זיין אונטער רעבארען איז א האלב פונעם שטעטל.

און סיינאוט. מיט ''צושטעלן'' מיינט מען פשוט 'נישט שטערן'

אזוי 50/50? פארוואס אזוי שנעל אויפגעגבן קען דאך שווימער ווערן מעיאר איין טאג?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:10 pm#283624
ליגענט נומער 1000 מענדל האט נישט אנגעצויגן קיין 42 פראצענט

שמעון וואלף אפשר זאגסטו מיר וואס באקומט נישט א בנ"י רזל'ס אין ק"י ?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:17 pm#283628
אה יעצט זעי איך שוין די גערוך פון מהודרת דעס באקומען זיי מער פון די סאטמארע ...........
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:21 pm#283630
Wiki
מיט אלע פעלשערייען.

In 2001, Kiryas Joel held a competitive election in which all candidates supported by the grand rebbe were re-elected by a 55–45% margin
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:23 pm#283631
פעלשערייען פארוואס נישט ? עטץ קענטס נישט פעלשן הא ? וואס דרייסטו א קאפ ? ער האט דעמאלט נישט אנגעצויגן קיין 45 % ס'איז ליגענט ער האט אנגעצויגן עטוואס מער ווי 41 % לפי מיין זכרון
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:27 pm#283634
פאלשערייען איז געווען גוט דאקומענטירט בשעתו, פארוואס ארונים האבן געקענט בעסער? זיי האבן געפירט די וואלן
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:31 pm#283638
און ווער פירט היינט ? די זאליס ניין ? האהא
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:34 pm#283640
יעקב מאירהאט דאך געשריגן אז מ'גייט נישט קענען פעלשן ווייל מ'גייט האבן רעטייערטע עף בי איי האהא ווער דענקט נאך ווי יעקב מאיר איז הייזעריג געווארן דעמאלט
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:43 pm#283645
באדעם ליין, אלע פראקציעס אנטי רעבארען קומען אן צו האלב פון שטעטל.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:46 pm#283646
יא מ'זעהיט עס לויט די וואלן יעדע פיר יאר לויט די מוסדות לויט די מעמבערס אוודאי