עס איז הפלא ופלא ווי היימישע אידן דא טיילן תפיסה טערמינען, זיי האבן זיך געשטעלט אלס שופט איבער זייערע אייגענע ברודער, און טיילן צו תפיסה אין דעם אמעריקאנער תפיסה פאר זיייערע אידישע ברודער, ווייל אזוי פארשטייט ער...
איך בין נישט אינטערעסירט צופיל מאריך צו זיין איבער דעם, איך וועל נאר זאגן איין ווארט פאר די אלע וואונטשערס. היות איך בין זיכער אז איר האט שוין אין אייער לעבן עובר געווען אויף געוויסע הייליגע געבאטן פון די הייליגע אמעריקאנער געזעץ ביכער, ממילא וואונטש איך דיר אז מען זאל דיך אויך כאפן, און טאקע גאר בקרוב, און דיך ארעסטירן לעיני כל העמים, למען ישמעו ויראו, און כדי עס זאל טאקע נישט זיין צו א גרויסער חילול ה', זאלסטו באקומען פונקט אזוי פיל יארן אין חד גדיא וויפיל דו האסט פארשטאנען אז יענער דארף באקומען.
און יעצט וויל איך זאגן אפאר ווערטער צו ר' יאנקל'ען וועלכער האט מיר אנגעפרעגט עפעס איבער דעם נושא אין א אנדערן אשכול, און איך וועל ציטירן וואס ער האט דארט געשריבן:
[ציטאט אראפגענומען]
איך גיי דא רעדן איבער דעם טייל פון וואס ער האט געשריבן איבער די בערגערס.
אלזא, לאמיר זאגן אז די מעשה איז געווען פשוט אזוי: דייטש האט גע'מסר'ט (אדער גורם געווען\ געהאלפן צו מסר'ן) וועבערמאן, און מישקאלצער רב האט גאזאגט פאר דייטש'ן "אויב זאגסטו מיר נישט צו אז די פרשה גייט "אוועק גיין" (כלשון ה'מידיע) דאן גיי איך אראפנעמען דעם השגחה", און אזוי ווי דייטש האט נישט געוואלט, האט מישקאלצער רב אראפגענומען דעם השגחה.
יא, לאמיר זאגן אז דאס איז געווען די מעשה. סאו לאמיר זיך יעצט אריינלייגן פאר א מינוט אין די הויזן פון מישקאלצער רב.
מישקאלץ אינדערהיים איז געווען א גרויסע שטאט מיט א גרויסע רבנות מיט א שיין געהאלט, היינט אבער באשטייט מישקאצער רב'ס רבנות פון א קליין בית מדרש'ן אויף ראדני סטריט, וואס איך מיין אז קיין סך מער ווי צען פופצן אידן דאווענען נישט ביי אים, און עס פארשטייט זיך אליינס אז פון דעם קען ער קיין סך פרנסה נישט האבן. אבער א שטוב מיט קינדער האט ער, און ער מאכט זיי חתונה יעדעס יאר צוויי און ער דארף האבן פון ווי צו לעבן.
קיין דיני תורות פירט ער נישט אויף צו בא'גנב'ענען און באראבעווען כלל ישראל, האט ער זיך אריינגעלייגט אין השגחות, צענדליגער יארן ארבעט ער זיך ארויפצוארבעטן זיין נאמען, אז מען זאל וועלן זיין השגחה, גיט שטארק אכט וואס קומט פאר, שיקט די קינדער משגיח זיין, און איז מצליח. יא, דאס איז א ביזנעס וואס איז געבויט אויף טאפעלטע טראסט, ער דארף טראסטן דעם געשעפטסמאן, אבער דער עולם דארף אים טראסטן. וויפיל השגחות זענען אראפ פון מארק ווייל עפעס א מעשה'לע האט זיך פארשפרייט אויף זיי און דאס האט זיי פאר'הרג'עט לעולם ועד. דאס איז זייער א האקעלע ליין און איין מיסטעיק קען אים אוועקלייגן.
גייט דא אמענטש וואס האט זיין השגחה, און חוץ פון דעם וואס זיין חבר'טע גייט עדות זאגן, שטעלט ער זיך אוועק פאר די וועלטס מידיע און האקט צאם אויף דעם ציבור און קאמיוניטי וועלכע זענען זיינע קאסטומער, ער טשעפעט זיי, בארעדט זיי, באשמוצט זיי און פארשעמט זיי פאר מיליאנען גוים. דער ציבור איז יעצט זייער ברוגז אויף אים (האלטס מיט? מיר האלטן שוין ביים צווייטן שטאפל, נישט נאר ער איז א פרענד, נאר ער שטעלט זיך אוועק פאר די מידיע און רעדט) און יעדער רעדט און שמועס און ווייסט אז דער מענטש האט א רעסטאראנט דא עמי בבית, אויף לי עוו. און מישקאלצער רב גיט אים א השגחה.
יעצט זאג דו מיר וואס גייט געשעהן אויב מישקאצער רב לאזט זיין השגחה אויף דעם געשעפט? איך בין נישט אין הימל און אפילו אויף דער ערד בין איך נישט קיין יודע עתידות, אבער עס איז זייער מעגליך אז מישקאלצער רב גייט פארלירן אסאך ביזנעס, און מעגליך גאר אפילו זיין גאנצע ביזנעס. (דער פאקט איז אז אפילו יענער האט באקומען אן אנדערער השגחה האט ער זיך סייווי צוגעמאכט, דאס ווייזט דאך אז דער ציבור איז ברוגז אויף אים, אזוי קלער איך עכ"פ). סאו וואס דארף ער יעצט טון? ער דארף זיין א גיבור און זאגן ניין, איך לאז מיין הכשר, ווייל איך בין א געטרייע אמעריקאנער בירגער און דורך אראפנעמען קען איך חלילה עובר זיין אויף א איסור ד'אמעריקא... כ'מיין, וואס דארף דער מענטש צו טון?
דאס איז אלעס גערעדט פון א פשוט'ן ביזנעס פערספעקטיוו, אפילו אויב דער מענטש האט נישט באמת פארלוירן זיין נאמנות ביי דעם רב. וואס איז אבער אויב דער מענטש האט טאקע יא פארלוירן זיין נאמנות ביי דעם רב?
אבער דאס איז אלעס גערעדט העטעך פעטעך ווען די מעשה וואלט ווען אזוי געווען.
יעצט ר' יאנקל, לאמיר גיין צום נעקסטן שטאפל, און ענטפער מיר אויף וואס איך האב דא געשריבן, דערנאך לאמיר הערן וואס איז פאקטיש געווען דא די מעשה, נאכדעם עמער זעהן ווייטער.
ארלעדיגט?
הצלחה רבה, זיך צום ווידערזעהן.