רבותי, עס איז צייט צו פאקן די פעק און אנטלויפן פון אמעריקא, כ'ווייס נאך נישט וואואהין, אבער פון דא קוקט מיר אויס אז מען מוז אוועק. דאס וואס האט היינט פאסירט איז א שוידערליכע מעשה.
דאס האב איך געשריבן זונטאג מאי 20
הדד בן בדדפראפעסאר, איך ווייס נישט צו עס איז אמת. איך האב נעכטן נאכט געהערט א מעשה פון די ערשטע האנט, וואס קומט יעצט פאר אין ווילי. ומעשה שהוה כך הוה.
א רב גיט א השגחה אויף א רעסטאראנט. דער בעה"ב פון דעם רעסאראנט איז א געפערליכער מושחת, רבנים בעטן דעם רב אראפצונעמען דעם הכשר און דער רב נעמט עס טאקע אראפ. יעצט קומט דער בעה"ב, און זאגט דעם רב אז ער האט שוין געהייערט א שיקסע וואס גייט מאכן א קלאגע קעגן אים אז ער האט איר געטשעפעט, און אויב ער ווייסט וואס פאר אים איז גוט זאל ער שוין צוריק לייגן דעם הכשר, ווייל אויב נישט גייט מען ביז אפאר טעג זעהן זיין בילד אין אלע צייטונגען ווי דער ראביי ווערט ארעסטירט פאר טשעפען א גויטע.
(די מעשה איז אמת עס האלט זיך יעצט אינמיטן אפשפילן, דער רב איז זייער דערשראקן, ער ווייסט נישט וואס צו טאהן)
אויב ח"ו וועט דאס געשעהן, וועלן אויך זיין אזעלכע וואס וועלן זאגן נכרים דברי אמת. איך ווייס נישט צו ס'איז אמת צו נישט. אבער ווי איך און אנדערע האבן שוין געזאגט, דאס אז עס האט געקענט צוקומען צו דעם איז אויך זייער א הארבע פראגע. עס איז א קשיא אויף סאטמאר און אויף מר. וועבערמאן. און דערפאר זאג איך נאכאמאל, מען דארף מפרס זיין אויף אלע אופנים, אז נאכאמאל אויב אזאנס פאסירט וועט מען נישט שאפן געלט פאר דעם מענטש. זאלן פרויען קאונסלען פרויען און מיידלעך. און אויב מוז עס א מאן טוהן דאן זאל עס נאר זיין אויף אן אופן אז עס זאל נישט מעגליך זיין צו מאכן אפילו אזא בלבול.
(בד"וו, סאטמאר קען מורא האבן פשוט פון געלט קלאגעס אויף זיך אליינס, עס מוז נישט דוקא זיין אז זיי ווילן פארדעקן לשם פארדעקן, אדער אז עס זענען ח"ו דא נאך אזעלכע, נאך אלעם זענען מיר דאך אידישע קינדער).
הדד בן בדדיא, און דאס איז דער פראבלעם, דער מענטש זאגט דעם רב אז ער האט שוין אלעס גרייט, גייסטו מיך פאלגן איז גוט, אויב נישט וועל איך דיך איינזעצן, און פאר די אויגן פון אלע קאמרעס. און איך זאג דיר צי אז גענוג און נאך וועלן זאגן אז דער רב איז א שייגעץ און די שיקסע איז גערעכט.
היינט האבן די רשעים ארורים אויסגעפירט זייער סטראשע. און דאס מיינט אז דער די עי האט זיך גענומען זיך פארלייגן אויף סיי וועמען ער קען, אבי צוצופיקסן דעם היימישן ציבור. אויב האט איר נאך ספיקות, דאן קוקט נאר אויף דעם שטיקל וואס ווערט געברענגט מיט די נייעס:
In a recent interview with “On The Inside,” Hynes said he hoped any future arrests for coercion or bribery would send a powerful message that might break the community’s traditional code of silence, known as “Messira,” a Hebrew epithet for "informant."
Read more: <a class="postlink" href="http://www.dnainfo.com/new-york/20120621/new-york-city/four-men-arrested-for-offering-500000-girl-too-drop-molestation-charge#ixzz1yR6zPuEI">http://www.dnainfo.com/new-york/2012062 ... z1yR6zPuEI</a>
דאס מיינט אזוי: איך גיי ארעסטירן וועמען איך קען נאר צו שיקן א מעסידש פאר די חסיד'ישע קאמיוניטי.
און עס איז זייער פשוט דער רשעות וואס ליגט דא. ווער עס קען די מענטשן פון וועמען מען רעדט דא, זיי האבן געאפערט געלט, א האלב מיליאן דאללער דערצו, און האבן געסטראשעט אונטערברענגען דעם ביזנעס, און האבן אפילו אראפגעריסן דעם סיין. ער זאגט אבער נישט אז מען רעדט דא פון א כשרות סיין, און ער זאגט אויך נישט אז מען האט עס פשוט אראפגענומען, ער זאגט אראפגעריסן, און ער זאגט אויך סתם דער סיין, כאילו אראפרייסן א סיין פארמאכט א ביזנעס.
ער פעילד מעסייע ימח שמו האט עס שוין געברענגט, און יעצט וועלן מיר זעהן ווי אלע אנדערע שונאי ישראל (איך רעדן פון די מיט בערד און פיאות) וועלן שפרינגען אז אלעס איז אמת און מען דארף זיי טאקע פראסעקיוטן און איינזעצן, דער גוי זאגט דאך...
איך האב נישט קיין ווערטער. עס איז ערגער פון שלעכט.