Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • מי כעמך הגוים

קאווע שטיבל • מי כעמך הגוים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9171
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 2:51 pm#360183
moshav zekeinim האט געשריבן:ווען איך האב מיר געמאפט אין א נייער פלאץ און נישט געהאט קיין העלט קעיר, האט מיין נייער דאקטאר, א נישט איד, מיר געגעבן בחינם'דיגע סערוויס. "דאס איז מיין טשענס צו גיין אין גן עדן" האט ער מיר געזאגט.

ס'קוקט אויס ווי ער טויג אויף כפרות (...)
מיטוואך פעברואר 22, 2017 8:28 am#363548
שמעקעדיג האט געשריבן:א משפחה אדאפטירט 4 קינדער נאך וואס זייער מוטער שטארבט פון קענסער רח"ל
http://m.huffpost.com/us/entry/55b06bffe4b08f57d5d3afab?

מענין לענין באותו ענין, א משפחה נעמט אריין פאר איין נאכט, די קינדער פון שכנ'טע וואס דארף גיין אין שפיטאל, ליידער מאכט זי עס נישט דורך און זיי אדאפטירן די קינדער.
פאקס ניוז האט זיי באלוינט דערפאר. זייער רירענד און עמאציאנאל.
m https://www.youtube.com/watch?v=WO7TmKgPMBQ m

מיטוואך פעברואר 22, 2017 11:57 am#363569
מוסלמענער גרופעס נעמען זיך אן פאר א אידישע פארשוועכטע ביה"ח

m http://www.stltoday.com/news/local/metr ... ecd03.html m
מיטוואך מערץ 15, 2017 10:52 pm#365663
פון די פאלגענדע צוויי תגובות קוקט אויס ווי כ'האב גוט משער געווען. און די אשכול זעה דא און דא
moshav zekeinim האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווען אין א געז סטעישן אונטערוועגנס אנצופילן מיין ליידיגער טאנק. באמערק איך אבער אז איך האב בלויז פעניס מיט דיימס. דער מעקסיקאנער פרוי וואס איז דארט געשטאנען רופט זיך אן "דאנט ווארי, פיל אן די טאנק, איך וועל עס באצאלן!

ענדליך האב איך געהאט מיט אפאר יאר צוריק אום קריסמעס צייט אויף א סיטי באס, איך האב נישט געהאט קיין געלט, א שווארצער פרוי אפערט מיר עטליכע דאלאר זאגנדיג, לכבוד קריסמעס.


moshav zekeinim האט געשריבן:ווען איך האב מיר געמאפט אין א נייער פלאץ און נישט געהאט קיין העלט קעיר, האט מיין נייער דאקטאר, א נישט איד, מיר געגעבן בחינם'דיגע סערוויס. "דאס איז מיין טשענס צו גיין אין גן עדן" האט ער מיר געזאגט.
מאנטאג מאי 28, 2018 6:40 am#403616
א פלייט אטענדענט גיבט צוריק פארגעסענע זויג-מילך פאר די מאמע

m https://www.yahoo.com/lifestyle/mom-for ... 43351.html m
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:27 pm#435961
איך האב זייער נישט ליב דער נאמען פון דעם אשכול, דאס איז געעפנט געווארן דורך א כופר, אבער ווילאנג ס'איז נישטא ערגעץ אנדערש ווי צו לייגן, וועט זיין דא. און איך וועל בעטן @שמעקעדיג אדער @סדרן צו טוישן דעם נאמען

א קינד איז געווארן געטשעפעט פארן העמדל וואס ער האט געטראגן, נאכמאכנדיג אליין די יונעווערסיטי אף טענעסי לאגא אויף א צעטל אויפן רוקן. די טיטשער איז געווארן גערירט און געשיקט די מעשה צום יונעווערסיטי וואס האט צוריקגעשיקט מתנות פארן קינד.

דערנאך האבן זיי געבעטן דעם ארגינעלן לאגא וואס דאס קינד האט געמאלן און זיי מאכן עס פאר אן אפיציעלן טישורט דעזיין פון זייער אונעווערסיטי, אין האנאר פון דאס קינד.

https://abcnews.go.com/amp/US/boy-bullied-homemade-tennessee-shirt-logo-official-design/story?id=65465699

א בילד פון די נייע דעזיין, וואס שטאמט פון דעם קינד