Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • מי כעמך הגוים

קאווע שטיבל • מי כעמך הגוים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9171
דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:13 pm#285199
מי כעמך הגוים
איך וויל פשוט מיט דעם אשכול ארויס ברענגען דאס שיינקייט פונעם גוי'אישן פאלק. ווער עס האט עפעס א מעשה פון א שיינע מדה, פעולה אדער הנהגה א.ד.ג. פון א גוי, פון וואס ער איז נתפעל געווארן איז מכובד דא צו שרייבן, עס קען זיין אפילו גאר פשוטע מעשיות.

איך וועל אנהייבן מיט עטליכע קליינע זעער פשוטע עפיזאדן, און איך האף אז אנדערע משוגעים ווי מיר - וועלעכע קענען דערהערן אז אינעם כללות הגוי קען זיין הויפענעס גוט'ס און ערהאבנקייט, אן דעם וואס זיי זאלן זיין גלגלים פון ברזילי הגלעדי און אנטנינוס, - וועלן אויך שרייבן זייער עקספיריענס.

- מיר זענען אלס בחורים געגאנגען שפאצירן א לאנגע וועג פון עטליכע שעה. אויפן וועג צוריק ווען מיר זענען געווען העט ווייט פון סיי וועלעכער ישוב, האט איינעם געכאפט א פיבער, אבער אינמיטן א רויט וואו טרעפט מען אפילו א פוין צו קלינגען (עס איז נאך געווען אין די צייטן נאך פאר יעדער האט פארמאגט א סעלפאן). מיר שטרעקן אויס די הענט צו די דורך פארנדע קארס אלץ צייכן אז מיר ווארטן פאר הילף, נאך עטליכע מינוט שטעלט זיך אפ א יונגע פריינדליכער פאר פאלק און ליידנט אונז איין אין קאר און פרעגט אונז וואו מיר דארפן אנקומען, און זיי האבן אונז געפירט ביז אהין. פון די שמועס וואס מיר האבן געהאט מיט זיי קוקט נישט אויס אז זיי זענען געווען אידן.

-אלס בחור ווען איך בין אמאל געגאנגען וואשן אין לאנדרי, האב איך געזיכט צו קויפן אויפן פלאץ די דופטיגע פאפירלעך אריין צו לייגן אינעם טריקן מאשין, אבער איך האב נישט געטראפן, בין איך צוגעגאנגען צו א פארטעריקאנער גוי וועלעכע איז געזעסן נעבן זיין ווייב און געווארט אויף זיין לאויד, און איך האט אים געפרעגט צו ער ווייסט צו עס איז דא דא אין איינע פון די וועדיג מאשינען, האט ער געזאגט אז עס איז נישטא, אבער ער קען מיר געבן, זיין ווייב איז ארויס געגאנגען צו זיין קאר און געברענגט א באקס פון די פעיפער און עס אויסגעשטרעקט אז איך זאל נעמען. איך האב גענומען צוויי, זאגט ער נעם נאך עס שמעקט גוט.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:31 pm#285205
Re: מי כעמך הגוים
וואס טוט זיך מיט לא תחנם?!
רש''י: לא תחנם. לא תתן להם חן. אסור לו לאדם לומר כמה נאה גוי זה. דבר אחר אל תתן להם חניה בארץ:
דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:10 pm#285220
איך קום נישטא מיקר זיין שם אלילים. איך ברענג פשוט ארויס אז שיינע מדות והנהגות ליגט אין די מענטשהייט און לאו דוקא ביי אידן אזוי ווי מיר ווילן זיך איינרעדן.
איך וואלט געמאכט אזא אשכול אויף די בעלי חיים אויך.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:20 pm#285222
אנטשולדיגט, גויים זענען נישט קיין פאלק, און יא! דאס יודישע פאלק צייכנט זיך ספעציעל אויס מיט די מדה פון גומלי חסדים. כ'מיין מ'דארף א היפש מאס שנאה המקלקלת את השורה דאס נישט צו קענען איינזען...
דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:32 pm#285225
.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:50 pm#285230
איך מיין אז איך האב מיר זייער גוט מסביר געווען אין מיין צווייטער תגובה פאר דער וואס וויל עס פארשטיין, און אז דו קענסט נישט ארויס קריכן פון דיין באבל דאן מיין איך אז דו זאלסט טון דאס וואס דיין ניק נאמען זאגט.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:59 pm#285231
קפה נמס האט געשריבן:אנטשולדיגט, גויים זענען נישט קיין פאלק, און יא! דאס יודישע פאלק צייכנט זיך ספעציעל אויס מיט די מדה פון גומלי חסדים. כ'מיין מ'דארף א היפש מאס שנאה המקלקלת את השורה דאס נישט צו קענען איינזען...

קלערסטו טאקע אז איך האב ביז יעצט געמיינט אז גוים איז א פאלק עד שבא קפה וגילה לי אז נישט?!

דו זאגסט אז אידן צייכענען אויס אלס גומלי חסדים מער ווי גוים, נו, אדרבא, דערפאר האב איך געעפנט דעם אשכול, זאל מען הערן מעשיות פון די אידן און פון די גוים און לאמיר זעען בחוש צו עס איז טאקע אזוי.

וואס שטערט דיר אז אנשטאט איך זאל גלייבן דערין בלינדערהייט, זאל איך עס זעען באשיינפערליך עין בעין.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:36 pm#285238
איך וויל נישט פארדרייען די נושא, איך מיין בעיקר ארויסצוברענגן די "מי כעמך הגוים".

איך בין זיך נוהג יעדע מאל איך זעץ זיך אריין אין א קאר סערוויס וואס באלאנגט פאר א איד, פירענדיג דורך א גוי, פרעג איך עם וואס לוינט עס דיר דא צו ארבייטן ווען דו פארלירט אזויפיל טעג שבת - ימים טובים - אין די זומער פארן אוועק א ריזיגע פראצענט -, זאגט ער מיר אלעס לוינט מיר אבי צו זיין פארזיכערט אז ער איז סעיף, און דאס איז נאר אין די אידישע קומיאנעטי!! ערגעץ אנדערש ציטערט ער פאר זייו לעבן, פרעג איך עם דו האסט דאך א קעמרא, דאס איז נישט גענוג, זאגט ער מיר און וואס וועל איך האבן אז מען וועט טרעפן די מערדער אין די צייט וואס ער איז טויט, פרעג איך עם אבער דאס וועט עם צוריק האלטן, ער דרייט זיך אויס צו מיר דאנק גאט אז דו ביזט אין אזא פיינע קומיאנעטי אז דו באגרייפסט אפילו נישט וואס עס טוט זיך אפ צווישען די גוים,

די שמועס האב איך שוין געהאט צענדליגע מאל מיט אלע סארט גוים פון ווייסע ביז שווארצע און מיט א געווזענע פאליס אפיסער, יעדער זאגט בערך די זעלבע נוסח.

א וודאי טרעפט מען ערצויגענע שווארצע, אבער א גרעסערע פראצענט זענען זיי נישט, אלס סיי וועלכע סיבה,
א וודאי טרעפט מען א ווייסע גוי זאל זיין נייס אבער די גרעסערע פראצענט זענען נעסטי,
א וודאי טרעפט מען רחמנות-חסד ביי גוים, אבער אינגאנצן נישט אזא פראצענט ווי ביי בני אברהם וואס עס ליגט אין זייער דשינס!
ממילא איז די מי כעמך עקסלוסיוו צו אידען!
מיין פראבלעם איז נאר מיט דאס קעפל פון די אשכול
דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:23 pm#285245
דיינע שמועסן מיט די דרייוער ברענגען בסך הכל ארויס אז דער אידישער קאמיונעטי איז בסך הכל א מעסיגער קאמיונעטי, אזוי ווי א סך אנדערע קאמיונעטיס אין אמעריקא, ווי די אמיש, מאנאניטן, מארמאנס, און אנדערע טויזנטער פרידליכע געגנטער אין שטעטלאך.

אין די פאבליק וועלטאין די גרויסע שטעט וואו אלע סארט שיכטן און קרייזן לעבן בערבוביה, אודאי דארף מען זיין פארזיכטיג להבחין בין טוב לרע.
הכלל דער אידישער סעפטינעס איז ווייל עס איז "אינווייניג" אוו די גוי'אישע (ליין פאבליק וועלט אין די גרויסע שטעט) נאן סעיפטינעס איז ווייל עס איז אינדרויסן.
אז א אינווייניגסטער מאכט טראבל, וואו קומט ער אן? אינדרויסן! עס איז נישט דער אידישער טעדענץ, נאר דער אינעווייניג טעדענץ.

אינדרויסן זענען אודאי פאראן א סך מער שוידערליכע שלעכטץ ווי אינווייניג, אבער אפשר אויך מער וואונדערליכער גוטס.

און לאמיר זאגן אז אינדרויסן איז בדרך כלל ערגער לכל דבר. וואס וועסטו זאגן צו אנדערע מובדלים אינעווייניגסטע קאמיונעטיס ווי פריער דערמאנט די מאנאניטן און די אמיש און איידעלע אינדידזשיט רעזערוון וכדו'?

לאמיר מעסטן זייער גדלות, פיינקייט ריינקייט און ארענטליכקייט כלפי די אידן.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:32 pm#285247
Re: מי כעמך הגוים
moshav zekeinim האט געשריבן:איך קום נישטא מיקר זיין שם אלולים. איך .

וואס האט לא תחנם מיט מייקר זיין שם אלילים?!
דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:37 pm#285248
דו זאגסט אז אידן צייכענען אויס אלס גומלי חסדים מער ווי גוים, נו, אדרבא, דערפאר האב איך געעפנט דעם אשכול, זאל מען הערן מעשיות פון די אידן און פון די גוים א

ספר לקוטי אמרים פרק א: משא"כ נפשות אומות עובדי גלולים הן משאר קליפות טמאות שאין בהן טוב כלל כמ"ש בע"ח שער מ"ט פ"ג וכל טיבו דעבדין האומות עובדי גלולים לגרמייהו עבדין
ון לאמיר זעען בחוש צו עס איז טאקע אזוי.

זעסטו נישט אלעמאל קען מען באשליסען דורכן זעען בחוש אסאך מאל דארף מען קוקען וואס אונזערע רביס האבן אונז געלערנט
דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:54 pm#285251
moshav zekeinim האט געשריבן:
קפה נמס האט געשריבן:אנטשולדיגט, גויים זענען נישט קיין פאלק, און יא! דאס יודישע פאלק צייכנט זיך ספעציעל אויס מיט די מדה פון גומלי חסדים. כ'מיין מ'דארף א היפש מאס שנאה המקלקלת את השורה דאס נישט צו קענען איינזען...

קלערסטו טאקע אז איך האב ביז יעצט געמיינט אז גוים איז א פאלק עד שבא קפה וגילה לי אז נישט?!

דו זאגסט אז אידן צייכענען אויס אלס גומלי חסדים מער ווי גוים, נו, אדרבא, דערפאר האב איך געעפנט דעם אשכול, זאל מען הערן מעשיות פון די אידן און פון די גוים און לאמיר זעען בחוש צו עס איז טאקע אזוי.

וואס שטערט דיר אז אנשטאט איך זאל גלייבן דערין בלינדערהייט, זאל איך עס זעען באשיינפערליך עין בעין.

מושב זקנים: או.קעי. דו ווילסט הערן מעשיות פון גמילות חסדים פון אידן אויך וועל איך דיר פארציילן א מעשה וואס איך האב אליינס צוגעזעהן.איך בין אמאל אריבערגעגאנגען אויף דרייצנטע עוו. אין בארא פארק און כ'האב געזעהן אז ס'איז דא א טומל אויפ'ן גאס. א שעריף האט געוואלט אוועקשלעפן א איד'ס קאר פאר נישט באצאלטע טיקעטס. ער האט געזאגט אז אויב מ'גיט איהם 500 דאללער שלעפט ער נישט אוועק די קאר. דער יונגערמאן, דער בעה"ב פון די קאר האט זיך געוואנדן צום עולם. אלעס פרעמדע מענטשן. און האט ביז א פאר מינוט צוזאמגעשטעלט דאס געלט. כ'ווייס נישט צו ס'געווען הלוואות אדער סתם געגעבן. אבער ער האט מצליח געווען צו באצאלן די סכום. איך האב נישט געזעהן קיין איין גוי וועלכער זאלל אפפערן צו געבן א פאר דאללער. נאר אידן. אין מיין סידור שטייט טאקע אזוי..."ומי כעמך ישראל גוי אחד"...! ס'שטייט נישט ומי כעמך איטאליענער אדער פארטא-ריקאנער...!
דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:58 pm#285252
ירא שמים האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט לא תחנם?!
רש''י: לא תחנם. לא תתן להם חן. אסור לו לאדם לומר כמה נאה גוי זה. דבר אחר אל תתן להם חניה בארץ:

לויט רוב פוסקים גייט נאר אן דער לאוו פון לא תחנם אין ארץ ישראל...! און ספעציעל ווען ס'קען ארויסקומען א קידוש השם פון דעם איז עס א מצווה צו קאמפלימענטירן א גוי אדער צוריקגעבן זיין אבידה...!
פרייטאג יוני 26, 2015 12:12 am#285254
Re: מי כעמך הגוים
כבין א קנאפע ת״ח און כווייס נישט פון וועלכע רוב פוסקים דו רעדסט אבער סאיז מסתבר אז זיי גייען ארויף אויף די אנדערע פשטים אויף לא תחנם, וואס האט צו טון מיט פארקויפן קרקע , ווייל נתינת חן האט נישט מיטן לאנד צו טוען.
פרייטאג יוני 26, 2015 2:11 am#285263
לאמיר אפילו זאגן אז מושב זקנים איז 100% גערעכט, דאך אבער איז די קעפל נישט אזוי איי איי איי.......
פרייטאג יוני 26, 2015 8:28 am#285268
Re: מי כעמך הגוים
לא תחנם גייט נאר אן ביי די אמאליגע עובדי כוכבים ומזלות, ארויסצוברענגען דעם חביבין בני אדם שנבראו בצלם אלקים, איז נישט קיין שום איסור.
פרייטאג יוני 26, 2015 9:53 am#285273
מושב איז גערעכט, אויך אין בעלי חיים האט דער אייבישטער אריינגעלייגט אן אינסטינקט צי טון חסד און העלפן איינעם דעם אנדערען
אויך די נאציס און אלע אנדערע פעלקער וואס האבן מיט געארבעט מיט זיי האבן געהאט די אינסטיקנט,
אויך די אנדערע פעלקער וואו אידען האבן זיך אנגעגעסען מיט צרות אלע ימי הגלות האבן געהאט די אינסטיקנט.

וואסערע אינטערעסע איינער זאל האבן און עפענען אזא אשכול פארשטיי איך נישט

ביי אינז אידן אין חסד אן עבודה פין זיך מתדמה לקונו און נאך.

"מי כעמך ישראל" האט נישט קיין דירעקטע שייכת מיט חסד - אויסער אין די צייטונגען
פרייטאג יוני 26, 2015 10:40 am#285283
איך גיי עפענען א פרושע אשכול ״מי כעמך סקאנק״.

א טייל פון אירע מעלות:
מען נוצט די האר פאר מענטשליכע געברויכן. און מען נוצט אפילו אירע עקלדיגע שפריץ פאר טייער געווירצען.

ווער עס האט נאך מעלות אדער עפיזאדן פון די פאלק איז מכובד מיט צוטיילן.

פאלגד נאך מיט שפאנונג.
פרייטאג יוני 26, 2015 10:57 am#285286
איך האב נישט ליב די קעפל פון דיזען אשכול, די גמרא זאגט שוין וחסד לאומים חטאת.
דאס איז א זינד פאר זיי, ווען זיי טוהן א חסד מיינען זיי זיך און נישט אונז, ווען ATUB @א איד ATUB ( יא איך מיין מיך אויך דא) טוט א חסד, טראכט ער נישט נאר פון זיך, ער האט יענעם אונזין אויך.
ווי אויך די גמרא אנהייב עבודה זרה, ווי ווען משיח וועט קומען וועט מען אויפווייזן פאר די גוים, אז זיי האבן נאר געטראכט פון זיך, אויף יעדע גוטע זאך וואס זיי האבן געטוהן.
פרייטאג יוני 26, 2015 11:16 am#285293
יא קעפל נישט קעפל, אדערווייל האט ער געברענגט מינדערוויכטיגע חסדים'לעך ווי א גוי האט אים אלס בחור געגעבן א היטש. רבי איד, איר זענט שוין אין מושב זקנים אין די לעצטע חסד פון א גוי איר געדענקט איז פון אלס בחור?

אלנפאלס, דער מי כעמך הגוים רעדט פון אביסל דיטערזשענט און מי כעמך ישראל, רעדט פון זיך לאזן צעשניידן פאר א צווייטן איד, פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן איד פאר חדשים לאנג, פון אוועקגעבן מיליאנען דאלארן פאר א צווייטן איד, פון לעבן א לעבן פון חסד און אפפערוויליגקייט על כל פסיעה ופסיעה, ארייננעמען געסט אין פיצעלע דירות, טיילן היטשעס זעקס טעג א וואך, געבן צדקה לקרובים ורחוקים, ארייננעמען קינדער פון אנדערע פאמיליעס, שיקן די טאכטער בעיביסיטן, באקן חלות פאר א קימפעטארן, וכו' וכו', ארויסהעלפן א ניק אויף קאווע שטיבל, מחזק זיין א צעבראכענעם איד, חסדים וואס קענען אנפולן א בוך יעדן איינציגן טאג.
פרייטאג יוני 26, 2015 11:31 am#285296
סאיז דא איין עמך און דא איז כלל ישראל. יא סאיז דא חסד ביי גוים אבער ווי פריער געשמועסט איז עס חטאת.

אבער מי כעמים וכגוים וואס האבן אונז געשלאגן און געריסן שטיקער פלייש. פארברענט עלטערן לעיני השמש. די אלע אייסיס מעטאדן וואס סכאפט דיר א ציטער זיי צו קוקען האבן שוין רוב אומות ליידער געטאן מיט אונזערע עלטערן אלעס פאר איין טעם ווייל מיר זענען דער מי כעמך ישראל. ובכל זאת שמך לא שכחנו. דעריבער נא אל תשיבני.

לאמיר זאגן בכוונה הבט משמים וראה כי היינו לעג וקלס בגוים נחשבנו כצאן לטבח יובל להרוג ולאבד ולמכה ולחרפה.וגו. שומר ישראל
פרייטאג יוני 26, 2015 11:49 am#285305
גערעכט, "מי כעמך ישראל" האט היטלער אויך געוויסט און באשטעטיקט
און דאס האט ניטאמאל געהאט צי טון מיט קיום התורה והמצות, ער האט געוויסט אז "מי כעמך ישראל" פשוט ווייל ער איז "ישראל"
פרייטאג יוני 26, 2015 11:54 am#285308
Re: מי כעמך הגוים
שמערל האט געשריבן:לא תחנם גייט נאר אן ביי די אמאליגע עובדי כוכבים ומזלות, ארויסצוברענגען דעם חביבין בני אדם שנבראו בצלם אלקים, איז נישט קיין שום איסור.

וואס טוט זיך מיט לא תתחתן וואס שטייט גלייך דערנעבן?!
פרייטאג יוני 26, 2015 12:08 pm#285313
ירא שמים האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:לא תחנם גייט נאר אן ביי די אמאליגע עובדי כוכבים ומזלות, ארויסצוברענגען דעם חביבין בני אדם שנבראו בצלם אלקים, איז נישט קיין שום איסור.

וואס טוט זיך מיט לא תתחתן וואס שטייט גלייך דערנעבן?!

ירא שמים: אז דו ווילסט קענסטו אדער דיינע קינדער (ח"ו) חתונה האבן מיט א גוי'טע...היל"ת. די רעפארמער אין דייטשלאנד און דאהי אין אמעריקע האלטן טאקע אז דער לאוו גייט נישט אן היינטיגע צייטן...!
פרייטאג יוני 26, 2015 12:20 pm#285320
Re: מי כעמך הגוים
ירא שמים האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:לא תחנם גייט נאר אן ביי די אמאליגע עובדי כוכבים ומזלות, ארויסצוברענגען דעם חביבין בני אדם שנבראו בצלם אלקים, איז נישט קיין שום איסור.

וואס טוט זיך מיט לא תתחתן וואס שטייט גלייך דערנעבן?!

רוב ראשונים האלטן עס גייט נאר אן ביי די ז' עממין, דער רמב"ם לערנט ארויס פון ספר עזרא אז עס גייט אויך אן ביי אלע פעלקער.
פרייטאג יוני 26, 2015 6:43 pm#285459
פרייטאג יוני 26, 2015 7:45 pm#285475
ירא שמים, דאס קעפל פון דעם אשכול איז "מי כעמך הגוים" ווי וואגסטו דיך אריינצוקומען אין אזא אשכול בשאט נפש.
פרייטאג יוני 26, 2015 7:49 pm#285476
עוד מעט און מ'זעט נישט קיין חילוק צווישן ק''ש און פאליש
מוצ"ש יוני 27, 2015 10:29 pm#285489
איך כאפ פריער א שמועס מיט אן מענאניטישער קריסט ( Mennonites), און איך דערצייל אים אז איך האב מיר גע'טענה'ט מיט א איד וואס האט מיר געזאגט אז אידן זענען דאס איידלסטע און וואוילטעטיגסטער פאלק, און איך האב גע'טענה'ט אז יעדער גרופע האלט אזוי אויף זיך, למשל די מאנאניטן האלטן אז זיי זענען די בעסטע.

"ניין - האקט יענער איבער- מיר האלטן נישט אז מיר זענען די בעסטע, טאמער האלט מען אז מען איז די בעסטע דאן איז מען נישט קיין קריסט.

"דאס איז א טייל פון די אידישע מענטאליטי צו האלטן אז מען איז די בעסטע.

ודפכ"ח
מוצ"ש יוני 27, 2015 10:33 pm#285490
כוכב האט געשריבן:דער מי כעמך הגוים רעדט פון אביסל דיטערזשענט און מי כעמך ישראל, רעדט פון זיך לאזן צעשניידן פאר א צווייטן איד, פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן איד פאר חדשים לאנג, פון אוועקגעבן מיליאנען דאלארן פאר א צווייטן איד, פון לעבן א לעבן פון חסד און אפפערוויליגקייט על כל פסיעה ופסיעה, ארייננעמען געסט אין פיצעלע דירות, טיילן היטשעס זעקס טעג א וואך, געבן צדקה לקרובים ורחוקים, ארייננעמען קינדער פון אנדערע פאמיליעס, שיקן די טאכטער בעיביסיטן, באקן חלות פאר א קימפעטארן, וכו' וכו', ארויסהעלפן א ניק אויף קאווע שטיבל, מחזק זיין א צעבראכענעם איד, חסדים וואס קענען אנפולן א בוך יעדן איינציגן טאג.

איך בין מסכים צו יעדן ווארט דא, דעם תגובה דארף מען ארויסשטעלן מיט גרויסע ווערטער, לאמיר זיין שטאלץ מיט אונזערע גוטע חלקים, עס איז קלאר אז קיינער טוט נישט וואס כלל ישראל טוט איינער פארן צווייטן.

מי כעמך הגויים איז א שיינע (?) מליצה, אבער מי כעמך ישראל שטייט אין די תפלין פונעם בורא, ער שטאלצירט מיט אונז, ווי נאריש דארף מען זיין צו זיין סעלף העיטינג און אויפווייזן אז יענער איז בעסער.

אודאי מיינט עס נישט אז אלעס איז גוט ביי אונז, מען קען זיך אלץ לערנען פון יענעם, ווען די ספרים זאגן אז מיר זאלן היטן דעם כבוד ביהמ"ד אזוי ווי להבדיל די גויים האבן רעספעקט אין זייער קלויסטער מיינט דען דאס מי כעמך הגויים? מיר מעגן זיך לערנען געוויסע נקודות טובות, און עס זענען זיכער דא חסידי אומות העולם וואס האבן אונז און אנדערע גוטס געטאן, אבער בטבעיות לעבט א גוי סעלפיש פאר זיך און א איד וועט זיך מקריב זיין פאר א צווייטן בחסד של אמת ואינו מצפה לתשלום גמול. מי כעמך ישראל איז א פאקט.
מוצ"ש יוני 27, 2015 10:37 pm#285491
מושב זקנים, אין א זייט געלייגט אלע דיינע מעלות - עס וואלט כדאי געווען זאלסט ווייניגער שמועסן מיט גויים, בפרט איבער רעליגיע. עס וועט דיר נישט ברענגען קיין יראת שמים.
מוצ"ש יוני 27, 2015 11:17 pm#285497
moshav zekeinim האט געשריבן:איך כאפ פריער א שמועס מיט אן מענאניטישער קריסט ( Mennonites), און איך דערצייל אים אז איך האב מיר גע'טענה'ט מיט א איד וואס האט מיר געזאגט אז אידן זענען דאס איידלסטע און וואוילטעטיגסטער פאלק, און איך האב גע'טענה'ט אז יעדער גרופע האלט אזוי אויף זיך, למשל די מאנאניטן האלטן אז זיי זענען די בעסטע.

"ניין - האקט יענער איבער- מיר האלטן נישט אז מיר זענען די בעסטע, טאמער האלט מען אז מען איז די בעסטע דאן איז מען נישט קיין קריסט.

"דאס איז א טייל פון די אידישע מענטאליטי צו האלטן אז מען איז די בעסטע.

ודפכ"ח

א גוי וועט על פי רוב נאר געבן געלט פאר א טשערעטי, ווייל דארט באקומט ער כבוד אא״וו. אבער פאר א אינדעווידועלע מענטש וועט ער געבן 2 דאלער. ווידער ביי איד איז נישט אזוי, די מושג ביי אידן אז יעדע איד איז א עולם מלא און מען קען אוועקגעבן אוצרות מיט געלט פאר ״איין״ איד, צו ראטעווען ״איין״ איד, טרעפט מען נישט ביי קיין שום אומה ולשון. אזא מושג איז די גרעסטע חידוש ביי די מין אנושי.
מוצ"ש יוני 27, 2015 11:42 pm#285501
איך ארבעט שוין מיט גוים יארן לאנג. ווי לענגער אלץ מער זעה איך דעם מי כעמך ישראל. נישט אז געוויסע זאכן טאר מען זיך נישט אפלערנען פון זיי אבער בדרך כלל איז דער יוד סאך בעסער פונעם גוי, בכיסו, בכוסו ובכעסו.
זונטאג יוני 28, 2015 12:12 am#285512
נאך א זאך וואס דער מאנאניט דערציילט מיר, אז זיין זיידע, זיין טאטעס טאטע, האט איבערגעלאזט א גרויסע ירישה, אבער דעם זיידן'ס יונגסטער זון וועלעכער איז אראפ פונעם מאנוניטישער וועג, האט מיט געקינסלטע שטיק אנגעארבעט אז די גאנצע ירושה זאל צו אים אריבער גיין.

דער באנדיט האט געוויסט אז די בעסטע קאסטומערס פאר דעם טאטנס חפצים וועלן זיין זיינע אייגענע ברודער, האט ער דעריבער געלאזט וויסן פאר די ברודער אז אין דעם אין דעם טאג מאכט ער אן אויספארקויף אינעם טאטנס הויז, וואס ער האט מיט שווינדל עס געלייגט אויף זיין נאמען.

צום באשטימטן טאג, אבער אביסל פאר די באשטימטער צייט, קומט זיין טאטע אריין אין הויז, ער שפאנט ארויף די טרעפן צום צווייטן שטאק ווי אלע חפצים זענען געליגן.

דער חשדנת'דיגער ברודער הערנדיג איינעם קומען פאר די צייט איז באלד געקומען צו לויפן, און זעענדיג דעם עלטערן ברודער האט ער אים געגעבן א טראסק אראפ אלע טרעפן.

"דער טאטע, צעקלאפטערהייט הייבט זיך אויף און פרעגט דעם ברודער, וואס האב איך דיר שלעכטץ געטון אז דו טוסט אזיינס צו מיר?

דער יונגערער ברודער ענטפערט מיט א צינישער געלעכטער: אה, איך האב געמיינט אז דו ביסט א צווייטער!

"דער טאטע, אן זאגן א ווארט, האט זיך אויסגעדרייט און אוועק געגאנגען.

"דער טאטע איז געווען א עניו און א מוחל על עלבונו, און ער האט נישט גערעדט קעגן דעם ברודער.
זונטאג יוני 28, 2015 12:44 am#285523
moshav zekeinim האט געשריבן:איך כאפ פריער א שמועס מיט אן מענאניטישער קריסט ( Mennonites), און איך דערצייל אים אז איך האב מיר גע'טענה'ט מיט א איד וואס האט מיר געזאגט אז אידן זענען דאס איידלסטע און וואוילטעטיגסטער פאלק, און איך האב גע'טענה'ט אז יעדער גרופע האלט אזוי אויף זיך, למשל די מאנאניטן האלטן אז זיי זענען די בעסטע.

"ניין - האקט יענער איבער- מיר האלטן נישט אז מיר זענען די בעסטע, טאמער האלט מען אז מען איז די בעסטע דאן איז מען נישט קיין קריסט.

"דאס איז א טייל פון די אידישע מענטאליטי צו האלטן אז מען איז די בעסטע.

ודפכ"ח

מושב זקנים: דאמאלץ האבן זיי (די מענאניטן) נאך א מעלה זיי האבן עניוות אויך. חוץ די אלע אנדערע מעלות....אזוי וואלט איך געזאגט אויף א איד וואס האלט זיך קליין...!
זונטאג יוני 28, 2015 12:59 am#285531
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען די ספרים זאגן אז מיר זאלן היטן דעם כבוד ביהמ"ד אזוי ווי להבדיל די גויים האבן רעספעקט אין זייער קלויסטער מיינט דען דאס מי כעמך הגויים?

אין וועלכע ספר האסטו דאס געזען???
מעולם לא שמעתי כזה, אדרבה אונז האבן בקבלה אז ביי א וויכוח האט ער די גלח אגעפרעגט ממש די שאלה וואס דו שטעלסט אוועק, און די חכם דיהודאי האט עם אפגענטפערט מיט צינישע שמייכל, וואס פארשטייסטו נישט ביי ענק איז די בית תפלה א פרעמד מקום פירט מען זיך אויף שיין, משא"כ ביי אונז איז די בית המדרש ממש א היים, ווער פירט זיך דען אויף עמטליך ביי זיך אינדערהיים?!!! ופני גלח חפוי...
זונטאג יוני 28, 2015 1:01 am#285532
@מושב אפשר געסטו ארויס אויך די אנדערע סארט שמועסן וואס דו האסט מיט זיי....
זונטאג יוני 28, 2015 2:05 am#285549
נאכן ליינען די תגובות דא, און אויך אין אנדערע לעצטיגע אשכולות, קוקט אויס ווי עס האבן זיך אריינגערוקט א מאסע אייוועלט אידן וואס פארדרייען יעדען נארמאלע אשכול מיט דברי מחאה מוסר ותוכחה.
זונטאג יוני 28, 2015 2:35 am#285563
יתרו האט געשריבן:נאכן ליינען די תגובות דא, און אויך אין אנדערע לעצטיגע אשכולות, קוקט אויס ווי עס האבן זיך אריינגערוקט א מאסע אייוועלט אידן וואס פארדרייען יעדען נארמאלע אשכול מיט דברי מחאה מוסר ותוכחה.

כמיין אזוי וואו דא איז געווארן אייוועלט סטיל איז שוין דא נישט דיין פלאץ און קענסטיך שיינערהייט אפטראגן פון דאנעט און שלום על ישראל.
זונטאג יוני 28, 2015 2:37 am#285565
ישמעאל הכהן האט געשריבן:עוד מעט און מ'זעט נישט קיין חילוק צווישן ק''ש און פאליש

ATUB @ישמעאל הכהן ATUB , איך האב געהאלטן אז דו טרייבסט איבער מיט דיינע ווערטער ביז איך האב דאס געליינט:
moshav zekeinim האט געשריבן:אז דו הייבסט אן האבן קשיות אויף ר' ליפא'ס התנהגות, וועסטו אנהייבן האבן קשיות אויף דעם רוזשינער'ס התנהגות, אדער גאר אויפן בעל שם טוב און וועלן געוואויר ווערן וואס פאר א חומר ער האט אריין געלייגט אינעם לילקע ציבעך


וועל איך מאכן א שטיקל סך הכל:
דער פסוק מי כעמך ישראל גייט ארויף אויף אלע גוים און נאר אויף זיי, אבער חס ושלום אויף די יודישע פאלק וואס דער באשעפער האט אויסגעקליבן וואס אויף זיי זאגט ער עס (הייסט עס ווער האט געמאכט דא די טעות? דער באשעפער אליינס, צו די חכמים וואס האבן עס געשריבן בערך 2,000 יאר צוריק?)
דער הייליגער בעל שם טוב און דער הייליגער רוזינער זענען געווען פשוטע באם׳ס און גאסן יונגען וואס האבן גערייכערט דראגס.
ענווה און וותרנות זענען מדות וואס איז אויסדריקלעך נאר ביי די גוים, אבער ביי די יודן וועסטו נישט טרעפן אזאנס.
חסד וועסטו טרעפן נאר ביי גוים והא ראיה ער האט אפילו באקומען א זייפל מיט א היטש פון זיי יארן צוריק. (און וואס איז מיט די טויזענטע היטשעס וואס ווערט געגעבן טעגליך אין די שטאט מאנסי אליינס? עס איז זיכער דמיונות און אויב איז עס יא אמת, זענען אלע היטש געבער זיכער גויים וואס זענען פשוט פארשטעלט ווי יודן)
די אלע חסד ארגענעזאציעס וואס איז דא ביי יודן פאר אלע מינע מצבים ווי א מענטש קען נאר זיין (דער באשעפער זאל אפהיטן און מען זאל נישט דארפן אנקומען צו זיי) מיינט גארנישט.
ועוד ועוד????!!!!
יתרו האט געשריבן:נאכן ליינען די תגובות דא, און אויך אין אנדערע לעצטיגע אשכולות, קוקט אויס ווי עס האבן זיך אריינגערוקט א מאסע אייוועלט אידן וואס פארדרייען יעדען נארמאלע אשכול מיט דברי מחאה מוסר ותוכחה.
אדרבה ATUB @יתרו ATUB טייערע, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין און ענטפערן פשוט פשט אויף מיינע שאלות?
זונטאג יוני 28, 2015 2:46 am#285567
ער לייקענט נישט אפ אין דעם פסור מי כעמך ישראל, ער נוצט א לשון המושאל ארויסצוברענגן א נקודה אז חסד איז פארהאן ביי גוים אויך, ווי חז"ל האבן שוין ערווענט אזא נקודה מיטן דערמאנען חסידי אומות העולם. אוודאי איז דא חסד ענווה און וותרנות ביי אידן, אבער אידן האבן נישט קיין מאנופאל אויף דעם. יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס מיינט ער און גארנישט מער.
זונטאג יוני 28, 2015 3:28 pm#285688
moshav zekeinim האט געשריבן:
"דער טאטע איז געווען א עניו און א מוחל על עלבונו, און ער האט נישט גערעדט קעגן דעם ברודער.


און פון וואו ווייסט ער די מעשה? אפשר האט יאשקעס מאמע דאס איהם פארציילט, אדער זיין טאטע וואס האט מוחל געווען על עלבונו האט דאס פארציילט פאר דעם זוהן?
זונטאג יוני 28, 2015 4:19 pm#285711
מושב איך מוז אנהייבען מיט דיסעגריען. סאיז קלאר אז ביי די אידען איז דא די מערסטע חסד אין אז א איד וועט זיך אוועקגעבן צו העלפען א צווייטע איד
אבער סאיז אויך קלאר אז מקען טרעפן אסאך איידעלע גוים וואס זענען אויך גרייט צו העלפען אין טון חסד
מיין מעשה מיט א גוי
איך בין אמאל געפארען אויף א ביציקעל אויף א טרעיל טיף אין א וואלד אין איך האב מיך גוט אויסגעגליטשט אין מיך גוט צושניטען מיין פוס אז איך האב נישט געקענט גיין ווייטער. איך האב כמעט נישט געהאט קיין בעטערי אויף מיין טעלעפאון אין איך האב מיך אנגעהויבען זארגען וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון דא
אינמיטען פארט אדורך א גוי אין ווי נאר ער זעהט מיין מצב שטעלט ער זיך אפ אין נעמט ארויס א האנטוך פון זיין בעקפעק אז איך זאל קודם קענען אפשטעלן די בלוט. ער איז גראד געגאנגען רופען הילף אין נישט אוועק געגאנגען ביז הילף איז אנגעקומען
פון אידישע חסד וועל איך ניטאמאל אנהייבען צו שרייבען ווייל איך וועל קיינמאל נישט ענדיגען
פרייטאג יולי 24, 2015 6:47 am#291510
א משפחה אדאפטירט 4 קינדער נאך וואס זייער מוטער שטארבט פון קענסער רח"ל

m http://m.huffpost.com/us/entry/55b06bffe4b08f57d5d3afab m ?
זונטאג יאנואר 24, 2016 1:47 pm#318766
א מעשה ווי א גוי האט אוועקגעגעבן זיין העמד פאר א צווייטן...

m http://www.vosizneias.com/227890/2016/0 ... -millions/ m

קוקנדיג די קליפ, איז דארטן דא א ענליכע קליפ מיט א פרוי וואס האט אוועקגעגעבן אירע שיך פאר א בארפוסיגן...

m https://www.youtube.com/watch?v=2ev26QKcMRs m
זונטאג יאנואר 24, 2016 2:40 pm#318779
A police officer adopts 2 kids who are in a bad situation

m https://www.facebook.com/omeletocom/vid ... 529739494/ m
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 2:09 am#360155
איך בין לעצטנס געווען אין א געז סטעישן אונטערוועגנס אנצופילן מיין ליידיגער טאנק. באמערק איך אבער אז איך האב בלויז פעניס מיט דיימס. דער מעקסיקאנער פרוי וואס איז דארט געשטאנען רופט זיך אן "דאנט ווארי, פיל אן די טאנק, איך וועל עס באצאלן!

ענדליך האב איך געהאט מיט אפאר יאר צוריק אום קריסמעס צייט אויף א סיטי באס, איך האב נישט געהאט קיין געלט, א שווארצער פרוי אפערט מיר עטליכע דאלאר זאגנדיג, לכבוד קריסמעס.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 2:12 am#360156
ווען איך האב מיר געמאפט אין א נייער פלאץ און נישט געהאט קיין העלט קעיר, האט מיין נייער דאקטאר, א נישט איד, מיר געגעבן בחינם'דיגע סערוויס. "דאס איז מיין טשענס צו גיין אין גן עדן" האט ער מיר געזאגט.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:48 pm#360178
כ'האב יעצט געענדיגט קוקן א קליפ איבער דעם פארשוואונדענעם יוניאן פיהרער דזשימי האפפא. חוץ דעם וואס ער איז געווען זייער פאפולער צווישן די פשוטי עם, די רענק ענד פייל פון צווישן זיין יוניאן, די טיעמסטערס, האט ער אויך געטון א פערסאנאל, לאנג טערם חסד. ער האט אריינגענומען צו זיך אין שטוב אן ארימע אלמנה מיט איהר זון צו וואוינען אומזיסט. נאר דער זוהן, טשארלס, טשאקי או'ברייען וועם א יעדער האט באטראכט אלס דזשימי האפפא'ס שטיעף זוהן האט געהאט א חלק אין זיין פארשווינדן ווערן...ער לייקנט עס אפ...!
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:55 pm#360179
moshav zekeinim האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווען אין א געז סטעישן אונטערוועגנס אנצופילן מיין ליידיגער טאנק. באמערק איך אבער אז איך האב בלויז פעניס מיט דיימס. דער מעקסיקאנער פרוי וואס איז דארט געשטאנען רופט זיך אן "דאנט ווארי, פיל אן די טאנק, איך וועל עס באצאלן!

אפשר האט זי געמיינט אז ביסט אויך א מעקסיקאנער