Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער בליץ" מדי חודש בחודשו

"דער בליץ" מדי חודש בחודשו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 228 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #920
זונטאג אפריל 29, 2012 12:28 am#8364
"דער בליץ" מדי חודש בחודשו
איך שרייב דעם אשכול נישט מיט א פרייליך הארץ נאר פארקערט.

Competition איז א גוטע זאך, און אויב די שטערן איז געווארן בעסער ווען די בליץ איז ארויסגעקומען דארף מען געדעקען צו באדאנקען די בליץ פאר דעם.

יעצט נאך די ריזיגע איסורים אויף די שטערן זעט אויס אז די בליץ איז שוין בעסער ווי די שטערן און האט בעסערע ארטיקלען.

איך האב שבת געהאט ביידע און עס דורכגעקוקט און איך וויין אויף די מצב פונעם שטערן.

איך וועל שפעטער צושטעלן ביידע און הערן וואס עטץ זאגטס.

און צו די שטערן וויל איך בעטן, לאזטס ענק אפ פון די אלע משוגעים און הייב אן מיט א subscription campaign און זאל יעדער הנאה האבן.
זונטאג אפריל 29, 2012 12:49 am#8376
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
עס ווענדט זיך וויאזוי די קוקסט, איינער וואס ווייסט אביסל וואס עס טוט זיך ווייסט, אז דער בליץ האט נישט קיין אריגענעלע ארטיקלען, אלעס איז איבערגעטיייטשט ווארט ביי ווארט פון דאקומענטאריס וואס די קענסט זעהן אויף יוטאב פאר אימזינסט! דארפסט ניטאמאל צאלן די 6 טאלער דערפאר, ממש מורהדיג. פון די אנדערע זייט, דער שטערן שטעלט דיר צו אייגענע אריגענעלע ארבייט, נעם די ארטיקל פין חיליק פראנק די חודש, א מייסטער ארבייט, אראפגעגאנגען צו אים פערזענליך וכו. איך האב נישט די צייט יעצט מאריך צו זיין ודו"ק
זונטאג אפריל 29, 2012 12:57 am#8379
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
איך האב נישט געלייענט דעם אינטערוויא מיט חיליק, אבער פאראיאר איז געווען א לאנגן אינטערוויא אינעם "איד" מיט חיליק פראנק, ער האט דארט ארומגערעדט אלע דיטעילס וויזוי ער איז אנגעקומען אנצופירען די שפילערייען אין מירון ווי אויך אז ער איז געזיצן אין תפיסה אין אן אנדערן לאנד פאר פאלשע דראג קלאגעס.
זונטאג אפריל 29, 2012 1:03 am#8381
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
ידען, איך האלט אז דו האסט א פוינט. אבער אויב דא שטייט אויפ'ן קעפל "דער בליץ" - דארף מען דא רעדן פון דעם "בליץ", און נישט נוצן דעם "בליץ" כדי צו האקן אויפ'ן "שטערן".
זונטאג אפריל 29, 2012 1:12 am#8382
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
איך האב ס"ה איינמאל געליינט דעם בליץ, און איך בין געווען זייער אנטוישט צו זעהן צו וואס פארא שוואכע שטאפעל אידישע ליטראטאר קען זיך דערקייקלען, איך רעד נישט פון דעי חלק אז אלעס קומט פון אלטע דאקאמענטעריס, אבער אפילו לאמיר זאגען אז סיי דער שטערן און סיי דער בליץ זענען בס"ה בלויזע טרענסעלעיטערס, דארף מען וויסען ווי אזוי צו טראנסאלירען א ארטיקל עס זאל זיין געשריבען לויט די כללי הכתיבה, און עס זאל אויך זיין ציענד, דער שטערן צייכענט זיך אויס מיט ביידע מעלות, משא"כ דער בליץ -עכ"פ דעם אויסגאבע וואס איך האב געליינט- דארף אויף ביידע א גרויסע תיקון.
זונטאג אפריל 29, 2012 1:54 am#8394
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
יאנקל האט געשריבן:ידען, איך האלט אז דו האסט א פוינט. אבער אויב דא שטייט אויפ'ן קעפל "דער בליץ" - דארף מען דא רעדן פון דעם "בליץ", און נישט נוצן דעם "בליץ" כדי צו האקן אויפ'ן "שטערן".

גערעכט.

איך האב נאר געלייגט א הקדמה.

שפעטער וועל איך מרחיב זיין.

מע מעג אבער לייגן די חילוקים פון די ביידע.

After all איז די בליץ נאכגעמאכט און געוואלט זיין ווי די שטערן, און יעצט זענען זיי שוין כמעט פאראויס, ליידער. און זיי מעגן ווייל זיי האבן נישט רבנים זאלן זיי זאגן וואס צו פארבעסערן ( פארערגערן!) און אויך האבן זיי נישט די וןאס זאלן זיי וועלן אומברענגען.
זונטאג אפריל 29, 2012 3:28 am#8418
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
זיי שרייבן איבער דובאי א ענין וואס דער שטערן האט געהאט באשריבן אז סגערינען פין מויל.....
זונטאג אפריל 29, 2012 9:44 am#8426
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
זיי וויסען דאך נישט וואס שטייט אינעם געאסרטן שטערן, ס'האט זיך זעכער פונקט געמאכט...
זונטאג אפריל 29, 2012 8:51 pm#8712
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
משה געציל האט געשריבן:איך האב ס"ה איינמאל געליינט דעם בליץ, און איך בין געווען זייער אנטוישט צו זעהן צו וואס פארא שוואכע שטאפעל אידישע ליטראטאר קען זיך דערקייקלען, איך רעד נישט פון דעי חלק אז אלעס קומט פון אלטע דאקאמענטעריס, אבער אפילו לאמיר זאגען אז סיי דער שטערן און סיי דער בליץ זענען בס"ה בלויזע טרענסעלעיטערס, דארף מען וויסען ווי אזוי צו טראנסאלירען א ארטיקל עס זאל זיין געשריבען לויט די כללי הכתיבה, און עס זאל אויך זיין ציענד, דער שטערן צייכענט זיך אויס מיט ביידע מעלות, משא"כ דער בליץ -עכ"פ דעם אויסגאבע וואס איך האב געליינט- דארף אויף ביידע א גרויסע תיקון.


זייער גערעכט מיט דעם! די שטערן איז גוט איבערגעטייטשט (אסאך ארטיקלען קומען פון וויקיפידיע אליינס, אבער ס'איז גאר אינטרעסאנט די וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ).
איך וואלט געקויפט דעם בליץ אויך ווען ער מאכט אביסל א שענערע ארבעט מיט די גרעפיקס און די טייפאגראפי. ס'איז ממש אן עקל צו ליינען דארט א ווארט!
פרייטאג מאי 18, 2012 4:07 pm#13393
דער בליץ - סיון תשע"ב
בליץ
פרייטאג מאי 18, 2012 4:11 pm#13394
עעעעעעעעעענדליך,
פרייטאג מאי 18, 2012 4:21 pm#13399
ענדליך וואס? ענדליך נאכאמאל איבער געשריבען א ארטיקעל פונעם שטערן??? דער ארטיקעל פונעם באן קיין לאנדאן איז שוין געווען געדריקט א צייט צוריק אינעם שטערן. פאר די וואס ליינען נישט דער שטערן, איז דער בליץ ס"ה אזוי ווי דער קי וואס טרינקט זיך אן מיט טריפהנ'ע מילעך, און מען מעלקט ארויס פון איהם כשר'ע...
פרייטאג מאי 18, 2012 5:00 pm#13404
די ארטיקעל וועגן די ספר תורה קארטעל האלטער איז געוועהן אין צייטשריפט ע"ה
פרייטאג מאי 18, 2012 5:13 pm#13410
משה געציל האט געשריבן:ענדליך וואס? ענדליך נאכאמאל איבער געשריבען א ארטיקעל פונעם שטערן??? דער ארטיקעל פונעם באן קיין לאנדאן איז שוין געווען געדריקט א צייט צוריק אינעם שטערן. פאר די וואס ליינען נישט דער שטערן, איז דער בליץ ס"ה אזוי ווי דער קי וואס טרינקט זיך אן מיט טריפהנ'ע מילעך, און מען מעלקט ארויס פון איהם כשר'ע...

כלב שב על קיאו
פרייטאג מאי 18, 2012 7:02 pm#13442
מסירות נפש איד הרב הצדיק רבי...
איך זאג נישט ער איז א וואוילער איד, אבער פארוואס שיסן איבריגע טיטלען? (איך פארשטיי אז בעל הבליץ איז זיין איידעם, אבער דאך...)
פרייטאג מאי 18, 2012 7:05 pm#13443
אי זעה נישט קיין איבעריגע טיטלען.
פרייטאג מאי 18, 2012 7:12 pm#13444
הרב הצדיק איז איבערגעטריבן... ער איז א פיינער וואוילער איד, אבער מ'דארף נאך נישט מאכן קיין גאנצע הרב הצדיק פון אים, ס'נעמט גארנישט אראפ פון אים ווען ס'וואלט ווען געשטאנען הרב החסיד (ס'איז בחינת כל המוסיף גורע).
פרייטאג מאי 18, 2012 7:16 pm#13445
הרב החסיד איז אין מיינע אויגן א גרעסערער טיטל פון הרב הצדיק, ס'איז מער אריגינעל און מ'שרייבט עס נישט אויף יעדן.
מ'זאגט דאך ועמך כולם צדיקים

געב עס נאך אביסל און הגה"ק וועט אויך גארנישט מיינען (ס'מיינט שוין נישט קיין סך)
פרייטאג מאי 18, 2012 7:37 pm#13449
אויף יעדן טיטול קענסטו עס זאגן...
"הגאון" ס'שטייט גאון ישראל
"הצדיק" ס'שטייט ועמך כולם צדיקים.
"הקדוש" ס'שטייט ישראל קדושים הם
"החסיד" ס'שטייט אין מדרש תהלים אז אפילו רשעי ישראל ישראל נקראו חסידים
אא"וו
פרייטאג מאי 18, 2012 7:38 pm#13450
אבער נאר ביי צדיקים שטייט ועמך כולם

און גאון ישראל מיינט נישט וואס אונז זאג מיר א גאון.
זונטאג מאי 20, 2012 2:49 pm#13562
פארוואס זאל נישט א פראפעסיאנאלע אויסגאבע קוקן צוויי מאל אויפ'ן דעקל איידער'ן שיקן צום דרוק?
ערשטנס פירט מען זיך נישט ביי אונז צו שרייבן "אמעריקא", נאר "אמעריקע".
צווייטנס, פארוואס נאר איין שטרעכל ביי "פאר'מסר'ן", כזה: פארמסר'ן? מאך אפ, אדער שרייבסטו ווי די אידישיסטן אדער נישט. ווידער "אונטערן" איז אן א שטרעכל.
עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, אבער קודם פשוט'ע עברי טייטש? אויב דאס איז דער דעקל, האב איך מורא אריינצוקוקן אינעווייניג.
אגב, שמואל, טראכט איך די זעלבע. מאכט דען סענס אויף דעם איד דער טיטל "הרב הצדיק"? ער איז אפשר א צדיק פון א איד און אפשר וואלט ער געקענט שרייבן "דער איד דער צדיק האט געטאן א מורא'דיגן אקט", אבער צו געבן אן אפיציעלע טיטל "הרב הצדיק" איז אביסל מאדנע.
דינסטאג מאי 22, 2012 5:16 pm#14250
שרגא האט געשריבן:פארוואס זאל נישט א פראפעסיאנאלע אויסגאבע קוקן צוויי מאל אויפ'ן דעקל איידער'ן שיקן צום דרוק?
ערשטנס פירט מען זיך נישט ביי אונז צו שרייבן "אמעריקא", נאר "אמעריקע".
צווייטנס, פארוואס נאר איין שטרעכל ביי "פאר'מסר'ן", כזה: פארמסר'ן? מאך אפ, אדער שרייבסטו ווי די אידישיסטן אדער נישט. ווידער "אונטערן" איז אן א שטרעכל.
עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, אבער קודם פשוט'ע עברי טייטש? אויב דאס איז דער דעקל, האב איך מורא אריינצוקוקן אינעווייניג.
אגב, שמואל, טראכט איך די זעלבע. מאכט דען סענס אויף דעם איד דער טיטל "הרב הצדיק"? ער איז אפשר א צדיק פון א איד און אפשר וואלט ער געקענט שרייבן "דער איד דער צדיק האט געטאן א מורא'דיגן אקט", אבער צו געבן אן אפיציעלע טיטל "הרב הצדיק" איז אביסל מאדנע.

בנוגע זיין קענטעניס אין שרייבן אידיש איז א פחד, איך באגרייף נישט וויאזוי א מענטש האט נישט די בושה ארויסצוגעבן א אידיש געשריבענע אויסגאבע מיט אזוי פיל אמעראצישע טיעותים, עס דערקענט זיך אז דער ווייסט נישט די פשוט'ע כללים פון אידיש שרייבן.

בנוגע שרייבן "הרב הצדיק" אויף הרב זיגעלמאן, האלט איך גראדע יא דערפון. אין א תקופה ווען אידן מסר'ן ליידער רעכטס און לינקס און די גרעסטע קהילות בישראל זענען אין ערכאות עכו"ם, אין אזא פינסטערניש האט א איד גענומען די שטארקקייט און זיך מוסר נפש געווען אויף א מצוה שבני אדם דשין בעקבותיהם און ער האט מקבל געווען אויף זיך צו גיין זיצן אין תפיסה אנשטאט אנדערע אידן, קומט זיך אים דער טיטול "צדיק"! ווער דען איז ראוי פאר דעם טיטול בדורינו!
מיטוואך מאי 30, 2012 6:03 am#15072
ער רעכנט אויס א רשימה קדישא וואס דער פראכט וואגען נעמט מיט זיך אויף זיין נסיעה, אבער אז דאס איז א געפילטערטע אידישע מאגאזין וואס איז מותר למהדרין צו ליינען, אויף וואס ארויף מיז ער אויס רעכענן אינציווישען דעם טעלעווישען?
ס'האט מי' ממש באנומען, כ'בין אדורך געפאלען נאך געקוקט מה טיבו, וואס איז דאס א טעלעווישען, ומשם ואלך ירד ירדתי וירד פלאים...רח"ל.
כ'האב מיר שנעל צוריק געכאפט, אפגעמאכט איהר מער נישט אריין צו נעמען אין שטוב.
דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:49 pm#19196
דער בליץ חודש תמוז
דער בליץ חודש תמוז
פרייטאג יוני 22, 2012 9:34 am#19285
איז עס אינטערסאנט? אדער אזוי אייביג גענימען פון אלטע שטערנ'ס
פרייטאג מאי 02, 2014 5:02 pm#198725
די גרעסטע? שלעכטע choice פון ווערטער. וואלט געדארפט שטיין די העכסטע.
פרייטאג מאי 02, 2014 5:40 pm#198729
די RFID ארטיקל איז גראדע זייער אינטערעסאנט און גוט באשריבן
מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:48 pm#250297
/
דינסטאג מערץ 24, 2015 9:46 am#261229
Re: "דער בליץ" מדי חודש בחודשו
uploadfromtaptalk1427204793782.jpg
uploadfromtaptalk1427204793782.jpg (357.57 KiB) געזען געווארן 3745 מאל
זונטאג יוני 05, 2016 1:24 pm#336550
איך האב געליינט דעם שבת נאכמיטאג דער בליץ, זיי האבן געהאט א הערליכע ארטיקעל וועגן עליס איילענד, גראדע האבן זיי עס גאנץ שיין באשריבן, איך האלט אבער אז דע שטערן וואלט עס אסאך שענער באשריבן, עליס איילענד איז באקאנט אלטס א פלאץ ווי אסאך טרערן פון פרייד און פון צער זענען פארגאסן געווארן.
דינסטאג אקטאבער 25, 2016 10:01 pm#352873
אז מקעירט נישט וואס מעשרייבט אין מטרענסלעיט פון ווי סלאזט זעך אן צולייגען אפילו א טראפ קאפ וואס מע שרייבט טרעפט מען זיך מיט גרובע מנובלות און שטותים און לאקשען און א שווערד פון פלייש
פוי דער חזיר
דינסטאג אקטאבער 25, 2016 10:53 pm#352876
אוי האסטו מיר געמאכט לאכן.. :lol: :lol: :lol:
האסט ממשיך געווען דער זמן שמחתינו מן הקודש אל החול.

פאר ווער ס'ווייסט נישט: דער בליץ און דער טריביון ערשיינען דורך די זעלבע געניאלן. גאונים במלאכת הטראנסילאציע.
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 12:37 am#352883
שש משזר: אבער דער שטערן /שפאקטיוו זענען חזיר טריפה. שוין נאך די שחיטה...און דער בליץ/טריביון זענען כשר...! אזא פנים האט עס ווען א פאר צודרייטע בעלי טשיוועס וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגיין וויללן צו העלפן פאר'ן באשעפער , כביכול פיהרן די וועלט. זיי ווילן אויפטון פאר אידישקייט.
איך אנטשולדיג מיך פאר די אנשטענדיגע בעלי תשובה, וועלכע זענען אמת'ע ערליכע אידן און זיי ווייסן אז זיי פארשטייען נאכנישט אלעס אין אידישקייט. און זיי רודער'ן נישט ארום...יישר כח...!
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 2:03 am#352958
ראשעקאל האט געשריבן:אז מקעירט נישט וואס מעשרייבט אין מטרענסלעיט פון ווי סלאזט זעך אן צולייגען אפילו א טראפ קאפ וואס מע שרייבט טרעפט מען זיך מיט גרובע מנובלות און שטותים און לאקשען און א שווערד פון פלייש
פוי דער חזיר


דרעק אין אונזערע ראנגען! אזא בושה, אנבעליוועבל, ווער געדענקט ווען דער בליץ האט געמאלדן אז בפקודת הרבנים, "וועלן זיי מער נישט לייגן בילדער פון גוים"...

זיי האבן 'אריינגעשטעקט א שווערד' אין די הארץ פון חרדישע לייען מאטריאל, און מיט זייער נידריגקייט האבן זיי דאסמאל דיסטריביוטעד הייסע ניוול צו זייערע ליינער וועלכע קומען פון מכלומרשטע 'ערליכע אפגעהיטענע' שטובער, און זייענדיג די 'מערסט פאפולערע מאגאזין', וועלן טויזענטער אידישע קינדער פרעגן פון די עלטערן פשט, איבער א פלייש-שווערד וואס מען נוצט צו הייראטן... אופס! איך טרעף זיך שרייבן ניוול אינדרויסן פון מאחורי. דאסמאל איז עס טאקע א בליץ. ווי זענען די שטערן אויסקויפער דאסמאל? ווי זענען די שומרים קארטלעך?
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 2:31 am#352959
ראשעקאל האט געשריבן:אז מקעירט נישט וואס מעשרייבט אין מטרענסלעיט פון ווי סלאזט זעך אן צולייגען אפילו א טראפ קאפ וואס מע שרייבט טרעפט מען זיך מיט גרובע מנובלות און שטותים און לאקשען און א שווערד פון פלייש
פוי דער חזיר

איר קוקט אויס צו זיין א געטרייע בליץ ליינער...
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 7:18 pm#353020
יואלי וואלפסאן: וואו שטייט אז נאר די בליץ שרייבער און רעדאקציע מעגן שרייבן אמעראציש. די רעכט איז אפן פאר א יעדן איינעם. ברצונו מדקדק וברצונו מפשל... :roll:
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 6:43 pm#397582
מען האט שוין לאנג נישט געשריבן דא איבער דעם בליץ און די ליצנות פון זייערע געשרייבעריי. עס איז העכסט צייט פאר נאך א תגובה, לויט'ן פארלאנג פון דאקטאר...

פרעגטס מיר נישט פארוואס איך קויף עס נאך. דער אמת איז אז זיי האבן גאנץ אינטרעסאנטע ארטיקלען, פאר מיר און פאר די קינדער. קען זיין ס'געקאפיעט פון ערגעץ, כ'ווייס נישט. אבער עס איז אינטרעסאנט, פינטל.
עס איז ממש א שאד אז זיי נעמען נישט אויף קיין פראפעסיאנאלע שרייבערס אדער לכה"פ מגיהים בעפארן דעליווערן אזעלכע גראבע טעותים און מאדנע אויסדרוקן פאר די ליינער.

איך וועל נעמען איין דוגמא פון דעם חודש. גראדע גאר אן אינטרעסאנטע קאפיטל געשיכטע. עס איז אבער באשיינפערליך מערקבאר אז איינער - נישט משלנו - האט דאס פילייכט געשריבן. ווארום ער שרייבט אזויפיל מאל די אומגעווענליכע ווערטער, אזש מען קען פילייכט מיינען אז דאס האט געשריבן איימיצער פון אן אנדערן לאנד, נעמליך פון אוקריינא, נישט פון אמעריקע.

איך האב מיר גענומען דאס ביסל צייט וואס איך האב (נישט), עכט וויל איך עס טון יעדן חודש, אבער דאס מאל איז שוין געווארן נתמלא סאתם האב איך זיך איבערגעשטרענגט...

לייענט און האט הנאה.

.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 6:43 pm#397583
המשך....

.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 7:47 pm#397585
Re: "דער בליץ" מדי חודש בחודשו
באשיינפערליך איז דער פילייכט ליבהאבער ווירקליך יא אחד משלנו.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:21 pm#397589
איך האב אפגעשריבן גאנץ א לאנגע תגובה. קריטיקירנדיג דעם סטייל פון שרייבן פון .."בליץ"... אבער אין די לעצטע רגע האטציך עס אויף א וואונדערליכן אופן אפגעווישט. איז א סימן אז מן השמים וויל מען נישט אז איך זאלל עס שרייבן. וועלל איך עס טאקע נישט איבערשרייבן. אזוי ווי ביי איינעם פון די צדיקים מדורות הקודמים, (נישט אז איך בין איינער פון זיי) ווען ער האט אפגעשריבן א תשובה וואס איז קעיגן ר' אביש'ל פראנקפורטער זצ"ל. ביי די מעשה פון דעם גט מ'קליווע. און ס'איז דא 2 גירסאות וואס איז נאכדעים געשעהן. לויט איין גירסא. האטציך די פלעשל מיט טינט אויסגעגאסן אויף דעם בריעף. און אלעס איז פארווישט געווארן. לויט אנ'אנדערע גירסא האטציך די גאנצע פלעשל זאמד וואס מ'האט געניצט א ביסל כדי אויסצוטרוקענען די טינט, אויסגעגאסן אויף דעם בריוו. און אזוי ארום איז דער גאנצער בריוו פארווישט געווארן...!

ביי אזא צדיק ווי אני הקטן, בין. האביך אומווילנדיג געדריקט אויף דעם ..."ריטוירן".... קנעפל פאר איך האב עס געסעיווט... און ס'האטציך פארווישט. אויב שרייבן וואלט געווען א מצווה וואלט איך עס איבערגעשריבן נאך הונדערט מאל. אפילו מיט מסירות נפש. אבער וויבאלד. ס'איז דאך נאר , אין בעסטן פאל געווען א דבר הרשות האביך אנגענימען דעם אות מן השמים אז איך דארף נישט שרייבן קריטיק אויף א צווייטן איד...אבער איין זאך איז זיכער. א יישר כח פאר הרב שמעקעדיג שליט"א קומט זיך זיכער...ווייל ס'שטעכט מיר פשוט ווען איך ליין אן ארטיקל וואס איז געשריבן אויף אן אמעראצישן סטייל. אפילו דער תוכן קען זיין גאנץ אינטרעסאנט...!
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:54 pm#397591
דאס אמעראצית אליין וואלט נישט געווען אזא ליצנות ווי דאס וואס ער רעדט זיך איין אז מיט'ן באשיינפערליך פילייכט גיסן אזעלכע הויכבאשפריצטע ווערטער וועט עס אויסקוקן פראפעסיאנאל, וואס דאס אליינס מאכט עס אויסזען אומפראפעסיאנאל.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:20 pm#397597
ר' בערל, געדענקט דעם ליקוטי מוהר"ן: אם אתה מאמין שיכולים לקלקל תאמין שיכולים לתקן!

אין רוב בראוזערס, אפילו מען האט געדרוקט back, מיינט נאך נישט אז אלעס איז פארלוירן און געגאנגען צו די סטרא אחרא. מען קען פונקט אזוי דרוקן דעם forward קנעפל (די רעכטע עראו) און ע"פ רוב וועט די תגובה צוריק ערשיינען.
פרייטאג מערץ 16, 2018 1:02 am#397599
שמעקעדיג: יישר כח גדול. ווען איך ווייס ווען. ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס איז געשעהן. אלץ אויף אן ענליכן אופן. האביך עס אנגענימען אלס אן אות מן השמים. ווייל צומאל איז די פארמעקטע תגובה געווען גאנץ שארף...
פרייטאג מערץ 16, 2018 1:44 am#397600
במחילת כבודכם וועל איך צולייגן מיינע דריי צענט. אלץ קינד פלעג איך ליינען בקביעות דער שטערן און שפעטער דער שפאקטיוו כמעט (אפשר אינגאנצן) נישט אויסגעלאזט קיין איינס, איך פלעג ממש איינשלינגען די ווערטער, און איבערליינען און איבערליינען, ס'געווען פאר מיר ווי לופט צום אטעמען. איין טאג זעה איך אין געשעפט עפעס וואס זעט אויס ממש ווי דער שטערן פון אפאר יאר פריער, 'דער בליץ'. כ'אמיך אזוי געפרייט אז איך וועל שוין האבן נאך אינטערסאנטע זאכן צו ליינען. איך גיב אזא בליק אריין, ליין אפאר שורות און גלייך צוגעמאכט און מער קיינמאל נישט צוגערירט, ס'איז ממש ווי טאמבל סאס האט עס ארויסגעברענגט.
טאמבל סאס האט געשריבן:די בליץ איז א ליידיגע אויפגעבלאזענע אינהאלט, צעשפרייטע לאנגע נודינקע שפראך, און לעהרע תוכן דאס איז שוין אויסער די עקסטירמע משוגעת'ן פון לייגן בילדער פון קערפער אהנע קעפ, ריזיגע פיקטשערס און אויסגראבן פון אונטער די ערד פונקט די זאכן וואס זענען דאס ווינציגסטע אינטרעסאנט פארן מענטשליכן בריה


לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו זען די "מערסט פארשפרייטסטע אידישע אויסגאבע אויפן מארקעט". איך ווייס נישט פארוואס, אבער ס'איז מיר גלייך ארויפגעקומען די זכרונות פון מיינע קינדער יארן, ווען איך בין געשטאנען דארט אין סופערמארקעט און אריינגעבליקט אין 'דער בליץ'. עד שבא 'שש משזר' און ער האט פארשטיין געגעבן וואס דא גייט פאר.
שש משזר האט געשריבן:פאר ווער ס'ווייסט נישט: דער בליץ און דער טריביון ערשיינען דורך די זעלבע געניאלן. גאונים במלאכת הטראנסילאציע.
ישר כח שש.
פרייטאג מערץ 16, 2018 6:27 pm#397633
רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר אזוי גוט מסביר זיין. איך האב שוין פון פריער געטענה'ט. ווען די מענטשן אין א רעדאקציע זענען עמי הארץ (אמעראצים) סיי אין אידישע היסטאריע. און סיי אין מילי דעלמא. און זיי שרייבן און רעדאגירן נישט וואס מ'דארף צו רעדאגירן, האט זייער אויסגאבע טאקע אזא פנים.

איך האב שוין עטליכע מאל געברענגט דעם עפיזאד פו די אזוי-גערופענע רעדאקטארן (נאך דעם לעגענדארן ידען און שרייבער, ר' סענדער דייטש ז"ל), די געשוואלענע עמי הארץ. וועלכע האבן זייער באגרעניצטע ידיעות סיי אין די השתלשלות פו די היסטאריע פון דעם אידישן פאלק. און כש"כ אין וועלטליכע ידיעות וואס דער עווריזזש נארמאלער אינטעליגענטער מענטש פארמאגט. וואס כאפן נישט די גראבע און הומאריסטישע טעותים וואס זיי מאכן. און אלס רעזולטאט זענען זיי ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט...איין אזא עפיזאד איז געווען ווען ס'איז געלאפן אין ..."דער איד" א סעריע פון דערציילונגען פון די גרויסקייט פון א געוויסן דר. יאנוש קארטשאק. א קינדער דאקטער וועלכער האט אויכעט ארגאניזירט א אידישע שולע אין דעם ווארשאווער געטא. אבער קיין שמע ישראל האט מען דארטן נישט געלערנט מיט די קינדער. אפילו ווען ס'איז שוין געליגן די חרב חדה אויפ'ן האלז פון די אידישע איינוואוינערס...אט דער דר. קארטשאק איז זייער שטארק פארהייליגט ביי די פרייע ציונים אין מדינת ישראל ר'איז א טייל פון זייער פרייע קולטור און היסטאריע. און דער איד האט עס נעבעך געברענגט וואך נאך וואך. מיט גרויסע שבחים אויף איהם. ביז עפעס א נארמאלער מענטש האט זיי אויפמערקזאם געמאכט. ס'איז פונקט אזוי ווי ס'וואלט געשטאנען אין א סאטמאר'ע צייטונג אז דער פרעמיער בן גוריון איז געווען זייער א וואוילער מענטש. און אויסגערעכנט זיינע שבחים...!

נאך אן עפיזאד וואו זייער עם הארצות האט ארויסגעשיינט... ביי די גויים איז דא א וועלט בארימטע פעינטינג פון זייער לעגענדע פון "דעם לעצטן סאפפער"...איבער יאשקע'ס אנפיהרן די סדר נאכט. און די רוימישע פאליציי איז איהם געקומען ארעסטירן. האט דער איד אין זייער פורים אויסגאבע געברענגט א קאפי פון יענע פעינטינג. און צוגעשריבן אונטער דעם ..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...הא הא הא...און אויף דעים איז שוין אריינגעקומען א סאך בריוון מיט פראטעסטן אויף דעים...ווייל כמעט א יעדער נארמאלער איד ווייסט וואס די פעינטינג מיינט...!