Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 57 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #943
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:14 pm#166100
עפ"י הלכה ווייסט יעדער אז מען מעג נישטא וואס צו קאכן

עפ"י חסידות ווייסט יעדער אז מען טאר נישט און מיינע ווערטער לייגן בלויז צו אמתדיגע נקודות אויף די וואס מיינען זיי זענען קלוג
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:22 pm#166102
אפשר דארף מען מיך דאנקען פאר'ן געבן דעם מחבר אזא וויכטיגע נושא פון וואס צו מאכן א ניגון? דאס פאלט דיר נישט ביי הא? ווער איז קודם?
בארד וואו איז דיין איד? אדער איד וואו איז דיין בארד?

לעצטנס בין איך שוין אינגאנצן צעמישט, ווען איך הער מ'זינגט "איד בארד וואו איז דיין בארד איד?"
דינסטאג אפריל 23, 2019 9:02 pm#428927
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
ונבנתה העיר האט געשריבן:שו"ת חת"ס.

אין קובץ וילקט יוסף (פון פארן קריג) חלק ו (בכרך ג) אין סימנים צט, קלב, קלח, קמח, און קעב טוט זיך לעבעדיג בנוגע די נידון בכלל און די תשובה אין חת״ס בפרט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 12, 2020 8:22 am#442880
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
מיטוואך פעברואר 12, 2020 10:58 am#442888
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
פינטאו האט געשריבן:טור, הלכות ראש השנה.

ווען איך בין אמאל אריין צו ר' חיים קניבסקי האט אים איינער געפרעגט וואסי פשט אז אסאך פירן זיך נישט צו שערן דאס בארד לכבוד יו"ט אזוי ווי די טור שרייבט, האט ער געזאגט אז אין זיינע צייטן האט מען געוויסט פונקטליך ווי די 5 ערטער וואס מען טאר זיך נישט גאלן זענען, דערפאר האבן זיי זיך געמעגט שערן, אבער אונז ליידער ווייסן שוין נישט ממילא טאר מען נישט...

איך פרוביר מיך נאר פארצושטעלן לשיטתו וויאזוי מען האט אויסגעזען ווען מען איז געווען אפגעשוירן, אבער עס האט זיך ארויסגעשטרעקט אזאנע לאנגע האר פון די פינעף פלעצער. גאט זאל אפהיטן.
מיטוואך פעברואר 12, 2020 12:11 pm#442890
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
אין סימן צט פונ׳ם פריערדערמאנטן וילקט יוסף טענה׳ט הרב אברהם חיים דאנצינגערקראן מווארשא אז די גירסא אין ירושלמי, אויף וואס דער טור איז געבויט, איז א טעות און עס דארף שטיין מגלחין ״שערן״ און נישט ״זקנם״ ע״ש באריכות. הרב מרדכי צבי שווארץ מסירטה אין סימן קלב דארט זאגט אז עס פעהלט דאך נישט אויס מגיה זיין ווייל ס׳דאך מותר מדינא. און ער שרייבט ווייטער אז ווען הרב אברהם חיים דאנצינגערקראן וואלט ווען געוואוסט דערפון אז לייטי רבנן למאן דמגיה בספרים מסברא בוודאי לא היה מגיה כאן כלום ע״ש.