Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 57 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #943
מאנטאג יוני 25, 2012 10:27 am#19756
שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
ביי אונז האט מען אלעמאל געוואוסט אז מען רירט אויף קיין פאל נישט אן די בארד, און ווען מ'זעהט עמיצער וואס די בארד הויבט אים אן קערצער ווערן, איז אזוי: אויב איז ער א בחור, איז ער ע"פ רוב איז שוין נישט אין א מסגרת הישיבה, און מ'פארשטייט שוין אז ער ארבעט, און צומאל איז עס אפ' א סימן אז ער פאנגט אן צו גליטשן, אדער ער זוכט זיך גליקן ביי פרעמדע ערטער,

אויב איז ער אבער שוין פארהייראט, איז דער בליק אויף אים נאך פיהל מער נידריגער.
אז א אינגערמאן האט קודם פארמאגט א ברייטע נישקש'דיגן בערדל און פלוצלונג פאנגט עס אן שרינקן ער ציפט, פליקט, שניידט, און טרימ'ט, דאן ווייסט מען אז עפעס איז נישט בסדר מיט אים.
מאנכע וועלן זאגן: די אינטערנעט האט אים קאליע געלייגט! אנדערע - די שלום בית איז נישט בסדר ביי אים.. און פארהאן אזעלכע וואס וועלן זאגן: ער וויל זיך געפעלן פאר אנדערע.. אדער - ער איז סתם אזוי קאלט צו אידישקייט, און עני זאך וואס איז אים לעול ולמשא זעהט ער ארונטער. און אזוי כהנה וכהנה.

ב"ה מיין פנים איז באצירט מיט א שיין געשמאקע בערדל, אבער איך וואונדער מיך פיהל מאל, צו איז אלע יארן געווען אזוי הארב און שטארק דאס ענין פון 'נישט שניידן די בערד'? פארוואס אויף בילדער פון אמאל און אפילו פון מיינע זיידעס זעט מען אז אסאך היימישע אידן זענען געגאנגען למחצה ולשליש ולרביע? און איך רעד לאוו דוקא פון די מלחמה יארן.

איז עס אמת אז דער חתם סופר האט איינגעזען פאר א העכסט נארמאלע זאך 'זעך צו שנייידן די בארד'?
און ווייסט וואס כ'וועל אייך זאגן, לאמיר צוריק גיין אפילו צו יארן פריער, אין די צייטן פון די תלמידי בעל שם, וויאזוי זענען דאן פשוטע אידן געגאנגען? אלע האבן געטראגן בערד און זיך נישט צוגערירט?

וואס איז געווען בתקופת האחרונים? און בתקופת הראשונים? מ'זאגט דאך אז אסאך בעלי מקובלים פון איטאליע (אריינגערעכנט דער בעל מסילת ישירים כ'ווייס נישט פון וואנעט ער איז געקומען, אבער א בעל מקובל איז ער געווען ) זענען געווען ראזירט?! און אדרבה זיי האבן נאך גאר געהאלטן אז האר איז קליפות.
און נאך פריער בזמן הגמ' זענען דען אלע געגאנגען מיט בערד? ס'איז בכלל שייך נאכצופארשן אזא זאך? אדער אפשר איז קלאר ווי די טאג אז אלע אפ' גוים זענען יענע צייטן געגאנגען מיט פילע בערד. ?!

און פארוואס איז עס געווארן שוין פארן קריג, און בעיקר נאכן קריג, אזוי שטרענג ביי חסידישע אידן פון אלע קרייזן, דאס נישט אנרירן די בארד? און אפ' פאות? צו איז עס טאקע וועגן דעם פאקט אליין, אז "די בארד איז כמעט די איינציגסטע זאך אויפ'ן מענטש וואס איז א עכטע פערמענאנטע צווישנשייד און אפטיילונג צווישן אונז און דעם גוי? און גלייכצייטיג אויך א זאך וואס טוט אונז פארמיאוסן אין זייערע אויגן, אזוי אז פאר'ן גוי זאל זיך נישט גלוסטן אונזער פריינדשאפט און אויסמישונג? און דאס זעלבע פאר אונז זאל נישט גרינג זיין, זיך צו אינטערגרירן בקרבו...? -- ווי מען זעט טאקע אז די אינגווארג פון די ליטווישע און מאדערנע פאלן אוועק אין גרעסערע פראצענטן, און ווען זיי זינדיגן איז עס מער און ארגער (א טריט ווייטער) ווי מיר חסידישע?! (אזוי דאכצעך מיר)

אבער געוואלד! פארוואס זאל יעדער איינער זיין געצווינגען צו טראגן א גראבע שוויציגע בארד פאר די ערווענטע סיבות? א בארד מאכט אסאך מאל שפירן אומבאקוועם. ס'קראצט! מ'שוויצט! מ'דארף עס אויסקעמען יעדן טאג! ביינאכט איז דא די ספיקות ווי עס צולייגן אויפ'ן דאכענע אדער אונטערן! און רבש"ע פארוואס דארף מען אזוי אראפקוקן אויף א בחור/אינגערמאן וואס שניידט זיך אויב איז לאמיתו נישט פארהאן קיין שום פראבלעם להלכה און אפילו ע"פ חסידות עס צו טרימען?! (איך פארשטיי אז שניידן אינגאנצן איז זיכער א פראבלעם. ע"פ קבלה. )

יעצט א שאלה פאר די וואס שניידן! דאס איז דאך איינמאל זיכער אז ס'איז א איסור צו שעיוון אינגאנצן די האר מיט א גאל מעסער - ווי עס זענען אלע היינטיגע באנוצטע מעסערלעך מיט די פאום. איז פון וואו נעמט זיך א היתר צו שעיוון אויף אזא אופן? איז דאס נישט ממש די לא תקיפו וואס די תורה פארבאט אונז? און זאג מיר נישט אז די אלע גלאט גלאנציגע ראזירטע בעקעלעך נוצן בעצם שער מאשינדלעך ווייל דאס קען מען תיכף באמערקן אויפן פנים! א שער מאשינדל מאכט קיינמאל נישט אזוי גלאט און שיין ווי א מעסערל.
מאנטאג יוני 25, 2012 10:41 am#19765
בקיצור נמרץ,
וועגען דער רמ"ע מפאנו איז שוין א אלטע וויכוח, דער מנחת אלעזר שרייבט ער האט געזעהן א בילד (דאס איז א באקאנטע בילד) וואס מ'זעהט אים מיט א פילע בארד, טייל טענן'ען וואס מ'זעהט אויף בילד איז נישט א ראי' ווייל יתכן אז ער האט טאקע יא געהאט א בארד אבער אז ער האט געהאט געטרימט, און פון דארט איז די מקור אויף די שמועות.

ווען מקוקט אויף די געמאלנע בילדער פון אונזער ראשונים (כ'גיי נישט אריין אויב דאס איז אוטענטיש) זעהט מען גרויסע בערד, לאידך דער רמב"ם מיטן רמ"א קלענערע בערד אבער דאס מיינט נישט חלילה אז זיי האב געציפט דער בארד, הס מלהזכיר. אבער סתם עמך אידן פשוטי עם?

קען זיין תלוי אין די ערטער ווי זיי האבן געוואוינט, ווי מ'האט זיך געמוזט פארשטעלן אזוי ווי אין שווערע צייטן, לדוגמא די מאראנו'ס אין שפאניע, וואס מסתמא אסאך פון זייער קינדער איז שוין געבליבען אן די בערד. וויפיל אידן זענען געבליבען אן בערד לאנגע יארען נאכען קריג, אבער זייער (אדער טייל) קינדער האבן זיך געלאזט וואקסען.

לאידך ווען מ'גוט א קוק צוריק אויף די מטבעות פון די צייטן מימי התנאים, זעט מען קלאר די רוימישער קעניגען זענען געוועהן מגולחים. אזוי אויך ביי די בילדער פונם אותו האיש אין זיינע נאכשלעפערס ימ"ש האבן זיי אויך בערד, זיי האבן דאך געלעבט אין יענע תקופה.

די גוים וועלען זיי מאהלען א בילד פון נח צייכענען זיי איהם אן מיט א בארד...

פון ווי נאך קען א ראי' ברענגען? טרעפען מיר דען אין די גמרא לגבי מענטשען וואס האבן נישט געהאט קיין בארד?
מאנטאג יוני 25, 2012 10:43 am#19767
א גוטע קשיא, ס'האט מיר שוין אויך אסאך מאל נערוועז געמאכט... אבער אז מ'זאגט נישט שניידן, שנייד איך נישט.

אינטערעסאנט אז אויף דיין אוועטער קוקסטו אויס צו זיין אן א בארד און גאנץ יונג..
מאנטאג יוני 25, 2012 11:18 am#19784
ווען די גמרא זאגט אז ר' יוחנן איז אזוי שיין געווען ווי זיין שוועסטער און אז די טאכטער פון קעניג האט געוואלט מ'זאל אפשינדן די הויט פון ר' ישמאל כהן גדול'ס פנים און עס פארהארטעווען, רעדט מען אז זיי האבן געהאט בערד וואס פארדעקט דאס שיינקייט פון פנים? קען זיין אז יא, איך פרעג סתם פאר אינטערעסאנטקייט. אפשר האט איינער א בעסערע כח ההסבר ווי מיר.
בכלל איבעראל אין גמ' ווען מ'רעדט וועגן די איסור גילוח הזקן, רעדט מען דוקא פון א גילוח שיש בו השחתה וואס דאס איז דוקא א תער.

אין תוספות ווערט געברענגט אז ווען די ר"י פלעגט שניידן די בארד האט ער האט ער אנגעזאגט מ'זאל זיין געווארנט צו נוצן די אינטערשטע מעסערל פונעם מספריים, כדי ס'זאל נישט זיין א תער.
די רמב"ם, סמ"ג, בעל הלכות גדולות, בעל הלכות פסוקות, און נאך אנדערע ראשונים, וכך כתוב בבית יוסף אז די מען מעג מקיף זיין פאת הראש במספרים אפ' כעין תער, אנדערע האלטן אז דוקא ווען ס'איז נישט כעין תער. אבער אין שו"ע שטייט: ויש אוסרים, ויש לחוש לדבריהם

ווי אויך איז לגבי די שיעור פאות פונקטליך, פארהאן אסאך מנהגים בדעה לדינא, און אפ' ר' חיים וויטאל איז מעיד אויף זיין רבי די ארי הק' אז ער האט איבערגעלאזט ביז אביסל העכערן אויער.
און לגבי די שיעור פון די לענג איז די לשון השו"ע "עד למטה מן האוזן מקום שהלחי התחתון יוצא ומתפרד" איז אויף דעם קען מען שוין דן זיין, לאמיר נישט אריינגיין יעצט דערין. ווייל אונז רעדן דא וועגן די בארד.
און בעיקר וואס ס'פעלט איז ידיעה וויאזוי ס'איז געווען בזמן הש"ס.
מאנטאג יוני 25, 2012 12:38 pm#19798
ווי מען זעט טאקע אז די אינגווארג פון די ליטווישע און מאדערנע פאלן אוועק אין גרעסערע פראצענטן, און ווען זיי זינדיגן איז עס מער און ארגער (א טריט ווייטער) ווי מיר חסידישע?! (אזוי דאכצעך מיר)

איר כאפט צוזאם צוויי וועלטן, אפילו אם נניח אז איר זענט גערעכט בנוגע מאדערנע, אז זיי פאלן אוועק אין גרעסערע פראצענטן (ס'א שמועס פאר זיך בגדר "פאלן" ביי מאדערנע), אבער מהיכי תיתי אז ליטווישע פאלן מער ווי חסידישע? unless שניידען די בארד הייסט ביי אייך "געפאלן".

לגוף הענין, די גאנצע חזעריי וואס מיר לאזן זיך ווילד וואקסען די בארד איז נאר לעצטענס, ווארום איידער די בראשית יארן האבן נאר חסידים (בני עליה) זיך אזוי געפירט. מילא א קליין בערדל אין די מידל-עידש יארן, נו. אבער אזעלכע גרויסע בערד פון די 17, רבש"ע עס פארמיסט אונז אין אונזערע אייגענע אויגן?
שידוכים וואלט געגאנגען אסאך גרינגער ווען נישט די בערד. ווער דארף א באוואקסענע פנים?

ס'האט קיין שייכות נישט מיט אידישקייט. ס'ממש א פלא, אז אזא נישטיגע זאך איז א צייכן - לויט ווי איר טענה'ט - פון א ירידה.
מאנטאג יוני 25, 2012 3:08 pm#19834
ס'איז גאר באקאנט (סארי פאר נישט האבן בעסערע מקורות) אז אין רוסלאנד אין פולין זענען אפילו די גוים געגאנגען פולע בערד, וה"ה אין אסאך פון די אראבישע מדינות. די אידן אין די מדינות פלעגן טון מיט די בערד פונקט וואס דער גוי זיין שכן האט געטון. 'עסטו פרעגן וואס האלט די תורה? גוטע קשיא! אבער ס'זעט נישט אויס ווי דאס איז אמאל געווען די קובע. ווען יא, וואלט געפאסט אז אידן אין מדינות וואס שערן זיך יא, וואלטן זיך נישט געשוירן, און אידן אין מדינות וואס שערן זיך נישט, וואלטן זיך יא געשוירן, און דאס איז קיינמאל נישט געווען!

כהיום הזה איז די שאלה פון יא בארד נישט בארד א שאלה פון אינדענטיטעט. כמעט אזא שאלה ווי וואס א סארט קאפעליטש די טראגסט. נישט נאר איז די שאלה פון יא בארד נישט בארד, נאר אויך וויפול דער מענטש ערלויבט זיך צו שניידן, און אויב שניידט ער נישט, ערלויבט ער זיך דאס איינצוקניפן? וכו וכו והדברים עתיקין.
מאנטאג יוני 25, 2012 3:23 pm#19839
האט אהרן הכהן געשניטען זיין בארד
מאנטאג יוני 25, 2012 4:19 pm#19853
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ווי מען זעט טאקע אז די אינגווארג פון די ליטווישע און מאדערנע פאלן אוועק אין גרעסערע פראצענטן, און ווען זיי זינדיגן איז עס מער און ארגער (א טריט ווייטער) ווי מיר חסידישע?! (אזוי דאכצעך מיר)

איר כאפט צוזאם צוויי וועלטן, אפילו אם נניח אז איר זענט גערעכט בנוגע מאדערנע, אז זיי פאלן אוועק אין גרעסערע פראצענטן (ס'א שמועס פאר זיך בגדר "פאלן" ביי מאדערנע), אבער מהיכי תיתי אז ליטווישע פאלן מער ווי חסידישע? unless שניידען די בארד הייסט ביי אייך "געפאלן".

לגוף הענין, די גאנצע חזעריי וואס מיר לאזן זיך ווילד וואקסען די בארד איז נאר לעצטענס, ווארום איידער די בראשית יארן האבן נאר חסידים (בני עליה) זיך אזוי געפירט. מילא א קליין בערדל אין די מידל-עידש יארן, נו. אבער אזעלכע גרויסע בערד פון די 17, רבש"ע עס פארמיסט אונז אין אונזערע אייגענע אויגן?
שידוכים וואלט געגאנגען אסאך גרינגער ווען נישט די בערד. ווער דארף א באוואקסענע פנים?

ס'האט קיין שייכות נישט מיט אידישקייט. ס'ממש א פלא, אז אזא נישטיגע זאך איז א צייכן - לויט ווי איר טענה'ט - פון א ירידה.

אביסל האקסטו, אויב דו באמערקסט. א בארד איז נישט אלעמאל א חאזעריי, מיין בארד איז ב"ה זייער שיין אויסגעקעמט און שמעקט פריש פון שאמפאוי, אזש ס'איז נאך אפשר געשמאקער ווי דיין קושן, כ'מיין....... וואסערע גערעדאכץ איז דאס? 'עס פארמיאוסט אונז אין די אייגענע אויגן'...

און דיינע דמיונות וועגן בעסערע שידוכים, וועלכע מיידל ס'וועלט אויס דעם בחור לויט דעם סייז בארד און גלאטע טשין, פעלט א סקראל אין קאפ, אזוי ווי ס'פעלט פארן דעם דאזיגן בחור וואס וועט נעמען א מיידל נאר ווייל זי האט א שיין פנים.

און "געפאלן" האב איך נישט געמיינט דעם אקט פון שניידן די בארד, יעדער בר דעת האט געקענט פארשטיין אז כ'האב געמיינט דאס אז ווען מ'האט נישט קיין בארד איז די בריקל צום גוי קורצער, און ס'איז פיהל גרינגער צו ווערן חבר מיט זיי און שפעטער זיך דערקייקלען ווייטער און ווייטער.

יעצט כדי זאלסט נישט קיין טעות מאכן, איך בין אויך נישט פון די מיט די קאפ אין זאמד, וואס רעדן זיך איין אז חזיר איז עקלדיג. איך ווייס גאנץ גוט אז האבן א געשוירן - אדער בכלל נישט קיין - בערדל איז א געשמאקע עסק, און ס'שמעקט מיר גאנץ פיין, אבער וואס זאל מען טון אזוי ווי 'שמעקעדיג' זאגט - אויב מיינע רבי'ס און עלטערן האבן געזאגט "מ'שערט נישט! שערט מען נישט.
מאנטאג יוני 25, 2012 5:13 pm#19875
שימעלע האט געשריבן:האט אהרן הכהן געשניטען זיין בארד

זייער אינטערסאנט.
אגב ערגעץ שטייט אין שו״ע אז מ׳שערט די בארד לכבוד יו״ט
מאנטאג יוני 25, 2012 5:21 pm#19878
טור, הלכות ראש השנה.
מאנטאג יוני 25, 2012 6:20 pm#19904
פינטאו האט געשריבן:טור, הלכות ראש השנה.

פונקט דארט האט זיך געמאכט א טעות סופר....האהא
פרייטאג יוני 29, 2012 2:20 pm#20834
וועל
כאמיך אלס געווינדערט פארוואס די אלע אויסגעפיטצטע באבובערס גלייכען שיינע גרויסע לאנגע בערד?
זונטאג יולי 01, 2012 8:55 am#20930
קרעקער האט געשריבן:וועל
כאמיך אלס געווינדערט פארוואס די אלע אויסגעפיטצטע באבובערס גלייכען שיינע גרויסע לאנגע בערד?

????????
זונטאג יולי 01, 2012 9:34 am#20931
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
עס איז טאקע א חידוש אז אין באבוב שנייד מען נישט דער בארד, זעהט אויס זיי ווילען נישט אינגאנצען אפפאלען.

טאמבאל סאס מאכט א טעות בנוגע די הלכה, אין יורה דעה שטייט די שיעור פין פאות איז כדי תפיסה, דאס וואס שטייט עד לחי התחתון רעדט פין די שיעור פאה.

ווען מען וויל פארשטיין וואס איז מיאוס פין א בארד, טראכט ווי אזוי אונז קוקען אהן א גוי מיט א בארד, וואלסט אים גענומען פורסט טשאוס?
למשל זוכסט א מעקסיקאנער, און עס שטייען צוויי, איינער מיט, איינער אהן א בארד, וועמען נעמסטו?

אוודאי לגבי אונז מאכט עס נישט אויס ווייל מיר האבען סייעתא דשמיא.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
זונטאג יולי 01, 2012 10:24 am#20938
ווען ער לאזט זיין בארד אלץ רעליגיע איז אנדערש ווי דער גוי לאזט זיין בארד פאר א צווייטע סיבה.
זונטאג יולי 01, 2012 2:00 pm#20968
און א מאסלימענער וואלסטו גענומען פורסט טשאיס?
פרייטאג יולי 06, 2012 10:49 am#22119
די סיבה פארוואס די גוי חבר'ט זיך נישט מיט דיר איז נישט אזוי ווייט וועגן די בארד נאר וועגן די ביזט א איד והא ראיה דעם אמיש גוי קוקן אסאך פון זיי ארויף נאר יודן מאכן א חילול השם מיטן בארד
(חוץ אויס וועסט מחלק זיין צווישן ארויף קוקן אין חבר'ן)
דינסטאג יולי 10, 2012 11:01 pm#23193
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז טאקע א חידוש אז אין באבוב שנייד מען נישט דער בארד, זעהט אויס זיי ווילען נישט אינגאנצען אפפאלען.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

וואסי שלעכט מיט אפפאלען? ווייסט וויפיל מענטשן מוטשן זיך מיט דייעטס.
דינסטאג יולי 10, 2012 11:07 pm#23200
איך אויך האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז טאקע א חידוש אז אין באבוב שנייד מען נישט דער בארד, זעהט אויס זיי ווילען נישט אינגאנצען אפפאלען.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

וואסי שלעכט מיט אפפאלען? ווייסט וויפיל מענטשן מוטשן זיך מיט דייעטס.

די בארד וועגט נישט אזוי סאך אז ס'זאל מאכן א גרויסען חילוק.
דינסטאג יולי 10, 2012 11:09 pm#23202
פאר א גאליציאנער איז א שאעד צו פארלירען די באערד.

פאר אפאהר גרייצער וואלט ער אפשר געקלערט.
דינסטאג יולי 31, 2012 4:16 am#30160
טאמבל סאס האט געשריבן:
ווען די גמרא זאגט אז ר' יוחנן איז אזוי שיין געווען ווי זיין שוועסטער און אז די טאכטער פון קעניג האט געוואלט מ'זאל אפשינדן די הויט פון ר' ישמאל כהן גדול'ס פנים און עס פארהארטעווען, רעדט מען אז זיי האבן געהאט בערד וואס פארדעקט דאס שיינקייט פון פנים? קען זיין אז יא, איך פרעג סתם פאר אינטערעסאנטקייט. אפשר האט איינער א בעסערע כח ההסבר ווי מיר.

מיין הערה:
אויב איך בין זיך נישט טועה ווערט געברענגט אין גמרא אדער רש"י אז ר' יוחנן האט נישט געהאט קיין בארד (צו ס'איז נישט געוואקסן אדער האט ער זיך געשניטן) און דערפאר האט ער אויסגעזען אזוי ווי א פרוי.
דינסטאג יולי 31, 2012 4:39 am#30161
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ווי מען זעט טאקע אז די אינגווארג פון די ליטווישע און מאדערנע פאלן אוועק אין גרעסערע פראצענטן, און ווען זיי זינדיגן איז עס מער און ארגער (א טריט ווייטער) ווי מיר חסידישע?! (אזוי דאכצעך מיר)
איר כאפט צוזאם צוויי וועלטען, אפילו אם נניח אז איר זענט גערעכט בנוגע מאדערנע, אז זיי פלאן אוועק אין גרעסערע פראצענטן (סא שמועס פאר זיך בגדר "פאלן" ביי מאדערנע,) אבער מהיכי תיתי אז ליטווישע פאלן מער ווי חסידישע? unless שניידען די בארד הייסט ביי אייך "געפאלן".

לגוף הענין, די גאנצע חזעריי וואס מיר לאזן זיך ווילד וואקסען די בארד איז נאר לעצטענס, ווארום איידער די בראשית יארן האבן נאר חסידים (בני עליה) זיך אזוי געפירט.


ביזט זיכער אז איידער די בראשית יארן האבן נאר חסידים (בני עליה) זיך אזוי געפירט?


שידוכים וואלט געגאנגן אסאך גרינגער ווען נישט די בערד.
מצד די עלטערן פון די כלה וועלעכע זענען פאקטיש די וואס וועלן אויס דעם בחור אדער מצד די כלה זעלבסט?

ס'האט קיין שייכות נישט מיט אידישקייט.


ס'אפשר נישט קיין אבסולוטער חיוב אבער א שייכות מיט אידישקייט האט עס!

ס'ממש א פלא, אז אזא נישטיגע זאך איך א צייכען - לויט ווי איר טענ'ט - פון א ירידה.
א "צייכן" פון ירידה איז עס גראדע יא, טאקע דערפאר וויבאלד דאס איז ביים היימישן עולם געווארן דער באדערליין פון אידישקייט (א שטייגער ווי א קאפל אין די אלגעמיינע אידישער וועלט) אפגעזען צו ס'האט געדארפט אזוי זיין צו נישט. הגם אז לכשלעצמו איז עס נישט קיין אבסעלוטער איסור
דינסטאג יולי 31, 2012 5:17 am#30162
דבילה האט געשריבן:ס'איז גאר באקאנט (סארי פאר נישט האבן בעסערע מקורות) אז אין רוסלאנד אין פולין זענען אפילו די גוים געגאנגען פולע בערד, וה"ה אין אסאך פון די אראבישע מדינות. די אידן אין די מדינות פלעגן טון מיט די בערד פונקט וואס דער גוי זיין שכן האט געטון. 'עסטו פרעגן וואס האלט די תורה? גוטע קשיא! אבער ס'זעט נישט אויס ווי דאס איז אמאל געווען די קובע. ווען יא, וואלט געפאסט אז אידן אין מדינות וואס שערן זיך יא, וואלטן זיך נישט געשוירן, און אידן אין מדינות וואס שערן זיך נישט, וואלטן זיך יא געשוירן, און דאס איז קיינמאל נישט געווען!

כהיום הזה איז די שאלה פון יא בארד נישט בארד א שאלה פון אינדענטיטעט. כמעט אזא שאלה ווי וואס א סארט קאפעליטש די טראגסט. נישט נאר איז די שאלה פון יא בארד נישט בארד, נאר אויך וויפול דער מענטש ערלויבט זיך צו שניידן, און אויב שניידט ער נישט, ערלויבט ער זיך דאס איינצוקניפן? וכו וכו והדברים עתיקין.


ריכטיג, אבער ס'אויך דא דער געפיל פון נישט טשעפענען דעם "דיוקנא קדישא", ד.ה. מ'שפירט ביי אונז חסידים אז מ'איז פוגם מיטן אפיציעל עפעס שניידן, אפילו טיילווייז.

והא ראיה, אז די וואנצעס, וועט מען ענדערש זען אז מ'זאל שניידן כאטש עס גיט אויך צו צום פרומען אויסקוק, בעת דער בארד אונטערן ראבער ווערט ביי רוב איינרוילערס נישט געשטיצט (אפשר יא, ווער ווייסט... איך זעה שוין טאקע נישט היינט אזויפיל לאנגע בערד אין מקוה ווי א אמאל...) כאטש ס'איז נישט שייך ביי דעם קיין אידענטיפיקאציע. ד.מ. אז דער גאנצע בארד אלס פרומער סימבאל איז געווארן בד בבד מיטן געפיל אז עס איז פוגם טאמער שניידט מען,
דינסטאג יולי 31, 2012 9:08 am#30179
דער זוהר רופט אן א בארד "דיוקנא קדישא", לשיטתו - ע"פ סוד פאשטייצעך - טאר מען עס נישט צירירן, דאס פרעזערווירט דעם איד'ס "הייליג געשטאלט"

אויך זאגט דער זוהר (פ' תשא) אז דער זקן האט י"ג חלקים (איני יודע החשבון) נגד י"ג מדות של רחמים, און יעדער שער איז א צינור צו הקב"ה
דינסטאג יולי 31, 2012 10:56 am#30221
גאלד האט געשריבן:דער זוהר רופט אן א בארד "דיוקנא קדישא", לשיטתו - ע"פ סוד פאשטייצעך - טאר מען עס נישט צירירן, דאס פרעזערווירט דעם איד'ס "הייליג געשטאלט"

אויך זאגט דער זוהר (פ' תשא) אז דער זקן האט י"ג חלקים (איני יודע החשבון) נגד י"ג מדות של רחמים, און יעדער שער איז א צינור צו הקב"ה

נישט אז איך בין מחולק מיט דיר, נאר אזוי מ'האט איבערגע'חזר'ט דעם זוהר, וויל איך אויך איבר'חזר'ן די חתם סופר וואס זאגט אויף אט דעם זוהר אז "אין לנו עסק בנסתרות".
דינסטאג יולי 31, 2012 9:59 pm#30481
פאלגנד איז א ילקוט שמעוני (רמז תתכה):
"איזה אומה כאומה הזאת, בנוהג שבעולם, אדם יודע שיש לו דין, לובש שחורים ומתעטף שחורים, ומגדל זקנו, אבל ישראל אינו כן, אלא לובשים לבנים ומתעטפים לבנים, ומגלחין זקנם בראש השנה".

אין די וואכעדיגע סדרה פרשת ואתחנן באציט זיך דער אור המאיר (וואס ווי באקאנט האט ער פארמאגט א קרעטשמע) צו דעם ילקוט, אט איז וואס ער שרייבט בדרך החסידות וקבלה (אין אן אנדער געלגענהייט וועל איך עס אפשר איבערטייטשן):


כי מי גוי גדול, אשר לו אלהים קרובים אליו (דברים ד, ז):
ונתעוררו חז"ל: איזה אומה כאומה הזאת, בנוהג שבעולם, אדם יודע שיש לו דין, לובש שחורים ומתעטף שחורים, ומגדל זקנו, אבל ישראל אינו כן, אלא לובשים לבנים ומתעטפים לבנים, ומגלחין זקנם בראש השנה, ע"כ.
והענין פליאה והפלא לעבור איסור דאורייתא, "ופאת זקנם לא יגלחו (ויקרא כא, ה)"?
ונראה לרמז כי שמעתי מפי המגיד זללה"ה, שביאר דברי חז"ל (בבא מציעא פז, א): "עד אברהם לא הוה זקנה", להיות תכלית הבריאה, שתתגלה ותתפרסם התפשטות מדותיו יתברך, שהיו כמוסים בעצמותו, כי אין מלך בלא עם (פדר"א פ"ג), וגם אם אין ישראל, על מי יגלה מדות רחמנות, וכדומה שארית המדות, ונודע אברהם אבינו תחלת התגלות מדות החסד בעולם, כמו דאיתא (בראשית רבה נט, ח), לשעבר נקרא אלהי השמים, ועכשיו הרגלתי שמך בפי הבריות, ונקרא אלהי הארץ, והנה עיקר בחינת התגלותו בהעולמות, הוא באמצעות התלבשות י"ג תיקוני דיקנא, אשר ראשית התיקונים מתחיל בכינוי אל, כנוי מדות החסד כנאמר (תהלים נב, ג) חסד אל, והוא מדות אברהם שאחז במדה זו, ולזה כיוונו במאמרם עד אברהם, היינו בחינתו, לא הוי דיקנא, כי אם מכינוי מדתו והלאה מתחילין התיקונים, אל רחום וחנון, וכינוי אל, מורה על מדתו מדת החסד, וכבר בארתי למעלה אשר חכמים הגידו (בבא בתרא טו, א), איתן זה אברהם ע"ש, וגם נתתי טעם לשבח, למה נקרא אברהם אזרח, א' זרח, להיותו זריחה ראשונה להזריח אור בהיר התגלות אורותיו, באמצעות התלבשות תקון המדות:


ואמרתי בדרך הלצה, שזהו הרגיל בפי האנשים למדו לשונם לומר על אדם שקנה שלימות או קנה עושר מופלג או קנה חכמה, וכדומה ממעלות טובות, ומתגאה להראות יקר תפארתו, מרגלא בפיהם לומר, סבור שכבר תפס את הקדוש ברוך הוא בזקנו, ולכללות הדיבורים הנדברים בעולם, בודאי יש להם מקום מוצא בחכמה עליונה, וזה לך האות שגם חכמי התלמוד, יגעו את עצמם למצוא מקום לדבריהם, וכמה פעמים נאמר בדבריהם (בבא קמא צב, א), מנא הא מלתא דאמרי אנשי, כי לכולם יש להם מקום מוצא, ודבר המורגל בפיהם לומר ככה, נמשך מדברינו הנאמרים, כי באמת תכלית השלימות של אדם בעולם הזה, שידבק במדותיו יתברך, וכללותם המה הי"ג תיקוני דיקנא, בהיות אדם השלם משים עיקר מגמתו ורוחו ונפשו, להשיגם לעבוד עבודתו עבודת גבוה עמהם, בכל פרטי עתיו ורגעיו, ובזה תולה הוראות חייו כל ימיו ושנותיו עוד נשמתו בו, הכל נמשך אחר עוצם הכרתו אותו יתברך, באמצעות התלבשות י"ג תיקוני דיקנא, לצורך הנבראים, ושפיר רגיל בפיהם לומר על איש המתפאר, סובר שכבר תפס את הקדוש ברוך הוא בזקנו, להיות בזה תולה עיקר ההתפארות ושלימות האדם, להשלים את נפשו באלהים, ואל יתהלל החכם כי אם בזאת:

ועיין בדרוש ראש השנה (להלן רלו, א) שבארנו מאמרם ז"ל (שו"ע או"ח סי' תקפו ס"א) שופר של ראש השנה מצותו בשל איל, ותוכן הדברים, הגם שכל השנה כולה, על הרוב התעוררת האדם והתלהבותו לתורה ועבודה זו תפלה, על ידי מה שלוקח לעצמו בחינת ורמיזא דחכמתא, מפרטי המדריגות שבעולם, ולפעמים בהקרה לפניו בחינת אהבה, מעורר לבו בקרבו באהבת הבורא ברוך הוא, ולפעמים במדות היראה, וכדומה מז' ימי המדות, זה נאמר על כל השנה, שיש לו פנאי להמתין על זה, לא כן בראש השנה שכללות העולמות תלוים בשערה, עליונים ותחתונים ואפילו עשב השדה, כולם ממתינים ומצפים עליות התעוררות התחתונים, שעולה מן הארץ מנשמות הצדיקים, לחדש ולבנות את העולם בשבילם, ומפני מורא גדול כזה אין פנאי, כי אם יעורר לבו בקרבו בתשובה הרמתה, מאימת הדין הגדול והנורא, וזהו שרמז בדבריהם, שופר מורה תשובה, של ראש השנה, שהאדם שב אל הבורא אז בתשובה שלימה, אינה רק בשל איל, המורה דין, ואינו רשאי להמתין עם תשובתו אליו יתברך, על ידי לקיחת בחינת ורמיזא דחכמתא באמצעות התלבשות המדריגות, וזהו שרמזו להפליג מעלת עם קדוש ישראל, וישובו לערב ראש השנה בתשובה שלימה, ולובשים לבנים ומתעטפים לבנים, מורה ללובן עליון, יראת הרוממות, תשובתם הרמתם, ומגלחין זקנם בראש השנה, להורות האמור, שמגלחין ומשליכין מעל עצמם בחינת עבודה כזה, לעורר לבם בקרבם מלקיחת רמיזא דחכמתא באמצעות התלבשות הי"ג תיקונים, כי אם הכל במורה ופחד, ויראת אלהים על פניהם, ולזה רומז הכתוב, כי מי גוי גדול אשר לו אלהים קרובים אליו, כלומר שמקרבים את עצמם אליו ביראת הרוממות, הכינוי בשם אלהים חיים, ואז טוב להם בזה ובבא, אמן:
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:37 am#61684
פונקט געזען ברענגען אין א ספר, ר' אברהם טוקר בעמ"ס בכורי ארץ איז אריין אלס בחור צום חזו"א און צווישן איינע פון די שאלות וואס ער האט אים געשטעלט איז צו מ'מעג שניידן די בארד מיט א שער מאשין.
פרעגט אים דער חזו"א. "ציוואס בכלל אראפנעמען די בארד"?
פאר שיינקייט!
האט דער חזון איש אויסגעפלאצט אין געלעכטער, "די היינטיגע מענטשן האבן פארלוירן דעם חוש היופי" (און פארקערט, מיט א בארד זעט מען אויס שענער )(הגה, אויב גלייבסטו נישט פרעג פרעזידענט גרענט...)
אויף זיין שאלה צו ס'איז מותר להלכה אדער נישט.
האט ער געזאגט, "שניידן די בארד איז א שאלה פון א דאורייתא".
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:39 am#61687
טאמבל סאס האט געשריבן:פרעגט אים דער חזו"א. "ציוואס בכלל אראפנעמען די בארד"?
פאר שיינקייט!
האט דער חזון איש אויסגעפלאצט אין געלעכטער, "די היינטיגע מענטשן האבן פארלוירן דעם חוש היופי" (און פארקערט, מיט א בארד זעט מען אויס שענער )

איך מיין אז די גמרא זאגט אז ר׳ יוחנן איז געוועהן פון די שענסטע מענטשען אויף די וועלט ווייל ער האט נישט געהאט א בארד

----
איך זעה יעצט אז מ׳רעדט שוין דערפון פריעד אין די אשכול
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:05 pm#61737
דער ריזשענער האט נישט געהאט קיין בארד.
דער קאלובער האט נישט קיין בארד.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:07 pm#61741
מורינו הרב האט געשריבן:דער קאלובער האט נישט קיין בארד.


דו מיינסט דעם ארץ ישראל'דיגן?
איך האף אז דו מאכסט א דזשאוק.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:12 pm#61746
דער ריזשענער האט נישט געהאט קיין בארד.

בשורה חדשה,
קיינמאל נישט געוואוסט
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:21 pm#61754
טאמבל סאס האט געשריבן:אויף זיין שאלה צו ס'איז מותר להלכה אדער נישט.
האט ער געזאגט, "שניידן די בארד איז א שאלה פון א דאורייתא".


לכאורה א שאלה להלכה איז נאר טאמער מען שערט נאנט צי די הויט, טאמער לאזט מען איבער א צענטימעטער צי צוויי איז עס להלכה א שאלה ?!
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:31 pm#61844
נו נו. דער חזון איש האט דאך פאר א סיבה אים נישט גענטפערט וואס דו, כדי אים נישט צוגעבן קיין אויסוואל. ;)
און געזאגט האט ער אז ס'איז א "שאלה" פון א דאורייתא. ד.ה. אז ס'דא וואס האלטן אז יא, אבער אויך זענען דא אזעלכע וואס האלטן אז "נישט".
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:48 pm#62988
משוגע מעטארע, איך הער נישט אויף יעצט צו קראצן מיין בארד...
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:50 pm#62991
די בארד וואס דו האסט נישט....
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 3:09 pm#63008
שעפטל האט געשריבן:משוגע מעטארע, איך הער נישט אויף יעצט צו קראצן מיין בארד...


שעפטל, וואס וועט זיין מיט א פלעסטיק סורדזשערי?
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:40 pm#63918
איך וויל געבען א שטיקל פערספעקטיוו צו די פראגע צי א היימישע חסידישע מעג טשעפן זיין בארד:

ס'איז פאראן א כללות'דיקע חקירה לגבי ענינים אין יידישקייט וואס אויף ערשטען בליק זענען גילטיג נאר אין די אמאליקער וועלט קולטורעס, צי מ'דארף זיי מקיים זיין אויך היינט. [מ'בריינגט א ראי' פון רמב"ם (אישות י"ג, י"ד): "אבל גנאי הוא לאישה שתהא יוצאה תמיד, פעם בחוץ פעם ברחובות; ויש לבעל למנוע אשתו מזה, ולא יניחה לצאת אלא כמו פעם אחת בחודש או פעמיים בחודש, כפי הצורך: שאין יופי לאישה אלא לישב בזווית ביתה, שכך כתוב כל כבודה בת מלך, פנימה". מיר ווייסן אז מ'פירט נישט אזוי היינט (איך האפ), און מ'זאגט אז דער דין איז געווען גילטיג נאר אין דער קאנטעקסט פון אראבישער קולטור. הייסט עס, אז די תורה פאסט'זיך צו (אין א געוויסער זין) צו די הייניקער צושטאנד]. ווי נאר ווי, די צוויי אופנים קענען באנוצט ווערן צו אפטייטשן די חילוק צווישן מעדערנע און חסידישע יידן: ביי די מאדערנע, ווען ס'קומט צו א סתירה צווישן הלכה און מערב קולטור, פרובירט מען אלץ וואס מ'קען געפינען קולות צו דאס מתיר זיין, אבער ביי חסידישע יידן רעכנט מען מלכתחילה נישט מיט מערב קולטור (אפיציעל), במילא איז מען דן צי דאס איז א פאסיגע פירונג פאר א חסידישער ייד (וואס פארשטייט'זיך גייט אלעמאל לחומרא), פונקט ווי ביי כשרות און דאס גלייכענס. במילא ווען א חסידישע הייבט אן טשעפן מיט מיט די בארד, באווייסט דאס אז ער איז נישט קיין מהדר במצוות, דערפאר טויגט דאס נישט. (פארשטייט'זיך אז די בארד איז אויכעט גאר סימבאליש, אבער וועגן דער פרט רעד איך נישט).


לגבי די סברות צו מחמיר זיין אין נישט טשעפן די בארד אינגאנצן, איז געדרוקט א גאנצע ספר "והדרת פני זקן" דורך הרב ווינער (זע דא). זע אויך דא, אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:54 pm#63923
טשארייער האט געשריבן:
לגבי די סברות צו מחמיר זיין אין נישט טשעפן די בארד אינגאנצן, איז געדרוקט א גאנצע ספר "והדרת פני זקן" דורך הרב ווינער (זע דא). זע אויך דא, אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".

די זעלבע כלל וואס דו זאגסט אז ס'איז תלוי אין די סביבה און קולטור ווי מ'לעבט, איז אויך נוגע צו לא תלבש.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:08 pm#63935
געפילטע פיש האט געשריבן:די זעלבע כלל וואס דו זאגסט אז ס'איז תלוי אין די סביבה און קולטור ווי מ'לעבט, איז אויך נוגע צו לא תלבש.

אזוי ווי עס איז מבואר אין די פוסקים אז היינטיגע צייטן קוקט די מענער אויך אין שפיגל ממילא איז עס מער נישט לא תלבש. און אויב דו ווילסט דוקא וויסן, פאר איך האב געוואוסט פון דעם היתר האב איך אויך געקוקט אין שפיגל.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:29 pm#64705
א בריוו פון הרה"ג ר' חיים קניעווסקי געדרוקט אין זיין ספר "ארחות יושר" (ס"ה ע' י"ט) אויף די איסור פון טשעפן די בארד:

beard1.JPG
beard1.JPG (89.44 KiB) געזען געווארן 2458 מאל


beard2.JPG
beard2.JPG (59.96 KiB) געזען געווארן 2458 מאל
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 2:23 am#64764
המימרא שמביא לעיל מילקוט שמעוני שמגלחין זקנם מקורו הוא בירושלמי ר"ה ז' ע"ב
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 3:36 am#64766
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 10:26 pm#68561
טשארייער האט געשריבן: אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".[/justify]

אז מען רעדט שוין פון לאוין און בערד, וואלט איך געוואלט מעורר זיין אז אסאך מאל ווערט מען ליידער נכשל אויף לא תקשצו,
אלזא קעמט אויס אייער בערד, בלאזט אראפ די ברעקלך, ווישט אפ דעם שמאלץ, ראדזיר דיין שנאטץ עס זאל נישט נאס ווערן פון יעדע קאווע וואס די טרינקס, אין אויב דיין בארד וואקסט אויפ אזא הרב שטיינמאנישע אופן פרעג א שאלה,
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:18 am#68673
יתרו האט געשריבן:
טשארייער האט געשריבן: אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".[/justify]

אז מען רעדט שוין פון לאוין און בערד, וואלט איך געוואלט מעורר זיין אז אסאך מאל ווערט מען ליידער נכשל אויף לא תקשצו,
אלזא קעמט אויס אייער בערד, בלאזט אראפ די ברעקלך, ווישט אפ דעם שמאלץ, ראדזיר דיין שנאטץ עס זאל נישט נאס ווערן פון יעדע קאווע וואס די טרינקס, אין אויב דיין בארד וואקסט אויפ אזא הרב שטיינמאנישע אופן פרעג א שאלה,

וואס פארשטייט א גר, יתרו....
א בארד מאכט שיין א איד...
לללללאאאאאאאללללללל
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:41 am#69559
איך דענק אז די בד"צ לאזט נישט קיין שוחט אהן א בארד, מיט א טענה אז אזוי שטייט אין א מרדכי.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:46 am#69563
"ביטע לייקט מיך נישט, איך וויל קענען זאגן וואס איך האב צו זאגן, אן קיין שוחד, א דאנק פון פאראויס,"

דאס איז די חתימה פון יתרו, אונזער טייערער ידיד
טייערער יתרו, דאס איז א שווערע נסיון, איך האב מורא אז איך וועל דיר מוזן לייקן, די ווערטער זענען ווי "נאס, פארב!" אויף א וואנט וואס מאכט אז יעדער זאל טאפן,
יתרו, פליז! לאז מיר דיר לייקן!
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:40 pm#69652
קופערניקוס האט געשריבן:"ביטע לייקט מיך נישט, איך וויל קענען זאגן וואס איך האב צו זאגן, אן קיין שוחד, א דאנק פון פאראויס,"

דאס איז די חתימה פון יתרו, אונזער טייערער ידיד
טייערער יתרו, דאס איז א שווערע נסיון, איך האב מורא אז איך וועל דיר מוזן לייקן, די ווערטער זענען ווי "נאס, פארב!" אויף א וואנט וואס מאכט אז יעדער זאל טאפן,
יתרו, פליז! לאז מיר דיר לייקן!

אוי קיי, איך געב מיך אונטער, נאך שווערע לחץ און דרוק פונעם עולם דא האב איך באשלאסען צו נידריגען מיין טאון אופ וואויס, און צו ענדערן מיין אונטערשריפט,
אויך האב איך געטוישט מיין פאלאסי פון נישט לייקען קיינעם, און פון היינט מאלאן וועל איך בל"נ לייקן יעדעם וואס עקאמפלישט ארויפצוציען א שמייכל אויף מיין זויערע פנים.
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:59 pm#166092
ק/פ פון ליפאס אשכול


פון תיבה פרטי:

איך זעה מען פרעגט וואס איז שלעכט אז מען שניידט אפ די בארד, לויט די הלכה מעג מען דאך.

איך וויל עפעס ארויסברענגען און ווער עס וועט גוט אריינטראכטן וועט זען אז ס'איז זייער אמת.

עס שטייט אין די ספרים הקדושים אז ס'דא 5 דרגא'ס אין די וועלט: 1 דומם - א קלאץ, 2 צומח - וואקסעדיג ווי גראז, 3 חי - א לעבעדיגע זאך ווי א בהמה, 4 מדבר א רעדעדיגער דאס הייסט א מענטש, 5 ישראל - א איד וואס איז העכער ווי אלע

ווען איינער פון די 5 וויל גיין אראפ א דרגא איז די מציאות אז ער וועט פאלן נאך אראפציהר! טראכט אריין. ווען א גראז וועט אויפהערן וואקסן וועט ער ווערד זיין סאך ווייניגער ווי א שטיין א דומם. ווען א בהמה (וואס איז א חי) וועט אויפהערן אטעמען וועט ער נישט ווערן א צומח נאר ער וועט ווערן סאך ווייניגער ווי א גראז ער וועט זיין די ערגסטע פארשטינקענע דומם, און די זעלבע ווען א מדבר (א גוי) וועט וועלן ווערן א בהמה וועט ער שטארבן אינגאנצן.

אזוי אויך ווען א ישראל (א איד) וויל ווערן א גוי חלילה, ווערט ער אסאך ערגער ווי סתם א גוי! דאס מיינט די פסוק "ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר".

לענינינו.

די זאך גייט ווייטער אויך. יעדער איד האט זיך זיין מסורה וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן. א חסידי'שע איד איז אויפגעוואקסן מיט די מסורה אז מען רירט נישט צו די בארד, ווייל אזוי האבן די פריערדיגע צדיקים געזאגט. ווען א ליטווישער איד שניידט זיך די בארד, איז עס כשר וישר ווייל דאס איז זיין מסורה, אבער ווען א חסידישער אינגערמאן באשליסט צו שניידן די בארד, איז לגמרי נישט פשט "ער איז געווארן א ליטאי", "ער איז פונקט אזא הלכה'דיגע איד ווי זיי". ניין! עס איז קלאר אז איינער וואס גייט אראפ פון "זיין דרגא" וואו ער איז געבוירן געווארן, איז דאס ווייל ער איז געפאלן אסאך נידריגער, און ער איז גארנישט קיין "הלכה איד". דאס שניידן די בארד איז א צייכן אז ער איז עובר אויף "הלכה'דיגע" איסורים אויך! 100 פראצענט.

און אונזער בעל דין איז א סעמפל.

איך פארשטיי אז די ליינער דארט וועלן עס נישט צו גרינג מקבל זיין, אבער ווער עס וועט אריינטראכטן גוט וועט זעהן אז דאס איז זייער זייער אמת.
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:11 pm#166097
שוין, האבן מיר א קלארע פסק, פון א אויסגעהאלטענע מקור
דער בעל מחבר פון דעם 'תיבה פרטי' זצ"ל.
ס'איז אלץ שיינע דרשה'לעך צו קנעטלען און קנאבלען דערין, אבער אינדער אשכול קאכט מען זיך ע"פ הלכה.
אין ביי די וועי, איך לייק נישט קיין תגובה צוויי מאל.
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:14 pm#166099
מ'ברויך דאנקען דעם מחבר ה'סידי פאר אזא באלערנדער שמועס