מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:50 pm#295182
בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
אין די מינוטן קומט אריין די בשורה לא טוב, אז כ"ק אדמו"ר מרן משולם פייש סג"ל לאווי זצ"ל, אדמו"ר מ'טאהש איז נפטר געווארן.
פרטים יבואו
פרטים יבואו
פריעד באטשי האט געשריבן:ווער האט זיך געגלייבט, אזויפיל יאר האבן אונז מתפלל געווען פאר מרן משולם פייש בן צירל, און יעצט איז עס מרן משולם פייש בן מרדכי, עס זאגט זיך שווער, אוי, ווי נעמט מען נאך אזא לעכטיגע צורה, וועם וועלן אונז קענען ווייזן פאר אונזערע קינדער.
שמעון וואלף האט געשריבן:ברוך דיין האמת
פריעד באטשי, צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל באוויין איך די גרויסע אבידה. אבער זאג מיר די אמת, האסט ממש נישט געגלייבט אז דאס קען פאסירן? כ'האב נישט געוויסט אז ס'זענען פארהאן טאשע משיח'סטן
דריידל האט געשריבן:ברוך דיין האמת. יעצט האמיר שוין נאך א יארצייט אין די איינע וואך ווען ס'געפאלט די יארצייט פון עטליכע גדולים פון פאריגע דור.
כ"ו - סאטמאר
כ"ז - ספינקא, טאהש
כ"ח - רב פאם
כ"ט - סקולען
מאטל שניידער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:ברוך דיין האמת. יעצט האמיר שוין נאך א יארצייט אין די איינע וואך ווען ס'געפאלט די יארצייט פון עטליכע גדולים פון פאריגע דור.
כ"ו - סאטמאר
כ"ז - ספינקא, טאהש
כ"ח - רב פאם
כ"ט - סקולען
י"ג אב פאפא
shem-tov האט געשריבן:
למעשה קען מען נאך יעצט ארויספארן פון בארא פארק צו נישט
חקרן האט געשריבן:דער ווארט שטאמט פון ר' יודעלע, ער האט עס געזאגט אויף זיין זיידע דער אהבת ישראל מויז'ניץ.
עמעזאן האט געשריבן:אקעי הייסט עס איז שייך צו זיין א צדיק און נישט זיין א דין ת"ח,
און צדיק פרעזענטירט נישט קיין גרויסקייט אין ידיעות התורה נאר אין אנדערע ענינים, אגרי?
שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב טאקע נישט אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א בעל מופת בכלל! וואס איך גלייב יא אז ער איז געוועהן:
1) ער איז געוועהן א חכם מחוכם, מעהר פון עני רבי וואס האט געלעבט די לעצטע 100 יאר לויט מיין מיינונג!
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!
3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן, פרום צו פריי, רייך אדער ארים, קראנקע מענטשען מיט אפענע אינפעקשאנס וואס מ'האט יענע צייטן נישט געקענט היילן און א געווענטליכע מענטש וואלט נישט געשטאנען אין זיינע ד' אמות האט ער מחזק געוועהן! זיי געהאלזט און געקושט!! איך אליינס האב דאס געהערט פון אפאר עדי ראי'! ער איז געוועהן גאר א ווארימע מענטש וואס האט מיטגעוויינט ביי א יעדע קוויטל מיט יעדעמס צרות, ער האט אלעס אוועקגעגעבן וואס ער האט געהאט פאר אנדערע אידן! ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די מזוזה עריו"כ פאר ער איז אריין אין שול און געזאגט מיטן גאנצן ערנסקייט "רבש"ע אלע צרות און מחלות וואס איז באשערט פאר אידישע קינדער די יאהר שיק אויף מיר איך בין עס מקבל באהבה"!
4) א געוואלדיגע געשמאקע מענטש, און גאר א גוטע סענס אף הומאר! און ער האט אויפגענומען יעדעם אפילו אפענע כופרים און זיי ארויסגעוויזן די זעלבע אהבת ישראל, ס'איז באוואוסט אז אמאל איז געקומען צו אים א שרייבער פון א געוויסע פרייע צייטונג אין יענע צייט און ער איז געוועהן א אפענע כופר, ער איז געזיצן מיטן אהבת ישראל צוגעשפארט פאר צוויי שעה און גערעדט מיט אים ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געבעטן א גארטל און מיטגעדאוונט מנחה מיטן אהבת ישראל'ס מנין!
5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! ס'איז באוואוסט אז ווען ער איז געקומען וואוינען קיין גרויסווארדיין איז געוועהן אסאך יעקישע אידן וואס האבן נישט ליב געהאט קיין רבי'ס און חסידים (א שטייגער ווי @שבת אחים און @ליטוואק פון בודאפעסט להבדיל) און זיי האבן געפירט מערכות מיט אים און מיט די נייע חסידים וואס זענען געקומען וואוינען אין שטאט, למעשה האט זיי דער אהבת ישראל געשטיצט און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט און זיי געשיקט גרויס געלט פאר זייערע צוועקן און ער האט אמאל געזאגט "איך וועל זיי אזוי לאנג ליעב האבן ביז זיי וועלן מיך ליב האבן און פארשטיין"! און למעשה רוב פון די אידן זענען געווארן אין די ענד הייסע וויזניצער חסידים! אסאך גרויסע משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען פערזענליך שטאמען פון די משפחות! זיי שטאמען בכלל נישט פון קיין חסידישע משפחות און זיי זענען געווארן חסידים אנזעהנדיג די ערליכקייט און צדקות און גרויסקייט פון דעם איד!
דער אהבת ישראל איז אמאל געקומען אין די שטאט ווי הרה"צ ר' אהרן ראטה האט געוואוינט און די גאנצע שטאט איז ארויסגעגעאנגען מיטהאלטן דעם דאווענען און די טישן חוץ איין אויבער חכם א ליטוואק וואס איז נישט געגאנגען זעהן דעם אהבת ישראל, האט אים ר' אהרן ראטה פון שומר אמונים זצ"ל פארגעהאלטן מוצ"ש היתכן איר זענט נישט געגעאנגען צום וויזניצער רבין? האט ער געזאגט "עס איז דאך ביטל טעירע"! האט אים ר' אהרן ראטה זצ"ל געזאגט, ס'איז אנגענומען פון פריערדיגע צדיקים אז ס'איז אסאך שווערער זיך אויסצוארבעטן איין מדה ווי אפלערנען גאנץ ש"ס! און דער איד וואס האט זיך אויסגעארבעט "אלע" מדות ביסטו נישט געגאנגען אנקוקן????
מיין טאטע זאגט מיר אז הרה"צ ר' ישראל'טשע האגער שליט"א, דער היינטיגער וויזניצער רבי, האט א דזשין מעין פונעם אהבת ישראל זצוק"ל. קוקטס אן אזא איד ווי ר' ישראלטשע וויזניצער שליט"א מיט זיינע מדות טובות און אהבת ישראל וואס שטייגט איבער אלע היינטיגע רבי'ס צוזאמען, דאס איז נאר א טויזענסטעל פונעם אהבת ישראל!!!
ער האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם לדעתי! און טאמער קענסטו מיר פראופן אז ס'איז דא נאך אזא רבי היינטיגע טעג פונקט ווי דער אהבת ישראל נאר ער וואוינט אין אנטארטיקע און ס'איז 150 בעלאו זערא דעגרי דארט, קענסטו זיין זיכער אז איך פאק מיך צאם מיינע זאכן און איך הייב אן ערנסט צו זוכן א וועג אנצוקומען אהין!
ער איז געוועהן א סעמפל ווי אזוי א רבי האט געדארפט אויסצוקוקן! חבל על דאבדין!
חקרן האט געשריבן:דער ווארט שטאמט פון ר' יודעלע, ער האט עס געזאגט אויף זיין זיידע דער אהבת ישראל מויז'ניץ.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווייל א מענטש האט אויסגע'ארבעט א מדה איז עס נישט ביטול תורה איהם צו גייען אנקוקען?
רב אשי אוקי אשלשה מלכים אמר למחר נפתח בחברין אתא מנשה איתחזי ליה בחלמיה אמר חברך וחבירי דאבוך קרית לן מהיכא בעית למישרא המוציא אמר ליה לא ידענא א''ל מהיכא דבעית למישרא המוציא לא גמירת וחברך קרית לן א''ל אגמריה לי ולמחר דרישנא ליה משמך בפירקא א''ל מהיכא דקרים בישולא א''ל מאחר דחכימתו כולי האי מאי טעמא קא פלחיתו לעבודת כוכבים א''ל אי הות התם הות נקיטנא בשיפולי גלימא ורהטת אבתראי למחר אמר להו לרבנן נפתח ברבוותא. (סנהדרין ק"ב:)
רש"י, אוקי אשלשה מלכים. אוקי סיום הך פירקא עד שהגיעו לג' מלכים: אמר למחר נפתח בחברין. נדרוש בחברינו שהיו תלמידי חכמים כמותנו ואין להם חלק לעתיד: א''ל. מנשה בחלום חברך וחברא דאביך אנן. כלומר וכי סבור אתה שנהיה חבירך וחבירי דאבוך: מהיכא בעית למשרא המוציא. אינך יודע מאיזה מקום בפת אתה צריך לבצוע המוציא: וחבירך קרית לן. ואתה קורא אותנו חבירך: מהיכא דקרים בשולא. דרפתא ממקום שנקרמין פניה של פת בתנור דהיינו מלמעלה או מסביבות הפת או משוליו אבל באמצע לא שאם הביאו לפניו פרוסה של לחם לא יהא בוצע ומברך אלא משולי הפת ולא מאמצעיתו ל''א מהיכא דקדים כלומר מהיכא שמקדים לאפות והיינו הך ל''א מהיכא דגמר בשולא ממקום שהלחם אפוי יפה ולא מאותו מקום שקורין בשו''ל וראשון נראה: הוית נקוט שיפולי גלימך. היית מגבה שפת חלוקך מבין רגליך כדי שתהא קל לרוץ והיית רץ לשם מפני יצר עבודת כוכבים שהיה שולט: נפתח ברבוותא. נתחיל לדרוש ברבותינו ולא אמר בחבירינו:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?
קאצקע ציקער האט געשריבן:חקרן גיט געזאגט!!
חברה לאמיר זיך אלע נעמען איבער זיינע ביינער ס' דא געניג און נאך שמוץ אויף די ליטפאקעס מיט די פראקעס אפשר דעמאלטס וועט ער כאפן דעם ווינק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'רעדט זיך אזוי אפ אויף ק''ש. סך הכל, זענען אלע אייוועלטניקע'ס, אחוץ דריי מענטשען, וואס איינער פון זיי האט זיך שוין אויסגערופען אלס אן אפיקורס. דער רוב איז נאכאלס פארגלייבט. וואס שטערט עס אז אן אנדערע מיינונג קומט אויך ארויס?
וואס שטערט עס אז אן אנדערע מיינונג קומט אויך ארויס?
שבת אחים האט געשריבן:
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!
3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן
5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! !
שש משזר האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב טאקע נישט אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א בעל מופת בכלל! וואס איך גלייב יא אז ער איז געוועהן:
1) ער איז געוועהן א חכם מחוכם, מעהר פון עני רבי וואס האט געלעבט די לעצטע 100 יאר לויט מיין מיינונג!
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!
3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן, פרום צו פריי, רייך אדער ארים, קראנקע מענטשען מיט אפענע אינפעקשאנס וואס מ'האט יענע צייטן נישט געקענט היילן און א געווענטליכע מענטש וואלט נישט געשטאנען אין זיינע ד' אמות האט ער מחזק געוועהן! זיי געהאלזט און געקושט!! איך אליינס האב דאס געהערט פון אפאר עדי ראי'! ער איז געוועהן גאר א ווארימע מענטש וואס האט מיטגעוויינט ביי א יעדע קוויטל מיט יעדעמס צרות, ער האט אלעס אוועקגעגעבן וואס ער האט געהאט פאר אנדערע אידן! ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די מזוזה עריו"כ פאר ער איז אריין אין שול און געזאגט מיטן גאנצן ערנסקייט "רבש"ע אלע צרות און מחלות וואס איז באשערט פאר אידישע קינדער די יאהר שיק אויף מיר איך בין עס מקבל באהבה"!
4) א געוואלדיגע געשמאקע מענטש, און גאר א גוטע סענס אף הומאר! און ער האט אויפגענומען יעדעם אפילו אפענע כופרים און זיי ארויסגעוויזן די זעלבע אהבת ישראל, ס'איז באוואוסט אז אמאל איז געקומען צו אים א שרייבער פון א געוויסע פרייע צייטונג אין יענע צייט און ער איז געוועהן א אפענע כופר, ער איז געזיצן מיטן אהבת ישראל צוגעשפארט פאר צוויי שעה און גערעדט מיט אים ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געבעטן א גארטל און מיטגעדאוונט מנחה מיטן אהבת ישראל'ס מנין!
5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! ס'איז באוואוסט אז ווען ער איז געקומען וואוינען קיין גרויסווארדיין איז געוועהן אסאך יעקישע אידן וואס האבן נישט ליב געהאט קיין רבי'ס און חסידים (א שטייגער ווי @שבת אחים און @ליטוואק פון בודאפעסט להבדיל) און זיי האבן געפירט מערכות מיט אים און מיט די נייע חסידים וואס זענען געקומען וואוינען אין שטאט, למעשה האט זיי דער אהבת ישראל געשטיצט און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט און זיי געשיקט גרויס געלט פאר זייערע צוועקן און ער האט אמאל געזאגט "איך וועל זיי אזוי לאנג ליעב האבן ביז זיי וועלן מיך ליב האבן און פארשטיין"! און למעשה רוב פון די אידן זענען געווארן אין די ענד הייסע וויזניצער חסידים! אסאך גרויסע משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען פערזענליך שטאמען פון די משפחות! זיי שטאמען בכלל נישט פון קיין חסידישע משפחות און זיי זענען געווארן חסידים אנזעהנדיג די ערליכקייט און צדקות און גרויסקייט פון דעם איד!
דער אהבת ישראל איז אמאל געקומען אין די שטאט ווי הרה"צ ר' אהרן ראטה האט געוואוינט און די גאנצע שטאט איז ארויסגעגעאנגען מיטהאלטן דעם דאווענען און די טישן חוץ איין אויבער חכם א ליטוואק וואס איז נישט געגאנגען זעהן דעם אהבת ישראל, האט אים ר' אהרן ראטה פון שומר אמונים זצ"ל פארגעהאלטן מוצ"ש היתכן איר זענט נישט געגעאנגען צום וויזניצער רבין? האט ער געזאגט "עס איז דאך ביטל טעירע"! האט אים ר' אהרן ראטה זצ"ל געזאגט, ס'איז אנגענומען פון פריערדיגע צדיקים אז ס'איז אסאך שווערער זיך אויסצוארבעטן איין מדה ווי אפלערנען גאנץ ש"ס! און דער איד וואס האט זיך אויסגעארבעט "אלע" מדות ביסטו נישט געגאנגען אנקוקן????
מיין טאטע זאגט מיר אז הרה"צ ר' ישראל'טשע האגער שליט"א, דער היינטיגער וויזניצער רבי, האט א דזשין מעין פונעם אהבת ישראל זצוק"ל. קוקטס אן אזא איד ווי ר' ישראלטשע וויזניצער שליט"א מיט זיינע מדות טובות און אהבת ישראל וואס שטייגט איבער אלע היינטיגע רבי'ס צוזאמען, דאס איז נאר א טויזענסטעל פונעם אהבת ישראל!!!
ער האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם לדעתי! און טאמער קענסטו מיר פראופן אז ס'איז דא נאך אזא רבי היינטיגע טעג פונקט ווי דער אהבת ישראל נאר ער וואוינט אין אנטארטיקע און ס'איז 150 בעלאו זערא דעגרי דארט, קענסטו זיין זיכער אז איך פאק מיך צאם מיינע זאכן און איך הייב אן ערנסט צו זוכן א וועג אנצוקומען אהין!
ער איז געוועהן א סעמפל ווי אזוי א רבי האט געדארפט אויסצוקוקן! חבל על דאבדין!
!WOW! WOW! WOW
אפיקורס ארויף, אפיקורס אראפ, אזא הייסע וויזשניצע חסיד האט איר שוין אמאל געזען?!...