Under maintenance
הויפט זייט » בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9433
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:13 am#296752
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער ביי אנדערע מענטשען וואס שטארבען ווען דער שרייבער טוט עס במזיד, אדער דער מספיד. ס'גייט איהם נישט אן דער אמת, איז עס א הימל געשריי, וואס איז אדער שלעכט'ס צו דער נפטר, אדער כפירה אין השארת הנפש.


הונדערט % אמת, אינטרעסאנט צו אנמערקן אז ווען הרה"ק ר' אייזיק'ל זידיטשובער איז אוועק האט זיין זוהן ר' אליהו מספיד געווען האט ער געטייטשט אויף זיין טאטען וואס איז בימיו געווען א וועלטס רבי, "קשה רימה למת" רימה מלשון הרמה דערהייבן, אז עס איז שווער פאר א מת ווען מיען איז איז משבח ומרומם, "כמחט בשר החי", ומה נענה אנן אבתריה אז אויף פשוטע קטלא קניא'ס מאכט מען שוין היינט א גאנצע סליחות לערב ר"ה פלוס טעקס און אינטרעסט.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:17 am#296759
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
א. אפשר וועגען דעם האבען אנדערע א מנהג צו ווארטען צוועלף מאנאטען ביז מ'לייגט א מצבה. ווייל דעמאלס האט מען זיך שוין אביסל בארואיגט.
ב. איך האב שוין לאנג געקלערט, נאך א מזל די הלכה איז נישט געבליבען קלאר אז קברי צדיקים אינן מטמאין. שטעל זיך פאר ווען יא. יעדער קרייז/קולט וואלט געזאגט אויף זייער'ס אז ס'איז נישט מטמא, און דער וואס האלט נישט אזוי וואלט געדארפט ברענגען א ראיה אז ער איז נישט קיין צדיק!
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:58 am#296765
דריידל האט געשריבן:ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.

איך בין נייגעריג וואס ס׳גייט זיין די נוסח ביים הייליגן רבי פון מרכז וויזניץ (מענדעלע)
אפשר איז כדאי מיר זאלן מאכן א קאנטעסט מיט נוסחאות פאר זיין מציבה???
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:21 pm#296766
ווער ס'וועט געווינען, וועט נאך בחייו באקומען א גלעט מיט א קניפ אין בעקל.

איך זעה טאהש שרייבט שוין 'הקוה"ט' אויפן מציבה, ס'דא עפעס העכערס פון "טהור" פארן מרכז'ער?
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:11 pm#296784
איך בין געווען אין טאהש צענדליגער (אויב נישט הונדערטער) מאל און זייער אסאך געזעהן און און געקענט דעם טאהש'ער רבי'ן און אסאך געהאלטן פון אים, אבער איך בין אויך היפש שאקירט פון דעם מצבה. עס איז זייער איבערגעטריבן.

און נאך א געדאנק איז מיר אריבער געלאפן. איך קען פארשטיין אז מען מאכט זיין זון פאר ממלא מקום, און איך קען אפילו פארשטיין אז די חסידים (אפילו די פון אמאל) שפילן דעם געים, יא, איך דערהער דעם געדאנק אז די קאמפאני מוז ווייטער אנגיין. אבער וואס וועט זיין ווען עס וועט קומען צו די מצבה?

מען קען דאך נישט מאכן פארן טאטן אזא מין מצבה און דערנאך פארן זון מאכן א פלעינע, וועט מען דאך בלית ברירה מאכן פארן זון עפעס ענליכ'ס...
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:17 pm#296786
ביז דער זון וועט ווערן 120, וועט שוין די וועלט זיין פיל נידריגער ווי יעצט, און לויט יענעם מצב וועט ער טאקע זיין ממש א מלאך א קדוש אלקי...
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:23 pm#296789
איינער זאגט מיר יעצט אז מ׳גייט איבערמאכן די נוסח, איז עס אמת???
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:34 pm#296794
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
מסתמא האט דער רבי ר' מיילעך געזען אויף ק''ש אז ס'טויג נישט
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:56 pm#296799
שעפטל האט געשריבן:ווער ס'וועט געווינען, וועט נאך בחייו באקומען א גלעט מיט א קניפ אין בעקל.

איך זעה טאהש שרייבט שוין 'הקוה"ט' אויפן מציבה, ס'דא עפעס העכערס פון "טהור" פארן מרכז'ער?


טאהש האט אויך געשריבן קודש הקדשים. אפשר קען די ויזניצער שרייבן טהור הטהורים.

אאפס, איך לייג שוין א טרעידמארק
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:58 pm#296803
הדד בן בדד האט געשריבן:איך בין געווען אין טאהש צענדליגער (אויב נישט הונדערטער) מאל און זייער אסאך געזעהן און און געקענט דעם טאהש'ער רבי'ן און אסאך געהאלטן פון אים, אבער איך בין אויך היפש שאקירט פון דעם מצבה. עס איז זייער איבערגעטריבן.

און נאך א געדאנק איז מיר אריבער געלאפן. איך קען פארשטיין אז מען מאכט זיין זון פאר ממלא מקום, און איך קען אפילו פארשטיין אז די חסידים (אפילו די פון אמאל) שפילן דעם געים, יא, איך דערהער דעם געדאנק אז די קאמפאני מוז ווייטער אנגיין. אבער וואס וועט זיין ווען עס וועט קומען צו די מצבה?

מען קען דאך נישט מאכן פארן טאטן אזא מין מצבה און דערנאך פארן זון מאכן א פלעינע, וועט מען דאך בלית ברירה מאכן פארן זון עפעס ענליכ'ס...


די ברך משה האט דען די זעלבע טיטלן ווי די ויואל משה/דברי יואל?
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:04 pm#296805
איימיצער האט א רעפארט פון די הקמת המצבה היינט? ווי אזוי איז געווען דער מעמד?
איינער זאגט מיר אז עס איז גאר הייס דארטן.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:21 pm#296811
דא האט עטס דעם דברי יואל'ס
שטייט גראדע אויך יחיד בדורו... אבער ניטאמאל די ווארט "הקדוש"

דברי יואל.jpg
דברי יואל.jpg (91.58 KiB) געזען געווארן 1672 מאל


און נאדער דעם ברך משה'ס
(צום באמערקן, אז ס'שטייט נישט "טייטלבוים")

ברך משה.jpg
ברך משה.jpg (106.72 KiB) געזען געווארן 1672 מאל


בכלל אונטערסאנט צו זעהן אז עס איז היפש היפש איינגעהאלטן די טיטלען!
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:44 pm#296815
איינער זאגט מיר אז טאשער רבי איז געווען באוואוסט אלטץ א סבלן, ער פאר זיך וועט נאך סובל זיין די בזיונות פונעם מצבה.

-------------
איך הער מען מוטשעט זיך אוועק מיט די מצבה, די ווערטער וועגן צו שטארק... אולי זאל מען ברענגן א בילדאוזער.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:02 pm#296818
ווען די מציבה וועט טראסקענען (צוליב די וואג..) וועלן נאך די חסידים האבן א מופת אז די רבי איז גאר אזא עניו געווען, וצדיקים במיתתם וכו'... און האט פשוט אראפגעפושט די מציבה
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:26 pm#296824
צוואת כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זצ"ל
היינט איז ארויסגעקומען (אפשר נאר א חלק פון) די צוואה פון כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זצ"ל

ער איז מכתיר בנו יחידו (הנשאר בחיים) הרה"צ רבי אלימלך שליט"א אלס ממלא מקום במלואו, הכל בכל מכל..

בעהט די אנ"ש צו שטיצן און העלפן זיינע קינדער, ובפרט זיין שנור הרבנית אלמנת הרה"צ ר' מרדכי ז"ל

אינטערסאנט צו זעהן ווי ער בעהט ר' אלימלך עס אנצונעמען, און בעהט אים צווישן אנדערע זאכן, זיך צן פירן ווי די טאטע ביים פירן טיש, טיילן שריים, נעמען קוויטלעף. זאל זיין ש"צ שבת, ימים טובים און ימים נוראים, זאל זאגן תהילים מיטן ציבור יעדן שב"ק. און ער זאל גיין בבגדי לבינים שבתים וימים טובים.

די צוואה האבן באקומען הגה"צ ר' יעקב אלי' אונדסדארפער שליט"א, אב"ד ראשית חכמה ב'מאנטריאל און הרה"ג ר' ישראל צבי שלום גליק שליט"א, דומ"ץ טאהש בוומסב"ג.
און האט מקבל קנין געווען אגב סודר בפני הגה"צ ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א, אב"ד פריימאן, וראב"ד התאחדות הרבנים

צוואת טאהש.1.jpg
צוואת טאהש.1.jpg (258.74 KiB) געזען געווארן 1571 מאל

צוואת טאהש.2.jpg
צוואת טאהש.2.jpg (331.81 KiB) געזען געווארן 1571 מאל
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:32 pm#296825
און איך ווייס נישט וואס ס'איז געווארן מיטן גאנצן נוסח... דאס וואס עס איז יעצט דא....

זאגטס מיר נישט מ'גייט עס איבערמאכן מיט אלע טיטלן וכו' און צולייגן שפעטער!!!!!!!!!!!!

מציבת טאהש.jpg
מציבת טאהש.jpg (243.6 KiB) געזען געווארן 1590 מאל
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:01 pm#296829
עפעס זעהט מיר דאס נישט אויס עכט.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:03 pm#296830
ס'קוקט טאקע אויס אז זיי פלאנען צוצולייגן די איבריגע נוסח שפעטער ווייל זיי האבן געלאזט פלאץ אינמיטן. איך זעה אבער נישט וואס איז שלעכט צו לאזן אזוי.

אפשר וועלן זיי זיך נאך איבערטראכטן
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:41 pm#296834
.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:10 pm#296843
עזריאל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.

איך בין נייגעריג וואס ס׳גייט זיין די נוסח ביים הייליגן רבי פון מרכז וויזניץ (מענדעלע)
אפשר איז כדאי מיר זאלן מאכן א קאנטעסט מיט נוסחאות פאר זיין מציבה???

גלייב מיר, זיי וועלן אים נאך קרוינען פאר משיח, און ער וועט נישט קענען שטארבן...
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:26 pm#296845
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
און ער איז ווייטער משפיע פרנסה פאר זיין שעפעלעך
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:54 pm#296852
שש משזר האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.

איך בין נייגעריג וואס ס׳גייט זיין די נוסח ביים הייליגן רבי פון מרכז וויזניץ (מענדעלע)
אפשר איז כדאי מיר זאלן מאכן א קאנטעסט מיט נוסחאות פאר זיין מציבה???

גלייב מיר, זיי וועלן אים נאך קרוינען פאר משיח, און ער וועט נישט קענען שטארבן...


Sorry to break it to.you guys, but...
אין וויזניץ לייגט מען נישט קיין געהעריגע מצבות.
אין אייראפע אין וויזניצא און אין קאסוב (חוץ ביים אהבת שלום), האט מען גארנישט געלייגט, ענדליך צו טשערנאביל. היינט אין בני ברק, מחמת ריבוי הקברים אינעם זעלבען אוהל, לייגט מען א קליינעם דינעם שטיין (מער א טאוועל ווי א מצבה) ווי עס שטייט "כ"ק אדמו"ר הרה"צ....... ........ בן כ"ק אדמו"ר הרה"צ...... ....... זצ"ל מוויזניצא, בעמח"ס........." אין די יום פטירה. ניטאמאל 'פה נטמן' אין 'תנצב"ה' וואס מען שרייבט געווענליך אויף מצבות.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:37 pm#296855
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
לייוו הוק-אפ פין די מעמד הקמת מציבה, 718-704-0049
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:10 pm#296857
וואס איך נעם ארויס פון די נוסח הצוואה איז אזוי. דאס איז אמת אז ער האט געוואלט אז מיילעך זאל איבער נעמען, און די עיקר איז ווייל ער האט נישט געוואלט די זאך זאל צושפליטערט ווערן (פארוואס עס גייט אים אן אז יעדע ביהמ"ד האט זיך זיין איגגענע דעת תורה פון דיין, ווייס איך נישט, אבער אזוי האט ער געוואלט) אבער דער נוסח הצוואה מיט אלע פרטים און פרטי פרטים וואס מ'שמועסט טויס בתנאי כפול ומכופל אז קיינער האט נישט קיין דעה אויסער מיילעך, און אלעס אלעס אלעס און מ'רעכנט אויס פונקטליך כדי מ'זאל נישט האבן א טעות, דאס איז נישט זיין דעת, דאס האט א צווייטער געשריבן און ער האט זיך נישט מתנגד געווען צו די ווערטער.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:53 pm#296865
די מאני סקעמער'ס כאפן זיך צו צו זיין פטירה ווי צו א געבראטנס, עס שפראצן שוין ארויס פרישע תהילים ביזנעסער. לויט א פרישע שאצונג פון אנאליסטן אויף וואל סטריט, זענען די רווחים פון די ערשטע פערטל יאר, געשאצט אויף 110% סוירפלאס...