פרייטאג אוגוסט 14, 2015 8:11 am#295750
פאר דער וואס ווייסט, איז הוראה א לערנען פון א האלבע יאר בהתמדה, און א יאר בעצלתיים. דאס איז נאך ווייט ווייט פון א גדול בתורה
שש משזר האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב טאקע נישט אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א בעל מופת בכלל! וואס איך גלייב יא אז ער איז געוועהן:
1) ער איז געוועהן א חכם מחוכם, מעהר פון עני רבי וואס האט געלעבט די לעצטע 100 יאר לויט מיין מיינונג!
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!
3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן, פרום צו פריי, רייך אדער ארים, קראנקע מענטשען מיט אפענע אינפעקשאנס וואס מ'האט יענע צייטן נישט געקענט היילן און א געווענטליכע מענטש וואלט נישט געשטאנען אין זיינע ד' אמות האט ער מחזק געוועהן! זיי געהאלזט און געקושט!! איך אליינס האב דאס געהערט פון אפאר עדי ראי'! ער איז געוועהן גאר א ווארימע מענטש וואס האט מיטגעוויינט ביי א יעדע קוויטל מיט יעדעמס צרות, ער האט אלעס אוועקגעגעבן וואס ער האט געהאט פאר אנדערע אידן! ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די מזוזה עריו"כ פאר ער איז אריין אין שול און געזאגט מיטן גאנצן ערנסקייט "רבש"ע אלע צרות און מחלות וואס איז באשערט פאר אידישע קינדער די יאהר שיק אויף מיר איך בין עס מקבל באהבה"!
4) א געוואלדיגע געשמאקע מענטש, און גאר א גוטע סענס אף הומאר! און ער האט אויפגענומען יעדעם אפילו אפענע כופרים און זיי ארויסגעוויזן די זעלבע אהבת ישראל, ס'איז באוואוסט אז אמאל איז געקומען צו אים א שרייבער פון א געוויסע פרייע צייטונג אין יענע צייט און ער איז געוועהן א אפענע כופר, ער איז געזיצן מיטן אהבת ישראל צוגעשפארט פאר צוויי שעה און גערעדט מיט אים ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געבעטן א גארטל און מיטגעדאוונט מנחה מיטן אהבת ישראל'ס מנין!
5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! ס'איז באוואוסט אז ווען ער איז געקומען וואוינען קיין גרויסווארדיין איז געוועהן אסאך יעקישע אידן וואס האבן נישט ליב געהאט קיין רבי'ס און חסידים (א שטייגער ווי @שבת אחים און @ליטוואק פון בודאפעסט להבדיל) און זיי האבן געפירט מערכות מיט אים און מיט די נייע חסידים וואס זענען געקומען וואוינען אין שטאט, למעשה האט זיי דער אהבת ישראל געשטיצט און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט און זיי געשיקט גרויס געלט פאר זייערע צוועקן און ער האט אמאל געזאגט "איך וועל זיי אזוי לאנג ליעב האבן ביז זיי וועלן מיך ליב האבן און פארשטיין"! און למעשה רוב פון די אידן זענען געווארן אין די ענד הייסע וויזניצער חסידים! אסאך גרויסע משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען פערזענליך שטאמען פון די משפחות! זיי שטאמען בכלל נישט פון קיין חסידישע משפחות און זיי זענען געווארן חסידים אנזעהנדיג די ערליכקייט און צדקות און גרויסקייט פון דעם איד!
דער אהבת ישראל איז אמאל געקומען אין די שטאט ווי הרה"צ ר' אהרן ראטה האט געוואוינט און די גאנצע שטאט איז ארויסגעגעאנגען מיטהאלטן דעם דאווענען און די טישן חוץ איין אויבער חכם א ליטוואק וואס איז נישט געגאנגען זעהן דעם אהבת ישראל, האט אים ר' אהרן ראטה פון שומר אמונים זצ"ל פארגעהאלטן מוצ"ש היתכן איר זענט נישט געגעאנגען צום וויזניצער רבין? האט ער געזאגט "עס איז דאך ביטל טעירע"! האט אים ר' אהרן ראטה זצ"ל געזאגט, ס'איז אנגענומען פון פריערדיגע צדיקים אז ס'איז אסאך שווערער זיך אויסצוארבעטן איין מדה ווי אפלערנען גאנץ ש"ס! און דער איד וואס האט זיך אויסגעארבעט "אלע" מדות ביסטו נישט געגאנגען אנקוקן????
מיין טאטע זאגט מיר אז הרה"צ ר' ישראל'טשע האגער שליט"א, דער היינטיגער וויזניצער רבי, האט א דזשין מעין פונעם אהבת ישראל זצוק"ל. קוקטס אן אזא איד ווי ר' ישראלטשע וויזניצער שליט"א מיט זיינע מדות טובות און אהבת ישראל וואס שטייגט איבער אלע היינטיגע רבי'ס צוזאמען, דאס איז נאר א טויזענסטעל פונעם אהבת ישראל!!!
ער האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם לדעתי! און טאמער קענסטו מיר פראופן אז ס'איז דא נאך אזא רבי היינטיגע טעג פונקט ווי דער אהבת ישראל נאר ער וואוינט אין אנטארטיקע און ס'איז 150 בעלאו זערא דעגרי דארט, קענסטו זיין זיכער אז איך פאק מיך צאם מיינע זאכן און איך הייב אן ערנסט צו זוכן א וועג אנצוקומען אהין!
ער איז געוועהן א סעמפל ווי אזוי א רבי האט געדארפט אויסצוקוקן! חבל על דאבדין!
!WOW! WOW! WOW
אפיקורס ארויף, אפיקורס אראפ, אזא הייסע וויזשניצע חסיד האט איר שוין אמאל געזען?!...
משולם שטיינפעלדשבת אחים
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!
3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן
5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! !
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי דאס שטימט מיט די רדיפות אויפן עצי חיים בנוגע די פושקעס?
petergrifin@ליטוואק איך וויל וויסן (ערענסט) אויב די גדולים געבן זיך אוועק אמאל פאר א צווייטע איד? טוהן זיי עפעס פאר די אלע אלטע מוידן אין לעיקוואד אדער עני ציבראכענע נשמה וואס קומט צו זיי אדער איז עס ביטול תורה? איך וויל באמת וויסן ווייל איך הער קיינמאל נישט דערפון אויסער ערב ר'ה פאר קופת העיר.
געוואלדיג
ליטוואק פון בודאפעסטער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?
נו לאמיר זיך טאקע אפלערנען פונעם חת"ס וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם ישמח משה, לאמיר זיך לערנען פונעם ח"ח וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם גורער רבי און פאר הרה"ק מבעלזא, לאמיר זיך אפלערנען פונעם טשעבינער רב וואס איז געשטאנען פאר דער בעלזא'ר רב כעבדא קמא מרא, הצד השוה שבהם אז זיי זענען געווען גענוג גדולים און געהאט גענוג שכל צו וויסן אז עס זענען דא גענוג חסיד'ישע גדולים און אפילו ווען מען זעהט אז זיי טוהען עפעס קעגן הלכה זענען זיי נאך אלס גדולים און מיר פארשטייען זיי נישט, און אזוי ווי דער ליסקא רב, איהר הערט? רב, רב, נישט סתם א קוגל טיילער לויט אייער שפראך, נאר א רב אין א שטאט וואס האט נאך געקענט שו"ע אזוי גוט ווי ענק, שרייבט אז כאטש מען זעהט ביי געוויסע רבי'ס אז זיי טוהען זאכן אנדערש ווי עס שטייט אין שו"ע, זאל מען חלילה נישט נאכטוהן ווייל זיי זענען למעלה מן הזמן און זיי מעגן אבער סתם פשוטי עם טארן נישט, ער האט נישט געשריבן טמא טמא יקרא אדער ברכה לבטלה, נאר דער רב בישראל האט געשריבן אז אונז פארשטייען נישט, סא פליז טראכט צוויי מאל פאר דו שרייבסט,
שלמה המלך החכם מכל אדם אומר (קהלת ה א) ''אל תבהל על פיך וליבך אל ימהר להוציא דבר לפני האלוקים, כי האלוקים בשמיים ואתה על הארץ, על כן יהיו דבריך מועטים''.
ליטוואק פון בודאפעסטpetergrifin@ליטוואק איך וויל וויסן (ערענסט) אויב די גדולים געבן זיך אוועק אמאל פאר א צווייטע איד? טוהן זיי עפעס פאר די אלע אלטע מוידן אין לעיקוואד אדער עני ציבראכענע נשמה וואס קומט צו זיי אדער איז עס ביטול תורה? איך וויל באמת וויסן ווייל איך הער קיינמאל נישט דערפון אויסער ערב ר'ה פאר קופת העיר.
א. דעס איז נישט קיין קאלא"ר ווא"ר. אז די ליטוואקעס זענען אויך אין פעקעל, זענען זיי אויך און פארטיג. נאר דער עיקר איז אז מ'זאל קוקען אין תורה צו וויסען דער אמת, נישט אין לאזונגען צו קונצ-ווערק.
ב. איך האב נישט אפגעפרעגט קיין מענטש ווייל ער האט נישט געהאלפען קיין צווייטען. אז מ'וויל מיר זאגען אז ער איז א צדיק מוז עס האבען א באדייט וועלכע חלק פון צדקות. איינער איז געמאכט פאר בין אדם לחבירו, א צווייטען פאר לערנען און א דריטע פאר דבקות (עכ"פ לאמיר מסכין זיין צו די הנחה). יעצט ווייז עפעס אויף. ר' משה פיינשטיין האט אוועק געגעבען זיין לעבען פאר תורת ה' ללמוד וללמד, דעריבער איז ער א צדיק. דער חזון איש האט געלערנט בכל נימי נפשו אבער אויך האט ער געהאט א חוש צו מחזק זיין בחורים, צו מפשר זיין אין ישיבות און שטילעהייט משפיע זיין אויפ'ן אוועקשטעלען דער צורה פון אריגינעלע אידישקייט ביי א גרויסע ציבור. דאס איז זיין צדקות. יעדער איינער מיט זיינס.
ג. איך קען נישט פערזענליך אלע גדולים, נאר ס'איז ברייט באקאנט ביי די וואס האבען געקענט הרב שך ביז ער איז געווארען צו אלט און שוואך אז ער האט זיך משונה'דיג אוועקגעגעבען פאר א צווייטען. גייען אויף א בוס צו באזוכען פארגעסענער אלטע אידען איז געווען ביי איהם פון די נארמאלע זאכען. דער אויסהערען משוגעים און מטפל זיין מיט שלום בית פאר שעות ארוכות ווייסט מען אויך פון אסאך מקורות. איך בין נישט גענוג באקאנט, אבער כפי הנשמע איז יעדער וואס איז געווען ביי איהם ארויס מיט א געפיל אז ער איז וויכטיג ביי איהם און מ'האט איהם אויסגעהערט. דאס קען זיין א דמיון, פונקט ווי ביי א רעבע וואס ליינט א קוויטעל און דער פדיון געבער מיינט ער האט באקומען וואס זיין געלט האט איהם געקויפט, אבער אזוי זאגט מען.
ד. איך ווייס פון מיין רבי זז"ג וואס איך קען פערענליך, וואס איז נישט קיין מנהיג הדור, אבער א ת"ח מופלג וואס ליגט אין לערנען ווען אימער מ'זעט איהם, און איך האב געזעהן וואס ער איז גרייט צו טוהן פאר א צווייטען. אויסהערען דרייקעפ, און טוהן כפי כוחותיו צו העלפען א צווייטען. איין מאל האב איך געלערנט מיט איהם אין ביהמ"ד און ער איז ארויס צום ביה"כ. ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער מיר געזאגט אז ס'זיצט איינער אינדערויסען און ער האט איהם דערלאנגט א בריוו פון א חבר פונ'ם רבי מיינער אין א"י בעטענדיג ער זאל איהם ארויסהעלפען ווען ער קומט קיין אמעריקא. 'אבער וואס קען איך איהם טוהן? איך האב נישט קיין געלט איהם צו געבען', האט ער זיך אפגערעדט צו מיר. ער האט ווידער אנגעהויבען לערנען, און פלוצלונג עפעס געכאפט און ארויסגעלאפען פון ביהמ"ד אן זיין הוט און געלאפען צוויי געסער צו זיך אין שטוב, צוריקגעלאפען מיט א זעקל עסענווארג און דערלאנגט פאר דער געסט, און נאך עטעמדיג שווער פון די לויפען (ער איז נישט קיין יונגער מענטש), אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוריק זיך גענומען צום לערנען נאך איידער ער האט זיך אוועק געזעצט. דאס איז א קליינער מעשה אויף אן אדם גדול וואס איך האב געזעהן. אז דו האסט אזעלכע אויפ'ן טאשער רבי'ן, ברענג אפיר. אבער נישט האבענדיג אזעלכע מעשים אויף קיין שום חלק פון אידישקייט הייסט אז איהר זענט קולט מעמבער'ס, נישט חסידים.
ליטוואק פון בודאפעסטיעדער מענטש איז בחזקת ע''ה ביז מ'ווייזט אויף אנדעריש. איך האב דער חזקה נישט ממציא געווען, ס'איז א טרוקענע פאקט
ליטוואק פון בודאפעסטנישט ליגען אין א בעט פאר שעות, צו מנהגים מוזרים,
ליטוואק פון בודאפעסט
נאר וואס? רחב''ד האט געהאט מעלות, ער האט דאך געהאט סמיכה וואס דאס קומט נאר פון קענען תורה, אבער זיין חידושים להלכה זענען נישט געבראכט בשמו. וואס זעסטו פון דארט?
ליטוואק פון בודאפעסטרעד איך אויף די טויזענטער בהמות וואס זענען געפאהרען קיין טאש, אן דער מידנעסטע טעם, געפאטשקעט געלט מיט צייט אויף א נסיעה צו זען גארנישט. יא, גארנישט. ווייל טאמער דער איינציגסטע זאך וואס דו האסט צו דערציילען נאכ'ן קומען צוריק איז וועגען די דערהויבענע טישען און לעכטיגען הדרת פנים, האסטו געפוסטעוועט א שבת, און מבטל געווען א מצות עונה און דער משנה פון אוכלת עמה משבת לשבת. טאמער דו האסט עפעס אויפגעטוהן מיט'ן אהינפארען, וואלסטו אזוי געזאגט. אבער ענקערע רייד אז א הודאה כמאה עדים אז דער פאהרען איז געווען א פוסטע זאך. נישט איך זאג עס, דו זאגסט עס.
ליטוואק פון בודאפעסטס'איז אלס איין שטיקעל תורה, או מיושב מיט איין ווארט.
ס'איז דא אזעלכע קעפ וואס דערהייבען נישט קיין חילוקים קיין דקות קיין פרטים. אלס איז אויבערפלעכליך און כלליות'דיג. דעריבער ווען זיי קוקען אן דער בעלזער רב צו טאהשער רבי'ן, טראכטען זיי פאזיטיוו און רעדען זיי פאזיטיוו, און דער וואס רעדט אריין אין דער שמועס עפעס נעגאטיוו שטייט ער קעגען טשעבינער רב וואס איז געוון פאזיטיוו פאר'ן בעלזער רבי'ן.
דערווייל איז דער וועלט געמאכט פון פרטים און פרטי פרטים און ס'איז נישט דא קיין כלל אין די זאכען. איך וועל איין מאל איבערחזר'ן, און נאך דעם קען מען צוריק קוקען ווען מ'האט א ספק.
איך האב נישט גערעדט קעגען בעלזער רבי'ן אז טשעבינער רב איז א פירכא אויף וואס איך האב געזאגט. איך האב געזאגט פאר ענק אז איהר ווילט האלטען פון בעלזער רבי'ן, איז ברענג אפיהר זיין מעלות. און אזוי אויך ביים טאשער. ליידיגע לאזונגען (slogans בלע"ז) זענען נישט קיין מעלה. דאס גילט אויף 'כל כולו קודש לה'' ווי אויך אויף 'צדיק הדור'. די זענען נישט ווערטער וואס האבען אין דעם עפעס א מיין א באדייט אין תורה. דער תורה שעצט גדלות בתורה, גדלות בחסד און גדלות בשמירת המצוות. דער תורה פאדערט נישט קיין פארמאכטע אויגען, דער תורה פארלאנגט נישט א מ'זאל 'גלויבען אין צדיק'. דער תורה זאגט מ'זאל גייע עפי ראות העינים (נשיט בלינדע גלויבונג) און אז מ'זעט אויף איינעם א גדלות, זאל מען עס שעצען, און טאמער דער גדלות איז גאר א גדלות בתורה, האט דער תורה פארלאנגט נאך מער דינים און חיובים ווי אנדערע גדלות'ן, על אף אז די זאכען זענען שעצבאר'ער זאכען.
יעצט ביז איך און @אויבערלענדער חכם זענען דא אנגעקומען, און איך מיט שבת אחים אינ'ם בעלזער אשכול, האט מען גערעדט בלויז שטותים. קיין איינער פון די א.ג. 'חסידים' פון די כאראקטער'ס האבען זיך נישט באמיט צו זאגען א גדלות אויף זיי. קיינער האט נישט געטראכט אז מ'דארף רעדען גוטע וואוילע זאכען. אלע האבען גערעדט ליידיגע לאזונגען און פוסטע באבע מעשה'ס.
אז דו האלטסט אז ס'איז דא גדלות אויף די חברה, זאג. אבער אז ס'איז נאר 'וואשען נשמות' ביסטו גאר דער מתנגד, ווייל דו האסט אויסגערופען אז ער איז נישט געווען קיין אדם גדול, נאר עפעס נעריש. (פאר דער וואס דארף, קען ער ארויס נעמען די לעצטע צען ווערטער פונ'ם שרייבעכץ און זאגען אז איך האב גערעדט אויף די צויי רעבע'ס). עצ'ט זענ'ט די מתנגדים, נישט איך. און ווען איך רעד נעגאטיוו, קעד איך אויף די טויזענטער בהמות וואס זענען געפאהרען קיין טאש, אן דער מידנעסטע טעם, געפאטשקעט געלט מיט צייט אויף א נסיעה צו זען גארנישט. יא, גארנישט. ווייל טאמער דער איינציגסטע זאך וואס דו האסט צו דערציילען נאכ'ן קומען צוריק איז וועגען די דערהויבענע טישען און לעכטיגען הדרת פנים, האסטו געפוסטעוועט א שבת, און מבטל געווען א מצות עונה און דער משנה פון אוכלת עמה משבת לשבת. טאמער דו האסט עפעס אויפגעטוהן מיט'ן אהינפארען, וואלסטו אזוי געזאגט. אבער ענקערע רייד אז א הודאה כמאה עדים אז דער פאהרען איז געווען א פוסטע זאך. נישט איך זאג עס, דו זאגסט עס.ניעצט ביטע רעדען פון ליטוואקע'ס און פראקע'ס, אפשטאם מיט רעצעפטען, אבי נישט פון די זאך אליינס.
ירא שמיםאון אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!
ירא שמיםאון אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!
ליטוואק פון בודאפעסטירא שמיםאון אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!
מ'דארף נישט מאכען קיין סוף פסוק אויף א מענטש. טאמער ער הארעוועט אין לערנען, אפילו שלא לשמה, מוז מען מכבד זיין אזא איינער און ס'איז זיכער דא וואס צו לערנען פון איהם. טאמער מ'זעט ווי ער איז מכבד א צווייטע איד, אפילו שלא לשמה, איז דא וואס אפצולערנען. אבער דער עיקר איז אז ס'איז דא וואס אפצולערנען.
אגב, הגע בעצמך. ווען נישט פאר מיין האקעריי, וואלט מען בכלל אפיר געברענגט די מעשה מיט'ן קאלובער רב? אוודאי נישט! נאר ווייל איך שטיי און שריי אז מ'מוז רעדען פון גדלות נישט פון שטותים, האט מען אביסל גערעדט גדלות.
ליטוואק פון בודאפעסטירא שמיםאון אז ער האט געלערנט יומם ולילה ווייזט דאס אויף גדלות ?! איר וייסט דען צו ס׳איז געווען תורה לשמה ?! איר וויסט דען וויפיל דבקות בשם ער האט געהאט ?! וויפיל יראת ואהבת השם ער האט געהאט ?!
מ'דארף נישט מאכען קיין סוף פסוק אויף א מענטש. טאמער ער הארעוועט אין לערנען, אפילו שלא לשמה, מוז מען מכבד זיין אזא איינער און ס'איז זיכער דא וואס צו לערנען פון איהם. טאמער מ'זעט ווי ער איז מכבד א צווייטע איד, אפילו שלא לשמה, איז דא וואס אפצולערנען. אבער דער עיקר איז אז ס'איז דא וואס אפצולערנען.
אגב, הגע בעצמך. ווען נישט פאר מיין האקעריי, וואלט מען בכלל אפיר געברענגט די מעשה מיט'ן קאלובער רב? אוודאי נישט! נאר ווייל איך שטיי און שריי אז מ'מוז רעדען פון גדלות נישט פון שטותים, האט מען אביסל גערעדט גדלות.
ליטוואק פון בודאפעסטזאג דו מהיכי תיתי אז יא. דער פשטות און דער רוב מיט'ן חזקה איז אז נישט. טאמער דו זאגסט אז יא, איז יא. אבער ביזדערווייל האט דאס קיינער נישט געזאגט. נאר זינלאזע לאזונגען.
ליטוואק פון בודאפעסטאז דו ווייסט נישט דער טייטש פונ'ם ווארט חזקה, וואס זאגסט דו דעות?
ליטוואק פון בודאפעסטאויפ'ן לייכטסטע שפראך. חזקה מיינט אז א זאך איז געווען אזוי נעכטען, וועט עס מסתמא אזוי זיין היינט. למשל ווען א מיידעל איז א פנויה, אומפארהייראט, איז זי מסתמא היינט אויך א פנויה, און מ'דארף נישט מסתפק זיין אז זי איז אן אשת איש.
יעדער מענטש איז געבוירען געווארען אן ע"ה. טאמער איינער וויל מיר זאגען אז דאס האט זיך געטוישט, דארף ער ברענגען א ראיה דערצו. אנדעריש האלט מען די זאך אויף איהר חזקה.