פרייטאג אוגוסט 21, 2015 2:25 pm#297169
ליטוואק, ר' יודאלע איז ביי דיר יא א גברא?
שש משזר האט געשריבן:
אבער פאקטיש, רופט ער זיך נאכאלס נישט רבי, און ער זאגט כסדר אז ער האט מסכים געווען צו פירן ווייטער די חבורה פון די אמשינאווע קבוצה, אבער זייער רבי איז ער נישט. ער נעמט טאקע נישט קיין קוויטלעך, און זיצט נישט אויפן אויבנאן ביי די טישן, עד עצם היום הזה.
שש משזר האט געשריבן:מן הסתם האט ער מיט דעם געוואלט מרמז זיין אז ער ליינט עס פונקט ווי א צעטל שכתוב בו בקשת ישראל, נישט קיין קוויטל. און אפילו דאס האט ער געטון נאר צו דיר אלס פרעמדער, צוליב זיין גוט הארץ. א 'היימישער' וואלט ער געזאגט קלאר אז ער 'קען נישט' ליינען קיין קוויטלעך...
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זארג דיך נישט. ווען ער מיינט עס ערנסט, איז עס קענטיג. ער וועט עס נישט דארפען ווייזען.
וכמו שידוע מהגר''י מדזיקוב ז''ל 'איך האב קיינמאל נישט געזען מ'זאל פיהרען א רעבע מיט קייטען צום טיש'.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:זייט וועלט איז וועלט איז די חסידות וואס דו לייגסט אראפ, ליצנות
שלמה המלך האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:זייט וועלט איז וועלט איז די חסידות וואס דו לייגסט אראפ, ליצנות
זייט וועלט איז וועלט ביסטו א 'גראדע מעכעלע' אפילו דעם חודש ביסטו גבאי!
גאלד האט געשריבן:די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,
זייט וועלט איז וועלט שטארבן גרויסע רבי'ס,
זייט וועלט איז וועלט גייט א חסידות ווייטער אן,
זייט וועלט איז וועלט איז דא א ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,
נו וואס אז ער גייט מיט א ווייסע בעקישע און א ווייסע קאפל,
נו וואס אז ער טיילט שריים,
נו וואס אז ער וואונטשט,
ער איז דאך געווארן "טאהשער" רבי, נישט קרעטשניפער רבי נישט ספינקא רבי נישט פאפא רבי
אבוויעסלי וועט ער זיך נוהג זיין במנהגי "טאהש",
וואס דען האסטו געוואלט?
וואס איז דא חוזק צו מאכן?
איך האלט ביי מאנכע קומט עס פון א קאמפלעקס וואס האבן א איינרעדענישע אז די אלע נייע רבי'ס פרובירן דא איינעם צו אריינארן,
און זיי זענען די כיטרע געריבענע מענטשן וואס לאזן זיך נישט נארן,
ממילא מוז מען למען השם רעדן מיט א זילזול פון למשל ר' הערשעלע ספינקער'ס קינדער, אדער למשל אדמור"י באבוב,
בעביס!
שמעון וואלף האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,
בעביס!
גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.
די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.
ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.

שש משזר האט געשריבן:איך קען יא א רבי וואס מ'האט אים כאילו געברענגט מיט קייטן צום רבי'סטעווע
אינטערסאנטער האט געשריבן:געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.
אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).
לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.
שקר וכזבקאך_לעפל האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.
אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).
לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.
מ'שלאגט זיך און מ'הרג'ט זיך דארט אויף טויט....
קאך_לעפל האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.

חסיד האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,
בעביס!
גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.
די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.
ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.
מען מוז געדענקן אז דער רבי פון לובלין, דער בעש''ט, און דער מעזריטשער מגיד האבן נישט געהאט באמת וואס איבערצולאזן פאר די קינדער ווייל זיי זענען נישט געוועהן קיין רבני העיר (הגם שהק' ר' צבי בן הבעש''ט התחיל עד שנה ראשונה כידוע ואכמ''ל) און קיין מוסדות וכדו' האט אויך נישט עקזיסטירט, מה שאין כן ביי הרה''ק מראפשיץ, צאנז, שיניאווע, סדוגערא, הוסיאטין, בעלזא, וויזניץ, קשאנוב, פרימישלאן, טשערנאבל, ועוד ועוד ווי די רבנים האבן געהאט אן אפיציעלע פאסטן איז די פאסטן אריבער צו די קינדער ווי דער רמ''א פסק'נט יו''ד סי' רמ''ה מי שהוחזק לרב בעיר אפילו החזיק בעצמו באיזה שררה, אין להורידו מגדולתו אף על פי שבא לשם אחר גדול ממנו (ריב"ש סימן רע"א). אפילו בנו ובן בנו לעולם קודמים לאחרים, כל זמן שממלאים מקום אבותיהם ביראה והם חכמים קצת עכלה''ק.
בימינו אלה ווען רבנות אדמורו''ת קומט מיט שררה, שוויות וכדו' איז עפ''י הלכה בן קודם לכל אדם.
דאס וואס איז נוגע די חסידים וחסידות, קען זיך יעדער קלויבן וועמען עם שמעקט, ווי דער שיניוואר רב וואס די רבנות איז אריבער צו די קינדער אבער חסידים זענען אסאך געפארן קיין ציעשנוב וכדו'.
געוואלדיג האט געשריבן:וועלוול שמעלצער אינעם אוצר ל''ג בעומר