מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:02 pm#295334
האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
מזל טוב מזל טוב, טאהש האט אויפגענומען א נייעם רבי... אמער, יעצט איז ער דאך שוין א מענטש, א רבי מיט חסידים, פון די מנהיגי יהדות החרדית. פאסט עס דעריבער צו עפענען אן אשכול איבער זיין פערזענליכקייט, ווער ער איז, וואס זיין גדלות בתורה איז, און זיין באקאנטע אויף זיין נעכט, ווי ער פלאגט זיך בלימוד התורה, בשעת ער האלט איין פוס אין אייז קאלטע וואסער און דער צווייטער פוס אויף א בענקל, ווי אויך איבער זיינע געוואלדיגע תענתים און סיגופים מיט וואס ער נעמט זיך ארום. נישט איינמאל האט מען אים געזען לויפן אין מקוה ביי חצות. מען זאגט אויף אים אז צדיקים נסתרים דרייען זיך ביי אים בשתיקה.
ווער עס ווייסט מער איבער דער פערזענליכקייט פון דעם גדול בישראל, ביטע זיך לאזן הערן.
יישר כח
ווער עס ווייסט מער איבער דער פערזענליכקייט פון דעם גדול בישראל, ביטע זיך לאזן הערן.
יישר כח
