Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9604
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 11:55 am#356701
1) לויט ווי איך פארשטיי, איז זי געווען אינסטראמענטל אין שאפן געלט פון די רעגירונג פאר די נייע בנין הישיבה. דאס איז געווען א מעמד הכרת הטוב.

2) פון זיינע ווערטער זעט אויס אז רביץ איז שוין פריער געווען אקעגן די ישיבה.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:43 pm#356719
Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"
That makes sense.
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 7:13 pm#356728
פון איר ויקי בלאט פארשטיי איך אביסל רביץ.
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:36 pm#356734
רב כהן ענטפערט

m http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.216282 m
פרייטאג אפריל 07, 2017 10:59 am#368340
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:14 am#449189
די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"
ישיבות חכמי לב איז א פארגאנגענהייט..! א יאר צוריק בערך האט הרב בצלאל כהן אפגעטרויטען פון זיין פאזיציע פון פירן די ישיבה פאר כמעט צען יאר, און עס איבערגעגעבן צו הרב יוני הוכמן, הוכמן וואס איז ווייט נישט וואס רבי בצלאל איז, האט אפגעמאכט צו איבערמישען דאס בלעטל, די ישיבה וועט שוין נישט הייסען חכמי לב, און וועט מער נישט אפעלירן צום מעינסטרים פונעם ליטווישע ציבור, נאר וועט זיין ווי די אנדערע צאל חרדישע ישיבות תיכונית אין א״י ווי ישיבת יישוב החדש, מערבא, נהרדעא, וכו׳, ווי מען לערענט טאקע לימודי חול און אנדערע זאכן, אבער זענען געאייגענט פאר די מאדערענע שיכט פונעם חרדישע ציבור (ווי לדוגמה די היינטיגע רב הראשי הרב דוד לאו האט געלערנט אין יישוב החדש) און זיי קומען זיך אויס מיט די עסטעבלישמענט.
דאס סתימת הגולל פון ישיבת חכמי לב איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ווי ״קנאות״ האט גובר געווען.
רבי בצלאל האט געוואלט אריינברענגען אינעם חרדישע וועלט די מושג פון תורה עם דרך ארץ, און אז א בחור וואס וויל נישט זיצען ביים גמרא א גאנצען טאג, נאר וויל א חוץ פון לערנען די הייליגע גמרא זיך אביסל באקענען מיט אנדערע חלקים פון די תורה און אידישקייט און אזוי אויך לערנען אביסל פון די באשעפער׳ס וועלט בנוסף פון זיין געלערנט און זיין גרייט שפעטער ארויסצוגיין אינעם גרויסען וועלט, זאל אזא בחור האבן א פלאץ ווי צו גיין.
רבי בצלאל איז א דוגמה פון א נחשון בן עמינדב וואס טאנצט אריין און טוט צו דער זאך, אונז האבן דא געהאט די זכיה אז החכם @רעוואלוציע? עוואלוציע!
דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:01 am#449204
אינטערסאנט אין מאנסי איז שוין פארהאן אזא ישיבה פאר יארן עס רופט זיך "שערי ארזים" ווי מען ברענגט ארויף די תלמידים סיי אין תורה און סיי אין אקאדעמיע,
איך בין אביסל באקאנט פון די אינסיידס, ס'איז א ישועה גדולה לבית ישראל
דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:01 am#449208
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אינטערסאנט אין מאנסי איז שוין פארהאן אזא ישיבה פאר יארן עס רופט זיך "שערי ארזים" ווי מען ברענגט ארויף די תלמידים סיי אין תורה און סיי אין אקאדעמיע,
איך בין אביסל באקאנט פון די אינסיידס, ס'איז א ישועה גדולה לבית ישראל

אטע דאס איז טאקע געווען דער פראבלעם פונעם אויבער חכם בצלאל כהן.

אלעס ווענד זיך אין די עדיטוד. ער איז פון די סאמע ערשטע מינוט געקומען מיט זיין נארישע אגענדע אז ער גייט 'מחנך' זיין און 'טוישן' דער עולם הישיבות, האט מען עם בליץ שנעל געלאזט הערן אז כלל ישראל איז שוין אריבער פיהל גרעסערע און שטערקערע חכמים ווי עם אבער נצח ישראל לא ישקר.

ווען ער האט ווען א טראפ שכל און אסאך ווייניגער גאווה וואלט מען אדרבה עם באווארפן מיט געלט און שטיצע ווען ער וואלט עס ווען באהאנדעלט ריכטיג.