זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:26 pm#301486
די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"
אין ירושלים עקזיסטירט א ישיבה קטנה מיט'ן נאמען "חכמי לב", אנגעפירט דורך הצדיק והחכם, מתלמידיו של נחשון בן עמינדב, הרב בצלאל כהן שיחי'.
הרב בצלאל כהן
הרב כהן איז אן איידעלער 40-יעריגער חרדישער ליטווישער איד, טאטע פון זעקס קינדער, א תלמיד פון קול תורה, פאנעוויזש, און מיר, וועלכער איז שוין יארן לאנג אקטיוו צו העלפן חרדישע אידן מיט פרנסה-מעגליכקייטן און בילדונג. אין יאר תשע"ד האט ער געעפנט א ישיבה מיט'ן נאמען "חכמי לב" וואס גיט פאר די תלמידים, בנוסף צו די לימודי קודש, אויך וועלטליכע בילדונג זיי צוצוגרייטן פאר דער ברייטער וועלט. וואס מיר וויינען און שרייען אז אונזערע קינדער דארפן האבן, איז פאר הרב כהן א פראגע פון "למעשה". ער ווארט נישט אויף קיין כבוד, און טראץ שרעקליכע רדיפות אויף טריט און שריט, פירט ער זיין ישיבה ברוב כוח ואמיץ אונים.
"חכמי לב" איז אויסגעשטעלט ווי א קלאסישער ישיבה, מיט אלע טראדיציאנעלע לימודים, און צו דער זייט ווערן די תלמידים געלערנט תנ"ך, היסטאריע, ענגליש און מאטעמאטיק. די ישיבה האט אויך א ציל צו בויען דעם כאראקטער פון יעדן תלמיד, כל אחד לפום דרגא דיליה, און געבן פאר די תלמידים זיך צו בויען מיט ספארטס, מוזיק און ארט.
יעדער געזונטער טאטע אדער מאמע וואס הערט וועגן די מעגליכקייט פון אזא סארט ישיבה פאר זייערס א קינד ווערט נאר מלא רגש און איבערגענומען. אבער נישט די חרדישער פירערשאפט. פאר זיי מיט זייערע פופעט-צייטונגען איז דאס א "מוסד שעטנז" און אן "אסון".
א שיעור אויף תשובה, פארגאנגענעם חודש אלול, אין ישיבת "חכמי לב"
אין תשע"ד האט "חכמי לב" געזאלט באקומען א שטח פון דער רעגירונג פאר דער ישיבה, אבער די חרדישע פירערשאפט האט געפירט א פייערדיגע מערכה דערקעגן מיט'ן אויסרייד אז דער שטח קומט אויפ'ן חשבון פון אנדערע חרדישע מוסדות. אין די יעצטיגע טעג שטייט די צוקונפט פון "חכמי לב" ווידעראמאל אויפ'ן וואגשאל, ווען די רעגירונג איז דן איבער געבן אן אנדערן שטח פאר דער ישיבה – דאסמאל א שטח וואס וועט זיין אויפ'ן חשבון פון די חילונים. אבער נישט די חילונים פירן די פרישע מערכה. די חרדים האבן געמאכט עמערדזשענסי מיטינגען צו מטכס עצה זיין וויאזוי אוועקצונעמען די מעגליכקייט פון "חכמי לב" צו באקומען א שטח פאר דער ישיבה, און לייגן פרעשור אויף דעם ראש העיר ניר ברקת אז ער זאל בשום פנים ואופן נישט געבן דעם שטח פאר "חכמי לב"!
יא, די וויכטיגע אסיפה וואו רבנים און עסקנים זיצן בכובד ראש איז נישט וויאזוי צו העלפן חרדישע ארימעלייט באקומען א מקור חיונה, נאר וויאזוי אפצושטעלן א חרדישע ישיבה וואס גיט פאר בחורים א שטיקל עדיוקעישאן!
כסדום ועמורה היינו.