זונטאג יולי 8, 2012 2:27 pm#22396
קרעקערזייער גיט
כבין מוט דור אל דע וועי מיט אלע פוינטס
בדרך אגב וען כהאב געליינט
""מען מוז נישט קויפן עטליכע סוטס מיט בעקיטשעס. מען קויפט דאס מינימום, און ווען מען דארף נאך במשך די יארן, קויפט מען עס דעמאלס. איך גלייב אז מען קען אויף דעם אופן שפארן א גוטע פערציג פראצענט אויף הלבשה.""
אין מיין קלאזעט ליגט 2 נייע סוטס א טוש בעקישע און א וואלענע קויט נאך און דו בעג קיימאל נושט גענוצט
מהאט אנגעקויפט סזאל זיין געניגט פאר עטליכע יאר
אבער מיין סייז איז געוואקסן נאך דו חתונה אין ספיט נושט מער
כגלייב אז נאך מענטשען האבען דע פראבלעם
אין בארא פארק איז דא א גמ"ח פאר די זאכן, זיי נעמען צוזאם מלבושים וואס מענטשן אזוי ווי דו האבן אוועק געלייט, זיי נעמען נאר גוטע מלבושים, זיי זאגן אויב דו וואלסט עס נישט געטראגן דאן ברענג עס נישט אהער. נאר מלבושים וועלכע דו וואלסט נאך געטראגן קען מען ברענגען. מיט א דריי יאר צוריק האב איך זיי געטראגן מיינע שיריים פון מיין חתונה וואס איך האב מיך שוין ענדליך מייאש געווען פון אמאל צוריק גיין צו יענעם סייז (גלייבט מיר עס האט מיר אזוי וויי געטאן די געלט וואס מיינע עלטערן האבן אזוי שווער אויסגעגעבן אויף מיר, אז איך האב יארן געטרייט צו גיין אויף דייעט כדי צו קענען אריינפיטן אין די מלבושים און בארעכטיגן די הוצאה, אבער מיט א דריי פיר יאר צוריק האב איך ענדליך אויפגעגעבן און עס געטראגן צום גמ"ח).
איך האב מיך אזוי אפגערעדט פאר דעם בעל הגמ"ח אז איך מוז אוועק געבן גוטע זאכן אבער איך האב הנאה אז עס וועט כאטש אנקומען צו אידן נצרכים, זאגט ער מיר אז איך בין נישט דער ערשטער, נאר טאג טעגליך קומען דא מענטשן, א געוואלד פון זיי אינגעלייט עטליכע יאר נאך די חתונה וועלכע האבן נייע זאכן און זייי פיטן מער נישט אריין דערינען, און אסאאאך ארימעלייט האבן הנאה פון דעם. פיין, איך בין צופרידן אז מיינע מלבושים זענען כאטש געגאנגען פאר ארימעלייט, זאל עס זיין א זכות פאר מיינע עלטערן, אבער פאר וועלכע גיטעיאר דארפן עלטערן זיך צורייסן פאר דעם.
אצינד ר' קרעקער, זיי מוחל און גיי טראג אריבער דיינע מלבושים צום גמ"ח, זאל כאטש אן אנדערער איד הנאה האבן דערפון. חוץ אויב - אזוי ווי מיר פאר פילע יארן - האפסטו נאך אמאל אריינצופיטן אין זיי.