Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • חתונה מאכען - די פראבלעם

קאווע שטיבל • חתונה מאכען - די פראבלעם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #962
דינסטאג יוני 26, 2012 11:14 pm#20223
חתונה מאכען - די פראבלעם
דאכט זיך אז אן אשכול וואס איז דן איבער חתונה מאכען איז נאך דערווייל נישט געווען.


קודם די מציאות.

ביי אונז חסידים איז איינגעפירט אז מען מאכט חתונה די קינדער פין די אכצען און העכער, און די גאנצע הוצאות פאלען אויף די עלטערען.
די הוצאות היינט צו טאג קומען אהן צו פיפציג טויזענט דאלאר א צד, און דאס איז ווען מען טוט אלעס נארמאל, אז מען שפארט אביסעל מער קען מען עס אראפ ברענגען צו פינף און פערציג טאפס.
רוב מענטשען, לכאורה בערך אכציג פראצענט מיטשען זיך חתונה צו מאכען, און באקומען געלט דורך הלוואות, גניבות, קרעדיט, מארגאדזעס, משפחה וכו'.
בערך דרייסיג פראצענט האבען נישט פין ווי צו בארגען, און גייען ארום שאפען חתונה מאכען, גייען צו גבירים נאך געלט וכדומה.
ביי די אכציג פראצענט מענטשען איז ליידער ליידער חתונה מאכען זייער א שווערע זאך עמאציענאל, מען וויל זיך אהער שטעלען בעלי בתיש, און די פרעשור איז אנגעהויר גרויס, ווען מען דארף באצאלען די בילס, די קליידער וכו', בלומען, אלעס אלעס, ברענגט צו הויכע בלוט דרוק, און כעס, וואס מען לאזט ארויס אמאהל אויף די בני בית, אמאהל אין ביהמ"ד ווען איינער רעדט ביים דאווענען, אמאהל אויף די אנדערע צד (יעדער האט אזאנס לעת הצורך), אמאהל אויף דער חבר וואס וויל נישט געבען בארגען, אמאהל אויף דער וואס רעדט לשון הרע, און די ליסטע גייט אהן פאר לאנג.


דער פראבלעם איז באמת א גאר שטארקער חסידישער פראבלעם בעיקר, און די רבנים רביס שטייען פין דער זייט, און טוהן כמעט גארנישט. איך זאג דוקא כמעט, ווייל מיט אלע תקנות וואס סאטמערע רב ר' אהרן האט געטוהן, איז עס נאך אלץ נישט גענוג.


די אסיפה אין סיטי פילד וואלט געקענט זיין אויף דעם, און עס וואלט מער אויף געטוהן אויך.

דער פראבלעם וואס געשעהט דא איז דאך אין לשער, מענטשען ווערען קראנק פין דעם, עס מאכט חרוב גאנצע אידישע שטיבער, און דער גאנצע מהות פין די מענטשען איין מאהל זיי מאכען חתונה טוישט זיך, און נישט אויף א פאזאטיווער וועג. די איינציגע וואס בלייבען נאך מיט זייערע אמאהליגע דיגניטי זענען די אמתע גבירים.

וואס איז פשוט אין דער מחלה???

איך מיין בפירוש נישט די מחלה פין חתונה מאכען מיט יענעם'ס געלט.
איך רעד וועגען די מחלה פין די שטיל שווייגעניש פין די וואס קענען דאס אפשטעלען.

איז עס ווייל זיי האבען אונז אלע אין דער ערד, און קענען ביישטיין אז מענטשען זאלען זיך אזוי מוטשען עד למוות?
ווי איז דער אחריות פין די מנהיגים עפעס אויף צו טוהן לטובת הקהל?
אלע דורות איז געווען תקנות אין אזעלכע ענינים, תקנות וואס מען האט איינגעפירט מיט חרמות און נידויים, וואס איז היינט געשעהן??

ואם לחשך אדם לומר, נשתנו העתים, די רבנים האבען נישט די זעלבע כח ווי אמאהל, אף אתה אמור לו, און ווי האבען זיי יא א כח? צו אסר'ן אינטערנעט און פראטעקטען די מאלעסטערס?
דינסטאג יוני 26, 2012 11:30 pm#20225
די תגיבה א טאג נאך די רבנים מאכן תקנות.
שוין די רבנים קענען נאר אסר׳ן און הייסן וואס צי טוהן וכו׳ די ריכטיגע וועג וואלט מען געדארפט עדיקעטן די עולם........
דינסטאג יוני 26, 2012 11:38 pm#20227
דערווייל זעהט נישט אויס ווי רבנים האבען מורא פאר סארט תגובות.
דינסטאג יוני 26, 2012 11:48 pm#20229
איחוד. עס קוקט אויס ווי דו ביסט אריינגעקראכן אין מיין קאפ, און הויך פארגעליינט מיינע מחשבות... איך האב גענוי דאס זעלבע געטראכט, און איך וואלט אויך פארגעשלאגן א סיטיפיעלד אסיפה פון גאנץ כלל ישראל, און אויפגעשטורעמט דעם עולם, און באשלאסן שטרענגע תקנות וועלכע זאל פארפליכטן יעדן ראש המשפחה.

למען האמת קען מען שוין האבן אביסל ביליגער, סיי לויט די תקנות פון מהר"א, און אצינד מיט די 'אפריון' פעקעדזש פון מוהרז"ל, און אביסל אייגענע שכל, און א שטארקערע שמאל דוחה פאר די ב"ב, קען מען עס מאכן פאר אונטער 25,000 א זייט, וואס איז אויך צופיל פאר רוב ציבור. מען דארף עס אראפברענגען אויף מאקסימום עשרת אלפים, ותו לא.

אי"ה מארגן האף איך אביסל מער מאריך צו זיין אין געוויסע פרטים און עצות. און הלואי זאל ווערן א שינוי לטובה!
מיטוואך יוני 27, 2012 1:07 am#20257
נו לאמיר הערן.... פון וואס זאל מען שניידן?

א חתונה איז דאך (האפענטליך) אן איינמאל-אין-לעבן געשעעניש, לייגט זיך אויפן שכל אז עס זאל זיין שיין צוגעשטעלט... און איך רעד בכלל נישט פון איבערטרייבן.....

איז וואס איז די עצה??

איך ווייס אויך נישט, אבער ווען וועלט איז ווען וועלט ליגט דער פינאנציעלער עול אויף חתן-כלה אליין. די כלה קען ארבעטן פאר איר געלט, און פאר די חתנים (וואס ארבעטן נישט...) זאל זיין א גמ״ח צו בארגן געלט און באצאלן אין מאנאטליכע פעימענטס נאך די חתונה. העכסטענס זאלן די עלטערן דינען אלץ ערבים זיכער צו מאכן אז עס ווערט באצאלט. און מען וועט טאקע ״נישט״ גיין זיצן אין כולל פאר א יאר-צוויי... אזוי וועלן די פרישע יונגעלייט און ווייבלעך האבן דעם אייגענעם עול און ספענדן ממש נאר וואס ס׳איז וויכטיג, וויסענדיג אז יעדער איבעריגער פעני איז זייער אייגענע הפסד! און פאר די עלטערן וועט בלייבן צו צאלן די שבת שבע ברכות וכדו׳..
מיטוואך יוני 27, 2012 1:13 am#20260
אז מ׳רעדט פון שניידן פאנגט זיך עס אן ביי גענצליך עלימינירן די קרוב צו $20,000 פורניטשור, וואס האט נישט קיין שום תירוץ בעולם. פאר $2,000 דארף א פארפאלק קענען צוגערישט ווערן מיט פאסיגע מעבל.
מיטוואך יוני 27, 2012 5:41 am#20277
איך האף חתונה צו מאכעם אויף א פרייטאג, ווי מ'פלעגט טוהן מקדמת דנא.

בענעפיטין?
דאס עלעמנירט מוזיק, בלומען, בדחן, שפילער פאר מצוה טאנץ.
מצוה טאנץ בלויז מחותנים
נישט דא שבת שבע ברכות
וכו' וכו'

וווען דער צווייטער צד איז מסכים פארוואס דען נישט.
מיטוואך יוני 27, 2012 8:14 am#20287
די מיינסט צווייטע צד, דיינע בני בית?
מיטוואך יוני 27, 2012 10:07 am#20302
גראדע איז אין קרית יואל דא א זאל נישט די שענסטע ציגעשטעלט אבער שוין ארויס געקימען קינדער פין דארט ב"ה, וואס קאסט 3.000$ א צד אריינגערעכענט שפילער זינגער וכו' וכו'..
איינער דארף דאס מנדב זיין אויך אין ווימ"ס אין און ב.פ. אבער איך האלט נישט אז דער עולם וועט זיך צישטעלן.
מיטוואך יוני 27, 2012 10:15 am#20306
אין בארא פארק איז אויך דא די תקנה האל, וואס קאסט אויך היבש ביליג.
כאמור איז דאס די קלענסטע הוצאה פין די חתונה.

די אנדערע זאכען קאסטען.
מיטוואך יוני 27, 2012 10:17 am#20308
קאמפיאטער האט געשריבן:גראדע איז אין קרית יואל דא א זאל נישט די שענסטע ציגעשטעלט אבער שוין ארויס געקימען קינדער פין דארט ב"ה, וואס קאסט 3.000$ א צד אריינגערעכענט שפילער זינגער וכו' וכו'..
איינער דארף דאס מנדב זיין אויך אין ווימ"ס אין און ב.פ. אבער איך האלט נישט אז דער עולם וועט זיך צישטעלן.

אז ס'וועט זיין אזא זאל וועט מען זיך צושטעלן, דו וויסט וויפיל בעל בתי'שע אידן מאכן חתונה דארט
אויב איך האב נישט קיין טעות קאסט היינט בית רחל פאראדייס אין קרית יואל ביליגער אדער די זעלבע פרייז ווי פרדס פיגא אין וומסב"ג

דא אין קרית יואל לויט מנוחת הנפש פעקעדזש דארף איין צד קאסטן 15000 דאלער, און דאס איז שוין מיט פורניטשער, וומסב"ג קומט צו אסאך הוצאה ביי די דירות ווען מען דארף צאלן רענט חדשים פריער, און איבערפיקסן די דירה
מיטוואך יוני 27, 2012 11:07 am#20339
איין צד פיפצען טויזענט?! דאס איז שוין ביליג???
פארוואס דארף עס קאסטען דרייסיג טויזענט דאלאר פאר א קאפעל חתונה צו האבן?!
מיטוואך יוני 27, 2012 11:46 am#20351
טעלעפאן האט געשריבן:נו לאמיר הערן.... פון וואס זאל מען שניידן?

א חתונה איז דאך (האפענטליך) אן איינמאל-אין-לעבן געשעעניש, לייגט זיך אויפן שכל אז עס זאל זיין שיין צוגעשטעלט... און איך רעד בכלל נישט פון איבערטרייבן.....

איז וואס איז די עצה??


די חתונה איינמאל אין לעבן - הגם אמת - האט שוין אויסגעוועפט. ס'זענען פאראן יעדע נאכט חתונות עד אין מספר ב"ה, כן ירבו. ס'איז נישט קיין חידוש, קיינער דארף מער גארנישט, קיינער איז נישט העפי מיט די ארויסגעווארפענע איבריגע הוצאות, א גרויס חלק פון די עסן גייט אין מיסט, און די וואס עסן יא באקומען נישט עפעס ווייסעך וואס, א טשיקן-באדעם מיט צוקוועטשטע וועטשטעבלס אין די זייט, מיט א שאלעשידעס בילקעלע, מ'קען שוין מיינען.

די חתן וכלה אין יחוד שטיבל, יא, זיי דארפן באקומען א 5-קאורס מיעל, פאר זיי איז עס טאקע איינמאל אין לעבן, יום חתונתם ושמחת לבם, אבער די געסט?

דו שרייבסט, ס'לייגט זיך אויפן שכל אז עס זאל זיין שיין צוגעשטעלט. פון וועמענס שכל רעדסטו דא? ע"פ רוב איז עס נישט די חתן כלה אליין, נאר די מחותנים וועלכע שעכטן זיך אליין בידיים, און בעיקר די מחותנת'טעס וועלכע האבן א גרויסע דעה אין חלק אין די איבערגעטריבענע הוצאות.

אני לעצמי, וואלט געווען צופרידן צו גיין אין א ביהמ"ד, כ'דארף נישט קיין פענצי לעקטערס, און עסן א פשוט'ע שבת סעודה (ס'איז אסאך בעסער ווי די חתונה מאכלים), און אנצינדן א מוזיק CD און טאנצן. א בדחן איז שוין אויך נישט וויכטיג היינט. קיינער דארף עס נישט. יעדער שלאפט, און די וועלכע זענען אויף דארפן זיך קיצלען צו לאכן.

ווי מ'האט שוין דערמאנט, פוירניטשער זאל בטל ווערן. מען קען קויפן ביליגע קלאזעטס און טיש און בענקלעך פאר די פרישע קאפל, ס'וועט לעסטן א שיינע פאר יאר אי"ה. שדכנות געלט זאל קאסטן מאקסימום א טויזענטער (ביידע צדדים איז 2,000).

אויפהערן איינקויפן נייע מלבושים אן קיין שיעור. סיי פאר חתן כלה (פארוואס דארף מען א דאזען פון יעדע מלבוש אדער אונטערוועש? וואשט דען די עקרת הבית איין מאל אין 2 וואכען? 5 פאר איז איבער גענוג), און אודאי פאר אלע געשוויסטער וועלכע מען טוט אויסשטאפירן ווי א חתן/כלה לכבוד די חתונה. און אז מען רעדט שוין, חתונה קליידער פאר די געשוויסטער, און אודאי פאר די אייניקלעך אדער נוסעס, דארף ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא!! א נייע משוגעת געווארן, היינט דארפן שוין די אייניקלעך מעטשן! אז מען איז גליקליך, קומט מען אפ "ביליג" אין א גמ"ח, און אז נישט, ספענדט מען הונדערטערס אין מיסטקאסטן אריין, כדי צופרידן צו שטעלן די קליינע פרינצעסינס אויף עטליכע שעה ביז זיי שמירן זיך אן מיט אייזקריעם אויף די רעכטע זייט, און די קאלא סאדא גיסט זיך אויס אויף די לינקע זייט, און מען שלעפט צוזאמען אפאר בענקלעך און מען נוצט די קליידל פאר בעט געוואנט, און מען פאקט זיך שלאפן אויף דעם צוקנייטשטן קליידל... אקעי כ'בין שוין צו ווייט פארקראכן.

דאס רעכנט שוין אויך אריין די שיך. אסאך כלות באקומען היינט א 10 פאר שיך, אפאר וואכענדיגע, אפאר שבת'דיגע, און דערנאך איינס פאר "פלעינע" שמחות, און איינס פאר "פענצי" שמחות, און אויכעט סליפערס (פאפוטשן), און נישט פארגעסן, טייערע שטיוול. עס איז איבריג!

מען זאל קויפן ביליגע אפלייענסעס, פריזשידער און וואשמאשינען. מען דארף נישט אלע פיטשעווקעס. אויב חתן און כלה ווילן בעסערס, זאלן זיי אליינס צוצאלן דעם דיפערענץ. א שטריימל די ביליגסטע. דזשולערי אויכעט. אלעס זאל זיין פאלש. קיינער זעהט נישט דעם חילוק ממילא. אזוי אויך די מלבושים פארן חתן, רעקל און בעקישעס. די מינימום און די ביליגסטע.

עס וואלט געווען א ריכטיגע עצה, אז יעדער מחותן, אן קיין אויסנאם (אינאיינעם מיט די ב"ב) זאלן האבן א קלוגן מענטש, א בר דעת, אן קיינע נגיעות, מיט וועמען זיי זאלן אויסשמועסן יעדן איינציגן דאלער! די מחותנים האבן אלץ נגיעות, צי פאר זיך אליינס, צי פאר די חתן כלה, אדער איבריגע בני המשפחה. אז מען האט א דרויסענדיגן, וואס פארשטייט דעם ענין, און גיט אכטונג אויף יעדן דאלער, און וועט זאגן קלאר "די הוצאה איז נישט וויכטיג", אדער "דאס קען מען האבן ביליגער", און די מחותנים וועלן פאלגן, וועט מען קענען אנקומען ווייט. חתונה מאל "עקספערטן" קענען אויך צוהעלפן אויסצוקלויבן ביליגע סחורה, אבער זיי האבן סוכ"ס א נגיעה, און זיי ווילן טון ביזנעס. נעמט ליבערשט א נאנטן חבר, א עלטערער לכתחילה, אדער אייער רב, א קלוגער דורכגעטראכטער מענטש.

מען קען בלעימען אלע רבנים און עסקנים, ס'וועט קיינעם נישט העלפן. אם אין אני לי מי לי. מיר מוזן אליין אנהייבן דורכברעכן און דורכאקערן מויערן. אריינגעבן פאר די קינדער פון יונגווייז אן אז ס'איז איבריג, לוקסוס מאכט קיינעם נישט גליקליך, און אז א טאג נאך די חתונה פארגעסט יעדער וואס איז נעכטן געווען, זה פונה לזיתו וזה לכרמו, קיינער אפרישיעט נישט אז ס'איז געווען א "רייכע" חתונה, און קיינער בייזערט זיך נישט אז ס'איז געווען "אזוי פלעין". כולי האי ואולי, אפשר וועלן מיר עפעס אויפטון מהיום והלאה. בעזרת השי"ת.
מיטוואך יוני 27, 2012 12:26 pm#20358
שרייבער האט געשריבן:
קאמפיאטער האט געשריבן:גראדע איז אין קרית יואל דא א זאל נישט די שענסטע ציגעשטעלט אבער שוין ארויס געקימען קינדער פין דארט ב"ה, וואס קאסט 3.000$ א צד אריינגערעכענט שפילער זינגער וכו' וכו'..
איינער דארף דאס מנדב זיין אויך אין ווימ"ס אין און ב.פ. אבער איך האלט נישט אז דער עולם וועט זיך צישטעלן.

אז ס'וועט זיין אזא זאל וועט מען זיך צושטעלן, דו וויסט וויפיל בעל בתי'שע אידן מאכן חתונה דארט
אויב איך האב נישט קיין טעות קאסט היינט בית רחל פאראדייס אין קרית יואל ביליגער אדער די זעלבע פרייז ווי פרדס פיגא אין וומסב"ג

דא אין קרית יואל לויט מנוחת הנפש פעקעדזש דארף איין צד קאסטן 15000 דאלער, און דאס איז שוין מיט פורניטשער, וומסב"ג קומט צו אסאך הוצאה ביי די דירות ווען מען דארף צאלן רענט חדשים פריער, און איבערפיקסן די דירה



איך ווייס נישט וויפיל אידן דא זענען שוין געווען ביי א חתונה אין אולם עקשטיין אין ק״י, אבער עס איז שרעקליך. אפילו לויטן מאנרא סטאנדארט. די סיבה פארוואס אסאך בעל בתי׳שע אידן מאכן דארט חתונה איז אדער צוליב טעראר (באזירט אויף פערזענליכע ידיעה), אדער צוליבן גיין אין פייער פארן אויפבויען די חסידות און דעם רבי׳ן. (עס איז לכאורה דא א מינאריטעט וואס וויל באמת חתונה מאכן דארט און עס איז זייער ביליג.)

און מיט די אלע מעשיות האבן זיי קוים זעכציג חתונות א יאר..
מיטוואך יוני 27, 2012 1:00 pm#20369
אולם עקשטיין איז טאקע זייער נישט שיין, און די מוזיק טויג אויך נישט עפעס מורא'דיג, אבער פרדס פיגא איז הערליך, און עטרת חי' שרה אין מונסי איז אויך הערליך שיין, כאטש עס קאסט טייערער ווי די אנדערע אויבענדערמאנטע.
מיטוואך יוני 27, 2012 1:03 pm#20370
מען דארף נאך אויך בארירן די "גזירת המינימום" פון די חתונה זאלן. א פארווייטאגטע נושא בפני עצמו.
מיטוואך יוני 27, 2012 8:01 pm#20442
שמעקעדיג האט געשריבן:אולם עקשטיין איז טאקע זייער נישט שיין, און די מוזיק טויג אויך נישט עפעס מורא'דיג, אבער פרדס פיגא איז הערליך, און עטרת חי' שרה אין מונסי איז אויך הערליך שיין, כאטש עס קאסט טייערער ווי די אנדערע אויבענדערמאנטע.


גערעכט. אבער אפילו מיט די ביליגע זאלן איז נאך אלץ זייער טייער דאס חתונה מאכן א קינד.. ספעציעל ווען דאס קינד איז אומרייף און אומבאהאווענט אין פינאנציעלע ענינים... און זיי פארלאנגן אלעס
מיטוואך יוני 27, 2012 8:12 pm#20445
ראשעקאל האט געשריבן:איין צד פיפצען טויזענט?! דאס איז שוין ביליג???
פארוואס דארף עס קאסטען דרייסיג טויזענט דאלאר פאר א קאפעל חתונה צו האבן?!

איך זאג נישט אז ס'איז ביליג, אבער מען קען דערהערן פון חתונה מאכן אביסל נארמאל פאר א דורכשניטליכע פארדינער וואס קען יעדע צוויי יאר האבן 15000 פון טעקס ריטוירן
מיטוואך יוני 27, 2012 8:18 pm#20449
טעלעפאן האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
קאמפיאטער האט געשריבן:גראדע איז אין קרית יואל דא א זאל נישט די שענסטע ציגעשטעלט אבער שוין ארויס געקימען קינדער פין דארט ב"ה, וואס קאסט 3.000$ א צד אריינגערעכענט שפילער זינגער וכו' וכו'..
איינער דארף דאס מנדב זיין אויך אין ווימ"ס אין און ב.פ. אבער איך האלט נישט אז דער עולם וועט זיך צישטעלן.

אז ס'וועט זיין אזא זאל וועט מען זיך צושטעלן, דו וויסט וויפיל בעל בתי'שע אידן מאכן חתונה דארט
אויב איך האב נישט קיין טעות קאסט היינט בית רחל פאראדייס אין קרית יואל ביליגער אדער די זעלבע פרייז ווי פרדס פיגא אין וומסב"ג

דא אין קרית יואל לויט מנוחת הנפש פעקעדזש דארף איין צד קאסטן 15000 דאלער, און דאס איז שוין מיט פורניטשער, וומסב"ג קומט צו אסאך הוצאה ביי די דירות ווען מען דארף צאלן רענט חדשים פריער, און איבערפיקסן די דירה



איך ווייס נישט וויפיל אידן דא זענען שוין געווען ביי א חתונה אין אולם עקשטיין אין ק״י, אבער עס איז שרעקליך. אפילו לויטן מאנרא סטאנדארט. די סיבה פארוואס אסאך בעל בתי׳שע אידן מאכן דארט חתונה איז אדער צוליב טעראר (באזירט אויף פערזענליכע ידיעה), אדער צוליבן גיין אין פייער פארן אויפבויען די חסידות און דעם רבי׳ן. (עס איז לכאורה דא א מינאריטעט וואס וויל באמת חתונה מאכן דארט און עס איז זייער ביליג.)

און מיט די אלע מעשיות האבן זיי קוים זעכציג חתונות א יאר..



טעראר?
דו חלומס'ט? דו לעבסט אין מיטל אלטער?
טעראר פון וועם?
ביידע זאלן באלאנגן פאר די מוסדות, די מוסדות מאכט מער געלט פון פאראדייס ווי פון עקשטיין
איך קום פון א גרויסע משפחה, איך בין מער פון די יונגערע, מיינע שוואגערס שוועגערינס מאכן חתונה קינדער אין גרויסן און א גרויס חלק פון זיי אין אולם עקשטיין, און א טייל נישט, מען טעראריזירט נישט קיינעם, ס'בויעט נישט קיינעם, ס'בויעט זיך אליינס, איך האב שוואגער'ס גרויסע בעלי יכולת, אבער אויך בעלי דעת, און האלטן נישט ביים צאלן צען טויזענט דאלער א נאכט ווען מען קען די עקסטערע זיבן געבן פאר די חתן וכלה אנצוהייבן א דאון פעימענט

ס'איז נישט שיין? יא אמת ס'איז נישט פענסי, אבער ס'איז צום אויסהאלטן, שענער ווי וויזניץ מאנסי און שענער ווי ברכה סימא (געדענקסט נאך...) און אפילו ווי בית רחל אויף העיווארד אמאל
מיטוואך יוני 27, 2012 10:27 pm#20492
אויב עס וועט קאסטען איין צד פיפצען טויזענט דאלאר, איז מען מער ווי געוואלדיג אנגעקומען.
דאס קענען אכציג פראצענט פין די מענטשען צוזאמען קלאפען אליינס, אהן קיין הלוואות אפילו, אין די משך פין אפאר חדשים.

איך גלייב אבער נישט אז עס קען צוקומען צו אזא נומער נאר אויב,
מען איז מבטל אלע אלע מתנות.
מען מאכט חתונה אין קלענערע זיילען, דאס הייסט, מען וועט רופען צו די סעודה אזוי ווי מען רופט מער ווייניג צו א בר מצוה און א שבת שבע ברכות. אדער די זיילען וועלען מבטל זיין די מינימום.
מען קויפט נישט קיין שום מעבל, נאר בעטען צו שלאפען, און א טיש מיט בענקלעך, פאר מאקס צוויי טויזענט דאלאר הכל בכל.

כולי האי ואולי קען עס צוקומען צו דעם.

און דער אמת איז, אז מען וואלט נישט געדארפט גארנישט מער קויפען.

מען דארף אויך שארף אסר'ן די נייע משוגעת פין אנטוהן די שמאטעס אויף די חתונות פאר די משפחה אין די עזרת נשים, אנגעהויבען האט זיך עס מיט גמ"ח'ען, און גענדיגט האט זיך עס מיט פאל פלעדזש ביזנעסער וואס פארדינגען קליידער געמאכט פין דזאנק פאר איין נאכט.
דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:14 am#20539
וועלעכע נארמאלע גוי האט אזאנע טייערע פירנעטשער וואו יעעדע 18 יעריגע פין אינדז האבען? יעדער שמאX ארויס פין ישיבה אדער בית רחל מיז זיצען אויף א 600$ בענקעל פאוואס?
אפילו א רייכע גוי האט נישט אפילי ענדליכך צי דעם
איך בין נאך יונג אבער מיין פלאן איס ארויסטצו=ווארפען אדער פאקויפען מיינע טייערע פירניטשער אין קויפען ביליגע שיינע נארמאלע אין אזוי אויכ חתינה מאכען מיינע קינדער
דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:41 am#20590
קרעקער האט געשריבן:וועלעכע נארמאלע גוי האט אזאנע טייערע פירנעטשער וואו יעעדע 18 יעריגע פין אינדז האבען? יעדער שמאX ארויס פין ישיבה אדער בית רחל מיז זיצען אויף א 600$ בענקעל פאוואס?
אפילו א רייכע גוי האט נישט אפילי ענדליכך צי דעם
איך בין נאך יונג אבער מיין פלאן איס ארויסטצו=ווארפען אדער פאקויפען מיינע טייערע פירניטשער אין קויפען ביליגע שיינע נארמאלע אין אזוי אויכ חתינה מאכען מיינע קינדער

דעיס איז מיך אויך זייער אינטערסאנט די אלע קהילות וואס מאכען תקנות קיינער האט נאך נישט געמאכט תקנות אויף די פירניטשער??? מ'קויפט א דיינוג רום סעט איך רעד נישט שוין נישט פון די חלק אז מ'האט נישט די פלאץ דערפאר נאר די מציאות איז אז כמעט קיינער באקומט נישט קיין זילבער היינט, איז אויף וואס דאר מען די טשינע קלאזעט?? פאר די לאכטער מיט די מנורה? פארוואס קענען אינז נישט האבען אזויי עס איז אין ארץ ישראל איך מיין יורופ איז אויך אזוי מ'קויפט א ספרים שאפע אין דערמיט איז דא איין שעלף פאר די זילבער אין פארטיג, וואס איז שלעכט דערמיט???
דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:26 pm#20686
מיי טו סענס:

די פראבלעמען:
  • ס'נישט יושר אז איין פאר עלטערן זאלן דארפן חתונה מאכן 10 קינדער
  • רוב ספענדערייען קומט וועגען מיר וואקסען אויף אין א G&G קאמיוניטי ווי יעדער מוז האבן די זעלבע
  • א טאג נאכן חתונה דארפן די פארפאלק זיך שוין מיטשען ווי אזוי צו צאלן די רענט
  • ועוד הרבה ואי אפשר לפורטם כי רבים...

איז ווען וועלט וואלט געווען וועלט און אונז וואלטן געפאלגט וואס אונזערע הייליגע חכמים האבן געהייסן און מקיים געווען דעם מלמד את בנו אומנות, קודם יטע כרם ויבנה בית, און ווען מ'האט שוין א פאך און מ'איז שוין נישט אונטערן מאמעס פארטוך ואח"כ ישא אשה, וואלטן די אלע פראבלעמען פארמיטן געווארן, ווען דאס פארפאלק וועט מוזן אליינס אויסצאלן די הוצאות חתונה וועט מען שוין נישט מוזן האבן די שענסטע פורניטשור, אדער א דריי קאראט שטיינדל, כלות וועלן מחליט זיין אז זיי קענען באשטיין חתונה צו האבן אין פראספעקט פארק תחת כיפת השמים, און מ'וועט זיך באגענוגען מיט 30 קאפעלס, א קליינע אינטימע שמחה מיט נאנטע חברים/ות און משפחה, צירונגען וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, פוירניטשור איז דא אין האום דיפאו אויך, און יעדער וועט זיין מער צופרידן. דאס פארפאלק וועט נישט אזוי קוקן אויף יענעם, און בכלל וועלען זיי שוין זיין מער מאטשור, עטליכע יאר און צוואנציג, מ'וועט פארמיידן אסאך פון די שלום בית פראבלעמען וואס קומט ארויס פון די נארוואס געשולטע כלות, און די חתנים וואס קענען נישט אראפגיין פון די מאמעס שויס.

אבער וואס חלום איך? וועיק אפ ענד סמעלל די קאווע שטיבל! גענוג מיט די דמיונות!
דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:49 pm#20689
דיין עצה טוט טאקע קער נעמען פין אלע פראבלעמען, אבער שאפט איין גרויסע פראבלעם, אז עס וועט נישט זיין ווער עס זאל חתונה האבען מער...............
דאנערשטאג יוני 28, 2012 7:39 pm#20691
קאמפיאטער האט געשריבן:גראדע איז אין קרית יואל דא א זאל נישט די שענסטע ציגעשטעלט אבער שוין ארויס געקימען קינדער פין דארט ב"ה, וואס קאסט 3.000$ א צד אריינגערעכענט שפילער זינגער וכו' וכו'..
איינער דארף דאס מנדב זיין אויך אין ווימ"ס אין און ב.פ. אבער איך האלט נישט אז דער עולם וועט זיך צישטעלן.

דאכט זיך אז און ווימ''ס איז שוין דא אזא סארט זאל וואס אולם עקשטיין איז א תולדה דערפון דאס איז די בארימטע פרדס פיגא וואס קאסט טאקע 1500 דאלער מער אבער עס איז ווערט יעדע פרוטה
די סטאנדארט אין אולם עשטיין איז אסאך ערגער ווי די פראכטפולע פרדס זאל וואס איז באמת א יחיד במינה אין עס לוינט זיך צוצאלן די 1500 דאלע אין פראווען א הערליכע בעלבעטישע שמחה
איך האלט אז פאר אולם עקשטיין איז 3000 דאלער צופיל
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:34 pm#167900
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען עס ליינען מיט דיטעילס?
איך האב נאר געליינט דערפון בכלליות.

כ'געדענט נישט וואו, כ'האב עס אמאל געזען אין אן אלט ספר. אפשר איז דא אזא קונטרס מיט אלע זייערע תקנות?
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:10 pm#167939
איך געדענק עס זעהן אין תקנות פין אנדערע מדינות נישט ארבע ארצות.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:19 am#168012
ס'איז באקאנט דער נודע ביהודה אין פראג האט געמאכט אזאלכע תקנות.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:40 am#168014
זלמן זאפיר האט געשריבן:די אלע פלעצער פין אמאל וואס מען האט פרובירט צי באקעמפן לוקסעס האט מען זיך געשלאגן מיטן רייכערן קלאס מענטש נישט מיטן ארעמאן

מען מאכט די תקנות פאר וועם אימער עס פעלט זיך אויס.
אמאל איז עס געווען פאר די עשירים. היינט איז עס פאר ארימעלייט בטעם העליון, כלשונך.
לאמיר זעהן מען זאל ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות פאר די וועלכע זענען עובר אויף די לוקסוס תקנות!
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:19 pm#168068
ציטאט פון "דער איד" פרשת ויחי
.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:04 pm#168343
איך האב א פשוטע עצה, אין איך ווייס נישט פארוואס עס פאלט קיינעם נישט אן, זאלן די עלטערן צאלען נאר די חתונה נאכט אליין מיט א מינימאלישע סכום פין קליידונג, אין די רעשט זאל זיך דאס קאפעל אליין אן עצה געבן, זאלן זיי אליין גיין שאפינג נאכן חתונה, אין אייהאנדלען וואס מען ברויך, דאן וועלען זיי שוין טראכטען צוויי מאל פאר מעקויפט פערניטשער פאר 15000 טאללער, וואסארא מין יושר איז דאס אז עלטערען זאלען דארפען חתנה מאכען צען צוועלעף קינדער? ווער זאגט אז מקען נישט עסען אייער מיט צוויבעל אויפן זעלבן טיש ווי מען עסט סיריעל פאר פרישטיג? איך האב יעצט ארויסגעווארפען מיין דיינונגרום טיש אין בענקלעך, מיין שוויגער האט געמיינט אז זי כאפט א הארץ אטאקע ה"י,
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 3:20 pm#168351
שלום עליכם סמבטיון,
מען האט שוין געשריבן דערפון אויבן. עס איז זיכער גאר א שטארקע פלאן.

און ווער וועט אויסצאלן די שבע ברכות?
און רבינו תמ'ס תפלין?
און נאך, און נאך....

און פארגעס נישט אז די פארפאלק האט נישט קיין איבריג געלט זיך אויסצושטאפירן, זיי וועלן מסתמא צאלן דאפעלט רענט ווי דער פאטער און זיך דערשטיקן מיט חובות פון DAY ONE.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:37 pm#168393
סמבטיון האט געשריבן:איך האב א פשוטע עצה, אין איך ווייס נישט פארוואס עס פאלט קיינעם נישט אן, זאלן די עלטערן צאלען נאר די חתונה נאכט אליין מיט א מינימאלישע סכום פין קליידונג, אין די רעשט זאל זיך דאס קאפעל אליין אן עצה געבן, זאלן זיי אליין גיין שאפינג נאכן חתונה, אין אייהאנדלען וואס מען ברויך, דאן וועלען זיי שוין טראכטען צוויי מאל פאר מעקויפט פערניטשער פאר 15000 טאללער, וואסארא מין יושר איז דאס אז עלטערען זאלען דארפען חתנה מאכען צען צוועלעף קינדער? ווער זאגט אז מקען נישט עסען אייער מיט צוויבעל אויפן זעלבן טיש ווי מען עסט סיריעל פאר פרישטיג? איך האב יעצט ארויסגעווארפען מיין דיינונגרום טיש אין בענקלעך, מיין שוויגער האט געמיינט אז זי כאפט א הארץ אטאקע ה"י,

די עסקנים וואס טוען איבער חתונה תקנות האבן שוין גערעדט דערפון עטליכע יאר צוריק, און ס'איז נאך אין פלאן

פורניטשער קען אראפנעמען א מינימום פון קרוב צו 10 אלפים, מ'רעדט שוין נישט פון דא וואס קויפן נאך ספרים שענק

אליין אז מען האט נישט קויפט מען נישט און ס'פאסירט גארנישט
מיטוואך יאנואר 01, 2014 2:33 pm#172348
וכן יעשו
דינסטאג אפריל 29, 2014 2:57 pm#197980
אין אייוועלט האט זיך אנטוויקלט א שטארקן שמועס איבער די חתונה הוצאות

דא האט איר 2 לינקס, איינס איז איבער שטריימלעך, די אנדערע איבער פורניטשער והמסתעף.

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22560 m
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22557 m
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:52 am#198185
מיין מיינינג איז אז די שטריימעל איז פון די לעצטע זאכען אויפען ליסט .אויב רעכענט מען וויפעל יאר מען טראגט די שטריימעל וואך נאך וואך איז עס נישט אזא געפערליכע הוצאה , מען קען עס עט ליעסט אביסעל זשאסטיפייען ,
אויב זיכט מען עכט ווי צי שפארען וואלט איך געראטען זיך צי אימקוקען אויף די פרויען בגדים ווי מען ספענט טויזענטערס אויף איין נאכט אין נאכדעם ווערט עס מער נישט געניצט , עס איז נישט די פראבלעם ביי די מענער
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:48 pm#294150
אין די לעצטע פאר חדשים האט "דער מאמענט" אנגעהויבן מעתיק זיין דרשות פון הר"ר אבא חייא טויבער שליט"א בעניני הוצאות החתונה.
ער שניידט שטיקער יעדע וואך, ממש א מחי' צו ליינען, מי יתן והי' אז עפעס זאל אריינקריכן אין די אויערן פון די היינטיגע מחותנים וואס יעדער ווייס אז קיין געלט איז נישטא און מען טוט נאר אלעס ווייל "עס פאסט",
מען וויל געפעלן דעם מענטש וואס ווייסט אז באמת האט נישט דער מחותן די פרנסתו, אבער שטעלט צו טייערע מתנות און רייכע שבע ברכות כדי מכלומר'שט אויסצונארן דעם עולם.
מען דארף די אלע ארטיקלען ארויספרינטן און ארומשיקן פאר יעדן מחותן אויף די פאסט!!!