מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 9:43 am#356819
berlbalaguleh האט געשריבן:גראף: ס'איז נישט שייך מער קלאר צו מאכן ווי מען האט עס שוין געמאכט. מ'האט שוין איבערגעקייעט און צומאלן דעם נושא פון אלע זייטן. און א יעדער בעל דיעה און מאן דאמר האט שוין געלאזט הערן זיין מיינונג. אעפ"כ וועל איך פרובירן נאך איין מאל...והנה...! ער זאגט ברוב טיפשותו, אזוי,... אין די 2'טע וועלט מלחמה האט מען אויסגעהרג'ט מער ווי זעקס מיליאן מענטשן...עטץ אשקענאזים קומטס און זאגטס אז די נאציס האבן אויסגעהרג'ט 6 מיליאן אידן...און איך גרויסער חכם וצדיק זאג, אז רוב פון זיי זענען בכלל נישט פאררעכנט געווען פאר אידן...ממילא האבן די נאציס נישט אויסגעהרג'ט קיין 6 מיליאן אידן. און עטץ האטץ נישט אויף וואס צו וויינען...!
דער מזרחי זיכט צו זיין קאנטערווערש"ל, אבער ער כאפט זיך אלץ ארויף אויף א באן וואס פארט אין די פארקערטע ריכטונג, אמאל ווען איינער האט געוואלט מאכן נייעס איז ער געקומען מיט א שטודיע אז מען האט גע'הרג'עט 7 מיליאן, אבער צו זאגן דאס וואס ער האט געזאגט עפ"ל - כל הפוסל במימו פוסל - אז רוב זענען נישט פארעכענט געווארן אלץ יודן, ווייס איך נישט צו ער שטאמט פון אידן, וצריך בדיקה גדולה עליו
דאס אז דו רבנים זענען ארויסגעקומען קעגען איהם איז א חידוש אז אזוי ווייניג זענען ארויס, מען וואלט איהם געדארפט מחרים זיין פון כלל ישראל, חוץ אויב ער באלאנגט נישט אין כלל ישראל, און די רבנים החותמים נגדו זענען די הייפעלע וואס האלטן אז ער איז מזרע ישראל...