Under maintenance
הויפט זייט » דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרים)

דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרים)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9662
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 9:22 pm#303050
דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרים)
(ערשינען אין "פרי עט הדר", סוכות תשע"ו)

וויאזוי קען מען אינספירירן מענטשן צו פירן א לעבן באזירט אויף דעם גלויבן אז משה אמת ותורתו אמת? עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס איבער דעם, און פארשידענע מהלכים ביי רבנים און קלוגע אידן. אבער די טעאריע וואס איז צום באדויערן פארשפרייט ביי "קירוב"-פערזענליכקייטן איז, אפנים, צו נוצן שקר – די אור-אלטע "המטרה מקדשת את האמצעים".

אין דעם פעלד קען מען באצייכנען דעם "אַקס פון שקר" די דריי "מחזירי בתשובה", הרב אמנון יצחק, הרב זמיר כהן און הרב יוסף מזרחי. נישט אז שקר און פאפעריי איז עקסקלוסיוו צו די דריי, אבער די דריי האבן א לאנג-יעריגע רעפוטאציע פון נישט האבן דעם מינדעסטן רעספעקט פאר'ן אמת, און פראפאגאנדירן שקרים וואס ס'איז שווער צו דן זיין לכף זכות אז זיי גלייבן באמת וואס זיי זאגן.

1.png

הרב יוסף מזרחי

רוב פון די קירוב-שקרים זענען נישט היינט אויפגעקומען. פאר א תקופה אין די תש"מ-נ יארן זענען די חשוב'ערע מחזירי בתשובה, ווי הרב לארענץ קעלעמען, אויפגעקומען מיט כל מיני "וויסנשאפטליכע" ערקלערונגען וועלכע דארפן אויפווייזן ווי תורה שטימט מיט וויסנשאפט, וכדומה. די פון דעם חדר קען מען נישט אייביג באשולדיגן אין בכוונה זוכן צו פאפן זייערע צוהערער – טייל פון זיי האבן עס מעגליך געמיינט מיט אן אמת, און טייל פון זייערע ראיות און ארגומענטן זענען טאקע איינדרוקספול. די היינטיגע לייכטזיניגע קירוב-פערזענליכקייטן זענען גאר ווייט פון זיי – קוים וואס זיי האבן אריגינעלע געדאנקען, אלעס וואס זיי פארקויפן איז איבערגעקייטע שקרים פון אנדערע, און וואס איז יא אריגינעל – על כל פנים אין דעם פאל פון הרב מזרחי – איז אפענסיווע פראפאגאנדע קעגן אלץ און אלעמען וואס געפעלט אים נישט.

אין די לעצטע יארן איז הרב יוסף מזרחי אויסגעשטיגן ווי דער טשאמפיאן פון פאפעריי און אראגאנץ, און דערמיט איז זיין אנזען איבער דער חרדישער וועלט נאר געוואקסן. מזרחי איז נישט נאר הוחזק שקרן, נאר ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו פיטערן זיינע צוהערער מיט אינפארמאציע וואס ער האט נארוואס געהערט – אן אפילו טראכטן איין רגע אז פאר מ'פארקויפט פאר א רבים דארף מען זיכער מאכן אז מ'האט די פאקטן ריכטיג.

איין אזא ביישפיל איז זיך פארלאפן דעם פארגאנגענעם ווינטער, ווען עס איז אויף דעם אינטערנעט ווידער פארשפרייט געווארן א בילד וואס איז פאלסיפיצירט געווארן נאך אין 2002 וואס ווייזט ווי ארכעאלאגן גראבן כלומר'שט אויף א ריזיגן סקעלעט. כדרכו, האט מזרחי נישט גענומען די מי נאכצוקוקן אויב דאס בילד איז אן אמת'ע (מיט "גוגל" וואלט ער דאס געקענט אויסגעפונען אין בערך 10 סעקונדעס), און האט עס ווייטער פארשפרייט שרייבנדיג אויף "פעיסבוק" אין א שלעכטן ענגליש: "ווען מענטשן לייענען אין דער תורה אז עס פלעגן אמאל זיין ריזיגע מענטשן, האבן זיי א ספק, אלזא, אט איז א ראיה – אין כינע האבן זיי געטראפן א סקעלעט פון א ריזיגן מענטש, זייענדיג פינקטליך ווי די תורה שילדערט!!!" מזרחי'ס נאכפאלגער, אויף דעם מהלך פון זייער רבי'ן, האבן אויך נישט נאכגעקוקט צו דאס בילד איז אמת, און 251 מענטשן האבן "געלייקט" דעם בילד, בשעת 237 האבן געשפירט אז דאס איז גענוג וויכטיג צו "שעירן" – מיטטיילן מיט אנדערע.

2.jpg


אין די לעצטע טעג איז פארשפרייט געווארן א זעקס-מינוטיגע ווידעא וואו הרב מזרחי דערציילט - באגלייט מיט ווידעא-אילוסטראציעס פון פאפולערע מואוויס - אז די חכמי התלמוד זענען געווען די ערשטע צו וויסן דעם פונקטליכן מינימום זמן פון איין מולד הלבנה צו דעם צווייטן (די "ראיה" ווערט אויך גענוצט דורך הרב יצחק און הרב כהן, און אויך דורך פארשידענע קירוב-ארגאניזאציעס). מזרחי זאגט אז דער חשבון וואס חז"ל זאגן אונז גייט ווי פאלגנד: די מינימום צייט צווישן איין מולד אין דעם אנדערן איז 29.5 טעג, 40 מינוט, און 73 חלקים פון א מינוט – דאס קומט אויס 29.53059 טעג. די פינקטליכקייט פון דעם חשבון דארף לויט מזרחי זיין א ראיה אז חז"ל האבן באקומען דעם חשבון פון גאט אליין, ווייל א בשר ודם האט אין יענער תקופה נישט געקענט צוקומען צו אזא פרעציזער רעכענונג.

נאך פאר מ'גייט ווייטער דארף מען זיך אפשטעלן מיט איין וויכטיגע הערה. מיר וועלן באלד זען ווי מזרחי'ס וויסנשאפטליכע און היסטארישע באהויפטונגען שטימען נישט, אבער דא לאמיר אנווייזן וואספארא עם-הארץ ער איז אין דברי תורה. דער לשון הגמרא (ראש השנה כ"ה א') איז: "אמר להם רבן גמליאל, כך מקובלני מבית אבי אבא: אין חידושה של לבנה פחותה מעשרים ותשעה יום ומחצה, ושני שלישי שעה, ושבעים ושלשה חלקים." וואס זענען די 73 חלקים? דער רמב"ם איז מסביר (קידוש החודש ו', ב') אז יעדע שעה ווערט (דורך די אסטראנאמער) צעטיילט אין 1080 חלקים, וויבאלד דער דאזיגער צאל קען ווערן צעטיילט אין העלפט, פערטל, אכטל, דריטל, זעקסטל, ניינטל, פיפטל און צענטל. ווען חז"ל רעדן וועגן 73 חלקים רעדן זיי וועגן דעם סכום פון 1080סטלעך פון א שעה. וויפיל איז דאס? לאמיר מאכן דעם חשבון: א שעה פארמאגט 3600 סעקונדעס, לאמיר דאס צעטיילן אין 1080, קומט אויס אז יעדער חלק פארמאגט 3 און א דריטל סעקונדעס. וויפיל סעקונדעס איז 73 חלקים? לאמיר מאכן דעם חשבון פאר 3 און א דריטל מאל 73 – דאס קומט אויס 243 און א דריטל סעקונדעס. דאס מיינט אז די 73 חלקים באשטייט פון אביסל מער פון פיר מינוט.

מזרחי איז מסביר די 73 חלקים אזוי: "נעם 60 סעקונדעס און צעטייל דאס אויף 73" – לויט אים קומט אויס אז די "73 חלקים" וואס חז"ל דערמאנען (לכאורה איין חלק פון די 73 חלקים) איז בערך 4 פינפטלעך פון איין סעקונדע, אין דער צייט וואס עס איז באמת מער פון פיר מינוט!

טראצדעם וואס מזרחי קען נישט אפלערנען א פשוט שטיקל גמרא און האט בכלל נישט ארויס די פשוט'ע ציפערן פון חז"ל'ס חשבון, איז ער אבער גערעכט אז חז"ל'ס מולד קומט אויס 29.53059 טעג, דאס איז ווייל ער קייט נאך אינפארמאציע (און מיסאינפארמאציע) פון בעסערע און קליגערע פון אים, וועלכע האבן כאטש געהאט אביסל ערנסטקייט און טאלאנט אויפצוקומען מיט חידושים.

הרב מזרחי גייט ווייטער און באהויפטעט אז דער חשבון פון חז"ל איז דער פינקטליכסטער וואס איז פאראן, און די חכמי אומות העולם זענען צוגעקומען דערצו ערשט אין די לעצטע צענדליגער יארן. ער זאגט אז נאסא האט ערשט לעצטנס געטראפן אז דער חשבון איז 29.530588, וואס איז א דיפערענץ פון בלויז צוויי הונדערט-טויזנטסטלעך פון א טאג. (דער דיפערענץ איז באמת נאר צוויי מיליאנסטלעך – אבער מזרחי קען נישט קיין מאטעמאטיק.) מזרחי זאגט ווייטער אז די דייטשן האבן אין 1965 געמאכט א פינקטליכערן חשבון אין בערלין וואס האט געוויזן אז דער מינימום זמן פון איין מולד צום צווייטן איז 29.530589, וואס איז בלויז איין הונדערט-טויזנטסטל (באמת, איין מיליאנסטל) אפגעריקט פון דעם חשבון וואס חז"ל האבן אונז שוין געזאגט אין דער גמרא.

איז מזרחי גערעכט מיט זיין באהויפטונג אז חז"ל זענען געווען די ערשטע צוצוטרעפן צו דעם פינקטליכן מולד הלבנה?

לאמיר נעמען דעם ציפער וואס מזרחי גיט אן ווי חז"ל'ס חשבון: 29.53059. ער שטעלט דאס צו צו דעם בערלינער חשבון וואס איז 29.530589 – א חילוק פון איין מיליאנסטל. באמערקט אז פאר דעם ציפער פון חז"ל גיט ער בלויז אן פינף דעצימל-ערטער, און פאר די ציפערן פון נאסא און בערלין גיט ער אן זעקס דעצימל-ערטער. אויב זאל מען גלייבן אז מזרחי איז אויפריכטיג מיט זיינע ציפערן, וואלט מען אנגענומען אז דער ציפער וואס ער גיט פאר חז"ל איז פינקטליך און גייט נישט ווייטער, אבער דער אמת איז ווייט נישט אזוי. לאמיר צוזאמען מאכן דעם חשבון: א טאג באשטייט פון 24 שעה וואס יעדע שעה פארמאגט 1080 חלקים – 24 מאל 1080 קומט אויס 25920 חלקים אין א טאג. יעצט לאמיר מאכן א חשבון וויפיל חלקים מיר נוצן פון דעם דרייסיגסטן טאג: די ערשטע צוועלף שעה איז 12 מאל 1080, דאס קומט אויס 12960. די פערציג מינוט איז צוויי דריטל פון 1080, דאס קומט אויס 720. צו דעם דארף מען צולייגן די 73 חלקים. יעצט דארפן מיר צוזאמענרעכענען 12960 מיט 720 מיט 73 – דאס קומט אויס 13753. אונזער מאטעמאטישער חשבון וועט אונז יעצט ברענגען אויסצורעכענען וואספארא חלק 13753 איז פון 25920. דער רעכנמאשין שפייט אויס אן ענדלאזער ציפער: 0.5305941358024692. דאס איז די פראקציע פון דעם דרייסיגסטן טאג וואס מיר נוצן פאר דעם חשבון, און צו דעם דארף מען צולייגן די 29 טעג, דהיינו, 29.5305941358024692. אה! מיר האבן אנטדעקט אז ביי דעם זעקסטן דעצימל-ארט זיצט זיך באקוועם א ציפער – א 4! יעצט קענען מיר מאכן א מער-אויסגעהאלטענעם פארגלייך צווישן דעם ציפער פון חז"ל און די ציפערן פון נאסא און בערלין.

חז"ל: 29.530594
נאסא: 29.530588
בערלין: 29.530589


אט זעען מיר אז נאסא און בערלין זענען פאראייניגט מיט א דיפערענץ פון בלויז איין מיליאנסטל, און דער ציפער פון חז"ל איז אפגעריקט מיט פינף און זעקס מיליאנסטלעך. דאס איז נישט אזוי דראמאטיש ווי איין און צוויי מיליאנסטלעך וואס מזרחי וויל אונז פארקויפן, און דער סיפור הדברים ווי די וויסנשאפטלער "דערנענטערן" זיך צו דעם חשבון פון חז"ל איז שוין בכלל נישט אזוי געשמירט.

דערווייל האבן מיר געוויזן אז מזרחי קען נישט די פשוט'ע יסודות פון הלכה'דיגער אסטראנאמיע, ער קען נישט לייענען קיין דעצימלס, און ער איז נישט אויפריכטיג ביים ברענגען פינקטליכע ציפערן. עס איז אבער נאך ערגער פון דעם. דער רמב"ם שרייבט (קידוש החודש, יז, כד):

    וטעם כל אלו החשבונות, ומפני מה מוסיפים מניין זה, ומפני מה גורעין, והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר, היא חכמת התקופות והגימטריות, שחיברו בה חכמי יוון ספרים הרבה, והם המצויים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחיברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר, לא הגיעו אלינו.
דער רמב"ם שרייבט דא קלאר אז די אלע חשבונות פון קידוש החודש שטאמען פון די חכמי אומות העולם. און טאקע אזוי געפונען מיר אז אט דעם גענויען חשבון המולד פון 29.530594 ערשיינט אין דעם "אלמאגעסט", א בוך פון דעם גרויסן אסטראנאמער תלמי פון מצרים אין דער תקופה נאכ'ן חורבן בית שני. תלמי ברענגט דעם חשבון בשם דעם גריכישער אסטראנאמער היפארכוס, וועלכער האט געלעבט ארום 200 יאר פאר'ן חורבן בית שני. דער חשבון ווערט אויך היסטאריש צוגעטיילט צו דעם כשדישן אסטראנאמער קידינו, וועלכער איז געשטארבן ארום 400 יאר פאר'ן חורבן.1

דאס איז א היסטאריע וואס גייט צוריק הונדערטער יארן פאר דער תקופה פון רבן גמליאל, און נאך פיל מער יארן פאר דער חתימת התלמוד.

3.jpg

א לאטיינישע איבערזעצונג פון תלמי'ס אלמאגעסט

היוצא לנו מכל זה אז הרב מזרחי'ס ראיה קען נישט דורכלעבן א לאגישן איבערזיכט, און איינוועגס ווייזט דאס אונז ווי אויסן טייל קירוב-פערזענליכקייטן זענען צו איבערנעמען מענטשן, און האבן נישט קיין פראבלעם צו פארקויפן שקרים – אין תחומים וואו זיי זענען גענצליך אומבאקאנט תורה'דיג און וויסנשאפטליך.

מ'זאגט נאך פון א סך גדולי ישראל, "אידישקייט קען מען נישט בויען מיט שקר." אידישקייט וואס הענגט אויף אזעלכע "ראיות" קען ווערן צובלאזן אין איין מינוט. יעדער איד דארף טרעפן זיין חלק און זיין טיפע אינספיראציע, צו קענען לעבן ווי א מאמין בה' ובתורתו מיט שכל און הגיון.

____________________
1.
Medieval Latin Christian Texts on the Jewish Calendar, by C. Philipp E. Nothaft; Calendrical Calculations, by Nachum Dershowitz, Edward M. Reingold; Greek Astronomy, by Sir Thomas Little Heath
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:01 pm#303053
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
נו באמת אויף יו טוב האט שוין אנטפלעקט אסאך פון אמנון יצחק און זמיר כהןס פראפאגאנדע
די עיקר וואס די זאגסט איז אז מזרחי האט אראפגענומען איין דעסימעל צו מאכן די זאך דראמאטיש
און נאך א זאך אז חזל איז נישט די מקור נאר עס קומט נאך פון די יוונים תלמי וכו'
אגב איז דא אויף פייסבוק איינער דאנא כאהען וואס ווייזט אויף רעגלמעסיג מזרחיס שקרים

https://m.facebook.com/?_rdr#!/graphsearch/str/dana%2Bcohen/keywords_users?ref=content_filter&tsid=0.6330060297623277&source=pivot&soft=search
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 11:19 am#303163
אין אן אנדערן אשכול שרייבט ATUB @אהרן ATUB :

אהרן האט געשריבן:@אבטולמוס הערליכער ארטיקעל אויפן מולד, (הגם איך ווייס נאכנישט ווי דו פארסט אריין צו הרב מזרחי אבער דו ארטיקעל פאר זיך איז הערליך)

מיין גאנצער ארטיקל איז געוואנדן צו הרב מזרחי, וועלכער קייט נאך דעם ארגומענט מיט פאטאס. נישט נאר וואס דער ארגומענט שטימט נישט, לייגט נאך מזרחי צו זיינע אייגענע עם-הארצות אין תורה און אין וויסנשאפט.

mevakesh האט געשריבן:די עיקר וואס די זאגסט איז אז מזרחי האט אראפגענומען איין דעסימעל צו מאכן די זאך דראמאטיש

דאס האט נישט מזרחי געטון (ער ווייסט מסתמא נישט וואס א דעצימל איז, און אז מ'קען אראפנעמען איין ציפער), דער שווינדל קומט פון די וועלכע האבן פארמולירט די ראיה, פון וועמען מזרחי פלאגיאירט.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:09 pm#303172
אבטולמוס האט געשריבן:אין אן אנדערן אשכול שרייבט @אהרן:

אהרן האט געשריבן:@אבטולמוס הערליכער ארטיקעל אויפן מולד, (הגם איך ווייס נאכנישט ווי דו פארסט אריין צו הרב מזרחי אבער דו ארטיקעל פאר זיך איז הערליך)

מיין גאנצער ארטיקל איז געוואנדן צו הרב מזרחי, וועלכער קייט נאך דאפט.


איך האב נישט געזען קיין סאך פון הרב מזרחי נאר אפאר ווידיאוס דא דארט, זיין מהלך איז מיר זייער געפאלן, שמועסט זיך גוט אויס, ענפערט דעם שואל אויף זיינע שאלות, שטעלט צוריק פראגן פארן שואל, איז מסביר תו"מ, די מוט ביים עולם איז אויפגעלייגט, און אז מען טרעפט אים מיט טעות אדער א נארישע אויסדרוק דא דארט מאכט עס אים נישט אינגאנצען אוועק.

לדוגמא מענטשען מאכן אוועק הרב יצחק אז זיינע ארגיומענטען זענען נישט יסודותדיג, דהיינו ער פרובירט נאר אייביג צו שטעלן און פלאץ דעם שואל, צו דורך חוזק מאכן פון אים , זיין שאלה אדער גאר מאכן סתם א וויץ און פארדרייען דעם שמועס, דאס וואלט געקענט זיין א טענה אויף זיין מהלך, אבער כפי מיין בליק זע איך נישט אז הרב מזרחי האט א קרומע ׳מהלך׳

שכוח נאכאמאל פאר די מאמר.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:12 pm#303173
הרב מזרחי איז א כראנישער שקרן וזייפן (חוץ זיין טפשות און גסות הרוח), און אן איש אמת טאר נישט גלייבן קיין ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל פאר'ן נאכקוקן מיט שבע חקירות ובדיקות.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:44 pm#303178
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
סאו איי געיס אז די ארטיקעל איז נאר די אנהייב פון א לענגערע דאקומעטערי
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 3:06 pm#303195
א גרויסן יישר כח, ראובן, פאר דעם וויכטיגן מאמר, וועלכע איז, ווי שטענדיג, גאר גוט נאכגעפארשט.
דו ווייסט אפשר ווי אזוי די גריכישע אסטראנאמער האבן טאקע אויסגערעכנט דעם מולד מיט אזא פונקטליכקייט?
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 4:38 pm#303204
ראובן, שיין געשריבן כדרכך, אבער נישט ממש אליבא דאמת. איך בין נישט אינטערסירט צו פארטיידיגן מזרחי, אבער איך וויל יא פארטיידיגן די פאקטן.
ביסט מסתמא א חסיד פון וויקיפידיע, האב איך דארטן נאכגעקוקט אפאר דאטומען, האט זיך מיר אנפלעקט אז די אלמאגעסט איז געשריבן געווארן אין יאר 150 למספרם, ווידער רבן גמליאל - וואס זאגט די חשבון אין די גמרא, איז געווארן נשיא פון סנהדרין אין יאר 80! דאס איז 70 יאר פאר דעם אלמאגעסט! האט רבן גמליאל על כרחך געזאגט די חשבון נאך פאר תלמי, און חז"ל זענען יא די פריסטע מקור פאר דעם חשבון.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 4:55 pm#303205
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
פונם לשון 'אין חידושה של לבנה פחותה מ...' איז גאנץ קלאר אז ר' גמליאל האבן נישט געהאלטן אז די מולד יעדע חודש קומט פאר אין א פונקטליכע זמן, נאר די קלענסטע מחזור איז די נאמבער, אבער עס קען אויך זיין א גרעסערע מחזור וואס דער מולד איז שפעטער.
וואס דאס איז אויך דער גאנצער טעם פארוואס עס פעלט אויס עדים אויפן מולד, אויב ווייסט מען דעם פונקטליכען חשבון המולדות, קען מען דאך מאכן א פונקטליכן לוח אויף אייביג אזויווי מען האט טאקע שפעטער געטוהן.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 5:18 pm#303211
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
איך פארשטיי נישט דער גאנצע נושא. דער מולד פון כ''ט י''ב תשצ''ג איז א אמצעי, נישט קיין אמיתי. ס'איז קיינמאל נישט אמת אז מ'זעט די לבנה אין די צייט. וכן מבואר ברמב''ם ועוד. איז וואס וויל ער פון די גרעכען? זיי האבען עפעס 'איינגעזעהן' די מולד אזוי בשעת אז ס'איז נישט דא וואס צו זעהן?
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 5:31 pm#303214
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
נאך א הערה וואס איך האב נישט קיין געדולט יעצט צו געהעריג מסביר זיין. וויבאלד ר' גמליאל געט אונז נישט קיין דעסימאל נאמבער מיט אזא מאס precision ווי די סיענטיפישע היינטיגע קאלקיולעיטערס, נאר ער שטעלט זיך אפ ביי חלקים וואס די חילוק פון איין חלק מער אדער ווייניגער איז דריי אהאלב סעקונדן, קענען מיר געבן א דעסימאל נאמבער וואס שטעלט זיך אפ ביי 29.5306 און מיר קענען נישט עס געבן מער precision, קומט אויס אז די נאמבער איז נישט ראונג - ווייל נאס"א'ס נאמבער מיט פיר דעסימאלס איז די זעלבע , נאר פשוט נישט גענוג פונקטליך. ודו"ק
מוצ"ש אקטאבער 03, 2015 9:01 pm#303221
שיטה מקובצת האט געשריבן:ראובן, שיין געשריבן כדרכך, אבער נישט ממש אליבא דאמת. איך בין נישט אינטערסירט צו פארטיידיגן מזרחי, אבער איך וויל יא פארטיידיגן די פאקטן.
ביסט מסתמא א חסיד פון וויקיפידיע, האב איך דארטן נאכגעקוקט אפאר דאטומען, האט זיך מיר אנפלעקט אז די אלמאגעסט איז געשריבן געווארן אין יאר 150 למספרם, ווידער רבן גמליאל - וואס זאגט די חשבון אין די גמרא, איז געווארן נשיא פון סנהדרין אין יאר 80! דאס איז 70 יאר פאר דעם אלמאגעסט! האט רבן גמליאל על כרחך געזאגט די חשבון נאך פאר תלמי, און חז"ל זענען יא די פריסטע מקור פאר דעם חשבון.


אבטולמוס האט געשריבן:תלמי ברענגט דעם חשבון בשם דעם גריכישער אסטראנאמער היפארכוס, וועלכער האט געלעבט ארום 200 יאר פאר'ן חורבן בית שני
מוצ"ש אקטאבער 03, 2015 9:12 pm#303224
וויאזוי קען מען אינספירירן מענטשן צו פירן א לעבן באזירט אויף דעם גלויבן אז משה אמת ותורתו אמת? עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס איבער דעם, און פארשידענע מהלכים ביי רבנים און קלוגע אידן.
ווער זענען זיי ?
זונטאג אקטאבער 04, 2015 6:40 am#303263
ראובן, שכח פאר דעם מאמר. כ'האב באמת הנאה געהאט, און א דאנק מזרחי'ס איגנאראנץ בין אפנים איך קלוגער געווארן.

תודה.

אגב, כ'זע נישט דיין אנדערן ארטיקל ארויפגעשטעלט אויפן זייטל, שטארק הנאה געהאט.
זונטאג אקטאבער 04, 2015 3:42 pm#303298
מ'גייט דא אריין אין א אלטע טעמע וואס די ראשונים האבן שוין זיך מתווכח געווען אבער אפי' די קעגנער פון חקירה האבן נישט געהאט א אינטערעסע אין אראפרייסן די ראיות פון די חוקרים נאר ס'איז געקומען מטעם פחד אפשר וועט מען פארפארן.
דו רשב"א טאקע פון דו קעגנער שרייבט אבער א דאטום 25 יאר ווייל טאמער דו אמונה פשוטה איז באפעסטיגט שאדט נישט צולייגען נאך ראיות העכער דעם וכן כתב בשל"ה ח"א אז ס'איז א חיוב מוסיף זיין עפ"י מופת העכער אמונה פשוטה.
איז לכאורה תורה און סייענס לשיטתם די מהלך וגם הגר"א וואס רייסט אראפ די רמב"ם שרייבט מ'זאל לערנען כוזרי וואס איז טאקע נישט פיליזאפיש אבער ס'איז אמונה הוכחות המסורה דור אחר דור עד מתן תורה.
און יעצט לענינו לויט ווי מזרחי זאגט ווערט די נומערן נענטער און עפ"י השמועה זאגט ער אז געוויסע פארשער רעדן שוין פון איין דעסימעל אוועק. הגם איך פארשטיי נישט צודעם ווייל מזעט אסאך אין די גמרא לא דק אבער צווישן אנדערע אותות כדוגמת די וועלט איז א כדור 7 קאנטינענטס כמבואר בזוהר איז דאס נישט שלעכט.
יעצט דו רמב"ם וואס ראובן ברענגט רעדט פון דו אלע חז"ל וואס שטייט אז דו חכמי אומות העולם האבן מנצח געוועזן דו חכמי ישראל אבער דא קומט ער נישט אהער ווען רבן גמליאל רעדט פון א קבלה וואס בפשטות משמע גייט ארויף ביז סיני און אוודאי איז ער פארזיכערט אז די עדים וויייסן נישט וואס זיי רעדן ולפי זה יוצא אז אוודאי געוויס איז דאס די מקור ראשון.
זונטאג אקטאבער 04, 2015 3:58 pm#303299
איך וואלט צוגעלייגט אזייטיגע קשיא איז אויב ח"ו ס'איז יא געלונגען פאר דו דריי צומאכן בעלי תשובה צוליב זייערע שקרים. נו וועלכע גיהנם האלט איר וועלן זיין באקומען דערפאר?
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 11:28 am#303379
בראשית האט געשריבן:איך וואלט צוגעלייגט אזייטיגע קשיא איז אויב ח"ו ס'איז יא געלונגען פאר דו דריי צומאכן בעלי תשובה צוליב זייערע שקרים. נו וועלכע גיהנם האלט איר וועלן זיין באקומען דערפאר?

די גהינם וועט ער באקומען ווען אנדערע וועלן פארלאזן די תורה נאכן כאפן די ליגיונות.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 11:49 am#303380
קען זיין די האסט א פוינט אבער ס'האט עטוואס אויסגעקוקט אז מאנכע שטערט גאר זייערע סוקסעסן.
סארי אויב איך בין נישט גענוג דן לכף זכות. לאידך גיסא דארף מען וויסן גייט פאר די וואס גייען מיטן מהלך פון אמונה פשוטה קומט א בחור און דרייט זיך מיט געוויסע קשיות איז אשטאט אים ענטפערן דברים פשוטים זאגט מען אים חקירה מען פארשווייגט אים און די רעזאלטאטן קענען זיין רח"ל. אמת'דיג צו נישט.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 12:05 pm#303385
בראשית האט געשריבן:קען זיין די האסט א פוינט אבער ס'האט עטוואס אויסגעקוקט אז מאנכע שטערט גאר זייערע סוקסעסן.
סארי אויב איך בין נישט גענוג דן לכף זכות. לאידך גיסא דארף מען וויסן גייט פאר די וואס גייען מיטן מהלך פון אמונה פשוטה קומט א בחור און דרייט זיך מיט געוויסע קשיות איז אשטאט אים ענטפערן דברים פשוטים זאגט מען אים חקירה מען פארשווייגט אים און די רעזאלטאטן קענען זיין רח"ל. אמת'דיג צו נישט.

איך האלט אז ביידע מהלכים (פארשווייגן אדער משקר זיין) זענען שרעקליך.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 4:04 pm#303430
קול דודי האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן:ראובן, שיין געשריבן כדרכך, אבער נישט ממש אליבא דאמת. איך בין נישט אינטערסירט צו פארטיידיגן מזרחי, אבער איך וויל יא פארטיידיגן די פאקטן.
ביסט מסתמא א חסיד פון וויקיפידיע, האב איך דארטן נאכגעקוקט אפאר דאטומען, האט זיך מיר אנפלעקט אז די אלמאגעסט איז געשריבן געווארן אין יאר 150 למספרם, ווידער רבן גמליאל - וואס זאגט די חשבון אין די גמרא, איז געווארן נשיא פון סנהדרין אין יאר 80! דאס איז 70 יאר פאר דעם אלמאגעסט! האט רבן גמליאל על כרחך געזאגט די חשבון נאך פאר תלמי, און חז"ל זענען יא די פריסטע מקור פאר דעם חשבון.


אבטולמוס האט געשריבן:תלמי ברענגט דעם חשבון בשם דעם גריכישער אסטראנאמער היפארכוס, וועלכער האט געלעבט ארום 200 יאר פאר'ן חורבן בית שני

אין אנדערע ווערטער, מאך אפ צי דו ווילסט גיין מפיהם אדער מפי כתבם. אויב מפיהם, האבן היפארכוס און קידינו געלעבט הונדערטער יארן פאר רבן גמליאל, אויב מפי כתבם, איז דער אלמאגעסט געשריבן געווארן הונדערטער יארן פאר דעם תלמוד.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 4:06 pm#303431
בראשית האט געשריבן:און יעצט לענינו לויט ווי מזרחי זאגט ווערט די נומערן נענטער און עפ"י השמועה זאגט ער אז געוויסע פארשער רעדן שוין פון איין דעסימעל אוועק. הגם איך פארשטיי נישט צודעם ווייל מזעט אסאך אין די גמרא לא דק אבער צווישן אנדערע אותות כדוגמת די וועלט איז א כדור 7 קאנטינענטס כמבואר בזוהר איז דאס נישט שלעכט.

עס איז יא שלעכט, ווייל עס איז ליגנט.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 4:08 pm#303433
אין א פרישער ווידעא רייסט הרב מזרחי אראפ מיין ארטיקל (אדער אן ענליכן ארטיקל), און לייקנט דעם פאקט אז דער אלמאגעסט עקזיסטירט. גלייכצייטיג פארקויפט ער פרישע ליגנטס ווען אן אנגעבליכן דאקומענט וואס באשרייבט יציאת מצרים "פונקט ווי א צייטונג" וואלט באשריבן די פאקטן.

מיטוואך אקטאבער 07, 2015 4:31 pm#303437
אבטולמוס האט געשריבן:גלייכצייטיג פארקויפט ער פרישע ליגנטס ווען אן אנגעבליכן דאקומענט וואס באשרייבט יציאת מצרים "פונקט ווי א צייטונג" וואלט באשריבן די פאקטן.


"פונקט וןי א צייטונג" איז א היבשער סטרעטש. אבער דאס סתם אזוי אוועקמאכן אלץ א שקר איז נאך אסאך א גרעסערער סטרעטש. פאר ווער סהאט נאר אמאל געליינט אויף וואס די ארכעלאגען בויען זייערע סברות אדער טיאריעס פיט די כתובת איפר דארט אריין און מיט א שמוץ אריבער.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 4:40 pm#303443
זיין ווילדע הגזמה ווייזט נאר וואספארא סארט פארשוין ער איז. למעשה זענען כמעט אלע עגיפטאלאגן שטארק מחולק מיט דעם דאקומענט'ס צושטעל צו יציאת מצרים, און איז דורך רוב חוקרים אנערקענט צו זיין עלטער פון יציאת מצרים מיט 600 יאר.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 5:28 pm#303450
אבטולמוס האט געשריבן:זיין ווילדע הגזמה ווייזט נאר וואספארא סארט פארשוין ער איז. למעשה זענען כמעט אלע עגיפטאלאגן שטארק מחולק מיט דעם דאקומענט'ס צושטעל צו יציאת מצרים, און איז דורך רוב חוקרים אנערקענט צו זיין עלטער פון יציאת מצרים מיט 600 יאר.

אויב איז דיין פראבלעים נאר די זמן פון כתובת איפר דאן איז עס שוין נישט אזוי געפערליך. די זמנים אויף וואס די עגיפטישע כראנאלאגיע איז געבעיסט איז היבש געטשעלענדזשט כאטש נישט אנגענומען ביי די מענסטרים.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 8:29 pm#303469
אלעס גיט געזאגט פארן מתן תורה אבער די טעמע איז שוין אויגעשמיעסט געווארן 500 יאר צוריק עי' באברבנאל פרשת בא החודש הזה לכם ווי ער ברענגט נאך קלארע ווערטער פון תלמי אז דו יסודי הלוח האלמאגסט גייט צוריק ארויף צו אידישע נבואה. יעצט פאר א נויט אז עס פעלט אויס לאמיר אראפרייסן די אברבנאל אויך.
פאר מער קענט איר גוגלן עורך דין ערן בן עזרא ספר ההוכחות.
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 10:31 pm#303480
איך גיי ניסלעך פאר ראובן׳ס שטארקע הסברה, הבנה און שריפט. ער קען באלד גיין קאמפעטישען מיט הרב מזרחי...
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 10:43 pm#303483
Ouch. :D
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 10:46 pm#303484
פארשטיי איך נאכנישט פארוואס דו האסט אים געלייגט בחדא מחטא מיט אמנון יצחק.
בכלל וואלט איך עקספעקטעט צו הערן פון דיר די גוטע זייט פון הרב מזרחי. למעשה האט דער מענטש א לעדערנע צונג מיט טויזענטער צוהערער. ער רעדט און עס גיסט זיך פון אים. אויב וואלט ער געווען מלא שקר וואלטן עס מענטשן געשפירט. אזוי ווי דו אליין שרייבסט מען קען נישט פארקויפן אידישקייט מיט שקרים.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 12:52 pm#303589
לדעתי איז מזרחי נישט קיין משקר ביודעין, ער האט בערך אזויפיהל שכל ווי זיינע צוהערער און ער גלויבט אליינס אין וואס ער זאגט נאך.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:38 pm#304151
הרב יוסי מזרחי פרעדיגט עפאקאליפס

(וויאזוי לייגט מען דא ארויף א ווידיא אטעטשמענט?)
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:53 am#315385
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
נאך פערל רייד
m http://media.shofar.tv/Dor_Aharon/Yossi ... irahon.mp4 m

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 5:13 am#315392
מזרחי איז א געפערליכע אטענשאן סיקעער און א גראבע לינגער! האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן גראבע שקרים אין פנים אריין!
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:10 am#315401
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
אין שבת' תגובה ליגט די סכנה פאר אידישקייט ווען זי ווערט געפרעדיגט אויף אזא אופן.
זונטאג יאנואר 17, 2016 12:06 am#317707
דער מזרחי (וועם איך האב אגב ליעב צו הערן) האט זיך גוט אנגעשטינקען מיטן זאגן אז סאיז נישט געווען קיין 6 מיליון קדושים, פארוואס ס׳האט אים אויסגעפעלט דאס צו זאגן בכלל ווייסט קיינער נישט, ער ווייסט לכאורה אז די מלחמה איז א האקעלע נושא ביי די חלק פון כלל ישראל וואס זיי אדער זייער עלטערן האבן דאס מיטגעמאכט, ער האט א גוטער שפראך און אויב האט ער געוואלט זיין אין די העדליינס וואלט ער געדארפט אנכאפן אנדערע נושאים. און אויב האט ער געמיינט אז ס׳גייט אים ברענגן אביסל איטענשאן האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט מיטן זיך דארפן אנטשולדיגן נאכדעם.

אלנפאלס, איך זעה יעצט אין די עמי מאגאזין אז ער גייט רעדן היינט נאכט אויף 570AM וועגן ׳לשון הרע׳ אויף די ׳חרידישע בלאגס׳!

פאר מיר קוקט דאס אויס זייער זייער לוזעריש, און זייער נישט ישרות׳דיג סך הכול האט ער געטרייט מיט זיין ברייטן פיסק צו באקומען אביסל אויפמערקזאמקייט, און ווען ס׳האט זיך נישט אויסגעשטעלט לטובתו גייט דער פרענק אדאפטירן די ליטווישער לשון הרע מיטל און מאכן מטעמים דערמיט.

חוץ דעם די וואס הערן אים אויס אמאל דארפן צו וויסן ווי האקל ער איז צו לשון הרע בכלל....
זונטאג יאנואר 17, 2016 1:10 am#317715
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
ער האט עס נישט געזאגט פאר אטענשאן; דאס איז אלטע דרשות פון אים, ס'איז דא א גרופע מחזירים בשאלה וואס האבן א מערכה מיט אים, און זיי קראצן אפיר כסדר פרישע שטאף.

בנוגע לשון הרע: נאך די גרויסע לשון הרע'ס און הוצאות שם רע וואס ער האט אלס צוזאמגערעדט אויף די קדושי השואה, איז ער דער לעצטער מענטש מעורר צו זיין אויף לשון הרע.
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:31 am#317730

מבקר: ייש"כ פאר ברענגען דעם קליפ. איך פערזענליך בין אייביג געווען א שטארקער חסיד פון "הרב" יוסף מזרחי. כ'האב געהאלטן אז זיינע קאמענטס זענען באזירט אויף פאקטן. און ער רעדט מיט הארץ און געפיהל. נאר דא, אין דעם פאל זעהט אויס אז ער האט געמאכט א טעות. וואס איך באמערק ביי א סאך ספרד'ישע אידן. וואס זיי האבן נישט געליטן פון די נאצי מערדערישע מאשין אויף אזא פארנעם ווי די אשכנז'ישע אידן. חוץ די גריכישע אידן, וועלכע זענען ליקווידירט און געמארדעט געווארן דורך די נאציס, ימח שמם וזכרם אויף דעם זעלבן פארנעם ווי די אנדערע אידן אין אייראפע. און ער איז פון בוכארישן אפשטאם, וואו די נאציס מיט זייערע רציחות האבן נישט געגרייכט דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה. ממילא האט ער נישט דעם פערזענליכן געפיהל פון האבן אויסגעהרג'ט זיידעס און באבעס און אנדערע בני משפחה. און ער שפירט נישט דעם צער און חלל וואס א יעדער פון אונז שפיהרט.
אבער. חוץ פון זיין אומגערעכט מיט זיינע סטאטיסטיקס האט ער פשוט פארזעהן דעם פאקט אז א יעדער איד וועלכער איז געשטארבן פאר דעם חטא פון זיין א איד, ווערט זיין טויט פאררעכנט אלס קידוש השם. ווי ווייט ער זאלל נאר נישט האבן געווען פון אידישקייט.
ביי אונז אין ביהמ"ד מיט בערך פערציג יאר צוריק האט געדאוונט א מענטש, מיט א בארד וועלכער איז געווען א גוי וועלכער האט זיך געוואלט מגייר זיין. און האט זיך געוואלט אויסלערנען די אידישע מנהגים. איין טאג, קומט ער אין ביהמ"ד מיט א צוזעצטן און צוביילטן פנים. האמיר אויסגעפונען אז די גויים אין די געגנט (בימים ההם. 1970'ס) האבן איהם געשלאגן ווייל ער האט אויסגעזעהן ווי א איד...!
לסיכום: מיר דארפן נישט הרב יוסף מזרחי'ס אנטשולדיגונג. ווייל ער פארשטייט עס נישט און האט נישט דעם זעלבן געפיהל וואס אונז האבן לגבי דעם ...האלאקאוסט. היינו טעמא ד'מזרחי והיינו טעמא ד'נטורי חרתא ימ"ש.שטייצעך די 3 אותיות גייען נאר ארויף אויף די צווייטע גרופע...וק"ל...!
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:42 am#317731
שבת אחים האט געשריבן:מזרחי איז א געפערליכע אטענשאן סיקעער און א גראבע לינגער! האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן גראבע שקרים אין פנים אריין!

שבת אחים: ס'נישט אז ער איז א שקרן במזיד. נאר אין דעם פאל איז ער א תינוק שנשבה.
ראה תגובתי לעיל...!
זונטאג יאנואר 17, 2016 12:16 pm#317751
אויף זיין דעבאטע מיטן גלח האט א קענער געזאגט 'נישט נאר תורה קען ער נישט אפילו די בייבעל קען ער נישט'
זונטאג יאנואר 17, 2016 7:04 pm#317802
דווקא בחכמה זו הדגישה התורה את הכרת חכמי הגוים בעליונות חכמי התורה, כיוון שחכמה זו נחשבת מאז ומעולם כחכמה עמוקה ואצילית, שניתן להוכיחה לעין-כל, על ידי תופעות בגרמי השמים הניתנות לצפיה מראש, כגון: מולד הירח, לקויי מאורות, הופעת כוכבי שביט וכדומה. אכן חכמי אומות העולם הכירו בעליונות חכמתם של חכמי ישראל, שאת ידיעותיהם הם שאבו מתוך למוד התורה ולא מתוך צפיה והתבוננות בגרמי השמים. כפי שכתב הגר"ש וולבא ז"ל: בערך בזמנו של רבינו הקדוש [=מחבר המשנה], היה חי באלכסנדריה האסטרונום הגדול פטולימיוס, מחבר ספר האלמגסט, שמתוכו למדו אסטרונומיה עד הזמן החדש. כאשר נודע לפטולימיוס על מחזור תשע עשרה השנים של השמש והידיעות הברורות בחשבון סיבוב הלבנה וכדומה, עליהן הוא מתבסס, השתומם מאד, כיצד היתה בידי חכמי ישראל ידיעה שחכמי האומות טרם עמדו עליה, וכתב: "דבר זה מוכיח שהיתה ביניהם נבואה". דבר זה מספר רבי יצחק אברבנאל בפרושו על התורה, על הפסוק: "החודש הזה לכם ראש חדשים" (שמות יב/ב). אכן, זו היא ראיה ברורה שהיתה נבואה בישראל וכי התורה היא מן השמים

(עלי שור א' עמ' נ"ו. ראה בספר "נתיבות אל התורה" בהוצאת "ערכים").
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:51 pm#356481
א גרופע רבנים פארדאמען מזרחי
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:02 am#356538
וואס איז ער האלט אנדערשט איז ער שוין פסול?
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:20 am#356541
נולד מאוחר: יא. ווייל ער איז א האלקאוסט לייקענער. פריוואט קען ער האלטן וואס ער וויל. אבער ווען ער קומט אין נאמען פון די תורה. און אין נאמען פון מוסר ותשובה, און זאגט אזעלכע דברי בלע ושקר. איז זיין גאנצע באגלייבטקייט אפגעפרעגט...!
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:15 am#356552
כקען נישט דו קול קורא אינטערשרייבערס, אבער כגלייב אז רוב פון זיי האבן רידיקאלע מיינונגען און לייקנען אין וועליאס וואס איז מאכט די וועלט א בעסער פלאץ.
האלטס נישט אזוי?
זונטאג דעצעמבער 11, 2016 8:27 pm#356792
berlbalaguleh האט געשריבן:נולד מאוחר: יא. ווייל ער איז א האלקאוסט לייקענער. פריוואט קען ער האלטן וואס ער וויל. אבער ווען ער קומט אין נאמען פון די תורה. און אין נאמען פון מוסר ותשובה, און זאגט אזעלכע דברי בלע ושקר. איז זיין גאנצע באגלייבטקייט אפגעפרעגט...!


אכמאדינעדזשאד האט געוואלט לייקענען דעם האלעקאסט ווייל ער האט געוואלט זיין דער ערשטער עס צו מאכן... ב"ה אז עס איז איהם נישט געלונגן
זונטאג דעצעמבער 11, 2016 8:30 pm#356793
berlbalaguleh האט געשריבן:נולד מאוחר: יא. ווייל ער איז א האלקאוסט לייקענער. פריוואט קען ער האלטן וואס ער וויל. אבער ווען ער קומט אין נאמען פון די תורה. און אין נאמען פון מוסר ותשובה, און זאגט אזעלכע דברי בלע ושקר. איז זיין גאנצע באגלייבטקייט אפגעפרעגט...!



1)עס איז דא וואס זאגן אז דער אשמדאי וואס האט געמאכט דעם האלעקאסט שטאמט פון אידן
איין מקור:
m http://www.history.com/news/study-sugge ... n-ancestor m

2) עס איז דא וואס זאגן אז אכמאדינדשאד ימ"ש, א שטארקער האלעקאסט לייקענער, שטאמט פון אידן
איין מקור:
m http://www.telegraph.co.uk/news/worldne ... -past.html m

3) עס איז דא וואס זאגן אז מזרחי - אויך א שטארקער האלעקאסט לייקענער - שטאמט פון אידן
איינער ווייסט אפשר א מקור...?
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 1:23 am#356807
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז ער האלט אנדערשט איז ער שוין פסול?


אין די פאלל מעג מען נישט האלטן אנדערש! ווייל סאיז דא פראוף און באווייזן שווארץ אויף ווייס אז די נומבער איז לכה״פ זעקס מיליאן, ממילא ווען ער פארשפרייט ליגענט און לייקענט היסטארישע פאקטן פון קוים אכציג יאהר צוריק ווי מ׳האט אפגעווישט גאנצע שטעט און דערפער אין איירפע און פארגאזט מיליאנען קליינע קינדערלעך הי״ד, ׳מוז מען׳ שטיל מאכן יעדע פאנאטישע זעלאט וואס לייקענט און טעמפערט מיט אזא האקלע נושא ווי די גרעסטע גענאצייט וואס די אידישע פאלק האט אדורכגעמאכט אין היסטאריע.
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 1:49 am#356809
Re: דער פינקטליכער מולד (אדער: הרב יוסף מזרחי און זיינע שקרי
מען דארף אביסל קלאר מאכען וואס פונקליך ר' מזרחי האט געזאגט.
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:08 am#356816
גראף: ס'איז נישט שייך מער קלאר צו מאכן ווי מען האט עס שוין געמאכט. מ'האט שוין איבערגעקייעט און צומאלן דעם נושא פון אלע זייטן. און א יעדער בעל דיעה און מאן דאמר האט שוין געלאזט הערן זיין מיינונג. אעפ"כ וועל איך פרובירן נאך איין מאל...והנה...! ער זאגט ברוב טיפשותו, אזוי,... אין די 2'טע וועלט מלחמה האט מען אויסגעהרג'ט מער ווי זעקס מיליאן מענטשן...עטץ אשקענאזים קומטס און זאגטס אז די נאציס האבן אויסגעהרג'ט 6 מיליאן אידן...און איך גרויסער חכם וצדיק זאג, אז רוב פון זיי זענען בכלל נישט פאררעכנט געווען פאר אידן...ממילא האבן די נאציס נישט אויסגעהרג'ט קיין 6 מיליאן אידן. און עטץ האטץ נישט אויף וואס צו וויינען...!