מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:44 am#43537
מענצער און גאלדבערגער זענען רבנים?
אדער זענען זיי געקומען מצד בלומבערג?
אדער זענען זיי געקומען מצד בלומבערג?
יידלפון הרב מענדל טייטלבוים (7:56) פארשטיי איך אז אויב גייט זיין אן אסיפה פאר די מאסן וועט מען מוזן אראפברענגן דר. דניאל בערמאן צו מסביר זיין אז עס נישט קיין סכנה, ווייל אז די רבנים וועלן זאגן אז עס איז נישט קיין סכנה וועט דאך דער עולם פרעגן מי כנגד מי, רבנים זאגן אז נישט און דאקטוירים זאגן דאך אז יא. זיין טאטע מהר"א ענטפערט אים דארט "ס'דאך דא אידישע אויסגעארבעטע [דאקטוירים]!".
הג"ר הלל וויינבערגער טענה'ט אבער אז ס'פעלט נישט אויס. מ'וועט שרייבן אז די רבנים זענען געזעצן מיט דאקטוירים און מ'איז געקומען צו א החלטה אז עס נישט קיין סכנה. ס'דערקענט זיך אז ר"מ ט"ב איז פונעם היינטיגן דור 😉
איינערוואס איך זע אין די ווידאו איז רבנים וואס רעדן וועגן וויאזוי צו מאכן פי. אר. פאר מציצה בבפה. קיינער פראבירט נישט אפילו פארצושלאגן אז קען זיין עס איז יא דא א פראבלעם וואס מען דארף נעמען ערענסט.
דאס הייסט גייען מיט די קאפ אין וואנט.
שעפטלאיינערוואס איך זע אין די ווידאו איז רבנים וואס רעדן וועגן וויאזוי צו מאכן פי. אר. פאר מציצה בבפה. קיינער פראבירט נישט אפילו פארצושלאגן אז קען זיין עס איז יא דא א פראבלעם וואס מען דארף נעמען ערענסט.
דאס הייסט גייען מיט די קאפ אין וואנט.
איבער פינף טויזענט יאר מאכט מען שוין מציצה בפה. טויזענטע קינדער א יאר, און אין פאקט אפילו די פאר הערפיס קעיסעס האט מען נישט געהאט קיין ערענסטע פראוו אז ס'קומט פון דעם, די העלט דיפארטמענט האט עס נאכנישט געקענט פראווען.
.
טעלעפאןנאכן קוקן די ווידיאו... צוויי פונקטן;
1. מ׳קען זעהן דעם ווייטאג פון די רבנים אז דער עולם גלייבט נישט די (אמת׳ע) פי.אר. אז ס׳איז באמת נישטא קיין סכנה און זיי טראכטן וויאזוי אויפצוווייזן דעם עולם. נו, יעצט שרייט מען ״וואלף״...
2. מהר״א האט געסקאורט ביי מיר ווי משוגע
קלארזיי האבען נאר א פראבלעם פין די ליינער פין קאווע שטובל וואס גלייבן די העלט דעפארטמענט
פראפעסאר שפירא*
לאדיך אפקודם זאג די נגיעה פון די העלט דיפרטמענט.
לאדיך אפקודם זאג די נגיעה פון די העלט דיפרטמענט.
הירשל ציגער איז א מוהל? ער הייסט א מומחה אין די ענינים?
אויס מענטש[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס זאל דער מהר"ם שיק ואתו עמו די אלע פוסקים
וואס האבן געשריבן אז מציצה בפה איז הלל"מ געמיינט צו שפילן פאליטיק?
קען זיין אז די היינטיגע רבנים שפילן פאליטיק אבער אז מציצה בפה איז הלל"מ איז נישט זייערס אן אויפטו.
לאדיך אפאויס מענטש[ציטאט אראפגענומען]
משה רוקחאיך האב א סעלושען פאר די רבנים.
מען זאל אויפנעמען א צוויי דריי מוהלים וואס זיי וועלן זיך כסדר טעסטן פאר הערפיס און אויב ס'וועט זיך מאכן אמאל א קעיס מיט א קינד און די דאקטאר וועט פרעגן ווער דער מוהל איז, וועט מען שיקן צו די צוויי מוהלים וואס מען איז זיכער אז זיי זענען ריין דערפון.
אזוי וועט מען קענען פראוון אז ס'קומט נישט פון מציצה בפה בכלל.
אויס מענטשפארוואס טאקע מיינסטו אז דער מהר"ם שיקס פסק איז געווען פאליטיק נניח אז עס איז געווען לשם שמים
אבער ווער זאגט אז עס איז געווען פאליטיק בכלל!
אם כן לא הנחת בי"ד עד רשב"ג אז אלעס איז געווען פאליטיק
און אפשר איז בעצם די גאנצע מושג פון הלכה למשה מסיני אויך א פאליטיק לשם שמים
איך מיין ווי ענדיגט זיך פאליטיק און ווי הייבט זיך אן אמתע הלכה?
יידלאזוי אויך האט הרב וואזנער אין שו"ת שבט הלוי חלק ח' סימן רסז גע'אסר'ט מציצה בפה דירעקט פאר ערוואקסענע עולים פון רוסלאנד.
קלארא טיפיקעל הערשל קלאר/ברילל/זיכערמאן/צימערמאן קול קורא, געדריקט אין איד אפיס
שטינקט פין פאליטיק פין אינטען ביז אויבן
וועם ער מאכט אפ אז ער האט גענוג א ברייטע היט, מעג גיין ביי די אויבערשטע ליסט אין ווער נישט דארף גיין אינטען לפי סדר הא'ב'
אין ביי די אויבערשטע ליסט דארף מען האבען גענוג ??? צו קענען זיין קודם אין נאכדעם, עס האט נישט מיט קיין כפי סדר קבלתן אדער סדר הא'ב'
פארוואס זאל נישט ר' משה מאיר בריעף זיין פאר ר' זלמן לייב? האסט געטשעקט ווער עס איז א גרעסערע פוסק הדור?
פארוואס איז ר' חיים יושע ה''ש אבד''ק סאטמאר מאנסי אין ר' אברהם הערש וואזנער אבד''ק יטב לב, האסט זיי ביידע פארהערט? האסט געשטעקט ווער עס פירט א גרעסערע קהילה? אדער וועס עס האט א ברייטערע הויכע היט?
פארוואס איז ר' משה גרין אינטען פין די ערשטע ליסט? ווייל ער האט נישט קיין לאנג בארד? אדער ווייל ער האט א שטאפענע היט?
יעדע נאמען אין יעדע פלאץ ווי דער נאמען ליגט האט א חשבון
ווער רעדט נאך פין די חתימות, למשל ביי די זאליס וועט ער נעמען פין יעדן שמויגער אריינגערעכנט מנשה פילאפ, יצחק מאנדעל וכו' אין ביי קלויזענבורג האט ער ניטעמאל איין חתימה
אין אזוי ווייטער מיט יעדע קהילה רעכנט מען זיך אפ וויפיל דיינים מען ניצט
ער חלומ'ט אז לייגן חתימות אויפן קול קורא מאכט גרויס יענעם רב אדער דייין
בקיצור די האבען איין ציהל אין פארדעם קומט זיי גיט די מערכה
זארגט אייך נישט, זיי פירן נישט די מערכה, ווען יא איז אך אין וויי
זיי פירן בלויז זייער פאליטיק
נישט אימזינסט איז דער איד אפיס די די מכירה ראשית פונעם קול קורא - ה"קול קורא" באדיבות 'דער איד'