אניהקטן האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די מענטאליטעט פון די זאליס אין מאנרא?
דער נאצי-ווילעדזש מיט די בלוטיגע מעסערס פארברענט און הרג'עט אידן אויפ'ן אויטא דא פע.
גרענטעד.
אבער וויאזוי נעמט עטס נקמה?
דורכ'ן עלעקטן מענטשן וואס האבן דיר פיינט, נישט ווייל גדלי' סעגעדין איז אדמיניסטראטאר פון קרית יואל נאר ווייל דו נעמסט מעדיקעיד, סעקשאן 8, פוד סטעמפס, און ווייל דו האסט מער ווי צוויי קינדער און דו וואקסט צו שנעל, און ביסט א גרויסער בורדען אויף די טעקספעיערס.
מיר זענען קעגן אבאמאקעיר, לאמיר עלעקטן אסאמא בין לאדין פאר פרעזידענט. ער וועט אונטערגראבן גאנץ אמעריקע און אבאמאקעיר וועט שוין מיטגיין אינאיינעם.
כ'מיין, העלא!
און ס'ווערט נאך בעסער פון דעם: די מענטשן וואס עטס האטס ארויסגעוואוט זענען די זעלבע מענטשן וועלכע האבן געווינען ווייל עטס האטס זיי אריינגעוואוט!!! איינעם פון זיי האט עטס עלעקטעד מיט א נישטיגע צוויי יאר צוריק. די ווילידזש רוצחים האבן געוואוט קעגן ביידן פון זיי!
די איינציגסטע סיבה פארוואס עטס האטס געוואוט קעגן ענקערע גוטע פריינד, וואס האבן ענק אלעס דעליווערט אויף א גאלדענעם טאץ, איז וויבאלד עטס האטס געזוכט א געווינס מיט ליכט צו געבן אביסל חיזוק פאר ענקערע נאכפאלגערס, און דער איינציגסטער וועג וויאזוי עטס האטס געקענט באווייזן צו האבן עפעס א וויקטארי איז דורך ארויסקאפען עמיצן, נישט קיין חילוק ווער ער איז. דער עיקר מען זאל קענען שרייען, קעי דזשעי אלייענס האט אפגעהאלטן א מעכטיגע זיג!!! בראווא!
פיין, כ'נעם אן דעם תירוץ.
יעצט אבער קומט דער ויהי ממחרת. מען וועקט זיך אויף און מען טרעפט זיך מיט א טאון גאווערמענט וואס איז נאך אלץ קעגן ענק. די יונייטעד מאנרא קאנדידאטן זענען נאר צוויי פון פינף. די אנדערע דריי טאון באאמטע האבן געזען אז עטס זענטס ביליגע אפארטוניסטס וואס וואוטן פאר קאנדידאטן נאר פאר איין סיבה, כדי צו קענען דערקלערן זיג, נישט קיין חילוק וואספארא זיג ס'זאל נאר זיין. זיי גייען ענק גארנישט געבן די קומענדיגע צוויי יאר ווייל פארוואס יא? עטס גייטס זיי סייווי ווארפן צו די הונט אין צוויי יאר ארום כדי צו קענען נאכאמאל ווייזן ענקערע נאכפאלגער, קוקטס נאר ווי מיר געווינען!
און יא, פאר איך פארגעס, דער ווילידזש האט שוין באקומען פונעם טאון אלעס וואס זיי האבן געדארפט, די קליינע אנעקסעישאן איז דורך. איבער דער גרעסערער אנעקסעישאן וועט א שופט מחליט זיין. עטס האטס נקמה גענומען אין נאצי-דייטשלאנד דורכ'ן אריינוואוטן אנטי-נאצי קאנדידאטן אין פראנקרייך. פיין!
דער פראבלעם איז אז ענקערע מוסדות געפינען זיך אין פראנקרייך, און נישט די אהרונישע מוסדות, און עטס זענטס יעצט סטאק מיט א גאווערמענט וואס האט ענק נישט ליב. די מעדזשאריטי האט ענק נישט ליב ווייל עטס האטס זיי געסקרוט אין באבנ'ס באבן אריין. די מינאריטי האט ענק נישט ליב פאר די זעלבע סיבה וואס זיי האבן אונז נישט ליב, דאס לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט זענען מיר געגאנגען מיט די זעלבע פלאטשיגע היטן און שטאפענע היטן, און מיט די זעלבע בערד און פיאות. כ'דענק נישט אז ווען עטס זענטס אריינגעגאנגען איינקויפן אין וואלמארט האבן זיך אלע גוים פארנויגט פאר ענק מיט רעספעקט, הו אה, דא קומט אן אלייענס איד. מען קען זען אז ער איז א בעסערער איד. נישט קיין עקלדיגער ווילידזש רוצח מיט א בליטעדיגע מעסער.
און אויב ס'וועט זיך מאכן די קליינע טשענס אז די יונייטעד מאנרא וועט באשליסן צו גיין מיט'ן ווילידזש, אזוי ווי ענקערע פריינד וועמען עטס האטס נעכטן ארויסגעקאפעט האבן געטון (נישט אז איינער גלייבט אז דאס וועט געשען. דאסמאל האט עטס אריינגעוואוט די עכטע הארדקאור אנטיסעמיטן) וועט עטס דאך זיי ארויסוואוטן אין פיר יאר ארום! יעצט גיי זיי מיר מסביר פארוואס זאל עני נארמאלער פאליטישאן וועלן אפילו זיך זעצן מיט ענק צום טיש.
אבער באמת איז דאס אלעס נארישקייטן. עטס האטס געווינען אין די וואלן, פונקט אזוי ווי עטס האטס געווינען מיט צוויי יאר צוריק און מיט פיר יאר צוריק. צוויי יאר צוריק האט עטס געשריגן אז אויב דעניס מעקוואטערס געווינט איז די נאצי ווילידזש אויס. יעצט האטס עטס געשריגן אז אויב דעניס מעקוואטערס פארלירט איז די נאצי ווילידזש אויס. וועלן מיר אלע ווארטן רואיג צו זען וויאזוי עטס שרייטס נאכאמאל אין פיר יאר ארום אז דורכ'ן ארויסקאפען די צוויי יעצטיגע יונייטעד מאנרא פאליטישאנס איז די נאצי ווילידזש אויס.
ס'איז אדורך א 2 יאר, און לכבוד יענע וואלן האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו טוישן, היינט האלט עס ביי דעם אז עס עקזעסטירט שוין א טואן אוו פאלם טרי, די גרעסטע לאזערס פון דעם אפגעטיילטע טאון זענען די חברה וועלכע האבן דעמאלטס געשטימט פאר יונייטעד מאנרא, און געהויבן זייער מוט, געהויבן די העצע, אריינגעטראגן אנעקסיעשאן אין געריכט, וואס האט צוגעברענגט צו א שלום אפמאך צווישן די ווילידזש און יונייטעד מאנרא פארשטייט זיך אז די אליינס איז דא ארויסגעפאלן פון בילד.
ווער גייט יעצט דארפן צוקומען צו די טובות פונעם טואן? די חברה וועלכע פארמאגן דארטן זייערע בניני הקהלה והמוסדות! קיין שטימען פארמאגן זיי מער נישט דארטן!
הה"ד בור כרה ויחפרהו, נקסטיים טראכט אריין פאר די גייסט שטימען פאר וועם די גייסט שטימען און וואס די ריזאלטס וועלן לכבוד דעם זיין.