מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:16 pm#309745
Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה
גראדעמאכעלע, וועלכע ספר איז דאס?
ירא שמים האט געשריבן:על פי רוב?! איך מיין אמאל יא און אמאל נישט, און איך האלט נישט אז ווען איך דערמאן עפעס וואס איך האב אמאל געליינט אדער געהערט בין איך מחויב ארויסצונעמען די ספר און איבערגיין מיט ״סוביעקטיווע קריטיק״.כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:אין הספר תחת ידי.
בדיוק לזה התכוונתי. מענטשן געדענקן זיי האבן ערגעץ געזעהן עפעס געליינט, מ'בויעט דעראויף גאנצע בנינים אן איבערגיין די מקורות מיט סוביעקטיווע קריטיק. דערנאך, דער צווייטער וואס ליינט אפ דעם ערשטען'ס מסקנות קויפט עס אפ אלץ א פאקט און אזוי פארן געדאנקן אריין אין צירקולאציע. אויב גייט מען אבער צוריק ביזן מקור ראשון און מען אפערירט די נושא ביז די קליינע טיילן, על פי רוב בלייבן נישט איבער פון די הנחות קיין כדי שביעה.
moshav zekeinim האט געשריבן:א מופת חותך מיינט ביי מיר א זאך וואס "יעדער" זעהט, נישט קיין יחידים. דו קענסט זאגן איין זאך, אז יעדער זעהט אדער זעהט נישט, דאס וואס די גרויסע מיילער זענען מחליט יא צו זעהן אדער נישט צו זעהן. בכלל איז די שאלה וואס עס מיינט "עכט", עס איז א גרויסער פילאזאפישער פראגע, אבער בקיצור קען מען זאגן דער פשוט'ער מאמר "אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות.
moshav zekeinim האט געשריבן:מעגסט האבן טראסט אין חז"ל, אבער קיין ראציאנאלער טראסט איז דאס נישט. עס איז אמונה אן קיין באזיס, און אן קיין געלעגנהייט עס אפצופרעגן. מה שאין כן די טראסט אין סייענטיסטן איז באזירט ראציאנאל, דער עיקר ראציאנאליזם איז אז טאמער מאכט עפעס נישט קיין סענס קען איך עס אפפרעגן.
בן אדם האט געשריבן:ווייל די אלע בעלי מופתים האבן אנגענומען ווי די רמב"ן אז ס'עקזיסטירט יא העכערע כוחות וד"ל. אבער ס'האט נאר מיט העכערע מענטשן. פשוט'ער אידן דארפ'ן נישט האבן קיין שייכות מיט דעם.
ברוך השם היום מי חושש מעין הרע? יש מעט זקנים פוחדים מעין הרע, אבל רוב בני אדם לא פוחדים מעין הרע, לכן עולים יחד שני אחים... ואני אומר דלא קפיד לא קפדין בהדיה, היום בדורות שלנו לא פוחדים, יש רק מעט אנשים נודניקים פוחדים מעין הרע, לכן מותר להעלות אב ובן בנו ביחד.
"אמנם שת, כאשר למדהו והבינהו ונמצא שלם השלימות האנושי, אמר בו (בראשית ה, ג): 'ויולד בדמותו כצלמו'.
וכבר ידעת כי כל מי שלא הגיע לו זאת הצורה אשר ביארנו ענינה, הוא אינו איש אבל בהמה על צורת איש ותבניתו, אבל יש לו יכולת על מיני ההיזק וחדוש הרעות, משא"כ לשאר בע"ח. כי השכל והמחשבה שהיו מוכנים לו להגעת השלמות אשר לו הגיע, ישתמש בהם במיני התחבולות המביאות לרע והוליד הנזקים כאלו הוא דבר ידמה לאדם או יחקהו.
וכן היו בני אדם הקודמים לשת, ואמרו במדרש כל אותן ק"ל שנה שהיה אדם נזוף בהם היה מוליד רוחות, ר"ל שדים, וכאשר רצהו השם הוליד בדמותו כצלמו".
"ודע שזמן זאת האמונה היה קרוב לימי משה רבינו, והיו בני אדם נמשכים אחריה מאד וניסתים בה, תמצא זה כתוב בשירת האזינו (דברים לב, יז): 'יזבחו לשדים לא אלוה', וכבר בארו החכמים ענין אמרו לא אלוה, אמרו שהם לא פסקו מעבודת דברים נמצאים עד שעבדו דמיונות, לשון ספרי (שם): לא דיין שהם עובדים חמה ולבנה כוכבים ומזלות, אלא שעבדו בבואה שלהם".
"ומדוע זה יקשה ממך לקבל את סיפורי התורה על הרקיע ועל המים אשר מעל לשמים, ואף את סיפורי החכמים על השדים, ואת האגדות על המקווה בימות המשיח ותחיית המתים והעולם הבא".
"כשם שאנו נפתים לשאר ההבלים, באצטגנינות ולחשים וקמעות ובמעשים המכוונים להפוך את טבע, אם כי התורה ציוותנו להתרחק מכל".
"ואמרו איזה מבעלי ההגדות*, כי איצטגניני פרעה אמרו לו 'אתה תאבד ע"י איש אשר המים יהיו סיבת מיתתו', ואמנם כוונו בזה למשה רבנו בספור מי מריבת קדש, ומפני זה צוה [פרעה]: 'כל הבן הילוד' כו'.
ונאמר כי רבון העולמים היודע הנסתרות הוא יחיד בידיעתו זאת, לא ידע אותן אלא הוא או מי אשר יודיע אותם מנביאיו ושלוחיו. וכל מי שיתפאר בידיעה הזאת על דרך אחרת, כבר נדע בטול דבריו. וכבר אמר הא-ל יתעלה למלך מצרים (ישעי' יט, יב): אים איפוא חכמיך ויגידו נא לך וידעו מה יעץ ה'.
ולא יתכן כי נאמין באמתת דבר אשר באו ראיות בבטולו, רק בעבור כי אמרוהו איזה מהקדמונים.
אמנם צריך כי נתבונן על הדבר בשכלנו, ואם תמצא הוכחה לאמתתו נקבלהו, ואם תבוא ראי' לאפשריותו נאמין בו כבדבר אפשרי, ואם ימצא מן הנמנעות נחשבהו לנמנע".
"ומהלך ההסבר בזה הוא, דידוע מאמר אדר"נ פל"א שכל מה שיש בעולם יש באדם. וה"ה לאידך גיסא. והנה באדם נמצא במוח כוח הדמיון, שבכוח זה האדם מצייר לעצמו מציאות שאינה מצויה בכלל העולם. וה"ז מציאות רק בכוח המדמה.
ומכיון שישנו כוח כזה באדם, בודאי שנמצא דוגמתו בריה בעולם. הבריות הללו הם הם הנקראים שדים. כלומר, שהם מציאות-בלתי-מציאות.
והנה באמרנו על איזה ענין שאין זה אלא דמיון, כונתנו שאין דבר כזה במציאות, אבל מי שעסקו הוא בכוחות הנפש של האדם, בודאי בשעה שהוא חוקר את הנעשה במוחו של אדם, בודאי שבשבילו הדמיון הזה הוא מציאות גמורה.
ולהכי שפיר כתב הר"מ דשדים אינם במציאות כלל, ואין זה סותר כלל וכלל לכל המאמרים המורים על מציאותם של שדים".
"אבל אלו שכותבים מבפנים שמות מלאכים או שמות קדושים או פסוק או חותמות, הרי הן בכלל מי שאין להם חלק לעולם הבא, שאלו הטפשים לא די להם שבטלו המצוה, אלא שעשו מצוה גדולה שהיא יחוד השם של הקב"ה ואהבתו ועבודתו, כאילו הוא קמיע של הנאת עצמן, כמו שעלה על לבם הסכל".
"מרבה כשפים. דע, כי המאמין בדבר ומדביק דעתו בו וכל מחשבתו, כי לפעמים יעלה בידו ואפילו הוא דבר הבאי, וה'נשים דעתן קלה' (שבת ל"ג ע"ב), ועל כן מאמינים בכשפים ועוסקות בהם, ולפעמים תעלה בידן כוונתם בהם, ולכן נאמר (שמות כב, יז): 'מכשפה לא תחיה', וה"ה מכשף אלא שדברה התורה בהוה".
"מה שיראה לעם מפעולות הקמיעים והשמות, אינו מבטל דברי הרב, כי הוא במקרה ומפועל דמיון...
ואנחנו ראינו איש מחלושי השכל, היה מזכיר שם ונועץ מרצע בירכו, ולא היה מזיקו כלל ולא היה דם יוצא ממנו, ומיד שהייתי מנסה להגישו אלי לא היה בי כח, והייתי מרגיש בפירוק חבור. והשם ההוא שמענוהו יחד מעת הנערות מאדם אחד. וזה לחוזק דמיונו וחולשת שכלו, ואצלי שהיה מכת הנמנע היה נמנע".
"וחיי ראשי לא ראיתי שוטים ומאמינים לכל דבר כאלו, ומי יתן לנו מהרטיה ההיא והייתי מוכר לכל מלכי אוה"ע והייתי אוסף הון רב"...
דער חתם סופר האט טאקע גהאט א איידעם מיטן נאמען משה, ר' משה טוביה לעמאן.רימון האט געשריבן:בנוגע דעם חתם סופר, פארציילט מען, אז דער חת''ס האט געזאגט פאר'ן מהר''ם שיק אז ער וויל אים נעמען פאר אן איידעם. האט דער מהר''ם שיק זיך אנגערופן: דער רבי הייסט דאך משה! האט אים דער חת''ס שוין נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט מקפיד געווען, און דער מהר''ם שיק האט זיין גאנץ לעבן חרטה געהאט, זאגנדיג, אז דער רבי דער חת''ס האט אויך געוואוסט וויאזוי ער הייסט.
אלנפאלס, ס'איז צייט צו טוישן דעם נאמען פון דעם קאווע שטיבל צו שש'ס שטיבל.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיר געפעלט יא די טעאריע וואס רב שש ריפט אן 'פאלקסיש',
מען זעהט כסדר אז די פחדים פון מזיקים איז נאר געווען אין געוויסע מקומות אין געוויסע זמנים, איז מסתבר אז מען האט געהאלטן אז נאר ווער עס טראכט פון זיי איז זיך מדבק אין זיי און דערפאר קענען זיי מזיק זיין,
Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
moshav zekeinim האט געשריבן:ביי הראשנים אין די פארגעשריטענע לענדער (וואו עס האבן געוואוינט די ספרדים אדער כמו ספרדים) איז געווען שטארק איינגעפירט מפרש צו זיין יעדער אומראציאנאלער מאמר הכתוב אדער חז"ל אויפן אלעגירישן וועג. עס איז אבער פשוט אז דאס איז נישט געווען חז"ל'ס כוונה.
ווידער די ראשונים אין די צוריק געשטאנענע לענדער (וואו עס האבן בעיקר געוואוינט אשכנזים) זענען רובם ככולם געווען גאר גלייביג אין מיסטיק.
מיסטיק האט צוריק אנגעהויבן ווערן פאפולער ביי די ספרדים נאכן ערשיינונג פונעם זהר, און אין מיט א צוויי הונדערט יאר שפעטער איז פונעם ראציאנאלישן קלאסישן ספרדי געווארן דער פארוואגלטער ספרדי וואס טינקט זיך אין מיסטיק.
און יעצט זענען די אשכנזים געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו זיין די אנטי מיסטיקער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט טייל חכמי צפון איטאליע, און ממשיך געווען האט עס צו דייטשלאנד והגלילות.
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:אין הספר תחת ידי.
בדיוק לזה התכוונתי. מענטשן געדענקן זיי האבן ערגעץ געזעהן עפעס געליינט, מ'בויעט דעראויף גאנצע בנינים אן איבערגיין די מקורות מיט סוביעקטיווע קריטיק. דערנאך, דער צווייטער וואס ליינט אפ דעם ערשטען'ס מסקנות קויפט עס אפ אלץ א פאקט און אזוי פארן געדאנקן אריין אין צירקולאציע. אויב גייט מען אבער צוריק ביזן מקור ראשון און מען אפערירט די נושא ביז די קליינע טיילן, על פי רוב בלייבן נישט איבער פון די הנחות קיין כדי שביעה.
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:אין דער אשכול האט ר' @שש משזר מרחיב געווען הדיבור וואו דער רמב"ם אלץ "פילוספוף" איז ככל הנראה חולק אויף די חכמי הש"ס וואס האבען געגלייבט אין דברים על טבעיים (superstitions). איך שלאג פאר אז מען זאל אנהייבען אן אשכול איבער די דינים וואס דער רמב"ם פסקנ'ט אנדרעש ווי אנדערע צוליב זיין שיטות אין עניני רפואה. עס איז דא א סאך זאכען וואס דער רמב"ם זאגט ע"פ השפעה פון זיין חכמת הרפואה [מימי הביניים].
לדוגמא בעלמא:
די גמרא זאגט אז מען זאל פוקד זיין די פרוי בשעת יציאה לדרך און דער רמב"ם זאגט אז עס איז א סכנה. קוק אין מגן אברהם סימן ר"מ, אז דער רמב"ם רעדט מבחינת רפואה און די גמרא רעדט מצד הדין. וכהנה רבות ואניח מקום לאחרים להתגדר בו מאפס הפנאי.
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'איז קלאר ווי די טאג אז די רמב"ם איז אדער זיך מתעלם פון סיי וועלכע הלכה וואס איז פארבונדען מיט איבערגלויבענישן, אדער טרעפט ער אן אנדערע סיבה צו די הלכה, נישט דוקא שדים ורוחות, עין הרע, כישוף זוגות קמיעות, קטלנית, וכדומה.כאטש וואס לפלא אז די טראדיציאנאלע מפורשים לא ירדו לסוף דעתו, נעמט לדוגמא לועג לרש וואס שטייט אין גמרא באזונדער לגבי תפילין און באזונדער ביי ציצית, ציצית איז ער אינגאנצען משמיט, און תפילין דערמאנט ער ווי כאילו דאס טראגן תפילין אין בית הקברות איז א בזיון פאר די תפילין, משא"כ ביי ציצית איז נישט שייך דער טעם.
שש משזר האט געשריבן:צוריקגייענדיג צום נושא האשכול, איבער 'כל דקפיד קפדי בהדיה', און ווער נישט - נישט. און מיר האבן געברענגט א רשימה פון פוסקים וואס זאגן אז דער כלל גייט אן ביי יעדע סארט 'עין הרע' ביזנעס, און נישט נאר לענין זוגות.
איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז דער ספרד'ישער פוסק הדור - הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל, האט אמאל אין א שיעור [אום מוצש"ק פרשת שמות תשע"א] געזאגט בתוך הדברים, לגבי עולה זיין לתורה א טאטע מיט א זון איינער נאכן אנדערן, אז מ'זאל נישט מקפיד זיין דערויף [דאס איז טראץ דעם וואס אין די פוסקים איז מען יא מחמיר אויף דעם], און ס'גייט אריין אין כלל פון 'דלא קפיד לא קפדי בהדיה'.
ער האט שוין אויסגענוצט די פלאטפארמע עפנטליך אראפצורייסן די גאנצע עין הרע געשעפט, וואס כידוע זענען די ספרדים גאר שטארק געשלאגן דערמיט, און הרב עובדיה - א באקאנטער ראציאנאליסט, וואס האט ווייניג געגליכן קבלה בכלל און 'מקובלים' בפרט - האט דאס געוואלט אביסל ארויסהאקן פון זייערע קעפ.
מחמת חיבת הלשון אעתיק דברי מרן [דא קען מען עס הערן]:ברוך השם היום מי חושש מעין הרע? יש מעט זקנים פוחדים מעין הרע, אבל רוב בני אדם לא פוחדים מעין הרע, לכן עולים יחד שני אחים... ואני אומר דלא קפיד לא קפדין בהדיה, היום בדורות שלנו לא פוחדים, יש רק מעט אנשים נודניקים פוחדים מעין הרע, לכן מותר להעלות אב ובן בנו ביחד.
ארי נוהם האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:ביי הראשנים אין די פארגעשריטענע לענדער (וואו עס האבן געוואוינט די ספרדים אדער כמו ספרדים) איז געווען שטארק איינגעפירט מפרש צו זיין יעדער אומראציאנאלער מאמר הכתוב אדער חז"ל אויפן אלעגירישן וועג. עס איז אבער פשוט אז דאס איז נישט געווען חז"ל'ס כוונה.
ווידער די ראשונים אין די צוריק געשטאנענע לענדער (וואו עס האבן בעיקר געוואוינט אשכנזים) זענען רובם ככולם געווען גאר גלייביג אין מיסטיק.
מיסטיק האט צוריק אנגעהויבן ווערן פאפולער ביי די ספרדים נאכן ערשיינונג פונעם זהר, און אין מיט א צוויי הונדערט יאר שפעטער איז פונעם ראציאנאלישן קלאסישן ספרדי געווארן דער פארוואגלטער ספרדי וואס טינקט זיך אין מיסטיק.
און יעצט זענען די אשכנזים געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו זיין די אנטי מיסטיקער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט טייל חכמי צפון איטאליע, און ממשיך געווען האט עס צו דייטשלאנד והגלילות.
דאס איז א באקאנטע כלל, וואס איז נישט אמת במבחן המציאות.
דער רמב"ן, רשב"א, ריטב"א און נאך אסאך, זענען געווען ספרדישע גדולים אין זעלבן לאנד ווי דער רמב"ם, און האבן זיך קאטעגאריש געדינגען אויף זיינע שיטות. די חרמות און טענות קעגן די שיטות פון רמב"ם זענען געווען אנגעפירט דורך חכמי ספרד.
ווידער דער מאירי ושאר חכמי פרובינצה, וואס געפינט זיך אין פראנקרייך און איז חלק פון די אשכנזישע טייל אידענטום, זענען געווען בדעה אחת מיטן רמב"ם וועגן מיסטיקה.
איטליה האט פארמאגט א געמיש פון מנהגי אשכנז וספרד, און זענן אייגענטליך געווען אפגעזונדערט מיט מנהגי איטליה, האבן טאקע פארמאגט די מאדנע פאנעמען פון גרויסע מקובלים און גרויסע ראציאנאלן אין די זעלבע צייטן. נאכמער, אסאך גרויסע פילאזאפן זענען גלייכצייטיג געווען גרויסע מקובלים, א שטייגער ווי יש"ר מקאנדיא.