Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

קאווע שטיבל • זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
119 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 125 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9819
דינסטאג מערץ 07, 2017 10:18 pm#364827
צוריק צו פראבינצה, צוזאמען מיט ר' ידעיה הפניני און דער מאירי, זענען אויך דארט געווען די גרעסטע בעלי מקובלים אין די פריערדיגע תקופה.

נעם דעם השגות הראב"ד, לויט אסאך שיטות א מקובל. אפגערעדט זיין זון ר' יצחק סגי נהור m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%95%D7%A8 m .

רבי פרץ הכהן, דער רבי פון ר"ן און ריב"ש, איז געווען א פראווינצער און א בארימטע בעל מקובל m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7 ... 7.91.D7.9C m

נאכמער, ר' שלמה מן ההר, דער לוחם נגד שיטות הרמב"ם און אנדרייער פונם חרם קעגן ספרי הרמב"ם, איז זעלבסט געווען א פראבינצער!


דיין חילוק צווישן קריסטליכע און אראבישע לענדער איז שוואך, ווייל רוב חכמי ספרד האבן געוואוינט אינטער קריסטליכע ממשלה, אבער זענען געווען ציטיילט בהשקפתם, אויב דער רמב"ם איז גערעכט אדער נישט.

אזוי אויך, גיי אדורך די גרעסטע חכמי מקובלים לאורך הדורות, נאך בעפאר תקופת האריז"ל. רוב זענען געווען חכמי ספרד און נישט חכמי אשכנז.
דינסטאג מערץ 07, 2017 10:47 pm#364832
גערעכט אז פראבינציע האט געהאט ביידע. ראציאנליסטן און אנטי ראציאנאליסטן. איך מיין אבער אז אינם קריסטליכן שפאניע זענען כמעט אלע געווען אייניג קעגן ראציאנאליזם. אדרבא, צייג מיר א ראצאנליסט אין צפון שפאניע.

קבלה בעפאר די אריז"ל איז געווען בעיקר נפוץ אין די קריסטליכע לענדער, אדער אין די ווייטע שאאיטישע מוסלעמנע מקומות, בבל איז לכאורה געווען א טייל דערפון. די באקאנסטע מקובלים בימי הראשונים זענען געווען די חסידי אשכנז, ר' שמואל ור' יהודה החסיד והבעל הרוקח. דער רמב"ן און סגי נהור און ראבד זענען ע"פ רוב געגאנגען ע"פ משנת חכמי אשכנז. אבער אפילו שפעטער בימי דעליאן ור"י דמן עכו ווען קבלה האט גענומען אן אנדער ריכטונג איז עס אויך פארגעקומען אין די קריסטליכער שפאניע.

לויט די וואס זאגן אז דער רמב"ן און שפעטער ליאן האבן גענומען זייערע רעיונות מחכמי סתרים פון ארץ ישראל, בלייבט עס אבער פארט אונטער די קרינסטליכער רשות, ווייל ווער האט דען געוועלטיגט באותן הימים איבער ארץ ישראל אויב נישט די קריסטליכער קרייץ צוג.
דינסטאג מערץ 07, 2017 10:55 pm#364837
נאכמאל, רוב מדינות ספרד ווי עס האבן געוואוינט גאוני ספרד איז געווען אינטער קריסטליכע הערשאפט, מימות רמב"ן ואילך, דוק ותשכח. דאס מיינט, אז די הבחנה צווישן אשכנזישע און ספרדישע אידן איז גאנץ שוואך, און די טענה איבער קריסטליכע און אראבישע לענדער איז נאך שוואכער.

דאס וואס דו זאגסט איבער מקובלי אשכנז ווי ר' יהודה החסיד וכו', איז נישט ריכטיג. כבין נאך נישט איבערצייגט אז ר' יהודה חסיד איז בכלל געווען א מקובל, ער איז געווען א גלויביגער און מיסטיזם בכלל - ווי חכמי התלמוד. אבער חוץ מזה איז מיין עיקר נקודה אויף די שפעטערדיגע תקופה, נאך וואס זוהר איז נתגלה געווארן. רוב מקובלים די פאר הונדערט יאר ביז תקופת האר"י זענען געווען חכמי ספרד!
דינסטאג מערץ 07, 2017 11:05 pm#364838
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער לאמיר עס מאכן קורץ: אידן בימי הראשונים אונטער דעם איסלאמישן (סוני) רשות זענען געווען ראציאנאל, און אונטער דעם קריסטליכן, עפי"ר, אנטיראציאנאל, און אפילו קאבאליסטיש.

איך זיך נישט מחלק צו זיין צווישן בני ארצות ספרד און בני ארצות אשכנז, איך זיך מחלק צו זיין צווישן בני ארצות אסלם ובני ארצות נוצריות. דערפאר האב איך מתחילה געשריבן "אשכנזים און כמו אשכנזים" מיינענדיג צפון ספרד.
דינסטאג מערץ 07, 2017 11:08 pm#364840
אהער מיט די ראשונים אונטער די סוני איסלאמישער רשות, פון נאך תקופת הרמב"ם!
דינסטאג מערץ 07, 2017 11:15 pm#364841
אדרבא, לאמיר נאכקוקן איבער חכמי גרנדה, מאראקא, און מצרים.
בבל איז מער שאיטיש.
זונטאג יוני 24, 2018 2:35 pm#407035
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט איינער וואס גלייבט נישט אין שדים, קמיעות וכו'. אדער איינער וואס גלייבט אז די וועלט איז רונדעכיג, 4 בילליאן יאר אלט וכו'. אבער פליז, פארדריי מיר נישט קיין דברי חז"ל. קענסט זאגן אז חז"ל האבן זיך טועה געווען, אדער קענסטו ווערן א full blown כופר, אבער קוועטש נישט אריין דיינע אמונות אין די בוקס. פארוואס זיך אנקלאמערן אין בוקס אין וועלכע דו גלייבסט נישט און נאכדעם דארפן פארדרייען זייערע ווערטער? בעסער טרעף זיך בוקס אין וועלכע דו גלייבסט יא. קענסט דאך פאר די זעלבע פרייז נעמען א בוק פון דארווין און אריינטייטשן דארט די גאנצע תורה, ס'דאך אין לדבר סוף.

און בנוגע די וואס האלטן אז עבודה זרה האט נישט קיין אמתע כח. פון וואו ווייסן זיי דאס? ווייל זיי גלייבן נישט אין קיין איבערנאטורילכע כחות. טא אויב אזוי פארוואס אין די אנדערע נסים פון תנ"ך גלייבן זיי יא? עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?! מאך אפ איינמאל פאר אלעמאל צו די גלייבסט אין איבערנאטורליכע כוחות צו נישט, און לאז כלל ישראל צורוה.

face the fact. די מחברי התנ"ך האבן געגלייבט אז עבודה זרה האט א כח. אז דו ווילסט לייקענען אין נסים, כל הכבוד. אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין אטעאיזם בשם די תנ"ך, אז איך וויל ווערן אן אטעאיסט האב איך בעסערע ספרים ווי די תנ"ך, כנלעדה"ק.
זונטאג יוני 24, 2018 2:47 pm#407038
רביה"ק זי"ע: צוערשט וויל איך אז דו זאלסט זיך בארואיגן. איך האב פאר דיר א שטיקל בשורה טובה... דער מושב זקנים עקזיסטירט שוין, ב"ה נישט מער אויף קאווע שטיבל. וועגן א פשוט'ן טעם. ער האט געפרעדיגט אפענע דברי כפירה. און דאס פלאץ פאר כופרים איז נישט אויף קאווע שטיבל...נייערט אין עפעס א פינסטערע פארשווארצטע קאפע הויז ערגעץ וואו אין וויען אדער אין ווארשא אדער ווילנא...! אזוי אז דיין בלוט פרעשור קען בחסדי השי"ת אראפגיין. חוץ אויב דו האסט נאך עפעס א סיבה פאר דעם...אזוי אז דו מוזסט ניטאמאל נעמען קיין פיללן אקעיגן הויכע בלוט פרעשור...!
זונטאג יוני 24, 2018 2:53 pm#407042
איך ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז איך מיין מושב זקינים, ער האלט דאך פונקט ווי מיר.
מאנטאג יוני 25, 2018 2:06 am#407094
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם מיט איינער וואס גלייבט נישט אין שדים, קמיעות וכו'. אדער איינער וואס גלייבט אז די וועלט איז רונדעכיג, 4 בילליאן יאר אלט וכו'. אבער פליז, פארדריי מיר נישט קיין דברי חז"ל. קענסט זאגן אז חז"ל האבן זיך טועה געווען, אדער קענסטו ווערן א full blown כופר, אבער קוועטש נישט אריין דיינע אמונות אין די בוקס. פארוואס זיך אנקלאמערן אין בוקס אין וועלכע דו גלייבסט נישט און פארדרייען זייערע ווערטער? בעסער טרעף זיך בוקס אין וועלכע דו גלייבסט יא. קענסט דאך פאר די זעלבע פרייז נעמען א בוק פון דארווין און אריינטייטשן דארט די גאנצע תורה, ס'דאך אין לדבר סוף.

און בנוגע די וואס האלטן אז עבודה זרה האט נישט קיין אמתע כח. פון וואו ווייסן זיי דאס? ווייל זיי גלייבן נישט אין קיין איבערנאטורילכע כחות. טא אויב אזוי פארוואס אין די אנדערע נסים פון תנ"ך גלייבן זיי יא? עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?! מאך אפ איינמאל פאר אלעמאל צו די גלייבסט אין איבערנאטורליכע כוחות צו נישט, און לאז כלל ישראל צורוה.

face the fact. די מחברי התנ"ך האבן געגלייבט אז עבודה זרה האט א כח. אז דו ווילסט לייקענען אין נסים, כל הכבוד. אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין אטעאיזם בשם די תנ"ך, אז איך וויל ווערן אן אטעאיסט האב איך בעסערע ספרים ווי די תנ"ך, כנלעדה"ק.

העי! אביסל דרך ארץ.

מוזט נישט מסכים זיין צו די שיטת הרמב"ם, רלב"ג, מאירי, רס"ג, רד"ק, רב שמואל בר חפני גאון, און נאך א לאנגע ליסטע פון גאונים און ראשונים וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי דיין מיינונג אין כוונת המקרא/חז"ל, און דו מעגסט האלטן ווי די מער-אנגענומענע מהלך פון רוב ראשונים אין כוונת המקרא/חז"ל, אבער צי זאגן אז דאס הייסט "פארקויפן אטעאיזם בשם די תנ"ך" - איז חוצפה כלפי די גאונים וראשונים וואס האבן נישט געגלייבט אין איבערנאטורליכע כוחות, און האבן געהאלטן אז די תורה שרייבט אויך נישט אז ע"ז פארמאגט כוחות, אא"וו.
מאנטאג יוני 25, 2018 9:27 am#407106
די פאקט אז ס'דא ראשונים וואס האלטן אזוי מאכט עס נאכנישט גערעכט, וערבך ערבא צריך.

ועוד. ממה נפשך, אויב גייסטו מיט'ן מהלך פונעם רמב"ם קענסטו אויפ'ן רמב"ם גופא זאגן אז ס'נישט כפשוטו, וכדלעיל.

וידוע דברי האברבנאל על דברי רבי יוחנן 'כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה'. ודוק כי קצרתי מפני רגישות הענין.
דינסטאג יוני 26, 2018 12:17 am#407167
און די אליין, ביסט יא כפשוטו? גלייבסט דען טאקע נישט אז עס אט עס דא זאכען וואס זענען למעלה מהשגתך? אלא מאי? פארלאזט דיך אויף אנדערע וואס זענען מסביר, אם כן מאי חזית?

והחיות רצוא ושוב.
דינסטאג יוני 26, 2018 12:29 am#407168
כ'האב נישט קיין נערוון איבערצוקיין די גאנצע שמועס, און זאגן קלארער וואס איך מיין צו זאגן גיי איך נישט ווייל מ'גייט עס סייווי אויסמעקן.

אז דו ווילסט באמת פארשטיין וואס איך מיין צוזאגן, לערן גוט איבער מיינע הערות. הפך בה והפך בה דכולא בה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 8:53 pm#413265
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:44 am#413291
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב נישט קיין נערוון איבערצוקיין די גאנצע שמועס, און זאגן קלארער וואס איך מיין צו זאגן גיי איך נישט ווייל מ'גייט עס סייווי אויסמעקן.

אז דו ווילסט באמת פארשטיין וואס איך מיין צוזאגן, לערן גוט איבער מיינע הערות. הפך בה והפך בה דכולא בה.

רביה"ק י"ע: וואו. אזוי גרויס און הייליג זענען דיינע מאמרים אז דו גלייכסט זיי צו צו די מאמרי חז"ל אין די משנה...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. (וואס כ'האב געליינט אין זייער א זיס מעשה ביכל/ספר מיט'ן נאמען דער אידישער אוצר. וואס איז שוין היינט ליידער מער נישט בנמצא.) א מחבר פון א ספר איז אמאל אריינגעקומען צו א באוואוסטן רב א גרויסער גאון. ר'האט איהם געוויזן זיין חיבור. און געבעטן אן הסכמה. אינמיטן מעיין זיין אין דעם איד'ס ספר רופט זיך דער רב אן עטליכע מאל מיט די פאלגנדע ווערטער..."פלאי פלאים"...פרעגט דער איד מיט גרויס עניוות. רבי. אזוי גוט איז מיין ספר...?! האט איהם דער רב געענטפערט... דו פארשטייסט נישט. אין יענע צייטן האט מען ממציא געווען אז מ'קען מאכן פאפיר פון שמאטעס (מסתמא דורך דעם ריסייקלינג פראצעס.) דאס איז דאך א פלא. ביסטו געגאנגען און צוריק געמאכט שמאטעס פון פאפיר... איז דאך דאס פלאי פלאים...!

אז מ'רעדט שוין. אין יענעם זיסן ספר איז געשטאנען נאך א סאך ענליכע מעשיות. נאך איין מעשה'לע האביך מיך דערמאנט. א איד איז געקומען צו א רב בעטן אן הסכמה אויף א ספר וואס ער האט מחבר געווען. אריינקוקנדיג אין זיין ספר רופט זיך אן דער רב. ...איך האלט אז דו זאלסט מיטנעמען דעם ספר ווען דו גייסט ארויס אויפ'ן גאס ביינאכט פאר א שמירה... פרעגט דער איד...רבי. אזוי הייליג איז מיין ספר...?! האט איהם דער רב געענטפערט. דו פארשטייסט נישט. די גמרא זאגט דאך אז א תלמיד חכם זאלל נישט ארויסגיין אליינס אויפ'ן גאס ביינאכט מפני המזיקין. וועגן די שדים. אבער אז דו וועסט מיטנעמען דעם ספר וועללן שוין די מזיקים איינזעהן אז דו ביסט נישט קיין תלמיד חכם...!
פרייטאג מאי 03, 2019 2:31 pm#429588
Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
און בנוגע די וואס האלטן אז עבודה זרה האט נישט קיין אמתע כח. פון וואו ווייסן זיי דאס? ווייל זיי גלייבן נישט אין קיין איבערנאטורילכע כחות. טא אויב אזוי פארוואס אין די אנדערע נסים פון תנ"ך גלייבן זיי יא? עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?! מאך אפ איינמאל פאר אלעמאל צו די גלייבסט אין איבערנאטורליכע כוחות צו נישט, און לאז כלל ישראל צורוה.

face the fact. די מחברי התנ"ך האבן געגלייבט אז עבודה זרה האט א כח. אז דו ווילסט לייקענען אין נסים, כל הכבוד. אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין אטעאיזם בשם די תנ"ך, אז איך וויל ווערן אן אטעאיסט האב איך בעסערע ספרים ווי די תנ"ך, כנלעדה"ק.


ווי באקאנט שטייט אין ע״ז נה. אז ע״ז האט א כח (מ׳קען דאס אויך פארטייטשן...).

בנוגע די אשכול, הרב סליפקין (א crusader פאר די ראציאנאלע מהלך אין די ראשונים, ווי באקאנט) האט געשריבן צוויי monographs, איינס אויף שדים און איינס אויף עין הרע. ער ציטירט אסאך פון די מ״מ און פונקטן ערווענט דא. זיין טעזע אין די ערשטע מאמר (דעם צווייטן האב איך נאך נישט געליינט) איז אז ס׳איז anachronistic צו באטראכטן די אמונות סגוליות פון יענע צייטן (עכ״פ בנוגע שדים, ודון מינה וכו׳) אלס ממש אבערגלויבן; אזויווי מיר באטראכטן דאס היינט צוטאגס (אויך ערווענט אין די אשכול).


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג יולי 07, 2019 9:20 pm#432786
מי אני האט געשריבן:ווי באקאנט שטייט אין ע״ז נה. אז ע״ז האט א כח (מ׳קען דאס אויך פארטייטשן...).

מוחמאד און יאשקע קען מען אויך פארטייטשן.
זונטאג יולי 07, 2019 9:32 pm#432787
א טעלעוויזיע ריפארטער גייט באזוכן די פארשטופטע קאראוויי שבט אין ניי גיניע ווי מ'פירט זיך אומצוברענגען און אויפעסן די פלייש פון מכשפים און שדים. אן אינטערוויו מיט א קאראוויי וועלכע האט אויפגעגעסן די פלייש פון זיין בעסטע חבר, נאכדעם וואס איינער פון די בני השבט האט אויף זיין טויטן בעט באשולדיגט דעם יעניגן פאר'ן אים בא'כישופ'ן. און א קליפ פון די זעקס יעריגע צום טויט דערשראקענע אינגל, וועלכע איז פאראורטיילט געווארן צום טויט, נאכדעם וואס דער עולם האט אפגעמאכט אז ער איז פון די נישט גוטע.

m https://youtu.be/qRXwwZWEYkU m