כ'ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז איך בין נישט יושר'דיג, ווען איך פרוביר צו רעדן אביעקטיוו ומתוך כבוד לחולקים על דברי.
איך באציה מיך צו דיינע ווערטער, וואס דו האסט געשריבן אז פון די תשובה ספרים קען מען אפירברענגען צענדליגע ביישפילן, און דו זעלבסט קענסט אפירברענגען, אז מ'איז מתיר פארשידענע זאכן פון וואס מ'האט גערעדט, וכמו שכתבת:
אלאדין האט געשריבן:פון די תשובה ספרים באקומט זיך דוקא גאנץ אן אנדער בילד פון וואס מיר ווילן זיך פארשטעלן וועגן דער פארגאנגענהייט. איך מיין אז ס'איז איבריג אנצוהייבן אויסרעכענען, ווייל יעדער וואס האט א געשמאק אין תשובות וועט קענען אפירברענגען צענדליגער ביישפילן (אויב דו וועסט עס פאדערן וועל איך צוברענגען). פון זיכרון למשל געדענק איך א תשובה וואס רעדט וועגן דעם אז מ'זאל אפהאלטן חתנים און כלות פון זיך ארומנעמען און קושן פאר דער חתונה.
אפגעזען וואס די הלכה איז [כ'זוך נאך א בפירוש'ע מ"מ להקל], טרעף מיר פון 'צענליגע ביישפילן' פון תשובה ספרים וואס זענען מתיר געוויסע זאכן, פשוט אויף צו באקומען א היסטארישע בליק, כדבריך.
פון אפירברענגען וואס מ'האט געטון אין ישיבת תורה ודעת, זיך מתעלם זיין פונעם פאקט אז דאס איז איין ישיבה פון צענדליגע צו הונדערטע ישיבות אינעם זעלבן תקופה, און זיך מתעלם זיין פונעם פאקט אז מ'האט געמוזט מקיל זיין פאר די אמעריקאנער עולם, און זיך מתעלם זיין פון דעם וואס איך שרייב לאורך הדרך אז אודאי זענען געווען יוצאים מן הכלל אין געוויסע תקופות אין געוויסע מקומות, איז אומ'יושר'דיג לדעתי, אויב שוין נוצן די ווארט ישרות. צו טענה'ן אז ס'איז סך הכל איין תקופה צווישן אסאך תקופות איז אומריכטיג, ס'איז איין ישיבה צווישן צענדליגע ישיבות אינעם זעלבן תקופה, און ס'איז טאקע איין ישיבה אין א מדבר רוחני וואו מ'מוז מקיל זיין אנדערש ווי אין אלע אנדערע מקומות. פארוואס קענסטו נישט אנווייזן אויף אנדערע תקופות וואס זענען געווען אזוי? פונקט נאך אסימילאציע/השכלה וכו', ווילסטו א ראי' ברענגען איבער תקופות במשך כל הדורות, אז אמאל איז געווען אזוי און אמאל איז געווען אזוי?! היא נפלאת בעינינו.
אוועקמאכנדיג מיין שטארקע פונקט, אז די ליטווישע ישיבות זענען געווען אינפעסטירט מיט השכלה נויגונגען, און מ'האט דארט מער מקיל געווען די לעצטע הונדערט יאר, ווען אין פאקט זוך איך נאך די סארט שפראך פון בעפאר תקופת ההשכלה, איז אומ'יושר'דיג אין היסטארישע אפהאנדלונג. אין פאקט ווייסן מיר אלע וויפיל משכילים זענען געווען אין די ליטע, מיר ווייסן אז דארט האבן זיי געהאט די גרעסטע השפעה, און דארט זענען די בחורים געווארן די מערסטע מאדערנעזירט, טאקע להציל מן הארי והדוב האבן די ראשי ישיבות אינפארסירט געוויסע קולות, אבער כ'האף אז דו וועסט נישט באקומען קיין היסטארישע בליק אויף גיין מיט א בארד, באזירט אויף די בילדער פון די ליטווישע בחורים אינעם תקופה בעפאר'ן קריג. וכהנה רבות.
ברענגען א ראי' פון אליהו בחור'ס בבא בוך, ווען ער זעלבסט איז געווען א טשיקאווער באשעפעניש וואס איז נישט געווען קיין רבנ'ישער אויטאריטעט, אנשטאט זוכן עפעס א היתר פון תשובה ספרים און פון פוסקים, איז אבסורד.
און ווער רעדט פון הלכה זאל זיין שווארץ און ווייס? ס'זענען טאקע דא אנדערע קאלירן. למשל, חז"ל האבן אזא וואפן ווי 'הנח להם לישראל', אזא וואפן ווי 'מוטב שיהיו שוגגין', אזא וואפן ווי 'אין גוזרין גזירה וכו' אא"כ יכולין לעמוד בה', און נאך. דאס מיינט נישט אז לכבוד דעם שטייט יעדע הלכה אויף הינער פיס, וויבאלד לעת הצורך שלעפט מען ארויס פון ארסענאל א היתר. די פוסקים און תשובה ספרים זענען פיל מיט היתרים לעת הצורך, דאס טוישט נישט די לכתחילה'דיגע צוגאנג, די אפיציעלע הלכה'דיגע קו, און די היסטארישע פרעספעקטיוו אין געווענליכע פעלער, וואס דאס איז דער איינפאכער היסטאריע. ומכאן תשובתי לדבריך בנוגע ישיבת תורה ודעת, אזויווי דיינע ווערטער בנוגע די קולות פון רי"י וויינבערג. מה"ט איז דיין ראי' פון סוכה נ"ב אויך נישט אין פלאץ, איך פארטיידיג נישט אונזער שווארץ און ווייס קולטור, מצדי זאל אונזער קולטור גיין א גאנג, והלוואי, און אין יענע סוגיא זעען מיר נישט קיין היתר בנוגע אונזער שמועס, נאר בנוגע אונזער שווארצער קולטור.
איין זאך האסטו נישט פארשטאנען, אדער פארזען, פון מיינע ווערטער. איך בין דער לעצטער צו פארטיידיגן 'אונזער מאדעל' אין די הלכות/מנהגים/צוגאנג. איך האב געשריבן א גאנצע תגובה נאר עוקר מן השורש צו זיין די הוה אמינא אז אונזער קולטור האט ריכטיגקייט אין זיך אין אמת מידה היסטורית. איך רעד נישט פון דער היינטיגער צוגאנג צו יעדע זאך, איך רעד ענדערש פון 'שמועסן מיט פרויען' שלא לשם עבודה, וכדומה. דאס איז פראבלעמאטיש הלכה'דיג, און אפגעפרעגט היסטאריש. און פון יחיד'ישע מצבים קען מען נישט אפפרעגן די יסוד, כ"ש ווען כ'ווארט נאכאלס פארן ערשטן הלכה ספר וואס זאל דאס מתיר זיין אנע פראבלעם, זאל זיין פון א היסטארישע פרעספעקטיוו.
און צום לעצט, ווען איך בעט פארן פתח היתר, מיין איך צו זאגן אז כ'בין נישט דער וואס ליבט חומרות און דערפאר זעט ער אלעס מיט שווארצע ברילן, נוסח סאטמארער רב'ס זען קנאות אין יעדע פסוק עה"ת. איך וויל ענדערש מקיל זיין, און דערפאר האלט איך אז כ'בין אביעקטיוו ווען למעשה טרעף איך נישט קיין פתח היתר.
מיט דעם מיין איך אז כ'האב געדעקט אלע דיינע טענות אינעם לענגערן השגה, ואם טעיתי בכוונת הדרת גאון איסלאמיתו, מוחמד יכפר בעדי.
--------
אלאדין האקט ווידער.
לאמיך מגיב זיין אין קורצן על שלוח דבריו שנית:
כ'האב ציטירט דיין לשון איבער צענדליגע ראיות פון תשובה ספרים. כ'האב שוין מסכים געווען אז דו דארפסט נישט ברענגען צענדליגע היתרים פון תשובה ספרים, נאר ענדערש צענדליגע ראיות פון תשובה ספרים כאטש כלפי די היסטארישע חלק דערפון. אפילו דארט הערשט א פראבלעם לצד האומרים אז אמאל האט מען מער מקיל געווען. סך הכל איז געווען געציילטע זאכן וואס זענען נפרץ געווארן, און געוויסע תקופות. תו לא מידי.
און איך בין נאכאלס נישט מסכים, אז מ'קען זיך פשוט מתעלם זיין פונעם פאקט אז קיינער האט נישט באוויזן אפירצוקראצן קיין תשובה ספר וואס זאל עמטליך מתיר זיין איינע פון די זאכן וואס אלאדין וויל טענה'ן אז ס'איז יתכן מתיר צו זיין.
בנוגע מיין לשון תאוות, קען איך נאר איבער'חזר'ן מיינע לעצטע ווערטער בעפאר דו האסט גע'האקט', אז כ'מיין נאר צו זאגן אז איך קוק עס אן אביעקטיוו, און איך זוך דייקא נישט די חומרא בדבר. די איבעריגע לשונות זענען סתם לתפארת המליצה [אקעי, ס'נישט געווען געלונגען, כי אלאדין טעה בזה פעמיים].