פארגאנגענע וואך זענען מיר געוואויר געווארן אז די באדייט פון מארקעטינג איז “טרעפן א לעזונג צו א פראבלעם”. מיר האבן גערעדט אז דער מארקעטער איז א “מיטל מענטש”, ער איז דער מענטש וואס ברענגט צוזאמען דעם מענטש וואס האט א פראבלעם מיט’ן לעזונג וואס יענער זוכט. דאס איז זייער פשוט, און אסאך מענטשן פרובירן דאס צו מאכן אויסקוקן מער קאמפליצירט.
אפגעזען צי מ’טוט די מארקעטינג אנליין אדער אפליין, איז דער מהלך די זעלבע; דער מארקעטער איז דער וואס דארף לייזן פראבלעמען.
א מארקעטער וואס ארבעט אפליין, ארבעט געווענליך אלס א טייל פון א “טיעם”. די טיעם באקומט די אויפגאבע פון פרובירן צו פארקויפן א פראדוקט און טרעפן די ריכטיגע מענטשן פאר וועמען דער פראדוקט איז די מערסטע צוגעפאסט. דאס נעמט אסאך מאל אריין סוירוועיס, פארטיילן אומזיסטע סעמפלס, און ארומגיין אויספרעגן מענטשן. די אלע זאכן דויערן אסאך צייט, און עפ”י רוב דארפן די מארקעטערס אליין ארומגיין און צוזאמקלויבן די אינפארמאציע וואס זיי דארפן.
די מעלה פון די אינטערנעט איז אז אלעס איז פארבינדן אינאיינעם. מ’קען זיין אויף איין עק וועלט און רעדן צו א מענטש אין די צווייטע עק וועלט.
די צווייטע מעלה פון די אינטערנעט איז, אז מענטשן נוצן דאס כסדר צו טרעפן אינפארמאציע. עס זענען דא עטליכע וועגן דאס צו טון, און איינע פון די מערסטע פאפולערע וועגן איז צו זוכן אויף א search engine, צב”ש “גוגעל” אדער “יאהו”.
אין אנדערע ווערטער באדייט דאס, אז די אינפארמאציע ווערט געצווינגענערהייט אריינגעפיטערט אינעם “סוירטש ענדזשין” אויף א טעגליכן פארנעם, יעדע מינוט און יעדע סעקונדע. דאס איז ממש א ישועה פאר א מארקעטער, אז ער דארף מער נישט גיין און צוזאמקלויבן אינפארמאציע, נאר אלעס ליגט שיין אויסגעלייגט פאר אים אויפ’ן קאמפיוטער סקרין.
צום ביישפיל, ווען א מענטש זוכט אויפ’ן אינטערנעט די ווערטער “וויאזוי צו פארלירן וואג”, ווייסן מיר קלאר אז דער מענטש איז דא ווייל ער וויל פארלירן וואג.
ס’איז אבער מעגליך אז ער איז געקומען זוכן א ספעציפישע וועג צו פארלירן וואג, צב”ש ער וויל וויסן מער אינפארמאציע וועגן עקסערסייז. אויב וועט ער זוכן די ווערטער “וויאזוי צו פארלירן וואג דורך עקסערסייז”, באדייט דאס אז ער האט זייער א קלארע מהלך וואס ער וויל טון צו פארלירן וואג, פיל מער ווי דער ערשטער מענטש וואס האט געפרעגט פשוט “וויאזוי צו פארלירן וואג”.
יעצט אויב זאלט איר קומען און צושטעלן פאר יענעם די אינפארמאציע “וויאזוי צו פארלירן וואג דורך עקסערסייז”, וואס זענט איר? א מארקעטער!
קומענדיגע וואך וועלן מיר אייך דערציילן וויאזוי אינטערנעט מארקעטערס מאכן געלט דורך דעם וואס מענטשן זוכן.
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- וואס איז "אינטערנעט קאמערץ"?
- וויאזוי ארבעט "אינטערנעט מארקעטינג"? (This post)