דער קשר מיט אייער אויפזעהער און בעל הבית

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: ויצא תשע"ב · בעל-בית נומער: 52 · דאטום: 2011-12
http://www.balboos.com/content/2011/12/דער-קשר-מיט-אייער-אויפזעהער-און-בעל-הבי/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דער קשר מיט אייער אויפזעהער און בעל הבית

מיר וועלן אדורכשמועסן עטליכע פראקטישע עצות וואס קענען גוט צוניץ קומען ווען אן איינגעשטעלטער האנדלט מיט זיין בעל הבית. די דאזיגע שריט וועלן אייך העלפן פארעמען א גוטע קשר מיט אייער אויפזעהער און בעל הבית, וואס דאס וועט בענעפיטירן אייך, אים, און די פירמע.

פארעמען א פאזיטיווען קשר
די ערשטע טריט אויפן וועג צו א ריכטיגע קשר איז צו האבן א פאזיטיווער בונד מיט אייער בעל הבית. אלע קשרים צווישן מענטשן שטייען אויף דעם גרונד פון באגלייבטקייט. טוט וואס איר זאגט אז איר וועט טוהן. האלט אייך צו די צייטן. איבערארראשט קיינמאל אייער בעל הבית מיט איבערראשונגען וואס איר וואלט געקענט צוריקהאלטן.
אנהייבנדיג פונעם ערשטן טאג וואס איר הייבט אן אייער ארבעט, האט אינזין וואס איר האט גערעדט ביים אינטערוויו. אלס וועלכע סארט מענטש האט איר זיל אהערגעשטעלט דעמאלס ווייל איר האט זייער געוואלט אז דער בעל הבית זאל אייך אויפנעמען? דערמאנט אייך צוריק צו יענעם טאג, און מאכט זיכער אז איר שטעלט זיך טאקע אזוי אהער יעדן טאג, נישט נאר דעמאלס.
נאכמער, כדי צו אויפווייזן אייער ריכטיגע נאמנות, זייט מודה ווען איר האט געמאכט א טעות. אויב ער דעקט דאס סתם צו וועט דאס נישט צוגעבן צו א פאזיטיוון קשר. שקרים אדער פראווונגען צו באהאלטן זענען אלעמאל שפעטער גורם עגמת נפש בשעת איר זארגט זיך אז איר וועט אמאל “געכאפט” ווערן. האלט אייך בקשר טעגליך אדער וועכנטליך מיט אן אפענעם קשר איינער צום צווייטן.

באקענט זיך מיט אייער בעל הבית אלס א מענטש.
איר פארשטייט דאך אליין אז אייער בעל הבית אדער אויפזעהער איז א מענטש פונקט ווי אייך. ער גייט אויך אדורך מענטשליכע געשעהנישן, מיט אלע פריידן און ליידן. ער איז נישט ווי דער כתה א’ מלמד וואס לעבט נאר אין חדר און ווען זיין תלמיד זעהט אים אויפן גאס פרובירט ער צו פארשטיין אויב ער חלומ’ט.
פארשטייט אז ער האט געפילן פונקט ווי יעדע בשר ודם, כאטש עס מאכט זיך אמאל אז מען זעהט דאס נישט. ער וויל, ווי יעדער בעל הבית, אז זיין פירמע זאל לויפן די בעסטע וואס עס קען נאר. דערפאר, האט איר א פליכט, אלס זיין איינגעשטעלטער, דאס צו איינזעהן.

זעהט איין אז הצלחה אין די ארבעט איז נישט נאר ארום אייך; לייגט אייער בעל הבית’ס געברויכן פאר אלעם.
אידענטיפיצירט אייער בעל הבית’ס שוואכקייטן אדער שווערסטע נסיונות און פרעגט וואס איר קענט טוהן צו העלפן. וואס זענען זיינע טיפסטע זארגן; אפשר קענט איר פארגרינגערן דעם לאסט? פארשטייט אייער בעל הבית’ס צילן און וויכטיגסטע שטרעבונגען און לייגט א דגש אין אייער ארבעט זיי צו דערגרייכן. טראכט פון די פירמע אלס איין גרויסע בילד, נישט נאר פון אייער שמאלע וועלט אין די ארבעט.

זוכט און האלט אייער אויג אויף די “בעסטע” חלקים פון אייער בעל הבית.
וויבאלד ער איז א בשר ודם, האט ער מעלות און חסרונות, פונקט ווי אייך (כאטש איר זעהט זיי אפשר נישט!). ווען איר קוקט אויף אייער בעל הבית מיט א נעגאטיוון בליק, וועט איר אודאי זעהן זיינע ערגסטע שטריכן און דורכפאלן. דאס ברענגט נאר צו צו א מער נעגאטיווע אטמאספערע און עס שלעפט אראפ די מעגליכקייטן פאר הצלחה.
דערמאנט אייך צוריק צו א צייט ווען איר זענט געווען צובראכן אדער אויפגעברויזט וועגן א געוויסע געשעהניש אין אייער לעבן. האט איר דעמאלס געקענט באמערקן די שיינע רויזן אין אייר גארטן? האט איר באמערקט ווי זיס אייערע קליינע קינדער זענען? ווען א מענטש קוקט אויף דער וועלט מיט א נעגאטיוון בליק, זעהט ער אלס מיט זיינע שמוציגע גלעזער און פלוצלינג ווערט דער בעל הבית דער ערגסטער מענטש וואס עקזיסטירט נאר אויפן וועלט.
אנשטאט דעם פארקרומטן בליק, געוואוינט אייך צו צו געבן קאמפלימענטן פאר אייער בעל הבית ווען עפעס וואס ער טוט געפעלט אייך. יעדעס מענטש אויף דער וועלט האט הנאה צו הערן א גוט ווארט וועגן זיך, פון דער מיסט-קערער צו דער גרעסטער דאקטער. מאכט אים שפורן אז ער איז געשעצט. איז דאס נישט וואס איר ווילט פון אים?

עס איז כמעט א זיכערע זאך אז אייער בעל הבית וועט זיך נישט טוישן.
ער קען וועלן זיך צו טוישן, אבער דער מענטש וואס קומט אריין יעדן טאג צום ארבעט אלס “דער בעל הבית”, האט גענומען אסאך כוחות און צייט פאר אים דאס צו דערגרייכן. דעריבער, אנשטאט צו טוישן די חלקים פון אייער בעל הבית וואס געפעלן אייך נישט, פרובירט ענדערש צו פארשטיין זיין ארבעטס-גאנג.
פרובירט צו פארשטיין וואס ער שעצט אין אן איינגעשטעלטער. האט ער ליב צו אדורכרעדן ענינים אפט און האלטן א שטענדיגער קשר, צו באקומען געשריבענע נאטיצן, אדער נאר פארמאלע שמועסן ווען ער רופט צוזאם אלע ארבעטערס? וואס אייער בעל הבית וויל איז וויכטיג צו אים און ווי בעסער איר פארטייט דאס, אלס בעסער וועט איר זיך פארטראגן מיט אים.
המשך קומט אי”ה

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. דער פינעף פארוואס'ן מיטל
  2. איינצלהייטן, איינצלהייטן, איינצלהייטן
  3. ווער זענט איר?
  4. דרינגנד מיינט נישט אלעמאל וויכטיג
  5. 5 יסודות אין ביזנעס און ארבעט הצלחה
  6. וואשט איר א געדינגענע קאר?
  7. קענט איר מיר זאגן פארוואס
  8. ארויף אדער אראפ
  9. א שלעכטע טאג מיינט נישט א שלעכטע לעבן
  10. אבער!
  11. מר. געלעגנהייט
  12. קומט מיט מיר און איך וועל אייך ווייזן
  13. ס'איז נאר דא איין דו; זיי זיך אליינס!
  14. זייט וועלט-בארימט
  15. א רעצעפט פאר דורכפאל: נישט אפבינדן
  16. מיין בעסטע פריינט
  17. די וואס זאל איך "נישט" טוהן ליסטע
  18. וואס מיינט איר צוזאגען?
  19. די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן
  20. איז עס צייט צו שניידן?
  21. אויסשארפען די מעסער
  22. ווי אזוי צו זאגן ניין
  23. זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?
  24. ביזנעס איז געוואלדיג!
  25. די אויפמערקזאַמקייט שטאַפּל אין ביזנעס
  26. קלארע צילן
  27. האט איר א ביזנעס אדער א פארש צענטער?
  28. לאמיר מאכן אן החלטה
  29. מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”
  30. איר זעהט אויס אויסגעמוטשעט!
  31. דער שניי ווייסער בליק
  32. דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג
  33. ווי אזוי שטייט דאס איי?
  34. דעם ריכטיגן איינעם
  35. וועלכער איז דער ריכטיגער וועג?
  36. וואס זאל איך פארקויפן?
  37. ווי אזוי פירט איר אייער געשעפט?
  38. באנייען און דערפרישן
  39. זענט איר אן אנפירער?
  40. דארף אייער ביזנעס אויך אן ערב פסח רייניגונג?
  41. זענט איר א פייערלעשער?
  42. זענט איר "אין די גוסטע?"
  43. פארוואס זאלט איר ריזיקירן?
  44. ווילט איר זיין מער שעפעריש?
  45. באקענט אייך מיט אייערע קליענטן
  46. צושטעלן א ברייטע אויסוואל
  47. זייט אמת'דיג- עס לוינט זיך!
  48. ווי גוט קענט איר האנדלען?
  49. דער קשר מיט אייער אויפזעהער און בעל הבית (This post)