הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » ניקס וואס איך וויל קענען

ניקס וואס איך וויל קענען

41 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #445
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:13 pm#1
ניקס וואס איך וויל קענען
ס'האט אייך אמאל אנגעכאפט א תשוקה צו וויסן ווער א געוויסע ניק אויף איינע פון די היימישע פארומס זענען אין ריעל לייף? מיר האט שוין עטליכע מאל אנגעכאפט א תשוקה דערצו (אויף אייוועלט) און איך וועל עס דא אראפשרייבן, פשוט, מיר אביסל אויסצוגעבן...

מומחה עצום, קנאפער ידען, עין טובה, גערעכטער, בנימין הלוי.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:25 pm#3
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
יאיר איז א שוואכער איד

גרויזאמער וואלט איך געוואלט קענען :D

ערנסט גערעדט וואלט איך געוואלט וויסען ווער עס הילט זיך איין אינטערן טעכנעלאגיע ניק
מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:36 pm#6
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
טעכנעלאגיע האט געשריבן:ס'האט אייך אמאל אנגעכאפט א תשוקה צו וויסן ווער א געוויסע ניק אויף איינע פון די היימישע פארומס זענען אין ריעל לייף? מיר האט שוין עטליכע מאל אנגעכאפט א תשוקה דערצו (אויף אייוועלט) און איך וועל עס דא אראפשרייבן, פשוט, מיר אביסל אויסצוגעבן...

מומחה עצום, קנאפער ידען, עין טובה, גערעכטער, בנימין הלוי.

עין טובה איז לעצטנס צוריקגעקומען אויף אייוועלט נאכן זיין אפוועזנד א שטיק צייט, איך מוז זאגן ער איז גאר גוט! איך וואלט אים גאר שטארק געוואלט קענען!
דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:57 am#7
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
איעדער דא איינס ביי איינס האבען מעלות פארוואס איך גיי משיגע. פארשטייט זיך נאר איינער וואס שרייבט. איינער וואס שרייבט נישט קען זיין די מערסטע געלונגענע מענטש אויפען וועלט אבער ער געט נישט ארויס זיינע כשרונות. איך קען נישט שרייבען אבער דאך פראביר איך אביסעל זיך צי מצמצם זיין און סקריבלען אביסעלע

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 17, 2017 8:31 am#8
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
איך האב אמאל געטראכט פון עפענען א ניק אויף אייוועלט "שליש" וואס זאל דינען אלס שליש פאר אלע סארט זאכן וואס ניקס ווילן טוהן אבער קענען נישט וועגן גילוי א.ד.ג.
איינער וויל עפעס פארקויפן אבער איז נישט אינטערעסירט זיין ניק זאל נתגלה ווערן אפילו פאר איין ניק, איינער זוכט א דזשאב אן צו מפרסם זיין זיין ניק, א.א.וו.
וועט זיין דער ניק שליש, צו אים וועט מען שיקן אלע אזעלכע זאכן, ער וועט עס שרייבן ברבים, און אז איינער וויל עס קויפן, האט פאר אים א דזשאב וועט ער ענטפערן צו שליש, שליש וועט עס ווייטער שיקן, און די צוויי ניקס וועלן זיך מסדר זיין צווישן זיך, צי מיט די אייגענע ניק אדער דורך אויסטוישן נאמבערס דורך שליש א.ד.ג.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:28 am#9
ניקס וואס איך וויל קענען
דאס איז א גוטע געדאנק.
אבער וויאזוי וועסטו געבן די פעסווארדס פאר די אידן?
וועט מען דיר קאנטאקטן? וואס האסטו פארדינט?
דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:35 am#10
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
טעכנעלאגיע האט געשריבן:דאס איז א גוטע געדאנק.
אבער וויאזוי וועסטו געבן די פעסווארדס פאר די אידן?
וועט מען דיר קאנטאקטן? וואס האסטו פארדינט?

ער גייט נישט געבען קיין פעסווארד
ער גייט שרייבן פאר זיי וואס זיי שיקען עיהם און פרייוועט
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 11:56 pm#13
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
ביטע שרייבן פון וואו די ניקס זענען.

(איך באזוך קיינמאל אין קאווע שטיפער און איך קען נישט די ניקס דארט)

בד"ץ? הו איז דיס?
מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:17 pm#20
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
זיי זאגן אז ער האט געזען אז ס'נעמט אים צופיל צייט און ער האט זיך אויסגעשפארט פון אייוועלט.
איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געדארפט עפעס א טובה פון א מנהל אין אייוועלט שוין נאך זיינע צייטן און ער האט זיך געוואנדן צו למעלה משבעים אויף אימעיל און ער האט אים עס גערן געטון
מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:20 pm#21
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
אינטרעסטאנט, יעצט איז נישט דא דארט קיין אקטיווע מנהל, עכ"פ בגלוי...
מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:28 pm#25
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
לכאורה איז מנהל אבער נישט מיט א קאליר (נישט קיין סוד אבער נישט אפציעל)
קיין אקטיווע רויטע איז נישטא עז אוו נאו
מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:32 pm#27
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
די אנדערע זענען א סוד וואס איז נישט ריכטיג און עטיש צו אויפדעקן.
זונטאג יאנואר 29, 2017 1:00 pm#32
Re: ניקס וואס איך וויל קענען
די מענטשן אונטער די רויטע ניקס שרייבן שוין נישט דארט, די נייע אחראים און מנהלים ווערן נישט געמאלדן ברבים, בבחינת מיטל אן א טיטל...