Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
שטוינענדע נייעס ווי ווייט טראמפ האט אראפגעריקט קלינטאן פין די מאפע
ד"י
יא, מען האלט שוין 3 וואכן נאך די פרעזידענט וואלן, אבער מישיגען עלעקשאן באאמטע האבן ביז נעכטן נאכנישט אפיציעל געהאט דערקלערט ווער עס האט געוואונען די סטעיט, צוליב דעם שמאלן דיפערענץ אין אפגעגעבענע שטימען צווישן טראמפ און קלינטאן. נעכטן איז אפיציעל דערקלערט געווארן אז דאנאלד טראמפ האט געוואונען מישיגען, קריגנדיג 47.6 פראצענט (2,279,543 שטימען) קעגן 47.4 פראצענט (2,268,839 שטימען) פאר פרוי קלינטאן. עס איז דאס ערשטע מאל וואס א רעפובליקאנער געווינט מישיגען זינט 988', ווען דזשארדזש עיטש בוש האט געוואונען די סטעיט. טראמפ האט באקומען די פרישע 16 עלעקטארעל שטימען פון מישיגען און אין סך הכל האט טראמפ באקומען 306 עלעקטארעל שטימען און קלינטאן 232.