הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

170 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #529
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:49 pm#1
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
פלארידע – א פרישע קוויניפּיאק אנקעטע אין 3 קריטישע סווינג סטעיטס ברענגט נעגאטיווע נייעס פאר הילערי קלינטאן. די אנקעטע צייגט ווי פאלגענד: פלארידע קריגט טראמפ 42 פראצענט און קלינטאן 39 פראצענט; אין פענסילוועניע קריגט טראמפ 43 פראצענט און קלינטאן 41 פראצענט, און אין אהייא זענען זיי ביידע אייניג, מיט 41 פראצענט פאר טראמפ און 41 פראצענט פאר קלינטאן.

ניו יארק – טראמפ האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן א געוועזענעם קאמפיין איינגעשטעלטן. טראמפ זאגט אז סעם נונבערג, וועלכער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר טראמפ'ס פרעזידענט קאמפיין, האט ארויסגעליעקט קאמפיין סודות צו די פרעסע, וואס דערמיט האט ער געבראכן זיין ספעציעלן אונטערגעשריבענעם אפמאך מיט טראמפ אז ער וועט נישט פארעפנטליכן קיין שום אינפארמאציע וואס טוט זיך אינעם טראמפ קאמפיין. טראמפ זאגט אז ער וויל באקומען 10 מיליאן דאלער אין קאמפענסאציע געלטער פון נונבערג.

ניו יארק – א שאצונג צייגט אז אויסער דעם וואס פילע ספאנישע און מינאריטעטן וועלן נישט שטימען פאר דאנעלד טראמפ צוליב זיינע קאנטראווערסיאלע פאליסיס איבער אימיגראנטן און מוסולמענער – וואס עס אויך שעדיגן לאקאלעס עקאנאמיעס. דער באריכט צייגט אז אויב וועט טאקע טראמפ דעפארטירן אלע אומלעגאלע אימיגראנטן און וועט איינשטעלן א באלדיגע פארבאט אויף מוסולמענער קעגן קענען אריינקומען אין לאנד, וועט עס אפקאסטן פאר ניו יארק סטעיט 800 מיליאן דאלער און 340 טויזנט פארלוירענע דזשאבס.


-קה"א-
דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:50 pm#2
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
מארגן פרייטאג אום עלעף אזייגער אינדערפרי איז די צייט ווען דאנעלד טראמפ וועט אפיציעל מעלדן וועמען ער נעמט פאר וויצע פרעזידענט.
לויט ווי באריכטן ווייסן צו פארציילן וועט דאס זיין דער אינדיאנע גאווערנער 'מייק פענס'.


B9322952389Z.1_20160714102031_000_GP4F070RR.1-0.jpg
דאנעלד טראמפ מיט גאוו. מייק פענס ביי א ראלי.
B9322952389Z.1_20160714102031_000_GP4F070RR.1-0.jpg (27.27 KiB) געזעהן געווארן 685 מאל
דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:03 pm#3
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
אין ליכט פון די שרעקליכע אטאקע אין פראנקרייך האט טראמפ אפגעשיבט די א.ד. נייעס קאנפערענץ צו מעלדן זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט.
פרייטאג יולי 15, 2016 10:26 am#4
ראביי ביי רעפובליקאנער קאנווענשאן
אהייא – יחזקאל לאקשטיין, דער מאדערן-ארטאדאקס ראביי וועלכער האט מגייר געווען דאנעלד טראמפ׳ס טאכטער איוואנקא, גייט אויפטרעטן ביים רעפובליקאנער קאנווענשאן קומענדיגע וואך. דאס קומט איין טאג נאכדעם וואס די רבנות אין מדינת ישראל האט געזאגט אז לאקשטיין׳ס גיור פראצעדורן זענען נישט אויסגעהאלטן און אז די וועמען ער האט מגייר געווען, דארפן אריבערגיין א פרישן גיור פראצעדור.
פרייטאג יולי 15, 2016 10:27 am#5
נו, ווער וועט זיין די וויץ(ע) פרעזידענט קאנדידאט פאר טראמפ?
וואשינגטאן - די אמעריקאנער מידיא איז נעכטן געווען פארנומען מיט שפעקולאציעס איבער וועמען דאנעלד טראמפ וועט נעמען אלס זיין וויצע פרעזידענט נאכדעם וואס עס האבן אנגעהויבן ערשיינען קלאנגען אז טראמפ האט באשלאסן צו נעמען אינדיאנא גאווערנאר מייק פּענס.
טראמפ האט זיך אנטזאגט צו באשטעטיגן די באריכטן און ער האט געזאגט אז ער האט נאכנישט הונדערט פראצענט באשלאסן וועמען צו נעמען. טראמפ׳ס זוהן האט אפגעלאכט פון די קלאנגען און ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז זיין שוועסטער איוואנקא וועט זיין וויצע פרעזידענט...
קריס קריסטי, אויף די ליסטע פון טראמפ׳ס מעגליכע וויצע פרעזידענטן, האט געזאגט אז ער וועט זיין א ראטגעבער אין א טראמפ אדמיניסטראציע אפילו אויב מען נעמט אים נישט פאר וויצע פרעזידענט.
ניוט גינגריטש, אויך אויף די ליסטע פון מעגליכע וויצע פרעזידענטן, האט געשריבן נעכטן נאכט אז פּענס וועט זיין גאר א גוטע אויסוואל, אויב טראמפ באשליסט טאקע אים צו נעמען, ווייל פּענס קען שטארק ארויסהעלפן טראמפ אריבערצוגעווינען וויילער אין די מידוועסט סטעיטס.
פרייטאג יולי 15, 2016 12:11 pm#6
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
א 'טוויט' פון דאנעלד דשאנק טראמפ.
‏@realDonaldTrump
I am pleased to announce that I have chosen Governor Mike Pence as my Vice Presidential running mate. News conference tomorrow at 11:00 A.M
זונטאג יולי 17, 2016 1:04 pm#7
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
טראמפ אינאיינעם מיט פּענס
ניו יארק – דאנעלד טראמפ האט נעכטן שבת זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט אינאיינעם מיט אינדיאנא גאווערנאר מייק פּענס און געמאלדן אז ער נעמט אים אלס זיין וויצע פרעזידענט. טראמפ האט אויסגעלויבט פּענס' פאליטישע רעקארד און געזאגט אז די סיבה פארוואס ער נעמט אים איז ווייל יעדער איינער זאגט אים אז ער מוז פאראייניגן די פארטיי און ער האפט אז די פארטיי וועט זיך פאראייניגן אונטער אים יעצט אז ער האט גענומען פּענס. טראמפ און פּענס האבן געגעבן א געמיינזאמע אינטערוויו פאר "סיקסטי מינוטס" נעכטן, וואו מען האט געפרעגט פּענס וואס ער האלט איבער די נעגאטיווע טאן וואס טראמפ נוצט ביים קאמפיינען. פּענס האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, אבער טראמפ איז אריינגעשפרונגען און געזאגט אז ער האלט טאקע נישט אז פּענס דארף נוצן די אלע נעגאטיווע שפּעט-ווערטער וואס ער זעלבסט נוצט יא, ווייל ער איז אן אנדערער סארט פאליטישאן.

קאנווענשאן זיכערהייט מאסנאמען
אהייא – די פאליציי באאמטע אין קליוולאנד, אהייא האבן געזאגט אז זיי וועלן אונטערנעמען נייע זיכערהייטס מאסנאמען, אריינגערעכנט פאליציי ראבאטן, צעמענטענע און אייזענע באריקאדן אין בעפארברייטונג צום קאנווענשאן, אלס רעאקציע צו די טויטליכע טראק טעראר אטאקע וואס האט פאסירט אין ניעס, פראנקרייך.


יחזקאל לאקשטיין, דער מאדערן-ארטאדאקס ראביי וואס האט געזאלט רעדן ביים רעפובליקאנער קאנווענשאן, האט זיך ארויסגעצויגן פון זיין רעדע, נאך א פעטיציע פון עטליכע הונדערט אידישע סטודענטן.
מאנטאג יולי 18, 2016 12:24 pm#8
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
קאנווענשאן זיכערהייט מאסנאמען

קליוולאנד – היינט מאנטאג הייבט זיך אפיציעל אן די רעפובליקאנער קאנווענשאן, וואו מען וועט נאמינירן טראמפ אלס דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט. אין ליכט פון די אנגעצויגנקייט און פּחד אונטער וועלכע פאליציי אפיצירן לעבן, האבן די פירער פון די פאליציי דעפארטמענט אין קליוולאנד, אהייא געבעטן אז דער ארטיגער גאווערנאר דזשאן קעיסיק זאל דערקלערן א סטעיט אוו עמורדזשענסי אין לויף פון די טעג וואס די רעפובליקאנער קאנווענשאן וועט פארקומען אין קליוולאנד, און אויך אז מען זאל סוספענדירן צייטווייליג די ״טראגן אפן״ רעכטן פאר וואפנס. קעיסיק האט שוין רעאגירט און געזאגט אז ער האט נישט די לעגאלע מאכט צו סוספענדירן קאנסטיטוציאנעלע וואפנס רעכטן פון די אהייא בירגער.

פרישע אנקעטעס איבער טראמפ און קלינטאן

וואשינגטאן – א פרישע ״ען בי סי״ אנקעטע צייגט אז קלינטאן האלט ווייטער איר זעלבע אויבערהאנט העכער טראמפ ווי א מאנאט צוריק, בעפאר די עף-בי-איי׳ס באשלוס נישט אנצוקלאגן קלינטאן. די אנקעטע צייגט אז איבערן לאנד קריגט קלינטאן 46 פראצענט און טראמפ 41 פראצענט. א פרישע אנקעטע פון ״עי בי סי״ צייגט יא א שטארקע טויש פון א מאנאט צוריק. קלינטאן קריגט 47 פראצענט (4 פונקטן ווייניגער ווי אין זעלבע אנקעטע א מאנאט צוריק) און טראמפ קריגט 43 (4 פונקטן מער ווי אין זעלבע אנקעטע א מאנאט צוריק).

-קה"א-
מיטוואך יולי 20, 2016 10:20 am#9
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
דער טראמפ האט געקענט באזיגן אלע רעפאבליקאנע קאנדידאטן, און מיט איין פרוי קען ער זיך נישט קיין עצה געבן?
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט טראמפ יעצט געדארפט האלטן מיט 20% פאראויס פון קלינטאן.
מיטוואך יולי 20, 2016 11:55 am#10
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
און יעצט אז ער איז אונטער איר איז ער פון די 'אונטער וועלט'?
זונטאג יולי 24, 2016 5:30 pm#12
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
קלינטאן האט פרייטאג פארנאכט געפיקט איר ווייס פרעזידענט קאנדידאט מיסטער טים קעין פון ווירזשניא
מאנטאג יולי 25, 2016 1:09 pm#13
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ארויסגעלעקט אימעילס פון די דעמאקראטישע נעשאנעל קאמיטעי פלענער ווי זוי אונטער צו ברענגען דעם אלטן פון ווערמאט
מאנטאג יולי 25, 2016 1:23 pm#14
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
און דאך זאגט סענדערס אז ער שטיצט ווייטער קלינטאן, און ציט נישט צוריק פון זיין אינדארסמענט.
מאנטאג יולי 25, 2016 1:41 pm#15
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
פילאדעלפיע – היינט וועט זיך אפיציעל אנהייבן דער קאנווענשאן פון די דעמאקראטישע פארטיי, וואו מען וועט נאמינירן הילערי קלינטאן אלס פרעזידענט קאנדידאט פון די דעמאקראטישע פארטיי. אבער אנשטאט מען זאל רעדן פון די פאזיטיווע טייל און פון די פאמפע ביים קאנווענשאן, הענגט א וואלקן פון קאנטראווערסיע איבער'ן קאנווענשאן און איבער די דעמאקראטישע פארטיי, נאך די אויפדעקונגען אז די דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט האט געהיידזשעקט די פריימעריס און פארזיכערט אז בערני סענדערס זאל נישט האבן קיין שום שאנס צו געווינען.

אלס רעזולטאט פון די אויפדעקונגען, וועלכע מיר האבן נעכטן ברייטער ערקלערט, האט די דעמאקראטישע פארטיי טשעירפרוי דעבי וואסערמאן שולץ געמאלדן אז זי רעזיגנירט, און איר רעזיגנאציע וועט אריינגיין אין אפעקט גלייך נאכ'ן ענדע פון די פארטיי'ס קאנווענשאן. דערווייל וועט צייטווייליג דינען אלס פארטיי טשעירמאן דאנע בראזיל, וועלכע דינט יעצט אלס דעמאקראטישע פארטיי סטראטעגיסט און אנאליסט אויף "סי ען ען".

שולץ'ס רעזיגנאציע קומט נאכדעם וואס געוויסע אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי האבן פרובירט נעכטן צו זאגן אז א גרופע העקערס פון די רוסישע רעגירונג האבן דורכגעפירט די העקעריי אויף די קאמפיוטערס פון די דעמאקראטישע פארטיי און האבן ארויסגעגעבן די אימעילס, וועלנדיג שעדיגן הילערי קלינטאן. די טעאריע אונטער דעם איז וויבאלד טראמפ איז פריינטליך מיטן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וויל פוטין אז טראמפ זאל געווינען און נישט קלינטאן.

די רעפובליקאנער האבן שוין אויך אנגעהויבן אויסנוצן דעם סקאנדאל, אין א פארזוך אז עס זאל בענעפיטירן דאנעלד טראמפ. נעכטן נאכמיטאג ביי א ראלי האט טראמפ׳ס קאמפיין מענעדזשער פאול מענעפארט געזאגט אז ער האלט אז הילערי קלינטאן דארף נאכטון שולץ און ארויסטרעטן פונעם פרעזידענט פארמעסט און איבערגעבן איר ארט פאר בערני סענדערס.
מאנטאג יולי 25, 2016 1:42 pm#16
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ניו יארק – געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר מייקל בלומבערג, וועלכער איז געווארן אויס דעמאקראט מיט 16 יאר צוריק, וועט אויפטרעטן ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן און אינדארסירן הילערי קלינטאן. בלומבערג איז אויסגעשפראכן אנטי-טראמפ אין די לעצטערע מאנאטן, און ער האט נעכטן געזאגט פאר'ן ניו יארק טיימס אז ער איז גאר שטארק אנטוישט אין טראמפ און אינעם טאן וואס ער האט גענומען.


פילאדעלפיע – בערני סענדערס האט נעכטן געזאגט אז ער וועט ערשיינען ביים קאנווענשאן און ער האפט אז די דעמאקראטישע פארטיי וועט זיך פאראייניגן. אבער סענדערס האט אין די זעלבע צייט געזאגט אז ער איז נישט צעפרידן פון דעם וואס הילערי האט גענומען דעם מעסיגן טים קעין אלס איר וויצע פרעזידענט, ווייל ער וואלט געוואלט אז זי זאל נעמען א ליבעראלן פיגור, א שטייגער ווי סענאטארשע עליזאבעט ווארען.

-קה"א-
מאנטאג יולי 25, 2016 4:36 pm#17
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יאהאן האט געשריבן:און דאך זאגט סענדערס אז ער שטיצט ווייטער קלינטאן, און ציט נישט צוריק פון זיין אינדארסמענט.

און אלע סענדערס שטיצער שטייען און שעלטן אוועק
דינסטאג יולי 26, 2016 2:18 pm#18
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יאהאן וואס איז נייעס ?

און די זעלבע מינוט ברויך מען באדאנקן יאהאן באטשי פארן באריכטן די נייעס אזוי שיין
דינסטאג יולי 26, 2016 2:25 pm#19
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
פילאדעלפיע – נעכטן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשאן, און עס האט זיך באלד אנגעהויבן מיט כאאס. ווען די ארויסגייענדע פארטיי טשעירפרוי דעבי וואסערמאן שולץ האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע נאך בעפאר דער קאנווענשאן האט זיך אנגעהויבן, האבן איר די מאסן פארשריגן מיט צווישנרופן און צונעמען – צוליב איר ראלע אין די סקאנדאל אז פארטיי הויפטן האבן געארבעט צו אונטערמינעווען בערני סענדערס אין לויף פון די פריימעריס. זעענדיג אז איר אנוועזנהייט מאכט א טומל, האט זי אפגעטרעטן און געמאלדן אז זי וועט נישט איינלייטן דעם קאנווענשאן, ווי עס איז די טראדיציע געווענליך אז דער פירער פון די פארטיי טוט איינלייטן דעם קאנווענשאן.

אין די זעלבע צייט האט בערני סענדערס אדרעסירט זיינע שטיצער און די דעלעגאטן, בעפאר'ן קאנווענשן אנהייב, און ווען ער האט געזאגט אז ער וויל אז די פארטיי זאל זיך פאראייניגן אונטער קלינטאן, האבן אים אפילו זיינע אייגענע שטיצער פארשריגן. אויף די גאסן זענען טויזנטער געווען פארזאמלט צו פראטעסטירן, און אנשטאט צו פראטעסטירן פאר די פארשידענע צוועקן און גרופעס וואס די פראטעסטן זענען געווענליך געצילט, האבן זיך א מערהייט שילדן געליינט מיט פראטעסטן קעגן די דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט איבער'ן אימעיל סקאנדאל.

נעכטן נאכט האט למעשה בערני סענדערס געגעבן זיין רעדע ביים קאנווענשאן, ביי וועלכע ער האט ארויסגעברענגט אז ס'איז צייט די פארטיי זאל זיך פאראייניגן. נעכטן האט מען אויך געהערט רעדעס פון סענאטארשע עליזאבעט ווארען, וועמען קלינטאן האט געטראכט צו נעמען פאר וויצע פרעזידענט. ווארען האט גאר שארף אראפגעריסן טראמפ, מיט וועמען זי פירט שוין א ווערטער געפעכט עטליכע מאנאטן. באזונדער האט מען געהערט א רעדע פון מישעל אבאמא, צווישן אנדערע.


אין א שאק אנטוויקלונג, האט דער אנקעטע מייסטער נעיט סילווער געטוישט זיינע פאראויסזאגונגען איבער די אויסגאנג פון די 2016 פרעזידענטליכע וואלן. אויב וואלטן די וואלן היינט פארגעקומען, וואלט טראמפ געהאט א 57 פראצענט שאנס צו געווינען און קלינטאן בלויז א 42 פראצענט שאנס צו געווינען. סילווער זאגט אבער אז אויף נאוועמבער איז נאך קלינטאן אלס מער גענויגט צו געווינען ווי טראמפ, מיט א 53 פראצענט שאנס אז קלינטאן וועט געווינען און א 46 פראצענט שאנס אז טראמפ וועט געווינען. (בעפאר׳ן קאנווענשאן האט סילווער געזאגט אז אין נאוועמבער האט קלינטאן א 72 פראצענט שאנס צו געווינען און טראמפ בלויז א 28 פראצענט שאנס צו געווינען.)

-קה"א-
דינסטאג יולי 26, 2016 2:28 pm#20
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יא יא האט געשריבן:יאהאן וואס איז נייעס ?
קוק דא

יא יא האט געשריבן:און די זעלבע מינוט ברויך מען באדאנקן יאהאן באטשי פארן באריכטן די נייעס אזוי שיין
נישט לאנג צוריק גע'טעסט און מיין לייק קנעפל ארבייט ב"ה...
מיטוואך יולי 27, 2016 1:27 pm#22
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
פילאדעלפיע – נעכטן נאכמיטאג איז געמאכט געווארן היסטאריע, ווען הילערי קלינטאן איז נאמינירט געווארן אלס פרעזידענט קאנדידאט פון די דעמאקראטישע פארטיי, זייענדיג די סאמע ערשטע פרוי אין היסטאריע צו ווערן נאמינירט פאר פרעזידענט דורך א גרויסע פארטיי. די נאמינאציע פראצעדורן זענען אריבער רואיג, טראץ וואס די דעלעגאטן וועלכע שטיצן בערני סענדערס האבן געהאט געסטראשעט אז זיי וועלן רעוואלטירן און פרובירן אנצומאכן קאפ-ווייטאג. נעכטן נאכט האט, צווישן אנדערן, ביל קלינטאן אויפגעטרעטן מיט א רעדע, און היינט נאכט וועלן פרעזידענט אבאמא און וויצע פרעזידענט ביידען געבן זייערע קאנווענשאן רעדעס.


וואשינגטאן – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן אפגעלאכט די באשולדיגונגען אז זיי שטייען אונטער דאס אריינהעקן אין די אימעיל סיסטעמען פון די דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטירן – וואס דורך די אימעילס איז מען געוואויר געווארן אז די פארטיי פירערשאפט האט פרובירט אונטערצושטעלן פיסלעך אונטער בערני סענדערס צו פארזיכערן אז קלינטאן געווינט די נאמינאציע. אבאמא האט אין אן אינטערוויו געזאגט אז ס'איז זייער מעגליך אז רוסלאנד האט געהעקט די אימעילס וועלנדיג באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן, און אויך האט די עף-בי-איי געזאגט, אומבאשטעטיגט, פאר'ן ווייסן הויז אז די באווייזן פון די אויספארשונג איבער די העקעריי צייגט טאקע אז רוסישע רעגירונג העקערס זענען געשטאנען אונטער דעם.


אהייא – דאנעלד טראמפ האט זיך ווידער ארויפגערוקט אין די אנקעטעס, בענעפיטירנדיג פונעם נאטורליכן "קאנווענשאן באמפ" וואס יעדער קאנדידאט באקומט. א נייע רויטערס אנקעטע נעכטן האט געצייגט אז אזויפיל ווי 39 פראצענט זאגן אז זיי וואלטן געשטימט פאר טראמפ און 37 זאגן אז זיי וואלטן געשטימט פאר קלינטאן. אזויפיל ווי 24 פראצענט זאגן אז זיי וואלטן נישט געשטימט נישט פאר קלינטאן און נישט פאר טראמפ.
פרייטאג יולי 29, 2016 3:52 pm#23
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
מאסקווע - האט נעכטן געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג און אמעריקאנער פאליטישאנס זאלן אויפהערן באשולדיגן רוסלאנד אין אריינהעקן אין די אימעילס פון די דעמאקראטישע פארטיי. קרעמלין ווארטזאגער דעמיטרי פּעסקאוו האט געזאגט אז אמעריקע דארף אליינס פארגלייכן זייערע פאליטיק און די סקאנדאלן ארום די פרעזידענט וואלן און נישט אריינמישן רוסלאנד אין אמעריקאנער פאליטיק. פעסקאוו זאגט אז די רוסישע רעגירונג איז נישט אינטערעסירט אריינצוהעקן אין אנדערע מענטשן׳ס אימעילס און זי האט נישט קיין שום שייכות מיט די ארויסגעליקטע אימעילס.

אין אנדערע פאליטישע אנטוויקלונגען, איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן די לעצטע טאג פון די דעמאקראטישע קאנווענשאן און הילערי קלינטאן האט געגעבן איר רעדע ביי וועלכע זי האט אקצעפטירט די דעמאקראטישע פרעזידענט נאמינאציע. אצינד שטייט מען 101 טעג בעפאר די וואלן וועלן אפגעהאלטן ווערן אום נאוועמבער 8, און די קומענדיגע 100 טעג וועלן זיין פון די מערסט-ברוטאלע פרעזידענטליכע קאמפיינס אין היסטאריע, און באזונדער קוקט מען ארויס צו די דעבאטעס צווישן קלינטאן און טראמפ.

ביים אקצעפטירן די נאמינאציע נעכטן נאכט האט הילערי קלינטאן זיך באדאנקט פאר בערני סענדערס, פאר׳ן אריינברענגען מיליאנען יונגע אמעריקאנער בירגער צו זיין פאראינטערעסירט אינעם פאליטישן סיסטעם. זי האט אויך אדרעסירט סענדערס׳ס שטיצער, זאגנדיג ״איך וויל זאגן פאר אלע סענדערס שטיצער, איך האב געהערט ענקער מעסעדזש און אייער אקטיוויזם און ענטוזיאזם ווערט א טייל פון אונזער קאמפיין". באזונדער האט זי גאר שארף אטאקירט טראמפ, זאגנדיג צווישן אנדערן: "גלייבטס נישט איינער וואס זאגט אז ׳איך אליין קען אלעס פאררעכטן׳. יא, דאס זענען געווען דאנעלד טראמפ׳ס ווערטער אין קליוולאנד און אזעלכע ווערטער דארפן אויפוועקן הילכיגע אלארמס ביי יעדן איינעם".

-קה"א-
זונטאג יולי 31, 2016 5:43 pm#24
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יעצט אז די קאנווענשאנס פון ביידע פארטייען זענען פאראיבער און מען קוקט ארויס אויף די פארבליבענע קנאפע 100 טעג ביז'ן וואל טאג אין נאוועמבער, ווארט מען אויף די דעבאטעס וואס וועלן פארקומען צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ – אבער נעכטן האט מען געהערט אז ס'איז גאר דא א מעגליכקייט אז טראמפ וועט איבערהיפן איין דעבאטע צי גאר צוויי דעבאטעס, צוליב וואס ער איז שטארק אומצעפרידן פון די דעבאטע סקעדזשול וואס מ'האט אהערגעשטעלט.

די דעבאטע סקעדזשול ווערט אויסגעשטעלט דורך די פרעזידענטליכע דעבאטע קאמיטע, וואס באשטייט פון אן אייניגע צאל דעמאקראטישע און רעפובליקאנער פאליטישאנס. דער סקעדזשול פון די דעבאטעס זענען שוין געווען באשטעטיגט פאראיאר סעפטעמבער, אבער טראמפ און די רעפובליקאנער נאציאנאלע קאמיטע האט זיך ערשט יעצט ערוואכט זיך אפצורעדן אויפן סקעדזשול. טראמפ'ס טענות זענען אז די ערשטע צוויי דעבאטעס, אום סעפטעמבער 26 און אקטאבער 9, קומען אויס אין די זעלבע נאכט ווען עס וועלן זיין גרויסע ספארטס געימס אין לאנד.

טראמפ באשולדיגט די דעבאטע קאמיטע אז זיי האבן דירעקט אויסגעשטעלט אז די דעבאטעס זאלן אויסקומען אין א נאכט ווען מיליאנען אמעריקאנער וועלן מיטהאלטן די ספארטס געימס און נישט זיין פאראינטערעסירט אין די דעבאטעס, וויבאלד די קאמיטע איז גענויגט צו הילערי קלינטאן און זיי ווייסן אז טראמפ וועט זיין פיל בעסער ווי קלינטאן ביי די דעבאטעס. טראמפ זאגט אז די זעלבע זאך האט קלינטאן האט געטאן קעגן בערני סענדערס, ביים אויסשטעלן די דעבאטע סקעדזשול אזוי אז בלויז ווייניג מענטשן זאלן מיטהאלטן וויאזוי בערני סענדערס אטאקירט איר ביי די דעבאטעס.

טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער האט שוין באקומען א בריוו פון די "ען-עף-על" (די ספארטס ארגאניזאציע וועלכע פארפיגט אויף די גרויסע ספארטס געימס וואס וועלן פארקומען אין זעלבן נאכט פון די 2 דעבאטעס) אין וועלכע די "ען-עף-על" האט זיך אויך באקלאגט איבער די דעבאטע סקעדזשול. די ארגאניזאציע האט למעשה געלייקנט און געזאגט אז זיי האבן קיינמאל נישט געשיקט אזא בריוו פאר טראמפ.

עס איז וויכטיג אנצוצייגן אז אין 2012 זענען אויך די דעבאטעס געווען געסקעדזשולט אין נעכט ווען עס זענען געווען גרויסע ספארטס געימס און טראצדעם האבן צענדליגער מיליאנען מיטגעהאלטן די דעבאטעס צווישן אבאמא און דזשאן מעקעין. דערווייל האט טראמפ נישט געסטראשעט אז ער גייט באיקאטירן די דעבאטעס, זאגנדיג אז ער איז "אקעי" מיט די 3 דעבאטעס, אבער אנאליסטן זאגן אז מען קען ערווארטן אז אויב די רעטאריק ציהט זיך ווייטער, וועט ער אפשר יא סטראשען.

ק"ה
זונטאג יולי 31, 2016 5:54 pm#25
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
א פרישע רויטערס אנקעטע צייגט אז דער ערווארטעטער ״קאנווענשאן באמפּ״ איז אנגעקומען פאר הילערי קלינטאן. לויט די נייע אנקעטע קריגט קלינטאן 41 פראצענט צווישן ווארשיינליכע וויילער. טראמפ באקומט 35 פראצענט, און 25 פראצענט זאגן אז זיי ווילן נישט קלינטאן און נישט טראמפ
מאנטאג אוגוסט 01, 2016 1:19 pm#26
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
וואשינגטאן – דאנעלד טראמפ האט זיך ווידעראמאל געטראפן אין הייס-וואסער נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן באליידיגנדע קאמענטארן קעגן א מוסולמענער פארפאלק וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן פאריגע וואך. טראמפ איז אויסגעשטאנען קריטיק איבער זיינע קאמענטארן, אפילו פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער פאליטישאנס, און פילע פאליטישע אנאליסטן זאגן אז ס'איז מעגליך אז טראמפ וועט זיך מוזן ברעכן און זיך אנטשולדיגן און צוריקציען – א זאך וואס ער האט ביז היינט נאכנישט געטאן...

די רעדע איז פון קיזאהר קאהאן און זיין פרוי, וועמענס זוהן הומאיאן קאהאן האט געדינט אלס זעלנער אין די אמעריקאנער ארמיי און איז אומגעקומען אין יוני 8 2004, ווען זיין מיליטערישע טראק האט אויפגעריסן פון אן אונטערגעשטעלטע על קאידא שאסיי-זייט באמבע. קיזאהר האט אויפגעטרעטן ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן, ווען צו זיין זייט איז געשטאנען זיין פרוי, הומאיאן'ס מוטער, און קיזאהר האט געפאכעט מיט א קאפיע פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, זאגנדיג אז טראמפ פארלעצט די אמעריקאנער קאנסטיטוציע מיט'ן זאגן אז ער וויל איינשטעלן א פארבאט אויף מוסולמענער אין אמעריקע.

קיזאהר האט ווייטער געזאגט ביי זיין רעדע אז ער און זיין פרוי האבן מקריב געווען פאר אמעריקע זייער זוהן הומאיאן, און אז טראמפ ווייסט נישט גארנישט וואס עס מיינט מקריב צו זיין עפעס פאר'ן לאנד. "ביזטו שוין אמאל געווען אין ארלינגטאן סעמעטערי?" – האט קיזאהר געדונערט ביי זיין קאנווענשאן רעדע קעגן טראמפ. טראמפ האט זייער נישט גוט אויפגענומען די קריטיק פון קיזאהר, און האט רעאגירט שבת אין אן אינטערוויו, אפלאכנדיג אז קיזאהר'ס פרוי איז געשטאנען צו דער זייט ביי זיין רעדע און גארנישט גערעדט, ווייל ביי די מוסולמענער זענען פרויען אונטערדרוקט.

קיזאהר האט נעכטן געגעבן אן אינטערוויו ביי וועלכע ער האט פארדאמט טראמפ, זאגנדיג אז ער איז "א שווארצע נשמה". קיזאהר האט געזאגט אז זיין פרוי האט גארנישט גערעדט ווייל זי איז נאך אלץ צובראכן פון פארלירן איר זוהן ביים איראקער קריג, אבער האט געזאגט אז ער האט געוואלט זיין פרוי זאל זיין אויפן פאדיום ביי די רעדע, ווייל אזוי האט ער אליינס זיך געשפירט מער קאנפידענט מיט זיין רעדע. נעכטן זונטאג האט מען געהערט פארדאמונגען אפילו פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער איבער טראמפ'ס ווערטער קעגן די קאהאן פאמיליע.

אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג האט די אייסיס טעראר גרופע ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן – ענליך צו טראמפ – אטאקירט הומאיאן קאהאן. אייסיס זאגט אז הומאיאן איז געווען א "כופר" אין איסלאם און דעריבער איז זיך אים געקומען צו שטארבן. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז דער קאפיע פון די קאנסטיטוציע וואס קיזאהר האט געהאלטן אין די הענט ביי זיין קאנווענשאן רעדע, וואס קאסט איין דאלער אין די געשעפטן – איז געווארן אין די לעצטע 2 טעג די בעסט-פארקויפטע בוך אויף "עמעזאן".



ניו יארק – דאנעלד טראמפ האט נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט אז ער האלט אז אמעריקע דארף אנערקענען דעם פאקט אז רוסלאנד האט אנעקסירט קרימיע און אז קרימיע איז מער נישט א טייל פון אוקריינע. דאס איז אין קעגנזאץ צו די יעצטיגע אמעריקאנער פאליסי, וועלכע באטראכט רוסלאנד׳ס אנעקסירונג פון קרימיע אלס א פארברעכן, און די אבאמא אדמיניסטראציע האט צוליב די אנעקסירונג ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף רוסלאנד.



פענסילוועניע – דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט הילערי קלינטאן זאגט אז עס איז קלאר אז די רוסישע רעגירונג איז געשטאנען אונטער דעם וואס די קאמפיוטערס פון די נאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטירן זענען געהעקט געווארן. קלינטאן זאגט אז עס איז זייער פארדעכטיגט צוצוקוקן וויאזוי דאנעלד טראמפ פארטיידיגט דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין און וויאזוי ער האלט זיך צוריק פון פארדאמען פוטין פאר פארלעצונגען קעגן מענטשן רעכטן אין רוסלאנד.

-קה"א-
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:34 am#27
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
וואשינגטאן – א גרופע פון 11 אמעריקאנער פאמיליעס וועמענס קינדער זענען אומגעקומען אויפן אמעריקאנער מלחמה פראנט, האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי פארדאמען גאר שארף דאנעלד טראמפ׳ס אטאקעס קעגן די מוסולמענער קאהאן פאמיליע וועמענס קינד איז געשטארבן אלס זעלנער אין איראק און די פאמיליע האט געגעבן א רעדע ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן. די גרופע ״גאלד סטאר פאמיליעס״ פארלאנגט אז טראמפ זאל זיך אנטשולדיגן צו אלע אמעריקאנער פאמיליעס.


ניו יארק – צוויי באזונדערע אנקעטעס זענען נעכטן ארויסגעקומען און ביידע צייגן אז הילערי קלינטאן האט באוויזן אפצומעקן די קאנווענשאן באמפ וואס דאנעלד טראמפ האט באקומען נאך די רעפובליקאנער קאנווענשאן. א "סי בי עס" אנקעטע געבט פאר קלינטאן א 7 פראצענט אויבערהאנט, 46 פראצענט פאר קלינטאן און 39 פראצענט פאר טראמפ. א "פובליק פאליסי" אנקעטע, וועלכע איז גענויגט אייביג צו די דעמאקראטן, געבט פאר הילערי א 5 פראצענט אויבערהאנט, 46 פראצענט פאר הילערי און 41 פראצענט פאר טראמפ.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:46 pm#28
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ניו יארק – שפעקולאציעס האבן נעכטן אנגעהויבן צירקולירן אין די אמעריקאנער מידיא, נאכדעם וואס געוויסע הויכראנגיקע פיגורן אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי, האבן אנגעהויבן שטילערהייט צו וועבן פלענער וויאזוי צו צווינגען דאנעלד טראמפ אז ער זאל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט און מען וועט ערזעצן טראמפ מיט א נייעם קאנדידאט וועלכער וועט לויפן קעגן הילערי קלינטאן. דאס קומט נאכדעם וואס די לעצטע צוויי-דריי טעג זענען געווען זייער נישט גוטע פאר'ן טראמפ קאמפיין, מיט די פארשידענע פליפ-פלאפס און קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס וואס טראמפ האט געלאזט פאלן.

איין באריכט, אין עי-בי-סי ניוז, צייגט אז דער פארטיי פארזיצער רעינס פריבוס האט זיך אין די לעצטערע טעג עטליכע מאל אראפגעזעצט מיט טראמפ און פרובירט אים צו באאיינפלוסן אז ער זאל טוישן זיין רעטאריק און אנהייבן פירן א נארמאלן ציוויליזירטן קאמפיין, אבער טראמפ אנטזאגט זיך פון קאאפערירן. א באזונדערע "סי ען ען" באריכט צייגט אז די אנטוישונג אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין גייט גאר ביז'ן העכסטן איינגעשטעלטן, דעם קאמפיין מענעדזשער פאול מענעפארט, וועמען טראמפ האט אויפגענומען מיט'ן ציהל צו סטאביליזירן זיין קאמפיין עטליכע מאנאטן צוריק. דער באריכט צייגט אז מענעפארט איז אזוי אנטוישט אז טראמפ הערט אים נישט אויס און נעמט נישט אן וואס ער געבט אים עצות און ראט, אז מענעפארט און אנדערע קאמפיין שטאב פרובירן שוין ניטאמאל אריינצולייגן צופיל כוחות אינעם קאמפיין.

עס איז נעכטן אנגעצייגט געווארן אז דער פראצעדור אויב טראמפ וועט זיך ארויסציען, וועט ארבעטן אז עס וועלן זיך צוזאמזעצן די 168 מיטגלידער פון די "רעפובליקאנער נאציאנאלע קאמיטע" אויסצואוועלן אן ערזעצער פאר טראמפ, אבער עס וועט נישט גיין אזוי פשוט. ערשטנס וועט זיך טראמפ מוזן ארויסציען נאך בעפאר סעפטעמבער, וויבאלד די פארטיי זאל האבן גענוג און נאך צייט ארויפצושטעלן דעם נייעם קאנדידאט'ס נאמען אויף די שטים צעטלעך אין אלע סטעיטס, און דאן וועט מען דארפן האנדלען מיט די קאפ-ווייטאג אויב אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאטן ווילן אז זיי זאלן זיין דער ערזאץ. פילע פון די וויכטיגע סטעיטס וואו די רעפובליקאנער מוזן געווינען, איז שוין אריבער דעם דעדליין פון ווען מען קען ארויפלייגן א פרעזידענט קאנדידאט'ס נאמען אויפן שטים צעטל.

-
וואשינגטאן – אינעם זעלבן טאג וואס עס זענען ערשינען עטליכע באריכטן איבער אנגעצויגנקייט אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי און די מעגליכקייט אז די רעפובליקאנער פירערשאפט וועט ערזעצן טראמפ מיט א נייעם קאנדידאט, האבן טראמפ און זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט מייק פּענס זיך סותר געווען. נעכטן האט טראמפ געזאגט אז ער וועט נישט אינדארסירן קאנגרעסמאן פאול רייען פאר ווידערוויילונג, און היינט האט פּענס געזאגט אז ער אינדארסירט יא רייען פאר ווידערוויילונג.

-
ניו יארק – א נייע ״פאקס ניוז״ אנקעטע צייגט אז קלינטאן האט א 10 פראצענט אויבערהאנט העכער טראמפ. קלינטאן באקומט 49 פראצענט און טראמפ 39 פראצענט. א מערהייט וויילער האלטן אבער אז טראמפ וועט טאן א בעסערע דזשאב מיט די עקאנאמיע און מיט פארניכטן אייסיס.
-קה"א-
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 8:57 am#29
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
קול העולם:

דאנעלד טראמפ האט אנגעהויבן א פרישע קאמפיין צו פאראייניגן די רעפובליקאנער פארטיי אונטער זיך, נאכדעם וואס ער האט פרייטאג צונאכטס אינדארסירט רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער פאול רייען און רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין אין זייערע ווידערוויילונג פארמעסטן – א זאך וואס ער האט זיך אנטזאגט צו טאן אין די לעצטערע טעג, שטיצנדיג זייערע קעגנער.

טראמפ האט אויפגעטרעטן פרייטאג ביינאכט ביי א ראלי אין גרין בעי, וויסקאנסין, די היימסטעיט פון קאנגרעס ספיקער רייען, וואו ער האט געזאגט אז ער אנערקענט אז עס וועלן זיין מיינונגס פארשידנהייטן, אבער פון יעצט און ווייטער וועלן די מיינונגס פארשידנהייטן זיין צווישן גוטע פריינט, און ער און רייען און די איבריגע רעפובליקאנער פארטיי פירערשאפט וועלן נישט אויפהערן ארבעטן אינאיינעם צו פארזיכערן א קאלעקטיווע רעפובליקאנער זיג אינעם וואל טאג אין נאוועמבער.

טראמפ האט אויך אנגעהויבן זיך מער קאנצענטרירן מיט זיינע אטאקעס קעגן הילערי קלינטאן אנשטאט קעגן זיין אייגענע רעפובליקאנער פארטיי. נעכטן ביי א ראלי אין ניו העמפשיר האט טראמפ אויספרובירט עטליכע נייע לאזונגען און שפּעט-נעמען פאר הילערי קלינטאן, אפלאכנדיג פון דעם וואס קלינטאן האט געזאגט אז זי האט "פשוט פארגעסן" ווען זי האט געזאגט לעצטנס ביי אן אינטערוויו אז זי האט נישט געזאגט קיין שום ליגנטס איבער איר אימעיל סקאנדאל. טראמפ האט געזאגט אז "איך בין נישט זיכער אז זי איז דאהי", "זי איז אומסטאביל", און "הילערי איז א מאנסטער".
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:03 pm#30
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
דאנאלד טראמפ געט וויכטיגע עקאנאמישע רעדע אין דעטרויט

דעטרויט - דאנאלד טראמפ זוכט צו ארויסהייבן זיין עקאנאמישע פלאן אלס אזאנס וואס וועט ברענגען מער דשאבס, דורך שניידן ביזנעס טעקס צו צוציען פירמעס קיין אמעריקע, אנולירן רעגולאציעס און הייבן די דעמאסטיק אויל פראדוקציע. אין זיין רעדע צו די פרעסטידשפולע עקענאמישע קלאב אין דעטרויט זוכט דאנאלד טראמפ נישט בלויז צו אדרעסירן די עקאנאמיסטן אנוועזנד אין זאל נאר ער האפט אז מיט'ן רעדן פון די אישו'ס וועט ער קענען צוריק ברענגען זיין וואקלדיגע קאמפיין אויף די רעלסן. און די עקאנאמישע אספעקט איז די בעסטע פאר אים צו רעדן וויבאלד ער געניסט פון א אויבערהאנט אין די אנקעטעס אויף די פראגע ווער עס וועט בעסער באהאנדלען די עקאנאמיע. און מיט'ן אדרעסירן עקאנאמישע אנלעגנהייטן האפט ער אז ער וועט צוריקבאקומען זיין "אימעדש" אלס א ערנסטע קאנדידאט מיט א נארמאלע פלאן פאר אמעריקע.

דאס קומט נאך גאר שווערע צוויי וואכן פאר די טראמפ קאמפיין וואס האט זיך אנגעהויבן מיט די געפעכט צווישן דאנאלד טראמפ און די קהאן פאמיליע. און דאן מיט זיין עקשנות נישט צו אינדארסירן ספיקער פאול רייען און דשאן מקעין, און עס האט זיך אנגעזען אין די אנקעטעס וואס האבן געצייגט קאטאסטראפישע ציפערן פאר די טראמפ קאמפיין. אצינד האפט ער צוריקצוקומען צו די אישו'ס און אזוי ארום צוריקברענגען די רעפאבליקאנער וואס גלייבן אין קאנסערוואטיווע עקאנאמישע פרינציפן אבער זענען באזארגט פון זיין נישט-ערנסטע כאראקטער.

אין די רעדע האט ער אראפגעמאלן א שווארצע בילד פון די אמעריקאנער עקאנאמיע, ער האט אנגערופן די ארבעטסלאזיגקייט ראטע א "שווינדל" וויבאלד עס רעכנט נישט קיין מענטשן וואס זענען אינדרויסן פון די דשאב מארקעט, און 94 מיליאן אמעריקאנער זענען אינדרויסן פון די דשאב מארקעט. און אנגערופן די עקאנאמישע ערהוילונג די ארגסטע ערהוילונג זינט די "גרעיט דעפרעשאן" און אנגעצייגט אויף זיין רעקארד אין ניו יארק אלס באווייז אז ער קען ברענגען א עקאנאמישע אויפוואכונג.

ער האט דערקלערט אז דאס וועט זיין א "טעקס רעוואלוציע" די גרעסטע זינט ראנאלד רעיגען, ער וועט עס אראפברענגען פון 34% פראצענט צו 15% און באלוינען פירמעס וואס ברענגען צוריק פראדוקציע קיין אמעריקע. און אז אונטער הילערי קלינטאן וועט עס זיין דריי מאל העכער.
-JP-

דעטרויט – דאנעלד טראמפ האט נעכטן פרובירט צוריקצושטעלן זיין וואקלדיגן קאנדידאטור אויף די רעלסן, ווען ער האט געגעבן א וויכטיגע פאליסי רעדע איבער די עקאנאמיע, וואו ער האט ארויסגעשטעלט פארשידענע זאכן וואס ער וועט טאן אלס פרעזידענט צו העלפן די עקאנאמיע. ער האט פארשפראכן א פולקאמע פארבאט אויף סיי וועלכע נייע פעדעראלע רעגולאציעס אין זיינע ערשטע יארן אלס פרעזידענט; ער וועט מאכן אנשטאט זיבן שטאפלען פון פעדעראלע אינקאם שטייערצאלער, וועלן זיין בלויז 3 שטאפלען.

צווישן די אנדערע זאכן וואס ער האט פארשפראכן איז געווען אז די רייכסטע פארדינער וועלן צאלן בלויז 33 פראצענט פעדעראלע אינקאם שטייער, אנדערש ווי די ביז היינטיגע 39 פראצענט; קארפארעיט שטייער ראטע וועט גענידערט ווערן צו 15 פראצענט פון די יעצטיגע 35 פראצענט; ער וועט אויפקומען מיט א "טשיילדקעיר" פראגראם צו העלפן פאמיליעס, וואס זיין טאכטער איוואנקא וועט אים העלפן צוזאמשטעלן; מען וועט צוריקברענגען מאנופעקטשורינג קיין אמעריקע.

טראמפ האט געגעבן זיין רעדע פון א "טעלעפראמפטער", מיט פארגעשריבענע זאכן – א פארמאט וואס ער איז נישט צוגעוואוינט דערצו. זיין רעדע איז איבערגעהאקט געווארן זיבעצן מאל דורך פראטעסטירער, אבער טראמפ האט זיך נישט פארלוירן און האט נישט רעאגירט צו זיי גארנישט, בלויז זאגנדיג איין מאל "טענק יו, טענק יו", און צולייגנדיג "בערני סענדערס'ס שטיצער פלעגן זיין אסאך מער ענערגיש און לעבעדיג"...
-קה"א-

אנטי-טראמפ רעפובליקאנער קריגן קאנדידאט

שוין חדשים וואס פאליטישע אנאליסטן רעדן דערפון. וואס פילע רעפאבליקאנער חלומ'ן דערפון. אז עס זאל אפירקומען א רעפאבליקאנער אלטערנאטיוו צו דאנאלד טראמפ, מען האט שפעקולירט אז דאס וועט פאסירן ביי די קאנווענשאן, אז דאס וועט זיין פאול רייען, מיט ראמני אדער אפילו מייקעל בלומבערג. אבער אצינד איז עס אנגעקומען, אבער טייל וועלן זאגן אז אביסל צו שפעט, און אביסל צו א שוואכער קאנדידאט צו שטעלן א ריכטיגע קאנקורענץ צו דאנאלד טראמפ.

עווען מעקמולין איז א געוועזענער סי. איי. עי. אגענט און ארבעט אלס א פאליסי דירעקטאר אין קאנגרעס. און ער האט היינט אינדערפרי געמאלדן אז ער וועט לויפן אלס אינדיפענדענט און טוט אנטשפרעכן צו זיין די קאנדידאט פון די רעפאבליקאנער וואס זענען אומצופרידן מיט טראמפ.

"ווען אמעריקע האט נישט קיין צוטרוי אין די קאנדידאטן פון ביידע פארטייען איז צייט פאר די נייע גענעראציע צו ארויסטרעטן און נעמען די איניציאטיוו און עס איז קיינמאל נישט צו שפעט צו טון די ריכטיגע זאך" האט מעקמולין געזאגט אין זיין סטעיטמענט אין וועלכע ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור. לויט דשאו סקארבארא, א בארימטער פאליטישע אנאליסט פון די MSNBC פארמאגט מעקמולין די שטיצע פון גאר פראמינענטע פיגורן און פילאנטראפן פון די פארטיי, און עס איז מעגליך אז זיין קאנדידאטור וועט באקומען ברייטע שטיצע ביי רעפאבליקאנער וועלכע זוכן א אלטערנאטיוו צו טראמפ און קלינטאן.
-JP-

וואשינגטאן – דער וואונטש פון די אנטי-טראמפ רעפובליקאנער איז נעכטן ערפולט געווארן ווען דער רעפובליקאנער עוואן מעקמולין האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט, קעגן טראמפ און קלינטאן, אלס אינדעפענדענט קאנדידאט און האט אפעלירט צו אלע רעפובליקאנער וועלכע זענען נישט צעפרידן מיט טראמפ, אז זיי זאלן שטימען פאר אים אין נאוועמבער. מעקמולין איז א געוועזענער סי-איי-עי אגענט און א לאנגיעריגער שטאב מיטגליד פאר די רעפובליקאנער פירערשאפט אין קאנגרעס. זיין נאמען וועט נישט קענען ערשיינען אויף שטים צעטלעך אין פילע סטעיטס, וויבאלד דער דעדליין אריינצוגעבן דעם נאמען פאר די פרעזידענטליכע וואלן איז שוין פאראיבער אין רוב סטעיטס.
-קה"א-


געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר פאר הילערי

מישיגען – וויליאם מיליקען, דער 94 יעריגער געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר פון מישיגען, האט זיך אפגעבראכן פון זיין פארטיי און איז ארויסגעקומען און אינדארסירט הילערי קלינטאן פאר פרעזידענט. מישיגען ווערט באטראכט אלס א קריטישע סווינג סטעיט צו געווינען די פרעזידענטשאפט. עס איז אבער נישט דאס ערשטע מאל וואס מיליקען אינדארסירט דעמאקראטן. אין 2004 האט ער אינדארסירט דזשאן קערי קעגן פרעזידענט בוש און אין 2008 האט ער קודם געהאט אינדארסירט דזשאן מעקעין אבער האט שפעטער צוריקגעצויגן.
-קה"א-
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:15 pm#31
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
פאטער פונעם ארלאנדא טעראריסט באטייליגט זיך ביי קלינטאן ראלי

די קלינטאן קאמפיין האט יעצט אויסצושטיין קאפ-ווייטאג נאכדעם וואס עס איז פארעפנטליכט געווארן א בילד פון א קאמפיין ראלי וואס קלינטאן האט אפגעהאלטן אין פלארידע ווי מען זעט אונטער איר סאדיק מאטין, דער פאטער פון דעם אייסיס-אפיליאירטער טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די מאסן שיסעריי אין ארלאנדא מיט צוויי חדשים צוריק. דער פאטער איז אויך א ראדיקאלער מוסלעמענער און נאך די אטאקע האבן טייל פאליטיקאנטן געזאגט אז וואלט נישט געטארט אריינגעלאזט ווערן קיין אמעריקע.

אויף די בילדער זעט מען אים אויך האלטן א שילד אין וועלכע ער עקלערט פארוואס ער האלט מיט הילערי קלינטאן און איראניש אז צווישן אנדערע רעכנט ער אויס אז זי איז גוט פאר היימלאנד זיכערהייט און גאן קאנטראל. די קאמפיין האט רעאגירט אז די ראלי איז געווען אפן פאר די פאבליק און קיינער האט אים נישט איינגעלאדנט און ער איז געקומען פון זיך אליין.

שטארקע מעגליכקייט פאר דריי-שפיציגע פרעזידענליכע דעבאטעס

אין ליכט פון די וואקסנדע פאפולאריטעט פון די דריטע-פארטיי קאנדידאטן האט די פרעזידענטליכע דעמאטע קאמיטע – וועלכע פארפיגט אויף די פרעזידענטליכע דעבאטעס – פארארדנט די אינסטיטוציעס וועלכע וועלן אפהאלטן די פרעזידענטליכע דעבאטעס צו זיין גרייט צו צולייגן א דריטער פלאץ אויפ'ן פאדיום פאר א דריטע קאנדידאט. די אנגענומענע רעגולאציע איז אז א קאנדידאט וואס געניסט פון 15 פראצענט שטיצע אין די אנקעטעס ווערט געזען ווי א ערנסטע קאנדידאט און באקומט א פלאץ אין די פרעזידענטליכע דעבאטעס, און די ליבערטעריען קאנדידאט גערי דשאנסאן האלט שוין כמעט דארט לויט טייל אנקעטעס. אזוי אויך איז נישט אויסגעשלאסן אז דער פרישער קאנדידאט עווען מעקמולען וועט באווייזן צו געניסן פון ברייטע שטיצע צווישן די רעפובליקאנער.

די טראמפ קאמפיין האט נישט אויסגעגעבן קיין איין דאלער אין טעלעוויזיע עד'ס קעגן קלינטאנ'ס 100 מיליאן דאלער

שטייענדיג ווייניגער ווי 100 טעג פאר די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער, און טראדיציאנאל לייגן קאמפיינ'ס אריין מיליאנען אין טעלעוויזיע קאמפיין פראפאגאנדע. אבער די טראמפ קאמפיין האט א אנדערע סטראטעגיע, דערווייל האבן זיי נישט אריינגעלייגט קיין איין איינציגע טעלעוויזיע עד. טראץ די צענדליגע מיליאנען דאלארן אין טעלעוויזיע עד'ס וואס די קלינטאן קאמפיין לייגט ארויס.

לויט געוויסע שאצונגען האט די קלינטאן קאמפיין און סופער פעקס שוין אויסגעגעבן קרוב צו 100$ מיליאן דאלער, און אפילו די גרינע פארטיי האט שוין אויסגעגעבן 189,000$ אין עדווערטייזמענט פאר זייער קאנדידאט דזשיל סטיין, און די ליבערטעריאנער פארטיי אזויפיל ווי 15,000$. אבער פארט האבן פרא-טראמפ סופער-פעק'ס שוין יא אריינגעלייגט ארום 8 מיליאן דאלער אין עדס. דאס שטימט מיט די סטראטעגיע וואס טראמפ האט אויך געהאט אין די פריימעריס צו נוצן דאס געלט צו מאכן גרויסע ראלי'ס און באקומען פובליסיטי דורך מאכן קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס.

זעלבסטשטענדיגער קאנדידאט עווען מעקמולין האט שטודירט אין מדינת ישראל

נעכטן איז די פאליטישע וועלט איבעראשט געווארן מיט די פלוצלונג'דיגע מעלדונג איבער די פרישע קאנדידאט פאר פרעזידענט, דער געוועזענער סי-איי-עי אגענט, עווען מעקמולין. ער איז ביז נעכטן געווען אומבאקאנט, אבער אצינד קומט ארויס פרישע דעטאלן איבער אים און זיין קאנדידאטור. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז זיין הויפט ראטגעבער פאר די קאמפיין ריק ווילסאן, א געוועזענער הויכראנגיקער איינגעשטעלטער אין מארקא רוביא'ס פרעזידענטליכע קאמפיין. אזוי אויך זענען זיינע שפיץ פינאנציעלע שטיצער געוועזענע מיט ראמני און דשאן מקעין ביישטיירער און איז אפיליאירט מיט א גרופע וואס רופט זיך "בעסער פאר אמעריקע" וואס ארבעט שוין עטליכע מאנאטן צו אוועקלייגן א פלאץ אויף די שטים-צעטל אין פילע שטאטן. צווישן אנדערע איז באריכטעט געווארן אז ער האט שטודירט אין מדינת ישראל אין די ראמען פון א פראגראם פון די פארטיידיגונגס מיניסטעריום פראגראם אים אנצוגרייטן פאר זיין דינסט אלס סי. איי. עי. אגענט.

צו זוכט דאנאלד טראמפ זיך צו ארויסדרייען פון די דעבאטעס?

דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט שוין איינמאל פארפאסט א וויכטיגע נאציאנאלע דעבאטע ביי די פריימעריס ווייל עס איז נישט געווען וויאזוי ער האט געוואלט. ווי עס קוקט אויס זוכט ער צו קאנטראלירן די קומענדיגע פרעזידענטליכע דעבאטעס אויך. קודם האט ער געהאט טענות אויף די דאטומען, און אצינד טוט ער אנדייטן אז ער האט נאך פאדערונגען. אין א אינטערוויו מיט די "טיים" מאגאזין האט ער געזאגט אז ער פלאנט צו אפהאלטן דריי דעבאטעס אבער ער וועט נאך פארהאנדלען איבער די טערמינען און נישט אננעמען פונקטליך די רעגולאציעס וואס ווערן ארויסגעלייגט דורך די דעבאטע קאמיטע. צווישן די זאכן איבער וועלכער ער וועט זיך שטעלן וועט זיין ווער עס זאל זיין דער מאדארעיטאר פון די דעבאטעס, און אויך איבער די פארמאט אז עס זאל אים זיין באקוועם. נעמנדיג אין באטראכט דאנאלד טראמפ'ס צוגאנג פון "אדער אלעס אדער שפאציר איך אוועק" איז גאנץ מעגליך אז ער וועט טון א פרעצעדענטלאזע אקט און זיך אפהאלטן פון די דעבאטעס.

-JP-
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:27 pm#32
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
נארט קעראליינע – דאנעלד טראמפ האט נעכטן ווידער ארויסגערופן א שטורעם ווען ער האט פריער ביי א ראלי זיך אויסגעדרוקט אז מ׳וועט גארנישט קענען טאן אויב הילערי קלינטאן וועט זיין פרעזידענט און אויסוועלן סופרים קאורט ריכטער, זאגנדיג ״מ׳קען גארנישט טאן דערצו, אבער אפשר די צווייטע אמענדמענט חברה קענען עפעס טאן״, וואס איז אויסגעטייטשט געווארן אז טראמפ זאגט אז מ׳קען נאר פטור ווערן פון הילערי דורכ׳ן איר שיסן.

דאס איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס טראמפ האט געגעבן זיין עקאנאמישע פאליסי רעדע וואס האט געווינען לויב ווערטער ביי פילע עקאנאמיסטן און אפילו פילע דעמאקראטישע וויילער. אין די זעלבע צייט האט מען אויך געהערט אז אזויפיל ווי פופציג רעפובליקאנער פיגורן איבער'ן לאנד האבן געשריבן א לאנגן בריוו וואו זיי ערקלערן פארוואס זיי וועלן נישט שטיצן דאנעלד טראמפ אין נאוועמבער.

באזונדער האט א הויכראנגיקע רעפובליקאנער סענאטארשע, סוזען קאלינס פון די סטעיט מעין, געמאלדן אז זי וועט נישט שטימען פאר דאנעלד טראמפ. זי האט אפגעשריבן א שארפן עדיטאריעל אין וועלכע זי ברענגט ארויס אז טראמפ שטעלט נישט פאר די ווירדן וואס זי וויל זעהן אין די רעפובליקאנער פארטיי. קאלינס איז די ערשטע הויכראנגיקע רעפובליקאנער סענאטאר ארויסצוקומען און אפיציעל זאגן אז זי וועט נישט שטימען פאר טראמפ.

-

וואשינגטאן – די ספעציעלע קאמיסיע וועלכע פארפיגט אויף די פרעזידענטליכע דעבאטעס וואס וועלן פארקומען צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ, האבן געשיקט א ספעציעלע מעמא פאר די מענעדזשערס פון די 3 ערטער וואו די 3 דעבאטעס וועלן פארקומען צווישן קלינטאן און טראמפ, אז זיי זאלן אויסשטעלן דעם סטעידזש אויף אזא פארנעם אז ס'זאל אין די לעצטע מינוט קענען צוגעלייגט ווערן א דריטע פּאדיום. דאס צייגט אז מען רישט זיך ערנסט אויף די מעגליכקייט אז א דריטע-פארטיי קאנדידאט - מעגליך ליבערטעריען גערי דזשאנסאן אדער גרין פארטיי'ס דזשיל סטיין - וועלן באווייזן צו קריגן 15 פראצענט אין די אנקעטעס, און אויטאמאטיש וועלן זיי זיין בארעכטיגט אנטיילצונעמען ביי די דעבאטעס.

-

וואשינגטאן – די עלטערן פון טייראן וואודס און שאן סמיט, 2 זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין די 2012 אטאקע אויפן אמעריקאנער קאנסולאט אין בענגאזיע, ליביע, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן הילערי קלינטאן. די עלטערן זאגן אז קלינטאן'ס באנוץ פון א פריוואטן אומבאשיצטן אימעיל סערווער האט צוגעהאלפן די טעראריסטן צו פלאנירן די אטאקעס, און אויך זאגן די עלטערן אז קלינטאן האט זיי פארשעמט אין אראפגעריסן אין פארשידענע פובליק סטעיטמענטס אין די יארן נאך די 2012 אטאקע.
טעראריסט'ס פאטער ביי הילערי ראלי.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:57 am#33
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יאהאן, איך מוז דיר זאגן אז דו מאכסט א אייזערנע גוטע דזשאב מיטן ברענגן אזעלכע גוטע געשמאקע קלארע באריכטן.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:29 pm#34
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יאהאן האט געשריבן:דאנעלד טראמפ האט נעכטן ווידער ארויסגערופן א שטורעם ווען ער האט פריער ביי א ראלי זיך אויסגעדרוקט אז מ׳וועט גארנישט קענען טאן אויב הילערי קלינטאן וועט זיין פרעזידענט און אויסוועלן סופרים קאורט ריכטער, זאגנדיג ״מ׳קען גארנישט טאן דערצו, אבער אפשר די צווייטע אמענדמענט חברה קענען עפעס טאן״, וואס איז אויסגעטייטשט געווארן אז טראמפ זאגט אז מ׳קען נאר פטור ווערן פון הילערי דורכ׳ן איר שיסן.

איך זע נישט וויאזוי עס איז מעגליך צו פארטייטשן אנדערש די ווערטער.
By the way, and if she gets to pick --if she gets to pick her judges, nothing you can do, folks.
Although the Second Amendment people, maybe there is, I don't know.
ער זאגט נישט אז דורך שיסן הילערי, אבער ער זאגט אז "[מיט] די צווייטע אמענדמענט חברה, איז אפשר דא [א מעגליכקייט צו פטור ווערן פון אירע דזשאדזשעס]. איך ווייס נישט." דהיינו אפשר דורך זיי וועט קומען א ישועה, דאס קען זיין דורך סתם אנדרייען טעראר און כאאס, עס מוז נישט מיינען שיסן הילערי.

ער און זיין קופה של שרצים ווילן זאגן אז ער האט געמיינט צו זאגן דורך קומען שטימען. אפשר ווייזט מיר איינער וואו אין די ווערטער מען קען דאס מאכן קלעבן??? 1 ווען ער רעדט פון קומען שטימען זאגט ער עס ווען בלשון גסה, אזעלכע וויכטיגע ווערטער זאגט מען נישט ברמיזה. 2 ער רעדט נאך וואס זי איז עלעקטעד און זי נעמט דזשאדזשעס, מאי ענין וואוטס לכאן? 3 "אפשר דא א מעגליכקייט"? הייסט דערווייל איז די קאמף א פארלוירענער? איך האב געמיינט "ווי וויל ווין סוי ביגלי"? 4 וואס ענדיגט ער מיט "איך ווייס נישט"?

דאס וואס זיי דרייען מיטן צינג אז די מידיע נעטווארקס פארדרייען די הבנה אין זיינע ווערטער. קוק [נישט] די קליפ, זע די רעאקציעס פון זיינע ארומיגע אויף די ווערטער. איינער עפנט די אויגן גרויס ווי א וואסער מעלאנע, א צווייטער ווייזט צייכענס פון שאק און שוידער א.א.וו., און מען לאאאאכט. וואסי די געלעכטער? ער זאגט מען זאל קומען שטימען, ניין?
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:19 pm#35
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
מיינונג, אט דאס איז באדייט פון פאליטיק, "פעיק, פאוני, פראוד" דאס אז הילערי איז נאכנישט אין א מאקסימום סעקיורעטי טורמע פארשטייסטו שוין?
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:26 pm#36
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
טראמפ רופט אבאמא און קלינטאן "גרינדערס פון אייסיס"

דאנאלד טראמפ האט שוין א גלעצענדע רעקארד פון צוקלעבן טיטלען צו זיינע קעגנער, אנגעהויבן פון קליינער מארקא, ליגנער טעד, און קרוקעד הילערי, אבער אצינד האט ער א פרישע טיטל פאר פרעזידענט אבאמא, ער האט נעכטן ביי א קאמפיין ראלי אים אנגערופן "די גרינדער פון אייסיס" און הילערי קלינטאן די "קא-פאונדער", און היינט ביי א רעדע אין פלארידע האט ער שוין ארויפגעברענגט קלינטאן א שטאפל און איר אויך אנגערופן גרינדערין פון אייסיס.
"אייסיס געט אפ כבוד פאר אבאמא, זיי שעצן אים ווייל ער האט געגרינדעט אייסיס" האט ער פראקלאמירט ביי די ראלי, ער האט דערביי אנגערופן פרעזידענט אבאמא ביי זיין פולע נאמער באראק "כוסעין" אבמא, דערמיט ווארשיינליך צו אנדייטן אויף זיין מוסולמענער פארבינדונג. ער האט דאן ערקלערט אז טראץ זיין קעגנערשאפט צו די עיראקער קריג איז אבער די שנעלע ריקצוג וואס אבאמא האט פארארדענט די סיבה פארוואס אייסיס איז אנשטאנען.
ביי א אינטערוויו שפעטער באנאכט איז ער געפרעגט געווארן אויב ער טוט זיך נאך אלץ האלטן ביי די מיינונג אז אבאמא איז דער גרינדער פון אייסיס, אויף וועלכע ער האט געענטפערט אבסעלוט יא! און ווען דער רעפארטער האט אים געזאגט אז ער וואלט גענוצט א מילדערע שפראך, האט ער געזאגט, יא אבער וועגן דעם הערט דיך קיינער נישט אויס און מיך יא, מיט דעם האט דאנאלד טראמפ ערקלערט זיין סטראטעגיע, מאכן דראמאטישע ערקלערונגען, מאכ'ן קאנטראווערסיעס, און מיט דעם זיין אין שפיץ פון די נייעס און באקומען דעקונג אן צאלן א דאלער.

(אפשר קומט דאס אין "שמייכלדיגע נייעס?...)

-

געהילף פאר טראמפ געט איין א קלאגע קעגן די קאמפיין צוליב א גאן אטאקע אויף אים

א געהילף פאר די דאנאלד טראמפ קאמפיין קלאגט אן די קאמפיין און באשולדיגט אז די סטעיט מענדעדשער פון די נארט קאראליינע קאמפיין אירל פיליפ האט אויסגעשטרעקט צו אים א אנגעלאדנטע ביקס.
דער געהילף וינסענט בורדיני וואס זיין אדוואקאט מאלט אים אראפ אלס "איבערגעגעבן און געטריי" און אז דער מענעדשער האט אים פיזיש אטאקירט און אויסגעשטרעקט א ביקס קעגן אים, ער זאגט אז ער ווייסט נישט פארוואס דער מענעדשער האט עס געטון, ער פארציילט אז ער איז געגאנגען זיך אפרעדן פאר א העכערער באאמטע דער רעגיאנאלער דירעקטאר און יענער האט אים געזאגט אז אירל האט געטון דאס זעלביגע צום אים, אזוי אויך האט ער זיך אפגערעדט צו עטליכע הויכראנגיקע באאמטע אין די קאמפיין אבער לויט זיין ווערסיע איז ער איגנארירט געווארן, דערווייל האט זיך אירל פיליפ אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אלס דעפיוטי טשעיר פון די קאמיטע אויף דיווערסיטי פאר די טראמפ קאמפיין, און עס ווערט ערווארטעט א געריכט.

-

טאכטער פון פרעזידענט רעיגען טרעט ארויס קעגן דאנאלד טראמפ

נאכדעם וואס די קאמענטארן וואס דאנאלד טראמפ האט געמאכט וועלכע איז אויסגעטייטשט געווארן דורך פילע אלס א אנדייטונג אז מען זאל שיסן הילערי קלינטאן איז געקומען א רייע שארפע פארדאמונגען פון פארשידענע פערזענליקייטן פון ביידע פארטייען.
אצינד איז א פרישע פראמינענטע רעפאבליקאנער ארויסגעקומען זייער שארף קעגן די באמערקונגען, דאס מאל פעטי דעיוויס די טאכטער פון פרעזידענט ראנאלד רעיגען, זי האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכע זי שרייבט: צו דאנאלד טראמפ, איך בין די טאכטער פון א מענטש וועלכער איז געווארן געשאסן דורך איינער וואס איז אינספירירט געווארן פון א פילם און געוואלט מיט דעם ציען די אויפמערקזאמקייט פון א אקטיאר, דיין שרעקליכע קאמענטאר איבער די צווייטע אמענדמענט איז געהערט געווארן דורך מענטשן איבער די גאנצע וועלט, אסאך וועלכע האבן ליב דיין וועטערליכע ווילדקייט, אזעלכע וואס שרייען ביי דיינע ראלי'ס גערעגטערהייט "שפאר איר איין" עס איז געהערט געווארן דורך א מענטש וואס זיצט אליין אין זיין צימער, פארטון אין זיינע טונקעלע פאנטאזיעס, און ער כאפט זיך ארויף אויף די געלעגנהייט וואס ער קען מאכן א דיפערענץ אין די וועלט. יא מר. טראמפ ווערטער האבן א השפעה, און דאס ארגסטע איז נאך אז די באגרייפסט עס אפילו נישט. די סטעיטמענט איז ברייט פארשפרייט געווארן דורך די מידיע.

JP
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:35 pm#37
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
טראמפ פארפּאסט געלעגנהייטן צו אטאקירן קלינטאן

וואשינגטאן – פאליטישע עקספערטן האבן אנגעצייגט נעכטן אז דאנעלד טראמפ האט אין די לעצטערע טעג פארפּאסט עטליכע געלעגנהייטן צו אטאקירן הילערי קלינטאן מיט אטאקעס וואס וואלטן געהאט א שטארקן נעגאטיוון אימפאקט אויף איר – אבער אנשטאט צו אטאקירן קלינטאן אויף די פארשידענע ערנסטע זאכן, האט טראמפ זיך פריש געטראפן אין הייס וואסער, וואו ער האט זיך אליינס אריינגעזעצט, מיט זיינע קאמענטארן וואס זענען אויסגעטייטשט געווארן אז ער רופט אז מענטשן מיט רעוואלווערס זאלן שיסן און אומברענגען קלינטאן.

די ערשטע סקאנדאל וואס טראמפ וואלט געקענט אויסנוצן, איז דאס וואס עס זענען ארויסגעגעבן געווארן א סעריע אימעילס פון אינערהאלב די "קלינטאן פאונדעישאן", וועלכע איז א וואוילטעטיגע גלאבאלע ארגאניזאציע וואס ווערט געפירט דורך ביל און הילערי קלינטאן. אין די אימעילס ווערט אויפגעדעקט אז בשעת קלינטאן האט געדינט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט, האבן איינגעשטעלטע אינערהאלב די קלינטאן פאונדעישאן געבעטן אז די סטעיט דעפארטמענט זאל ערלעדיגן אז א רייכער ביישטייערער צום פאונדעישאן זאל זיך קענען טרעפן פערזענליך מיטן לעבאנעזער אמבאסאדאר. אין אנדערע ווערטער הייסט עס אז קלינטאן האט "אביוזט" איר מאכט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט און עס אויסגענוצט פאר איר פריוואטע קלינטאן פאונדעישאן געברויכן.

די צווייטע סקאנדאל וואס טראמפ וואלט געקענט אויסנוצן איז דער פאקט אז סאדיק מאטין, דער פאטער פונעם ארלענדא טעראר אטאקע טעראריסט אומאר מאטין, האט אנטיילגענומען ביי א קלינטאן ראלי אין פלארידע. דער קלינטאן קאמפיין האט קלאר געזאגט אז זיי ווארפן אפ און זענען נישט אינטערעסירט צו באקומען סאדיק'ס שטיצע, אבער טראמפ וואלט געקענט נוצן די געשיכטע אנצוצייגן אז נישט ער איז דער געפארפולער קאנדידאט פון וועמען מען דארף מורא האבן, נאר קלינטאן איז גאר די געפארפולע, וויבאלד טעראר-פארבינדעטע פיגורן שטיצן איר.


סיקרעט סערוויס גערעדט צו טראמפ קאמפיין

ניו יארק – סי-ען-ען באריכטעט אז די סיקרעט סערוויס האט געהאט עטליכע געשפרעכן מיטן טראמפ קאמפיין אין לויף פון נעכטן נאכט און היינט, איבער טראמפ׳ס קאמענטארן אז ״די צווייטע אמענדמענט חברה קענען קעיר נעמען פון הילערי קלינטאן״ וואס איז אויסגעטייטשט געווארן אלס אן אטענטאט סטראשע אויף קלינטאן.

קה"א
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:40 pm#38
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
עס ווערט באריכטעט אין פארשידענע נייעס קוועלער אז ראדזשער עליס וועלכער איז ביז לעצטנס געווען דער אנפירער פון פאקס ניוז - און האט געמוזט רעזיגנירן צוליב סקאנדאלן איבער זיין שאנדפולע באנעמונג – וועט זיין דער וואס וועט אנגרייטן דאנאלד טראמפ אויף די פרעזידענטליכע דעבאטעס. די טראמפ קאמפיין לייקנט די באריכטן און זאגט אז עליס איז א לאנגיעריגע פריינט פון טראמפ און ער האט נישט קיין שום ראלע אין די קאמפיין.
י"נ
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 5:08 pm#39
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
עפעס א אויפשאקלונג איז היינט געווען אין טראמפ'ס קאמפיין איז טאקע די פריערדיגע נייעס אמת ?
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:53 pm#40
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יא יא האט געשריבן:עפעס א אויפשאקלונג איז היינט געווען אין טראמפ'ס קאמפיין איז טאקע די פריערדיגע נייעס אמת ?


פרישע מאסיווע אויפשאקלונג אין די טראמפ קאמפיין

מיט עטליכע חדשים צוריק האט דאנאלד טראמפ אפגעזאגט זיין געטרייער קאמפיין מענעדשער קארי לעוואנדאווסקי נאכדעם וואס ער איז געווען פארמישט אין סקאנדאלן, און אצינד צום צווייטן מאל טוט ער האלב-וועגס באזייטיגן דעם יעצטיגן מאכטפולער קאמפיין מענעדשער פאול מאנאפארט וואס זיין נאמען איז אין די לעצטע טעג אין די נייעס צוליב אנגעבליכע באשולדיגונגען אין קארופציע אין די צייט וואס ער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר דער געוועזענער דיקטאטור פון אוקראינע וויקטאר יאנוקאוויטש, און עס קומען ארויס פארשידענע באווייזן אז ער איז געווען נאנט פארבינדען צו קארופטירטע אקטיוויטעטן וואס זענען פארבינדען צו מאסקווע און פוטין. אצינד קוקט אויס אז טראמפ גרייט זיך אויף די מעגליכקייט אז ער וועט אים דארפן באזייטיגן אויב די באשולדיגונגען שטעלן זיך ארויס צו זיין ריכטיג, און האט געשטעלט מאנאפארט אלס קאמפיין טשעירמאן און ערפולט די פאזיציע פון קאמפיין מענעדשער מיט קאליאנא קאנוועי א פראפעסיאנעלע פאולסטער און פאליטישע אנאליסט.

אזוי אויך האט ער אריינגענומען אין די קאמפיין דער עקזעקיוטיוו דירעקטאר פון די קאנסערוואטיווער נייעס קוואל "ברייטבארד" סטעפאן בענאן, וואס וועט זיך אפזאגן פון זיין ראלע אין די נייעס אגענטור און ארבעטן פול טיים פאר די טראמפ קאמפיין ווי ער וועט זיך קאנצעטירירן צו פארבעסערן טראמפ'ס אנזען אין די מידיע, און ארבעטן מיט אים אויף פאליסי.

אין די זעלבע צייט קוקט אויס אז אויך פון א סטראטעגישע שטאנדפונקט קומט פאר א "אויפשאקלונג" און די קאמפיין וועט אפנויגן פון די ביז יעצטיגע סטראטעגיע פון נישט אויסגעבן געלט אויף טעלעוויזיע רעקלאמעס, און וועט אידן קומענדיגע טעג ארויסקומען מיט א עד בליץ אין די סווינג-שטאטן פענסילוועניע, אהייא, פלארידע און נארט קאראליינע. דאס קומט נאכדעם וואס איז די לעצטע וואכן האט די קלינטאן קאמפיין אויסגענוצט די הויכע ראטעס פון מענטשן וואס זענען צוגעבינדען צו די טעלעוויזיעס צוליב די אלימפישע שפילן, און אריינגעלייגט ארום 80 מיליאן דאלער אין עדס.

JP
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:58 pm#41
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
-ק"ה-
די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז אין לויף פונעם עף-בי-איי אויספארשונג איבער הילערי קלינטאן'ס אימעיל מיסברויכן, האט די עף-בי-איי געטראפן פופצן טויזנט אימעילס וואס קלינטאן האט נישט געהאט איבערגעגעבן פאר די סטעיט דעפארטמענט. אלעס אינאיינעם האט זי האט שוין געגעבן 55 טויזנט בלעטער פון אימעילס, וואס באדייט אז א גאר גרויסע פראצענט האט זי באהאלטן ביז יעצט.

די אימעילס וועלן פארעפנטליכט ווערן פאר'ן פובליק נאך בעפאר די וואלן, וואס איז ערווארטעט צו שאפן א פרישע קאפווייטאג פאר קלינטאן. דער "וואל סטריט דזשורנאל" באריכטעט אז צווישן די נייע אימעילס ווערן אויפגעדעקט אז איינגעשטעלטע אינערהאלב די פריוואטע "קלינטאן פאונדעישאן" ארגאניזאציע האבן געזוכט צו באקומען טובות פונעם סטעיט דעפארטמענט בשעת הילערי קלינטאן האט געפירט דעם סטעיט דעפארטמענט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט.

באזונדער איז פארהאן די אישו אז עס שטעלט זיך נאכאמאל ארויס אז קלינטאן האט ליגנט געזאגט ווען זי האט געזאגט פאר די אויספארשער אז זי האט שוין אהינדערלאנגט אלע אימעילס וואס זי האט נאר געהאט, ווען יעצט זעהט מען אז זי האט געהאט באהאלטן פופצן טויזנט אימעילס. סטעיט דעפארטמענט באאמטע זאגן אבער אז עס איז שטארק מעגליך אז רוב פון די 15 טויזנט אימעילס זענען פריוואטע אנגעלעגנהייטן וואס הילערי האט נישט לעגאל געדארפט איבערגעבן פאר די אויספארשער


clinton.jpg
clinton.jpg (57.47 KiB) געזעהן געווארן 1024 מאל
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:29 pm#42
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ניו יארק – די טעגליכע "ען בי סי" טרעקינג אנקעטע האט נעכטן געצייגט אז איבער'ן לאנד קריג הילערי קלינטאן 50 פראצענט און דאנעלד טראמפ 42 פראצענט - א דיפערענץ פון 8 פראצענט, וואס איז כמעט נישט גערירט פון איר 9 פראצענט אויבערהאנט וואס זי האט געהאט אין די אנקעטע פאריגע וואך. אין די אנקעטע קריגט זי 87 פראצענט פון שווארצע שטימען און 73 פראצענט פון ספאנישע שטימען.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:29 pm#43
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
פרישע קלינטאן קארופציע אינפארמאציע

וואשינגטאן – די ״אסאשיעטעד פּרעס״ האט דורכגעפירט א גרונטליכע אויספארשונג איבער וויפיל רייכע פערזענליכקייטן האבן געהאט פריוואטע זיצונגען מיט הילערי קלינטאן בשעת זי איז געווען סעקרעטערי אוו סטעיט און וויפיל פון די זעלבע פערזענליכקייטן האבן געגעבן געלט פאר די ״קלינטאן פאונדעישאן״, און עס שטעלט זיך ארויס אז מער ווי האלב פון די וועלכע האבן געהאט פריוואטע זיצונגען מיט איר, האבן געגעבן גרויסע געלטער פאר׳ן פאונדעישאן - א פרישע באווייז אז זי האט מעגליך אביוזט איר פאזיציע אלס סעקרעטערי אוו סטעיט פאר׳ן בענעפיט פון די ״קלינטאן פאונדעישאן".
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:31 pm#44
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
רעכטער סטיוו קינג אטאקירט טראמפ'ס פליפ פלאפ איבער אימיגראציע

דער פראמינענטער קאנגרעסמאן פון אייאווע סטיוו קינג, א ליבלינג ביי די עקסטרעם רעכטע און א געוועזנער שטיצער פון טעד קרוז, טוט שטארק בעדויערן די באנייטע רעטאריק פון טראמפ איבער אימיגראציע, ווען ער האט געטוישט פון זיין שטייפע ליניע אז מען דארף דעפארטירן אלע אומלעגאלע אימיגראנטן, און ער זינגט נייע זמירות, איבער א "מער הומאנישע און יושר'דיגע פראצעס" טראמפ האט אין עטליכע אינטערוויוס מיט גרויסע מידיע קאנאלן געגעבן דעם אנדייטונג אז ער האלט ביים מאכן א דראמאטישע טויש אין זיין ביז יעצטיגע פאזיציע איבער אימיגראציע, און ארויסשטעלן א פאליסי וואס זאל זיין מער אקצעפטירבאר ביי מינאריטעטן און זאל אים העלפן מיט די זעלבסשטענדיגע וויילער.

טראמפ האט געגעבן עטליכע אנדייטונגען אז ער פלאנט בכלל נישט צו אויפשטעלן א "דעפארטאציע קראפט" און אריינברענגען נייע געזעצן אין ראפט, אין א אינטערוויו מיט שאן הענעטי האט ער גענוצט זיין טראמפ-שפראך צו דרייען מיט די צינג, און געזאגט "מיר האבן זייער גוטע געזעצן, מענטשן כאפן עס נישט, די לאקאלע פאליציי קענען די מענטשן מיר דארפן ארבעטן מיט זיי" און ער האט געזאגט אז ער גייט ווערן "ווייעכער" אויף דעם פראבלעם, סטיוו קינג האט אין זיין אינטערוויו אין סי. ען. ען. געזאגט אז טראמפ טוט מיט דעם פארראטן זיינע שטיצער און דרייט אוועק זיין פריימערי צוזאג צו נעמען א שטרענגע און שטייפע שטעלונג אויף אומלעגאלע אימיגראציע.


טראמפ קאמפיין האמערט מיט נעגאטיווע דעקונג איבער די אימעיל סקאנדאל

נאכדעם וואס די אסאשיעטעד פרעס האט אויפגעדעקט נעכטן אז לויט זייער דעטע האט זיך קלינטאן דורכאויס אירע יארן אין די סטעיט דעפארטמענט געטראפן מיט איבער 50 ביישטייערער פון די קלינטאן ארגאניזאציע, ארבעטן די רעפאבליקאנער און די טראמפ קאמפיין צו באקומען ווי מער דעקונג איבער די אימעיל פארבינדונגען צווישן די ביישטייערער פון די קלינטאן ארגאניזאציע דורכאויס איר טערמין אלס סעקערטערי אף סטעיט, די קאסערוואטיווע גרופע דשודישיעל וואטש געט אויס אסאך געלט אויף צו באשמירן די קלינטאנ'ס און זיי אראפמאלן אלס קארופטירטע פליטיקאנטן, אבער די קלינטאן קאמפיין האט גענומען א סטראטעגיע פון נישט אקטיוו פארטיידיגן נאר ענדערש לאזן די שטורעם זיך אליין בארואיגן, "קלינטאן האלט אז דאס איז נישט קיין עכטע סקאנדאל און דער אמעריקאנער פאלק קויפט דאס נישט, דעריבער וועט זי זיך נישט באציען צו די אנגייענדיגע אנטוויקלונגען" די קלינטאן שטיצער זאגן אז דאס מאכן פרישע העדליינס יעדע פאר טעג איז א סטראטעיגע פון די רעפאבליקאנער, אבער עס איז נישטא קיין עכטע נייעס, און דאס וואס איז אויפגעדעקט געווארן איבער די פארבינדונגען צווישן די קלינטאן שטציער און די סטעיט דעפארטמענט איז אייגנטליך סתם לופטיגע רעטאריק ווייל עס רעדט זיך פון עטליכע צענדליגע אוידענצן וואס פילאנראפן האבן באקומען אין די לענג פון 4 יאר ווען זי האט זיך געטראפן מיט טויזענטער מענטשן, און דאס ארויסקלויבן די עטליכע צענדליגע נעמען און אראפמאלן א בילד כאילו זי האט געארבעט פאר אירע שטיצער איז פאלש און פארפירעריש, זאגט די קאמפיין.

פארטיידיגונג אינדוסטריע שטיצט קלינטאן איבער טראמפ

די אמעריקאנער וואפן אינדוסטריע אריינגערעכנט די גרויסע אוויאציע פירעמס ווי לאקהיד מארטין זענען טראדיציאנאל שטארקע ביישטייערער פאר די רעפאבליקאנער פארטיי, זייענדיג די פארטיי וואס שטיצט גרעסערע ספענדינג פאר די מיליטער און א פארברייטערטע מיליטערישע קראפט. אבער אזוי ווי פילע טראדיציעס איז אויך דאס געבראכן געווארן אין די יעצטיגע וואל סעזאן און די שווערע געלטער פון די איינגעשטעלטע און אנפירער פון די פירמעס וואס זענען פארבינדען צו די מיליטער טוט פליסן פילפאכיג מער צו די קלינטאן קאמפיין, דאס קומט צוליב דעם וואס זיי האבן נישט קיין צוטרוי אין טראמפ'ס באמבאסטישע צוזאגן אז ער וועט איבערמאכן די מיליטער, און זיי האלטן אז ער וועט ווארשיינליך ברעכן לאנג-יעריגע קאנטראקטן צווישן די פירמעס אין די אמעריקאנער מיליטער. קלינטאן איז פאראויסגעלאפן טראמפ מיט ביישטייערונגען צווישן אנפירער און עקזעקיוטיוון פון פארטיידיגונגס-פארבינדענע קאפאראטיוון. לויט א אפשאצונג פון פאליטיקא האבן איינגעשטעלטע אין די 25 גרעסטע טעכנאלאגיע און וואפן פירמעס געגעבן אין די לעצטע חדשים אזויפיל ווי 93,000 פאר קלינטאן קעגן בלויז 46,000 פאר די טראמפ קאמפיין.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:47 pm#45
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
טעד קרוז: איך האב ענק געזאגט אז טראמפ איז נישט ערנסט וועגן אימיגראציע

טראמפ דרייט צוריק זיין פריערדיגע אימיגראציע שטעלונג, א זאך וואס ברענגט ארויף צארן ביי פילע אין דעם רעכטן לאגער וואס האלטן אז ער טוט מיט דעם אפנויגן פון די צענטעראלע פאליסי וואס האט אים געהאלפן געווינען די פריימעריס. עס איז כמעט אומגלויבליך אז דער זעלבער טראמפ וואס האט שארף אטאקירט טעד קרוז און מארקא רוביא ביי די דעבאטעס איבער אמנעסטי זינגט פלוצלינג אנדערע זמירות, נעכטן ביי א טאונהאל מיטינג מיט שאן העניטי האט ער אפיציעל גענוצט די אלע טערמינען וואס ער אליין האט ארפאגעריסן ער האט געזאגט אז ער וועט פארשלאגן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן א "וועג צו בירגערשאפט" און אז "גרייט צו ארבעטן מיט אומלעגאלע אימיגראנטן" און גלייכצייטיג געשאסן די לופטיגע רעטאריק איבער א גרויס הערליכע וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, און אז עס וועט זיין ארום 45 פוס הויך. און ווי נאר טראמפ קען אפעלירט אין די זעלבע צייט צו די עקסטרעם רעכט מיט זיין רעטאריק זאגנדיג אז מען וועט ארויסווארפן "די שלעכטע" אזוי שנעל אז ענקערע קעפ וועלן זיך דרייען...

און צו פילע קומט דאס אלס א שאק, אבער נישט פאר טעד קרוז, וועלכער נוצט אויס די געלעגנהייט צו צוריקבאקומען זיין פארלוירענע רעפוטאציע, און האמערט אריין אין דאנאלד טראמפ זאגנדיגט אז ער האט פאראויסגעזאגט אז דאנאלד טראמפ איז נישט א קאנדידאט וואס מען קען געטרויען וויבאלד ער איז נישט קיין קאנסערוואטיווער, "אלעס וואס טראמפ זאגט צו קומט מין א קעספייערעישען דעיט" האט קרוז געזאגט ביי די דעבאטעס דערמאנען יעצט זיינע שטיצער, און זיי האפן אז יעצט וועלן מער קאנסערוואטיוון פארשטיין פארוואס טעד קרוז האט זיך אנטזאגט צו אינדארסירן דאנאלד טראמפ, און עווענטועל וועט אים עס העלפן ווען ער פלאנט נאכאמאל צו אריינטאנצן אין די פרעזידענטליכע פארמעסט אין 2020.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:48 pm#46
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
פאליטישע אנאליסטן: טראמפ האט א שטארקע שאנס צו געווינען נעוואדע.

טראץ וואס נאציאנאל איז טראמפ היבש אונטערשטעליג אין אנקעטעס, איז אבער דא עטליכע סטעיטס וואס אבאמא האט געווינען אין די לעצטע וואלן, און קלינטאן שטייט דארט גאר שמאל און כמעט אייניג אין די אנקעטעס, דאס צייגט ווי שטארק צומישט די פאליטישע מאפע איז אין די יעצטיגע וואל סעזאן. א ביישפיל איז נעוואדע, א סטעיט וואס האט געהאלפן טראמפ געווינען די פריימעריס, דארטן שטייט טראמפ גאר נאנט צו הילערי קלינטאן טראץ וואס אבאמא האט שטארק געווינען דארט אין 2012, דאס קומט צוליב דעם וואס די דארטיגע איינאוינער זענען שטארקע גאן-ליבהאבער און קוקן מיט פארדאכט אויף הילערי קלינטאן ווען עס קומט צו די צווייטע אמענדמענט רעכט פון האלטן ביקסן. נאך מער אינטרעסאנט איז אז טראץ וואס די סטעיט איז זייער שטארק באוואוינט מיט אימיגראנטן און א גרויסע לאטינא געמיינדע איז נישט געלונגען פאר קלינטאן צו זאמלען שטארקע שטיצער אין די סטעיט וועלכע אבאמא האט געווינען אין 2012, טראץ וואס אנקעטעס צייגן אז יעצט איז הילערי קלינטאן ביי 44% קעגן טראמפ'ס 42% זאגן אבער אנאליסטן אז קלינטאן איז שטארק אומפאפולער אין די סטעיט און אויב וועט טראמפ אביסל נידערן זיין רעטאריק און רעדן מער איבער פאליסי האט ער א שטארקע שאנס צו געווינען נעוואדע.
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:29 pm#47
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
הילערי קלינטאן האט געגעבן נעכטן א רעדע וואס די דעמאקראטן האבן שוין לאנג געווארט זי זאל געבן, זי האט זיך אויסגעטון די הענטשוך און אריינגעשניטן אין דאנאלד טראמפ. די רעדע איז פארגעקומען אין רינא נעוואדע, ביי די רעדע האט זי אים אראפגעמאלן ווי א "דאס איז נישט קאנסערוואטיזם, נישט רעפבליקאניזם, נאר ווילדע ווייסע ראסיזם" האט זי דערקלערט, און אז זיין קאמפיין איז א חלק פון די "אלט-רייט" רעכטע עקסטרעמיסטן גרופע און איז געבויט אויף האס און צוטיילונג, זי האט דאן דערקלערט אז זי זוכט די רעפאבליקאנער זיך צו אנשליסן אין איר קאמפיין. די רעדע קומט נאך א שווערע וואך פאר די קלינטאן קאמפיין ווען זי איז אטאקירט געווארן דורך די רעכטע אלס קארופטירט, און דאס איז א פראבע פון קלינטאן צו טוישן די הויפט טעמע פון די וואלן, צוריק צו די פראגע אויב דאנאלד טראמפ איז געאייגנט צו זיין פרעזידענט.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:36 pm#48
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ניו יארק - סטיוו בענאן, דער פערזאן וועמען דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ האט אויפגענומען עטליכע וואכן צוריק אלס טייל פון א נייע קאמפיין סטראטעגיע, איז אונטער ערנסטע פייער, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט קרימינאלע קלאגעס אין זיין פארגאנגענהייט, און באזונדער אז ער האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע קאמענטארן.

די ביידע באשולדיגונגען קומען פון דעם וואס ער איז מיט יארן צוריק אנגעקלאגט געווארן אויף דאמעסטישע ״אביוז״ קלאגעס, און לויט די פאליציי און געריכטליכע רעקארדס, האט בענאן אויך נישט געלאזט אלארמירן די פאליציי בשעת׳ן אינצידענט. די קלאגעס זענען עווענטועל ארויסגעווארפן געווארן. בענאן׳ס געוועזענע פרוי דערציילט אויך אז ווען עס איז געווען א רעדע וואו זיי זאלן שיקן זייערע קינדער לערנען, האט בענאן געזאגט אז ער וויל זיי נישט שיקן אין א שולע וואו עס לערנען אידן, אויסדרוקנדיג זיך אז ער האט פיינט וויאזוי די אידן ערציען זייערע קינדער אלס ״געספּוילטע״.

דער טראמפ קאמפיין האט צוערשט געלייקנט די אלע אויפדעקונגען, אבער ווען עס איז אפירגעקומען די פאליצייאישע רעקארדס פונעם אביוז אינצידענט, האט דער קאמפיין מער נישט געקענט לייקענען, נאר האט אנשטאט ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די קלאגעס זענען גלייך ארויסגעווארפן געווארן. איבער די אנטיסעמיטישע קאמענטארן האט דער טראמפ קאמפיין אינגאנצן געלייקנט.

קה"א
זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:37 pm#49
מיליטער באצייכנט קלינטאן אלס ״אינעווייניגסטע געפאר״
וואשינגטאן - א פרעזענטאציע וואס די אמעריקאנער מיליטער האט מיט א יאר צוריק געצייגט פאר זעלנער, האט באצייכנט הילערי קלינטאן אלס אן ״אינעווייניגסטע געפאר״ פאר׳ן לאנד. די פרעזענטאציע איז געווען צו צייגן פאר זעלנער די באדייט פון אן אינעווייניגסטע געפאר, און עס האט אנטהאלטן די נעמען פון הילערי קלינטאן, גענעראל דעיוויד פּעטרעאוס און עדווארד סנאודען, וואס די אלע האבן געלאזט ארויסרינען האקעלע קלאסיפייד אינפארמאציע. אויך האט די פרעזענטאציע געהאט די נעמען פונעם אמעריקאנער זעלנער נידאל כאסאן (וועלכער האט דורכגעפירט די פארט הוד באזע שיסעריי אטאקע אין 2009) און פונעם אמעריקאנער זעלנער עראן דעיוויס (וועלכער האט דורכגעפירט א שיסעריי אין א נעווי באזע עטליכע יאר צוריק), באצייכענענדיג די אלע אלס ביישפילן פון אן ״אינעווייניגסטע געפאר״. די מיליטער זאגט אז די פרעזענטאציע איז נישט געווען פאליטיש מאטיווירט קעגן קלינטאן און איז צוזאמגעשטעלט געווארן נאך איידער קלינטאן האט אפיציעל געמאלדן איר קאנדידאטור.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:37 pm#50
טראמפ׳ס מאפיא פארבינדונגען
ניו יארק - דאנעלד טראמפ איז פריש געקומען אונטער אטאקע נאכדעם וואס א הויכראנגיקער מאפיא פארבינדעטער פיגור, וועלכער האט שוין א לאנגע היסטאריע פון פריינטשאפט און ביזנעס מיט טראמפ, איז ארויסגעקומען און געמאלדן אז ער האט בייגעשטייערט געלט פאר׳ן טראמפ קאמפיין קאסע. פעליקס סאטאר, א פריינט פון וולאדימיר פוטין און א מאפיא-פארבינדעטער, זאגט אז מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער באזוכט טראמפ טאוער אין מאנהעטן פאר געהיימע ביזנעס, און ער האט אויך בייגעשטייערט פאר׳ן טראמפ קאמפיין. סאטאר זאגט אז ער האט געגעבן 5,400 דאלער פאר׳ן קאמפיין, וואס איז די מאקסימום לעגאלע ביישטייערונג וואס אן אינדיווידועל קען געבן פאר א פרעזידענט קאמפיין.
בלאט: 1 2 3 4